משפיעים און זייערע השפעות!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

יאפ
אינטרעסאנט, דער צושטויסטער הרגשה ווען ער האלט דער מנורה ברענגט עס גוט ארויס.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

אין די פוסקים ווערט גראדע דערמאנט אז מען זאל נישט מטלטל זיין די מנורה ווי לאנג עס ברענט, אפי’ נאך די האלבע שעה.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

א שאד א שאד אונדז האב מיר געהאט געהאט דא א פיינע שרייבער וואס האט עים געהאט אין פלאן צו באשרייבן . ער איז ווערד א באשרייבונג ביג טיים
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך נאך א שמויגער »

סבא דבהתא האט געשריבן:אין די פוסקים ווערט גראדע דערמאנט אז מען זאל נישט מטלטל זיין די מנורה ווי לאנג עס ברענט, אפי’ נאך די האלבע שעה.
די ספינקא רבי'ס (איך האב מיטגעהאלטען 3) ברענגען די מנורה נעבן טיש נאך די 30 מינוט.
מרדכי לא יכרע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 9:55 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך מרדכי לא יכרע »

סאיז דא און לאנדאן ר' יחזקאל ראפפורט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:העמיר גיין צו רבי מאטיל.

אבער א דיסקלעימער: איך קאן אים נישט, געציילטע מאל געזען, און בלויז געהערט פון דא און דארט.

שמו רבי מרדכי מנשה זילבער. א שלאנק דארער הויכער אידל, מיט א ברוין-שווארץ קאלטענעם בארד, וואס וואוינט אין בארא פארק.

צארט, שטענדיג פאר'מוח'עט, שלעפט א פוס (די לינקע, עפ"י רזי דרזין), אן איינגעבויגענעם רוקן, און א קריאת ים סוף היטל אויפ'ן קעפעלע.

לעיקוואד טענה'ט אז רבי מאטל איז דער ממשיך פון אן אריגינעלער חסידות דינאסטיע.

מסכים, ער איז דאס אויך! אבער פארשטיי גוט, רבי אליעזר דזשיקובער האט נישט געדאווענט אין א רש"ש סידור, ראזוודובער רב האט נישט פארגעלערנט קיין ליקוטי מוהר"ן, רבי איציקל האט נישט געפירט קיין באטע זינגענדיג פרחי ניגונים מיט'ן פיטסבורגער כבודו מלא עולם, און סטוטשינער רב האט נישט געהערט קיין קאסעטן פון הרב הוטנער.

איז אלזא רבי מאטל א פילפארביגער קאמפליצירטער פערזאן, און 'אויך' א ממשיך פון א סטוטשינער דינאסטיע. ער זינגט דעם זעלבן מה ידידות, און ער קרעכצט אפילו אך אך אך.

אבער לאמיר גיין צושטאטעליך.

ער איז א תלמיד פון ישיבת תורה ודעת, וואו ער האט 'גאר' פלייסיג געלערנט בנגלת התורה. אין די אלטע קובצים פון דער ישיבה זעט מען זיינע חידושי תורה בנגלה און ווער זיינע חברותות זענען געווען, די עידיות פון דער ישיבה, וואזשנע אידן וואס זענען ארויסגעוואקסן גרויסע ת"ח. פארוואס די אינפארמאציע איז נויטיג וועט איר באלד געוואויר ווערן.

כפי עדותו איז ער אסאך נשפע געווארן פון די רמב"ן שיעורים פונעם ראש הישיבה הגאון רבי גדלי' שורר, וועלכער איז געווען א פוילישער חסיד.
ווי ערווענט איז ער אן איידעם ביים משגיח פון ישיבת תורה ודעת רבי משה וואלפסאן, וועלכער האט אים אויסדערוועלט פאר זיין טאכטער. תורתו של רבי משה האט שטארקע פינגער אפדרוקן אויף זיין דרך הדרוש בעניני חסידות.

זיין פאטער איז געווען א פשוט'ער גאליציאנער אידל א סטוטשינער חסיד. דאס האט געברענגט אז רבי מאטל זאל אויטאמאטיש זיין א סטוטשינער חסיד נאך פון זיין יוגנט.

טו מעיק א לאנג סטארי שאורט, זייענדיג א לייטישער יונגערמאן, און היות סטוטשינער רב האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע ממלא מקום, נאר אן איידעם, א וואוילער איד מבני הישיבות, האבן זיך די חסידישע יונגעלייט אפגעטיילט. מיט דער צייט איז רבי מאטיל געווארן דער ראש החבורה.
רבי מאטל איז בלי ספק א פארצייטישער עובד ה', א איד וואס הארעוועט אויף זיך אין אלע אספעקטן פון עבודה. דערצו איז ער א געוואלדיגער בעל כשרון און א מבהיל'דיגער בעל מחדש.

סטוטשינער רב ז"ל האט געהאט מיט זיך א קבוצה פון כאניאקישע יונגעלייט, בערך רבי מאטל'ס יארן, וואס האבן זיך אין גרויס טייל מכניע געווען פאר אים. פון זייערע קינדער – דאס הייסט גאנצע משפחות - באשטייט היינט זיין קבוצה, מיט א ריזן טוץ צוגעקומענע.

רבי מאטל האט זיך גענומען א דרך פון משפיע זיין חסידות, אויף א טיפן פארנעם. די פראבלעם איז נאר אז לאו דווקא אז די אלע וואס זענען דארט מחמת משפחה וכדו' זענען צוגעפאסט פאר דעם, דאס ציעט בעיקר אן אינטערעסע ביי מבקשים בעלי כשרון אלוועלטליך.

ווי אויך איז ער עטרעקטיוו צוליב די ווארעמקייט און חסידישקייט. מ'דאווענט וואויל, מ'גייט צושטרויבלט, מ'היט זיך די אויגן, און ס'ענדלט שטארק צו א קלויז פונדערהיים. האמיר דא אן אינטערסאנטע כלאים, א משפיע במעמקי עניני חסידות אויפ'ן ערשטן גראד, און א ראש החבורה פאר חאניאקישע יונגעלייט. נישט אלע זוכן ביידע, האט ער א כלאים'דיגער עולם, און יעדער פאפט צו דעם חלק וואס פעלט אים ולא הרי זה כהרי זה. ס'דא וואס קלעבן דארט בעיקר פאר דער ווארימקייט, אפילו ס'אינטערעסירט זיי נישט קיין סאך וואס ער רעדט.

ווי פארשטענדליך, זייענדיג א תלמיד פון א רבי, און זייענדיג אויסן ממשיך צו זיין די מורשת, איז ער מיט דער צייט געווארן א רבי לחלוטין, נאר אן דעם כ"ק אדמו"ר טיטל. קוויטלעך, שריים, וכו', ועל כולם אן אמונת צדיקים אויף אן עקסטרעם, גארנישט ווייניגער ווי אנדערע פארנאטישע חסידית'ן. אבער דאס איז נאר אין זיין ביהמ"ד, פאר דער גאס איז ער ווייטער רבי מאטל דער עובד, רבי מאטל דער משפיע.

זיין דרך ההשפעה איז בעיקר צו זאגן מאמרים אין חסידות גג על גג, מיט דער טענה אז ס'דערהייבט א נשמה. זיין סטיל איז שווער אנצוטאפן, א געמיש פון כתבי אר"י און ברית כהונת עולם, אסאך רבי צדוק, חב"ד, אביסל זרע קודש, מהר"ל, רב הוטנער, און זיין שווער ר' משה. ער זאגט הפלא'דיגע גימטריאות, גאנצע בנינים על דרך הרמז געמישט מיט חסידות, ממש כפטור ופרח. שלש סעודות אליין זאגט ער יעדע וואך א פרישע מאמר פון איבער א שעה .

ער איז אויך א געזונטער בעל מקובל, און דאס איז זיין עיקר באשעפטיגונג דורכ'ן טאג. זייענדיג אן עילויישן קאפ איז ער א גרויסער מוצלח אין דעם פעלד.

ער זאגט עטליכע שיעורים אין קבלה פאר יונגעלייט, אבער ס'איז נישט פארבינדן מיט זיין חבורה. ווי אויך פאדערט ער כסדר אז א מענטש דארף זיך מאכן פאר א כלי מוכשר צו קענען לערנען קבלה. זיין שטעלונג בנוגע קבלה איז קאנטרעווערסיאל, ווען מאנכע טענה'ן אז דער אין לנו עסק בנסתרות האט קיינמאל עקספייערט.

איינע פון זיינע גרויסע עבודות איז ריקודים. ביי א חתונה וואס ער האט נאר די מינדעסטע שייכות טאנצט ער עטליכע שעה אין א צי מיט פארמאכטע אויגן אנגעלאנט אויף צוויי מענטשן. שמחת בית השואבה טאנצט ער יעדע נאכט ביז 3 אזייגער פארטאגס, און צומאל ענדיגט זיך עס מיט א קידאטשקע אינדערמיט.

די לעצטע פאר יאר זאגט ער אויך מוסר שמועסן אביסל ווי א ישיבה'שער בעל מוסר זייענדיג תובע דעם מה חבותו בעולמו אן קיין אנקעדאטן מפי ספרים וסופרים. ער האט מער ווי צען יאר פארגעלערנט תניא פאר בחורים, און אין א פרעצעדענטלאזע אקט האט ער פארקלאפט דעם תניא, און אנגעהויבן פארלערנען מסילת ישרים, מיט דער טענה אז דאס פארלאנגט זיך פאר די היינטיגע בחורים.

זיינע מוסר שמועסן זענען זייער אייגנארטיג. ער איז געבענטשט מיט א סענס אוו יומער און א גוטן שפראך, און צומאל איז עס זייער קאמיש און טשיקאוו. דער שיעור איז זייער פאפולער, נאך מער ווי די שיעורים אין חסידות, און איז א לייכטע שיעור.

גאר קאנטרעווערסיאל איז וואס ער ערלויבט זיך צו רעדן אויף די היינטיגע רבי'ס (באופן כללי, אן קיין נעמען פארשטייט זיך). יש אומרים אז דאס קומט ווייל ער קוקט זיך אן ווי אן אדם מן השורה, ממילא איז ער בארעכטיגט, און דאס זענען פשוט די פראבלעמען פונעם דור. ויש אומרים ווייל ער האלט אז ער איז פון די אמת'ע.

אויפ'ן פנים האט ער א זויערקייט, און ער איז פערזענליך א פרייליכער איד. א גאנץ יאר איז אלעס מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט ווי א ראפשיצער רבי, אבער פורים און שושן פורים שטייט ער 8 שעה אויפ'ן טיש, מיט א ווייס קאפעלע אנעם שטריימל און אמאל אנעם בעקיטשע אפילו, און האלט אונטער דעם עולם אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם.

זיינע חסידים האלטן פון אים אלס א פארצייטישער צדיק. דער גאס האלט אים פאר אן עובד ה', כאטש טייל זענען ברוגז אויף פארשידענע פרטים אריינגערעכנט אז ער טראגט אומאפיציעל דער נאמען 'סטוטשין'.

ער קען רעדן פון גיאות אז ס'זאל פארגיין דער אפעטיט, ער איז קלאר נישט קיין רודף אחר הכבוד, און צו דער זעלבער צייט קען ער אהיימגיין פון ביהמ"ד שבת אינדערפרי מיט א באגלייטונג פון 40 אידן און אפשפארן דעם פערצנטע עוו. שאסיי, עפעס וואס מאכט מענטשן שטוינען.
ער האט א ברייטע השפעה מיט צוגעקומענע בתי מדרשים אין פארשידענע געגנטער.

לעצטנס רעדט ער אסאך איבער די עבודת היחודים פון צדיקים צו וואס יעדער דארף צוקומען. מאנכע זאגן אז ער האלט דערביי, און דעריבער פאדערט ער דאס. אנדערע זאגן אז ס'גרעניצט זיך מיט דמיון.

קצרן של דברים, ער איז א סטוטשינער רבי וואס לויפט שמחות תורה ביי קדיש. ער איז א משפיע וואס לערנט פאר ליקוטי מוהר"ן וואס פילע yu מאדערן ארטאדאקס קומען הערן. ער זאגט שיעורים אין ענגליש אין וואודמיר און אנדערע הרי הררט. ער לערנט פאר קבלה און זיצט אפ א גאנץ זומער אין ישיבת שער השמים. אין אר"י זאגט ער אויך צומאל שמועסן פאר בעלי תשובה אויף לשון הקודש. ער נעמט אויף קוויטלעך ל"ג בעומר און טיילט בייגל. ער זאגט ווארימע מוסר שמועסן ווי א משגיח אין ישיבה. ער איז דער טרייב-קראפט פון א כאניקישע כאפטע וואס זענען נישט מקפיד זיך צו שויערן מער ווי משבת לשבת. ער דאווענט אין א רש"ש סידור מיט א געוואלדיגע עבודה, מיט פייגלעך ווי טאהשער רבי בשעתו, און משונה'דיגע תנועות כחד מקמאי. ער איז א טאהשער, אמשינאווער, און סטוטשינער חסיד. ער הערט כסדר הרב הוטנער, און ער לערנט פאר מהר"ל.

ועל כולם, פארגעסט ער נישט קיין איין פורים צו רעדן מיט גרויס הערצה פון סאטמארער רב, אלס א ביינדל פאר'ן עזאזל. ער איז א פאליטישן, און קען זיין שטעטל ערשטקלאסיג.

דערצו איז ער 'מיסטער סילווער', וואס זאגט טענק יו פאר'ן דעליווערי בוי, גייט אליין אויף דער גאס, אין געשעפט קויפן א רעקל א.ד.ג. און פירט זיך אויף בין אדם לחבירו ובין איש לביתו ווי א נארמאלער מענטש!

אבער נאכאמאל, איך קען דאס בלויז פונדערווייטנעס, און איך וואוין אפילו נישט אין איין שטאט. פשוט וויבאלד א חבר פון ישיבה פלעגט מיך אראפדרייען דעם קאפ וועגן רבי מאטל האב איך עס אביסל קענען געלערנט. ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט איז מכובד מוסיף צו זיין א נופך.
כאפט און קאפיעט די אינפארמאציע איידער עס ווערט פארמעקט!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p4545256

פאלגנד זענען די ווערטער פון ר' מאטל נעתקו מילה במילה:
ס'טוט זיך, א גאנצע מערכה טוט זיך מען איז געווען ביי מיר אויך, וועגן ס'איז דא א פירוש וואס הייסט פשוטו של מקרא וואס איז ארויסגעקומען, ס'איז זייער נתפשט, ער גייט נאך צוריק צו די אלטע צייטן פון אבן עזרא, אברבנאל ווי ער קען זוכן א פשטן שבפשטן, ברענגט ער אראפ דעם פשט , איך ווייס... פארשידענס .. כ'האב נישט.... כ'ווייס נישט.. מען איז געקומען צו מיר איך זאל שרייבן אן איסור אויף דעם, ליטווישע ר"י פון לעיקוואד דער ר"י פון סאוט פאלסבורג האט געשריבן א איסור, האב איך געהייסן אונטן אז מען זאל דאס אראפ נעמען פון שעלף, אז ליטווישע גדולים שרייבן קען דעם, כ'ווייס, אנדערע חסידישע האב איך נישט געטראפן אז זיי זאלן שרייבן אזוי ווייט קעגן דעם, כ'האב געזען עפעס א צעטיל, אבער נישט ממש אזוי שארף, עכ"פ, איך האב זיי געזאגט אזוי, איך קען נישט זאגן אזאך קעגן דעם נאר אז איך טו אדורך דעם ספר פון אויבן ביז אראפ, איך רעד צו די מחברים איך שמועס עס אדורך מיט די מחברים, אנדערש קען איך נישט, זיי האבן מיר געזאגט אסאך דוגמא'ס וואס שטייט דארט, וואס זיי האבן טענות אויף דעם, האב איך זיי געזאגט , פון די אלע דוגמא'ס זעה איך נישט קיין מקום מען זאל דאס אסר'ן, כפארשטיי ער ברענגט דארט אלע פשטנים נו ס'איז דא גרויסע פשטנים, כ'זעהנישט מען זאל דאס קענען אסר'ן, כ'זאג נישט אז מען קען דאס נישט אסר'ן כ'האב עס נישט אדורך געטון, אבער לויט ווי איך האב פון זיי געהערט זעה איך איך נישט מען זאל דאס קענען אסר'ן, נאר איך זאג זיי אזוי: טאמער עטס האטס א פראבלעם, זאלטס עטס גוט מתבונן זיין פארוואס האטס עטס אזא פראבלעם, "זייט דער אריה"ק איז ארויס געקומען, זייט דער בעש"ט איז ארויס געקומען, זייט דער זוהר איז נתפרסם געווארן, פארוואס האטס עטס א פראבלעם אז מענטשן לערנען דעם ספר, דער ספר וואלט געדארפט ווערן פארשטויבט! קיינער וואלט דאס נישט געדארפט אנקוקן! ממילא בימי הראשונים, ס' איז געווען א גרויסע העלמה אין סודות התורה, מען האט נישט מגלה געווען סודות התורה, ווי באקאנט דער אלף החמישי, נו... האט מען דאך געלערנט די ספרים, אבער נאכדעם וואס ס'איז דא אן אר"י, איך ווייס נישט ווי מען קען אנקוקן אזא ספר!.......
מה שחיסר כאן גילה שם...
העתק פון נאך דברות קודש וועלכע ווארפן א ליכט אויף דעתו הברורה.
וזל''ק, ס'דא אסאך וואס רעדן וועגן זייער רבי'ס, מגדיל זייער רבי'ס, די רבי איז אזוי גרויס, די רבי, ער קען כל התורה כולה, אנדערע וואס קענען נישט לערנען, אונזער רבי קען לערנען, יעדער ווייסט אונזער רבי קען לערנען, אונזער רבי איז א גרויסע ת''ח ער קען לערנען, אונזער רבי קען גאנץ ש''ס, אונזער רבי איז א גדול בתורה, אונזער רבי קען זיך טרעפן מיט ליטווישע גדולים זיי זענען אלע נתפעל פונ'ם גדלות פון אונזער רבי'ן, אה... אונז האבן א רבי'ן וואס קען לערנען,
ס'זעהר פיין ס'זעהר גוט, איינער קען לערנען איז זעהר גוט, ס'זעהר חשוב איינער קען לערנען, א ת''ח ס'גיוואלדיק ס'מורא'דיק, אבער כ'וואלט גיוואלט פרעגן די חסידים, כ'מיין אויב ער איז א רבי, איז, כ'מיין טאמער וואלט ער נישט גיקענט לערנען וואלט ער גיוועהן פונקט אזוי גרויס, און אפשר נאך גרעסער, כ'ווייס נישט צו א רבי ווערט א גרויסע רבי טאמער ער קען לערנען, טאמער ער קען לערנען נגלה, א מענטש קען נישט אלעס, א מענטש קען נישט טוען אלעס,
די חזו''א האט דאך נישט עוסק גיוועהן און אגדות הש''ס, בכלל נישט, ער האט נישט עוסק גיוועהן און מדרשים און אגדות הש''ס, און דרוש ספרים, ער האט נישט גיהאט כמעט קיין שייכות מיט דעם, מ'האט עהם גיפרעגט, האט ער גיזאגט, א מענטש איז מוגבל, א מענטש קען נישט אלעס, די חזו''א האט זיך אויסגעצייכענט און עיון הלכה, עיון התורה, דאס איז גיוועהן זיין מקצוע, מ'קען נישט אלעס,
ער האט נישט גיקענט קיין פרי מגדים, אפשר האט ער גיקענט אפאר פרי מגדים'ס, כ'ווייס נישט ווי ווייט ער האט גיקענט פסק'נען אזוי הלכה למעשה, ער האט זיכער גיקענט, אבער ווי ס'די אנגענומענע פסקים, ער האט נישט גיקענט אלע חת''ס, ער האט גיהאט זיין מקצוע וואס ער האט עוסק גיוועהן און די ראשונים, מיט די גאנצע עיון, ער איז אליין גיוועהן א אחרון, ער האט נישט גידארפט קוקן און אנדערע אחרונים, ער איז אליינס גיוועהן א אחרון כשלעצמו, אבער מ'קען נישט אלעס, א מענטש קען נישט אלעס, איינער וואס קען אלעס קען גארנישט,
זאגט ער מיר אז די רבי איז א גרויסע גאון, אפשר איז ער טאקע א גרויסע גאון, אבער לויט זיין גאונות איז ער אסאך קלענער און פנימיות התורה, קען ער נישט אזוי גוט פנימיות התורה, אלעס די רבי וואלט ער אפשר גידארפט זיין א קלענערע גאון, אפשר וואלט ער גידארפט לערנען מער פנימיות התורה און זיין א קלענערע גאון, וואס איז די גדלות אז ער איז א גאון?! ער איז א גאון, די צייט וואס ער איז עוסק הוויות דאביי ורבא, וואלט ער אפשר גידארפט עוסק זיין און מעשה מרכבה, די גמ' זאגט דאך דבר קטן הוויות דאביי ורבא דבר גדול מעשה מרכבה, וואס מאכסטו דעם רבי'ן, די רבי קען נישט לערנען די רבי קען יא לערנען, איך מיין אפשר דער וואס קען נישט לערנען איז א גרעסערע רבי, ווייל די רבי וואס קען נישט לערנען, וואס איז ער עוסק, ער איז עוסק און יחודים אגאנצן טאג, ער איז דאך עוסק און סתרי תורה אגאנצן טאג, ער איז עוסק און העכערע זאכן אגאנצן טאג, איך מיין דאס הייסט א קלענערע רבי?! ביי מיר איז דאס א גרעסערע רבי, א מענטש קען ממילא נישט אלעס, א מענטש קען נישט אלעס.


ועיין שם באריכות
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שוין, רעדאגירט!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

מרדכי לא יכרע האט געשריבן:סאיז דא און לאנדאן ר' יחזקאל ראפפורט
בילד

כבוד הרב רבי יחזקאל רפאפורט שליט"א מעיר לאנדאן, הוא תלמיד מובהק מהרב רבי אברהם שמואל שטערן זצ"ל ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, כבר בימי צעירותו התאבק לאפר רגלי החסידים והצדיקים, אצל הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע ואצל הרה"ק רבי הערשעלע ספינקא זי"ע כאשר קיבל מהם דרכי התורה והחסידות והעבודה ואור תורתם נר לרגליו, וגם זכה להסתופף בצילו של הרה"ק רבי יודא'לע מדזיקוב זי"ע כאשר שהה בעיר לאנדאן בשנותיו האחרונים עלי אדמות.
הוא דולה ומשקה מתורת החסידות הכל באופן בהיר וברור, ליתן מחשבה לכל דבר ודבר ולחיות כחסידישע איד בכל עת ובכל שעה ובכל אופן, וכך מחנך את תלמידיו במשך שנים רבות, כאשר התחיל כמגיד שיעור בישיבת תורת חסד בעיר הישטין ענגלאנד, ואח"כ בישיבת אור תורה היטשין ענגלאנד, במשך השנים התחברו יחד כמה מתלמידיו בחבורה אחת תחת שם ישיבה ובית המדרש נועם התורה בעיר לאנדאן, שנתייסד אז באופן של ישיבה לבחורים מתלמידיו ואח"כ נתייסד מזה בית המדרש שנעשה לתל תלפיות לכל דורש ומבקש לתורה ולתפלה וחסידות.
בשנת תשע"ז כאשר ראה הצורך הוסיף לפתוח עוד ישיבה וכולל תפארת ישראל המיוחד לבחורים מבוגרים מבקשי ה', ולומד שם עמהם שיעורים קבועים גם בש"ס ופוסקים במשנתו הבהירה, ותחת הדרכתו יש עוד כמה מרביצי תורה ויראה הלומדים עם הבחורים וכבר זכה להעמיד הרבה תלמידים הגונים אשר הכרת פניהם ענתה בהם.
במשך השבוע לומד ברבים שיעורים קבועים בספרי היסוד של מאורי החסידות בספה"ק יושר דברי אמת ובספה"ק ליקוטי אמרים תניא ועוד, וכן לומד שיעור בספה"ק ויואל משה להרה"ק מסאטמאר זי"ע.
בכל ליל שישי מגיד שיעור כללי בפרשת השבוע כאשר מקיף באופן כללי ובהיר את הענינים המבוארים בספרי החסידות בהסדרא, וכן לפני כל יו"ט ויומא דפגרא מגיד שיעור כללי כנ"ל בעניני המועד.
בכל שבוע בעת סעודה שלישית אשר מאריך בה הרבה עד כמה שעות אחר זמן מוצשב"ק, אומר דברי תורה באופן מוסר והתחזקות בעניני תיקון המידות וכו'. (פון דא)

דא קען מען אויסהערן זיינע הונדערטע זאפטיגע שיעורים
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

איך האב אים געהערט איינמאל, ס'האט זיך געהערט א ענליכע סטיל ווי ר' צבי מאיר זילבערבערג, אביסל מער במתינות און אן די "הייליגע, הייליגע, הייליגע"...
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

איך האב אים געהערט מער ווי איינמאל, און ר' צבי מאיר האב איך מעגליך נאר געהערט איין מאל (חוץ זיינע גליונות). עס איז בכלל נישט דומה אין מיינע אויגן!
ער איז נישט קיין פארקוועטשטע, הגם זייער חניאקיש. ער רעדט אסאך פון הארץ ארויס, אבער כמעט אלעס איז גע'בעקט מיט חסידישע ספרים (לאפוקי יסוד ושורש העבודה'דיגע סטיל...). אויך האט ער אסאך שכל ווען ס'קומט צו פסיכאלאגישע עניינים סיי אין זיינע שיעורים לחתנים ואברכים, אויסער זיינע זייטיגע עסקנות'ן לטובת הכלל והפרט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דמעות של תענוג - רי"מ מארגנשטערן ברכת המוציא



https://www.youtube.com/watch?v=AzQEsDik2Hk
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך היט שבת »

וואס איז די סטארי מיט די משפיע ר שמעון שפיטצער פון ארץ ישראל?
איך זעה ער נעמט לעצטענס איין די וועלט. פראוועט שבתים איבעראל. דעי וואך פראוועט ער און א גרויסע זאל און וו"ב. און איך הער פון מענטשן וואס פארן אפי אהין אויף שבת.
סמרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 14, 2024 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: משפיעים און זייערע השפעות!

שליחה דורך סמרה »

מאמענט ארטיקל דעם פסח איבער ר' מאטל סטיטשינער, ס'זעט אויס ווי א חלק פון די ארטיקל איז גענומען פון דא, כנהוג.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re:

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

קריינא דאיגרתא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 10:23 am שיינע באשרייבונג פון הר"ר יששכר כ"ץ אויף רבי אלימלך בידערמאן
Ysoscher Katz
·
One final thought, in honor of Issru chag chanukah.

R. Elimelech Biderman is the latest phenomenon in the chareidi community. If you have not heard about him, look him up now (!) and try to learn about him as much as you can.

He's not a Rebbe (in the technical sense), nor is he affiliated with any particular chassidus, and still he has thousands of followers. (He is related to the Leluv dynasty, but that is a side point, not at all related to his popularity and renown.)

His main attraction is twofold: 1) in a deeply Bal Shem Tov'esque manner, he genuinely loves others and deeply cares about them, and, 2) he is blessed with boundless spiritual energy. Whenever you bump into him, no matter the hour of day or night, you will find him doing one of those two things. Either he will be comforting a person who is ill, showing care for young orphaned kids, or inquiring about the wellbeing of a recently widowed man or woman. And, if he is not busy with that, he will most likely be in the middle of a hyper-spiritualized tisch or kumzits.

(Our family has been the fortunate recipient of all three prongs of his kindness triumvirate. When my father z"l was struggling with a brutal cancer which ultimately defeated him, R. Elimelech was there for us throughout that time, always checking in on us, seeing how we are doing and throughout the ordeal showering us with love, kindness and support. Then, when my dad was inching toward death, R. Elimelech was constantly in touch with him, always prepared with words of chizuk and comfort. Whenever my dad put down the phone with him he smiled and felt fortified, filled with strength to fight on for another day.

Finally, after the fact, when my dad z"l died, he would occasionally reach out to us, the survivors and particularly to my mom. In fact, until today, six years later, he will send regards to my mom through an intermediary, making sure that she is holding up and doing well.)

In addition to playing as a stand-in for the celestial
אבי יתומים ודיין אלמנות,
he is also a bundle of spiritual energy, leading tisches during holidays and special days that feel more like a rave than a rebbe's tisch. He sings until he's hoarse, jumps up and down until he collapses, and slowly but surely turns the crowd into a frenzy of endless religious joy and spiritual ecstasy.

He is an incredible role model and outstanding spiritual guide.

This Chanukah I noticed him doing something I have never seen before. At some point during the Chanukah tisch he picks up the burning menorah and dances while holding it in his hand. I am not sure what it means or what to make of it. As far as I can tell, this is a practice he invented. I have not seen ANY posek mentioning it, nor have I found any serious discussion about it anywhere in the halakhic or, for that matter, Chassidic literature.

I don't know if you ever had this, where you notice someone doing something new and unheard of and you can't decide if what they're doing is incredibly wonderful or astonishingly outrageous. This is one of those things. I keep going back and forth between being awed by the sight and, at the same time, also being strongly bothered by it.

I am confused. Any learned suggestions or observations, therefore, would be greatly appreciated.

Either way, try to acquaint yourself with him. He is the real deal; a Tzadik without any of the baggage carried by most other "tzadikim" of our generation. He is equally passionate about the Bein Adam Le'chaveiro aspects of avodas haShem as he is about the Bein Adam La'makom elements.

And, that is a rarity these days--sadly!
געזען א clip פון דעם יששכר. א שנה ופירש למחצה לשליש פון uta. הגם ער האט שטודירט און זיך צוגעלערנט א sophisticated religious vocabulary איז ער נאך אלע זאכן א פארװײטאגטער געװעזענער סאטמארער װאס לעקט זיך צו די מאדערנע זיך צו צו געפעלן
[NAMELESS]

Re: משפיעים און זייערע השפעות!

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז א "רב" אין אפען ארטאדאקסי וואס איז למעשה רעפארם
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: משפיעים און זייערע השפעות!

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

מנשסתר האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 am ער איז א "רב" אין אפען ארטאדאקסי וואס איז למעשה רעפארם
OK שנה ופרש
פארשפארט