יעצט זעה איך אז קרן זוית האט געעפנט אן אשכול דערוועגן:שמן למאור האט געשריבן:וועלכע שטיקל אין פרשת וישב מיינסטו?
viewtopic.php?f=13&t=15712
יעצט זעה איך אז קרן זוית האט געעפנט אן אשכול דערוועגן:שמן למאור האט געשריבן:וועלכע שטיקל אין פרשת וישב מיינסטו?
געפעלט מיר וואס די שרייבסט. נישט אז איך בין מסכים, נאר איך האב הנאה פון דיין מהלך המחשבה.יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך האב א שטיקל טעאריע פארוואס רב שמעיה גרינבוים שליט"א וואס ווי באקאנט איז ער אויך א איש השכל, פארוואס ער איז ארויס אזוי שטארק אנטקעגן די חומש פשש"מ.
למעשה פון די שטארקע טענות וואס ס'איז דא אויף די חומש, כביכול אז מ'איז משיג גבול אויף רש"י'ס ביזנעס, און ווי רב רייזמאן שרייבט און זיין בריוו "לא יאות שם זה למפרשי התורה מלבד רש"י שזכה להיות המפרש 'פשוטו של מקרא', וכלשונו כמה פעמים: 'ואני לפרש פשוטו של מקרא באתי'. וראוי שעל כסאו לא ישב זר ולא ינחלו אחרים את כבודו וכתר"
די כביכול ",ביזנעס טענה" האט מען שוין געהאט אויף קהתי און ארטסקרול אויך. יעצט אז די מערכה האט אויפגעפלאקערט זיצט רב גרינבוים פול מיט פחד ווייל למעשה איז ער אויך א מחבר פון די הערליכע פשוטה של משנה רויטע חיבור בסיעתה ד'ש'מ'ע'י'ה ציטערט ער ווי א פיש. וואס טוט אזא איד? ער גייט אויף די offense. ער איז די פאן טרעגער פון די מערכה, קען מען אים נישט אטאקירן!
וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.בר גיורא האט געשריבן:שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/ ... share_link
דער שיעור אויפ׳ן צעטל איז געוווען מוצ״ש. דער שיעור אין די ווידיאו איז קלאר נישט מוצ״ש (נאר זעהט אויס 2 טעג צוריק).אינטערסאנטער האט געשריבן:וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.בר גיורא האט געשריבן:שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/ ... share_link
הפלא ופלאבר גיורא האט געשריבן:שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/ ... share_link
ווייל איינער האט דיר געזאגט גרוילט דיר שוין די מערכה? די גלייבסט יעדע זאך וואס איינער זאגט דיר? איך זאג דיר אז עס האט נישט מיט עוז והדר גארנישט.תרמב האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז עוז והדר העלפט אונטערצינדן די מערכה קעגן די פשוטו של מקרא חומש, ווייל זיי פלאנען ארויסצוקומען מיט עפעס א חומש וואס דאס קען שטערן די סעילס, זינט איך האב דאס געהערט גרוילט מיר די מערכה, אמאל האב איך געהאלטן אז די חברה זענען סתם אנטי'ס און אונטערייסערס פון יעדע גוטע זאך, יעצט קוק איך עס אן ווי א שלעכטיקייט וויל אונטערברענגען א צווייטן מיט גרויליגע אופנים.
דערמאנט מיר די מעשה פון דער איד וואס האט נישט געקענט פארשטיין וואס סאטמארע רבי האט קעגן די ארץ ישראלדיגע אתרוגים, ביז ער האט געהערט אז יוסל אשכנזי איז א אתרוג סוחר, ער מיינט ביזנעס... איז ער דאך גערעכט...