אונזערע באס דרייווערס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: אונזערע באס דרייווערס

שליחה דורך פרנס החודש »

אויב דו הייבסט שוין אן צו רעדן ״איידל״, קענסטו זיך פארפלאנטערן מיט די תקנות השטיבל. איך מיין אז ס׳איז צייט צו זיך רוקן צו א צווייטע נושא.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א בני יואל »

https://vinnews.com/2023/01/24/monsey-s ... ges-filed/

יא אין וואס האט עטץ געמיינט גייט פאסירען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך הבא: שלום עליכם. א בני יואל. אונז האמיר דיך געזוכט מיט לעכט. אונז האמיר שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. אונז האמיר געמיינט אז דו ביסט געפארן קיין פלארידע אדער קיין פאלם ספרינגס אויף אפרו. אזוי ווי די העיליגע רעבעס .ס'איז שוין באלד חמשה עשר בשבט. דאס מיינט אז פורים איז שוין ממשמש ובא.

דער א בני יואל איז וואס מ'רופט אויף ענגליש א ...דזשאנני וואן נאוט... אויף קיין שום נושא לאזט ער זיך נישט הערן. והוא באחת.. באס דרייווערס (אלע) זענען חיות רעות און מטורפים...!
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א בני יואל »

זעיסט בעל עגלה
לערן דיך פין מיר
נישט אלעמאל מיז מען אריין זאגען ווען מען רעדט זיך איין אז מען ווייסט
אסאך מאל דארף מען זיין שטול
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א בני יואל: ס'האט זיך מיר פשוט געבענקט צו הערן פון דיר. ווען כ'האב געמיינט (מיט 4 בלעטער צוריק) אז דו האסט שוין מער גארנישט צו זאגן איבער די נושא האביך אויסגעפונען אז דו האסט (ב"ה) נאך זייער א סאך צו זאגן. אבער די טעמע איז אייביג די זעלבע. די באסדרייווערס זענען חיות מטורפים און קרימינאלן. דו האסט קיינמאל נישט פארגעשלאגן עפעס קאנקרעטע עצות וויאזוי מ'קען פארבעסערן דעם מצב. ווען דאס וואלט געווען דער קעיס וואלט איך געזאגט אז דער ר' בנ"י האט א שטארקע נקודה לאמיר איהם אויסהערן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין הויפט טענה צו אונזער חשוב'ן חבר ה'קאווע שטיבל א בני יואל איז אז ער האט געזאגט אז "אלע" באס דרייווערס זענען א באנדע חיות און מטורפים. אבער מ'מוז מודה זיין אז ס'זענען דא געוויסע מוסדות און באסדרייווערס וואס זייער וועג פון דרייוון איז שרעקליך, ס'גרעניצט זיך אפילו מיט קרימינאל.

איין אזא מוסד (וואס דערווייל וויל איך זיי נישט אידענטיפיצירן ברבים, מיט די האפענונג אז די מענטשן וועלכע זענען אחראי אויף די נישט גוטע זאכן וועלן מתקן זיין וואס מ'דארף מתקן צו זיין) וועלכער איז תחת דגלו ונשיאותו פון גאר א חשוב'ן רבי'ן ה' יאריך ימיו ושנותיו וישלח לו רפואה שלימה, די באס דרייווערס פון יענעם מוסד זענען צולאזט. זיי פאלגן נישט אויס קיין טרעפיק רעגולאציעס. זיי פיהרן זיך אויף ווי ווילדע חיות, און זיי שטעלן אין סכנה די לעבנס פון די קינדער אויף זייערע באסעס.

איך קען אויסרעכענען (לכה"פ 8) אינצידענטן. איך האב א דעש-קעם אויף מיין באס, איך האב ווידעא פון די אלע זאכן.

איך וועל אבער רעדן נאר פון 2 אינצידענטן וועלכע זענען זיך פארלאפן אין די לעצטע צוויי טעג.

דעם פארגאנגענעם מיטוואך בין איך געפארן אויף ניעל ראוד ביי דעם (טוירנינג) סוירקל, איז דארט געווען א טראק וואס פיקט אויף די גארביטש, מ'האט געמוזט ווארטן. אזוי ווארטנדיג קומט צו פארן ווילדערהייט באס #406 פון יענעם מוסד, און ער געט א ציה אריין אויף מיין לינקע זייט, ער האט אבער נישט געהאט וואו צו גיין, איז ער (נישט וויסנדיג וואס צו טון) אריינגעפארן אין א דרייוועי (א באס אין א דרייוועי פאר קארס). איך האב געזעהן אז ער איז אובד עצות, האביך איהם געגעבן א טשענס ארויס צו בעקן און געלאזט גיין פאר מיר.

היינט, דאנערשטאג איז געווען א צווייטער אינצידענט מיט באס # 409 פון יענעם מוסד. ביי יוניאן קארנער דארסעט איז דא א 4 וועי סטאפ סיין. דאס מיינט אז די טרעפיק רוקט זיך איין קאר פון יוניאן, די נעקסטע קאר גייט פון דארסעט. איך בין געקומען פון דארסעט. אויף יוניאן איז געווען א קאר וועם איך האב געלאזט אריבערגיין. דער באס #409 איז געפארן זייער נאנט צו די קאר, און מיט גרויס אימפעט אריבערגעפארן די סטאפ סיין, אבער ממש מיט א רציחה. איך האב ווידער רעקארדינגס פון די אלע זאכן.

איך האב געמיינט און געהאפט אז נאך דעם עקסידענט (פון א צווייטן מוסד) אין ניו העמפסטעד וועלן א סאך באס דרייווערס שוין פארן א ביסל מער פארזיכטיג.
דא איז די מענעדזשמענט פון דעם מוסד שולדיג. אז זיי לאזן זייערע דרייווערס פארן אזוי צו ווילדעוועט.

לאמיר האפן אז זאכן וועלן קומען צו זייער תיקון. מעגליך איך וועל מפרסם זיין דעם נאמען פונ'ם מוסד.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א בני יואל »

געלויבט דער פין אויבן אין פין אינטען אין פין אלע פיר זייטן
די הייבסט שוין אן צי עסן דיין אייגענע פעקל שטרוי וואס די האסט דיר ציגעגרייט
יא נישט ׳אלע׳ יא ׳אלע׳ נישט שוין נישט נוגע פינקטלעך
אבער כאפּ א בליק אויך צירוק ווי אנפאנג האסטי געשריבען אז איז האב סתם א אגענדע אין ס׳הייבט זיך נישט אן בכלל איך מאך סתם מעשיות
אין יעצט ביסטי שוין ברוגז אויך אזוי ווי איך. מהאלט שוין ערגעטץ מיט דיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א בני יואל: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט לאכן אזוי שטארק אז איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. מיין שכנ'(טע) איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. ער(זי) האט געפרעגט אויב איך ליין יעצט די שמייכל אפטיילונג פון קאווע שטיבל.

לענינינו. נאכ'ן עסן שטרוי האסטו נישט מדייק געווען אין מיינע ווערטער. איך האב מתחילה געזאגט אז ס'זענען דא באס דרייווערס און מוסדות וואס זייערע דרייווערס דארפן א תיקון גדול, נאר ווען א מענטש מאכט א "הכללה" (אן עברית ווארט, רח"ל מהאי דעתא) ווייסט מען אז ער האט אן אגענדא. נאר ס'איז דאך באוואוסט דער מאמר החכם "אין בר בלי תבן", פון אינצווישן דיינע ווערטער קענמען ארויסנעמען אז דו זאגסט עפעס דברים של טעם...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

א בני יואל האט געשריבן:געלויבט דער פין אויבן אין פין אינטען אין פין אלע פיר זייטן
די הייבסט שוין אן צי עסן דיין אייגענע פעקל שטרוי וואס די האסט דיר ציגעגרייט
יא נישט ׳אלע׳ יא ׳אלע׳ נישט שוין נישט נוגע פינקטלעך
אבער כאפּ א בליק אויך צירוק ווי אנפאנג האסטי געשריבען אז איז האב סתם א אגענדע אין ס׳הייבט זיך נישט אן בכלל איך מאך סתם מעשיות
אין יעצט ביסטי שוין ברוגז אויך אזוי ווי איך. מהאלט שוין ערגעטץ מיט דיר
מר. בני יואל, די וואך האט מען אפגעשניטן די ספיד באמפס פון די גאס ווי די עקסידענט מיט די באס איז געוועהן, אפילו די שטאטראט איז מודה אז די ספידבאמפס זענען שולדיג און נישט די דרייווער.
אבער who cares ווער ס'שולדיג, די עיקר איז צי לייגן א נאסע ליילעך אויף די דרייווערס!
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: ייש"כ. ער שטייט ווי א צדיק'ל אין די זייט און רייבט זיך די הענט (אדער פאטשט זיך אויפ'ן בייכל) פאר הנאה..."וואס האביך ענק געזאגט. מ'האט פארמשפט' דעם באסדרייווער"...!

נישט אזוי שנעל. אין ערגסטן פאל קענמען זאגן אז זה וזה גורם. ער האט טאקע געספידט אויף א בארג אראפ און א געדרייטע גאס. אבער דער (אומלעגאלער) ספיעד באמפ האט איהם געגעבן א שטופ. פון וואס ער איז געווארן אוט אוו קאנטראל...!

אזוי ווי איך האב שוין געזאגט אז ס'זענען דא 2 ערליי ספיעד באמפס. די וועלכע זענען געבויט לויט ענדזשינירישע סטענדערדס. און די היימיש געמאכטע. אפילו מ'קען זיי קויפן ביי האום דיפאו. אדער וואלמארט. דאס מאכט זיי נאכנישט לעגאל. אויסער וואס זיי קענען זיין געפערליך (כמו שראינו) צוברעכן זיי אויך די טשעססי פון די באסעס. וואס קען ברענגען לידי סכנה. אויב מ'כאפט נישט דעם פראבלעם באצייטנס. משא"כ די אפיציעלע זענען בכלל נישט קיין סכנה. און זיי צוברעכן נישט די באסעס.
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך צפוני »

ס'איז גוט צו הערן אז דער ספיד באמפּ איז אראפּ, האבן מיר זיך אסאך ארום געאמפערט מיט א גרויסע שטיצער פונעם (געוועזענעם) ספיד באָמפּ, און מיר האבן דעמאלטס געזאגט אז דער ספיד באָמפּ איז געווען דער מכה בפטיש פאר'ן עקסידענט, אבער יענער האט זיך נישט געלאזט און עס פארטיידיקט. שוין, דער עיקר זאך איז, אז מ'האט געטוהן השתדלות און דער ספיד באָמפ איז אראָפּ, און אזוי וועט מען בעזה"י פארמיידן נאך אזעלכע געשעענישן אין דער צוקונפט!!!
פארשפארט