פון ירושלים קומט אריין די שווערע נייעס, אחד מזקני גדולי הדור רבי חיים דרוקמן זצ"ל ראש ישיבות "אור עציון" ורב בשכונת מרכז שפירא איז נפטר געוואָרן היינט זאת חנוכה, אין עלטער פון 90 יאהר.
רבי חיים זצ"ל איז געבוירן חשון תרצ"ג אין פּוילן. בשעת'ן מלחמה איז ער געווען אויסבאהאלטן ביי א פעטער זיינע, ביי די 12 יאהר האבן זיינע עלטערן איהם איבערגעבן פאר א קינדערלאזע פארפאלק באקומענדיג א סערטיפיקאט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.
פון איבעראל, אלע חוגים אין כלל ישראל קומען איצט אריין מיט לויב ווערטער און דברי הספד אויף דעם אדם גדול. פון זיין אנגעפילטע לעבן וואס ער האט זיך איבערגעגעבן למען הכלל והפרט. ער האט א רעזומעי וואס ווייניג אינעם היינטיגן דור האבן. זייענדיג א תלמוד פונעם באקאנטע ישיבה מרכז הרב אין ירושלים, שפעטער איז ער געווארן אליינס א ראש ישיבה בישיבות "אור עציון" און אויפגעשטעלט אלפי תלמידים. דערנאך איז ער געווען א שליח ציבור זייענדיג א חבר הכנסת מטעם מפד"ל, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן למען ארץ ישראל ועם ישראל.
אין די לעצטערע יאהר'ן איז ער געווען גערעכענט אלס די גדול הדור, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן פאר'ן פאלק. על פיו יצאו ועל פיו יבאו אלע עניני הציבור. כל ימיו האט ער עוסק געווען למען תורת ישראל - עם ישראל - וארץ ישראל.
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!
אפילו הרב דרוקמאן און הרב שטיינמאן זכר צדיקים לברכה זענען געווען גדולי ישראל און מנהיגים פאר צענדליגע יאר'ן, זעהט אבער אויס אע"פ כן פארדינען זיי נישט צו באקומען די ריכטיגע הערכה אויף אנדערע חרדישע זייטלעך און זייערע וועכענטליכע צייטונגען.
דאס קען זיין צוליב צוויי סיבות, איינס איז פשוט, ווייל השקפה'דיגע האבן זיי נישט מיטגעשטימט מיט זיי.... באמת דאס אליינס איז נישט גענוג סיבה, נאר וויבאלד זיי האבן נאך אן השקפה, זיי אנערקענען נישט אז ס'איז דא אנדערע קהילות וואס האבן אנדערע השקפות, צוליב דעם באקומען זיי נישט דעם כיבוד צו באשריבן ווערן.
ועוד י"ל, די צייטונגען/און א"וו שרייבער געהערן צו אזעלעכע כתות אין כלל ישראל וואס זייער מנהיגים ווערען קוואליפיצירט צו זיין מנהיגים בשעת'ן לידה, וואס דאס אליינס געבט זיי דער סמכות צו זיין א מנהיג און א גדול. משא"כ די צוויי גדולים וצדיקים זענען געווען מנהיגים ביי אזעלכע קהילות וואס מ'דארף אליינס זיין קוואליפיצירט, זיי זענען טאקע געווען לומדי ומרביצי תורה עם מידות ישרות, יחידי סגולה, וואו אויך האבן זיי צענדליגער יאר'ן זיך אוועקגעגעבן פאר כלל ישראל. איז מעגליך צו זאגן אז אזעלכע סארט מנהיגים איז פשוט נישט זייער נושא.
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת

איך וויל נאר פארשטיין: אויב מען איז מחשיב תורה און יראת שמים וואס נאך דארף א גדול בתורה ומרביץ תורה באזיצן. אויסער אויב מ'פשטל'ט אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר האט געלערנט. (איך האלט אז ער אליין האלט נישט אזוי. אבער אזוי האט ער געשריבן)...בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה.נאר דער פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו דער וועט קענען לערנען תורה...!