לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש.

לייג נישט אן דיין איגנארענט קשיא אויפ'ן ספורנו'ס פשט אין א צווייטע פסוק.

שרייבסט אז האסט געזיכט איבעראל און נישט געטראפען א תירוץ. נעקסט טייס קוק אריין אינ'ם פסוק אליינס פון ווי די פרעגסט און זאג הויעך און קלאר א יעדעס ווארט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

וואלווי האט געשריבן:קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש

נישט קיין מקרא מפורש, נאר א רש"י מפורש
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איש חזון האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:קענסט ברענגען 7000 ספורנו'ס, האסט נאך אלטס אויסגעשניטען א מקרא מפורש

נישט קיין מקרא מפורש, נאר א רש"י מפורש


אינן ראוין לברכה איז אויך נאר א רש"י...
אין פסוק שטייט גארנישט.


מקרא מפורש אז יעקב האט געפרעגט מי אלה, ולשי' רש"י, איז די כונה אין ראוין לברכה,

דערנאך מקרא מפורש אז יוסף האט גענפערט, און ווידער לשי' רש"י (ליטעמך...) זיי זענען ערליכע קינדער, און אז בקש רחמים ונחה רוה"ק, פי', דער פראבלעם איז מסודר

און ווידער מקרא מפורש, קחם נא אלי ואברכם.

עכ"פ, ס'דא א קלארע סדר דא 1,2,3. פאר מ'נעמט זיך שניידן פסוקים און פרעגען סתורות...

ס'איז קלאר אין די פסוק בצירוף פי' רש"י, סיי די קשיא, און סיי דער תירוץ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך פארשטיי נישט, פארוואס איז רש"י נישט שווער געווארן ווען עשו האט געפרעגט יעקב אפאר וואכן צוריק, מי אלה לך?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וְזֹאת לְפָנִים בְּיִשְׂרָאֵל עַל הַגְּאוּלָּה וְעַל הַתְּמוּרָה לְקַיֵּם כָּל דָּבָר שָׁלַף אִישׁ נַעֲלוֹ וְנָתַן לְרֵעֵהוּ וְזֹאת הַתְּעוּדָה בְּיִשְׂרָאֵל.

Hebrews and Assyrians pledged a sandal as symbol of good faith when making a deal. Tossing a shoe onto a piece of land meant that you claimed it.

http://factsanddetails.com/world/cat56/ ... m1522.html
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ליינענדיג קריאת שמע היינט אינדערפרי איז מיר בייגעפאלן אזוי, אז גאט באפעהלט אינז די מצות עשה פון אהבת ד' שטייט אז מ'ברויך ליעב האבן גאט אין אלע אומשטענדן, בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך, און ביי די פרשה פון והיה אם שמוע דארט וואו גאט רעדט צו אינז הלכה למעשה און נעמט זיך אויס מיט אינז א תנאי אין אהבת ד' אז מיר וועלן עם ליעב האבן וועט ער אינז געבן רעגן, עסן, פרנסה, דארט ווערט בכלל נישט דערמאנט "ובכל מאודך"??

האב איך געטראכט אז מ'זעהט ביי די פרשה פון יתרו, דארט וואו יתרו האט מייעץ געווען זיין איידעם משה צו נעמען אנשי חיל יראי אלוקים, אנשי אמת שונאי בצע, ווערט אבער נישט דערמאנט אז משה זאל האבן געטראפן אידן וואס האבן פיינט געלט, די וועלט זאגט אז משה האט נישט געקענט געפונען ווייל דאס איז באמת קעגן די נאטור.

נאר אזוי ווי חז"ל זאגן שוין אז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, איז דא אויכעט, אז דעס וואס גאט האט אינז באפוילן איהם ליעב צו האבן, ברויך מען פרובירן יעדער אויף זיין מדרגה וויפיל מ'קען אבער ווען ס'קומט למעשה צו געבן גוטס אין אויסטויש פאר אהבת השם איז עס טאקע נישט געוואנדן אין א זאך וואס איז נישט מעגליך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אויב איך געדענק ריכטיג, זאגט דער נפש החיים בערך אזוי. איך מיין עס איז אין א הגהה אין זיין ספר, קען זיין אין שער ב'. ער זאגט אז הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה להם, נאר יחידים קענען לעבן א לעבן פון תורתו אומנתו, אלע אנדערע מוזען זיך פיהרען ווי ר' ישמעאל. זאגט ער אז צום יחיד קען מען זאגען ובכל מאדך, אבער צום ציבור קען מען דאס נישט זאגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

לערנענדיג אין מיין קינד'ס ביכל פונעם מבול האב איך זיך אנגעשטויסן אין די פאלגנדע:
P_20191117_122720.jpg

והאיך יתקיימו שניהן?
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לערנענדיג נדה האב איך געלערנט א רמב"ן אין חידושים אין דף נד ווי ער שלאגט זיך מיט דער רמב"ם אין דער חשבון פון ימי נדות און ימי זיבות. צום סוף רעדט ער זיך אפ אויף די וואס לערנען פאלש הל' נדה, וז"ל

וכן יש שבושין בחבורי הראשונים בקצתם, כגון רב סעדיה שכתב שכל אחד עשר יום שבין נדה לנדה בשלש ראיות של שלשה ימים נעשית זבה גדולה בין ברצופין בין במפוזרין, וזה טעות מתפרש כאן ובכמה מקומות דרצופין בעינן ולא מפוזרין. ועל כיוצא בדברים הללו ידוו כל הדווים שהתורה משתכחת מלומדיה ואין אדם מוצא הלכה ברורה במקום אחד:


ער רעדט זיך אפ מיט א ידוו כל הדווים. דער וואס איז מתבונן אין דער ענין וועט זען אז דער רס"ג איז בלויז א חומרא נישט קיין קולא. ער איז גאר מחמיר אין הל' זיבה אז מ'קען ווערן א זבה גדולה אן רצופין. און אויף דעם זאגט ער אויך ידוו כל הדווים, פונקט ווי דער רמב"ם וואס קומט אויס א קולא און א חומרא אינאיינעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

"וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה. עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם."

וואס טייטשט שבת? האבן מיר צוויי טייטשן: די ערשטע שבת פון "מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" מיינט יום טוב, די צווייטע און די דריטע פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת" און "הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת" מיינט א וואך. די פראבלעם מיט דעם פשט איז אז ס'איז אביסעלע מאדנע צו נוצן דעם זעלבן ווארט אינעם זעלבן קאנטעקסט יעדעס מאל מיט א צווייטן טייטש. און לויט'ן פשט פון די קראים אז שבת מיינט דעם זיבעטן טאג פונעם וואך איז פונקט אזוי שווער, ווייל על כרחך וועט די צווייטע שבת פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת" מוזן מיינען וואכן.

נאך אן הערה: לויט ביידע פשטים איז שווער פון וואו ווייסט מען צו וועלכן שבת/יום טוב די תורה באציעט זיך? אפילו אויב מ'זאגט אז שבת מיינט יום טוב ווייסט מען ווייטער נישט צו ס'מיינט דעם ערשטן טאג פסח צו דעם זיבעטן.

האב איך געטראכט א פשט וואס פארענטפערט ביידע שוועריקייטן, שבת אין די דאזיגע פסוקים מיינט א וואך, אדער מער ספעציפיש, א גרופע פון זיבן טעג. יעצט אין די פריערדיגע פסוקים שטייט: "וּבַחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַזֶּה חַג הַמַּצּוֹת... וְהִקְרַבְתֶּם אִשֶּׁה לַהשם שִׁבְעַת יָמִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ", איז נאכדעם וואס די תורה פארציילט אונז איבער דעם "וואך" פון יום טוב פסח איז זייער פארשטענדליך אז ווען די תורה זאגט ווייטער מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת יְנִיפֶנּוּ הַכֹּהֵן... וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" באציעט מען זיך צו דעם וואך, און די תורה זאגט אונז אז מ'פאנגט אן צו ציילן צומארגנס פונעם וואך פונעם יום טוב פסח (אסרו חג), זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין, און ביז צומארגנס פונעם זיבטען וואך זאל מען ציילן.

(וועם ס'געפעלט נישט מיין פשט זאל אריינקוקן אין רשב"ם אויף שמות קאפיטל י"ג פסוק ט', עיין שם ותמצא "מרגוע" לנפשך הקנאית.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

גוט גוט

פון ויקיפדיה:
גם במסורת ביתא ישראל פורשה המילה "שבת" כמתייחסת לחג הפסח, אולם הספירה החלה ממחרת שביעי של פסח, ולא ממחרת החג הראשון של פסח כנהוג אצל הפרושים. אי לכך חל חג השבועות שישה ימים מאוחר יותר, בי"ב בסיוון ולא בו' בסיוון

(מנוסח הנ"ל משתמע שהם סמכו על מה שיום השביעי הוא יום שבתון)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

WOW ברוך שכיוונתי!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

הייליגע רבי, קוק אויף די נושא פון הרב נאה דא פון דף 24 און ווייטער. הערת פון הרב הנשקה דא, און צוריק פון הרב נאה דא.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:"וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה. עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם."

וואס טייטשט שבת? האבן מיר צוויי טייטשן: די ערשטע שבת פון "מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" מיינט יום טוב, די צווייטע און די דריטע פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת" און "הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת" מיינט א וואך. די פראבלעם מיט דעם פשט איז אז ס'איז אביסעלע מאדנע צו נוצן דעם זעלבן ווארט אינעם זעלבן קאנטעקסט יעדעס מאל מיט א צווייטן טייטש. און לויט'ן פשט פון די קראים אז שבת מיינט דעם זיבעטן טאג פונעם וואך איז פונקט אזוי שווער, ווייל על כרחך וועט די צווייטע שבת פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת" מוזן מיינען וואכן.

נאך אן הערה: לויט ביידע פשטים איז שווער פון וואו ווייסט מען צו וועלכן שבת/יום טוב די תורה באציעט זיך? אפילו אויב מ'זאגט אז שבת מיינט יום טוב ווייסט מען ווייטער נישט צו ס'מיינט דעם ערשטן טאג פסח צו דעם זיבעטן.

האב איך געטראכט א פשט וואס פארענטפערט ביידע שוועריקייטן, שבת אין די דאזיגע פסוקים מיינט א וואך, אדער מער ספעציפיש, א גרופע פון זיבן טעג. יעצט אין די פריערדיגע פסוקים שטייט: "וּבַחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַזֶּה חַג הַמַּצּוֹת... וְהִקְרַבְתֶּם אִשֶּׁה לַהשם שִׁבְעַת יָמִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ", איז נאכדעם וואס די תורה פארציילט אונז איבער דעם "וואך" פון יום טוב פסח איז זייער פארשטענדליך אז ווען די תורה זאגט ווייטער מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת יְנִיפֶנּוּ הַכֹּהֵן... וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" באציעט מען זיך צו דעם וואך, און די תורה זאגט אונז אז מ'פאנגט אן צו ציילן צומארגנס פונעם וואך פונעם יום טוב פסח (אסרו חג), זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין, און ביז צומארגנס פונעם זיבטען וואך זאל מען ציילן.

(וועם ס'געפעלט נישט מיין פשט זאל אריינקוקן אין רשב"ם אויף שמות קאפיטל י"ג פסוק ט', עיין שם ותמצא "מרגוע" לנפשך הקנאית.)

אינטערסאנטע חידוש. אבער מ'געפונט נישט אז שבת זאל מיינען א וואך נאר אין לשון חז"ל וואס האבן עס אנגעהויבן נוצן בהשפעת זייערע אריינטייטשונג אין פסוק. די ווארט שבת מיינט א רוה צייט, עס ווערט גענוצט סיי לגבי דעם זיבעטן טאג פון די וואך און סיי לגבי די זיבעטע יאר פונעם שמיטה צייקל. ווען די תורה וויל אנריפן דעם רוה-טאג צייקל אדער דעם רוה-יאר צייקל דאן ריפט עס די תורה שבת . ביי שמיטה געפונען מיר די אנזאג פון די תורה אז מ'זאל מאכן יובל נאך זיבן שמיטה צייקלן וואס מיר זעהן קלאר אז א צייקל הייבט זיך אן פון ערשטן טאג אדער יאר וואס איז נישט קיין רוה צייט און ענדיגט זיך אלס א צייקל ביים זיבעטן טאג אדער יאר וואס איז א רוה צייט. ממילא אויב איך זאל טייטשן שבת בראשית וועט עס זייער גוט שטימען ווייל די שבע שבתות תמימות מיינט אויך א שבת צייקל און דאס וועט אויך זיין אייניג ווי די אפטייטש און געדאנק ווי ביי שמיטה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האב איך געפרעגט אז ס'דאך דא גויים וואס היטן מצוות, פאסטן ראמאדאן איז נאך אזוי שווער ווי זיצן אין סוכה. זאגט ער מיר, "זייערע זאכן זענען נישט קיין מצוות, ס'איז סתם נערוון!". עפ"ל.

פארוואס עפ"ל?
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

אברך משי האט געשריבן:
ביי חסידים איז ידוע אז דער בעש"ט הק' זי"ע האט נישט געוואלט פארן מיט א גוי'ישע בעל עגלה נאך וואס ער האט געזען אז דער גוי ציילעמט זיך נישט כמנהג העכו"ם ביי אלע שתי וערב'ס וואס מ'פאהרט אדורעך אויפן וועג, ואמר הטעם ווייל א גוי וואס גלייבט אין גארנישט איז דאס ארגסטע און איז אסאך מער עלול אויף שפיכות דמים ווי א גוי א מאמין.

געדענק נישט יעצט פונקטליכע מקור, כך שמעתי און אויך געזען אמאל אין א קובץ, אם אמצא אודיע אי"ה.

פונקט יעצט האב איך א גוגל געטוהן די מעשה, און געטראפן דיין תגובה. יישר כח.
אגב, האט איר אדער א צווייטער שוין געטראפן די מקור?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איציק האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האב איך געפרעגט אז ס'דאך דא גויים וואס היטן מצוות, פאסטן ראמאדאן איז נאך אזוי שווער ווי זיצן אין סוכה. זאגט ער מיר, "זייערע זאכן זענען נישט קיין מצוות, ס'איז סתם נערוון!". עפ"ל.

פארוואס עפ"ל?

ווייל די זעלבע לאגיק וואס האט איהם געפירט צום מסקנא אז זייערע מצוות זענען סתם נארישקייטן קען אויך פירן צום מסקנא אז אונזערע מצוות זענען נארישקייטן, עפ״ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי לערנענדיג היינט אינעם פשוטו של מקרא חומש, האב איך געזעהן ווי ער ברענגט פונעם רד"ק אויף די ווארט "שבר רעבון" בתיכם, אין פסוק י"ט קאפיטל מ"ב. פארוואס הייסט תבואה שבר? ווייל דאס ברעכט די הונגער. האב איך געקלערט אז די ווארט Breakfast אין לשה"ק איז די טייטש פון שבר רעבון

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער אוהח"ח הק' אויפ'ן ערשטן פסוק אין די פרשה איז מדייק פארוואס ס'שטייט ..."ופרעה חולם"...ס'וואלט דאך געדארפט צו שטיין..."ויחלום פרעה"...ווייל דאס איז דאך די ..."תחילת ההודעה"...נאר ס'גייט ארויף אויפ'ן סוף פון די פריערדיגע פ', וישב. "ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו". אז דער שר המשקים האט געחלומ'ט און יוסף האט עס איהם פותר געווען. זאגט דער פסוק אז 2 יאר נאכדעם האט אויך פרעה געחלומ'ט.

אויך, זאגט ער (אוה"ח הק') א סימן וויאזוי צו דערקענען אז א חלום איז א נבואה. און נישט סתם א "ריסייקלינג" פון מחשבות (כמאמר הגמ' במס' ברכות) אז א מענטש ווייסט (אין חלום) אז ער חלומ'ט. און דער חלום איז אומנאטורליך. אזוי ווי דא ביי פרעה אז די מאגערע קוען האבן אויפגעגעסן די פעטע קוען. און ס'האטציך נישט דערקענט אויף זיי. די זעלבע מיט די 7 זאנגען ווייטץ. וועלכע זענען איינגעשלינגען געווארן דורך די מאגערע זאנגען. זאל ער וויסן אז דאס איז (מעין) א נבואה אויפ'ן עתיד.

לכאורה איז דאס א שטיקל סתירה צו דעם וואס די גמ' זאגט (מס' ברכות?) אז א מענטש האט נאך קיינמאל נישט געחלומ'ט אז אן עלעפאנט איז אדורך א לאך פון א נאדל. ווייל ס'איז אן אוממעגליכע זאך. און א מענטש טראכט נישט פן דעם. ממילא קען ער נישט חלומ'ען פון די זאך. ווייל די גמ' וויל אויפווייזן אז חלומות זענען נאר א ..."ריסייקלינג" פון די מחשבות וואס א מענטש טראכט בייטאג. ווי די גמ' ברענגט די מעשה אז דער תנא/אמורא? האט געזאגט פאר דעם קעניג אז ער ווייסט וואס ער גייט חלומ'ען די קומענדיגע נאכט. אז די פרסיים זענען געקומען. און ער האט טאקע אזוי געחלומ'ט. ווייל ער האט מורא געהאט פון זיי. און ס'איז אריין אין זיין סוב-קאנשעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איין קליינע הערה: ס'פאסט ענדערש צו זאגן אז חלומות זענען א ריפלעקשן. ווי איידער א ריסייקלינג.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פסחים מט:
תנו רבנן: לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו, וישא בת תלמיד חכם. לא מצא בת תלמיד חכם, ישא בת גדולי הדור...
יא יא... שוין אמאל איז געווען אזוי אז די גדולי הדור זענען לאו דווקא געווען תלמידי חכמים...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

רש"י כתובות ג.
שמעתי כל רבותי מפרשים דקדיש בכספא דקידושי דרבנן נינהו ואי אפשר לומר כן...
פארשפארט