מחיצות ביי קלענערע שמחות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 144
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל
מחיצות ביי קלענערע שמחות
שבת בין איך ארויפגעגאנגען אפגעבן מזל טוב ביי א ישיבישע שמחה. דאס געזיצעריי דארטן וואלט געהייסן סקאנדאליש אין חסידי'שע היימישע קרייזן. איך בין זיכער אז אלעס דארט ווערט געפירט על פי הוראות הרבנים שליט"א, ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע תורה'דיגע משפחה. נאר ביינונז פירט מען זיך אנדערש.
איז מיר ארויפגעקומען אויפ'ן געדאנק, וויאזוי פירן מיר זיך טאקע?
ס'נישט קיין שאלה להלכה, נאר א שאלה אין הלכה למעשה. איר פארשטייט, ס'האט נישט מיט קיין תשובה ספרים צוטון. נאר מיטן פוק חזי מאי עמא דבר.
געווענטליך ווען מ'דינגט ארויס א זאל פאר א שמחה זענען דא מחיצות. א שבע ברכות, בר מצוה, צו וואס. מענטשן קומען ארויף, ס'דא דרשנים, און מ'דארף דאך קענען שטיל מאכן אין עזרת נשים.
ווידעראום אז מ'רופט צו זיך א גאסט אויף שבת זיצן אלע ביים זעלבן טיש. אפילו ס'קומען פינף בחורים אנטלויפט נישט קיינער. בסך הכל אראנזשירט מען די זיצן אזוי אז די עקרת הבית און די מיידלעך פון שטוב זאלן נישט זיצן קעגן איבער די מענער געסט, נאר ביים אנדערן עק טיש. דאס איז שייך אפילו ביי פארהייראטע קינדער. מ'נוצט טאקטיק אין אויסשטעלן די זיצן משום הרחק מן הכיעור.
ס'דא משפחות וואו די פרויען פעקלען זיך איבער אין קיך ווען אימער ס'קומט א גאסט. אין ירושלים האב איך געזען משפחות אזוי. אבער ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור אין אמעריקע מיין איך איז נישט אזוי. ווילאנג ס'דא פלאץ, זיצן אלע ביים דייניגרום טיש.
ווען מ'מאכט א שבת שמחה אינדערהיים, געווענליך איז נישטא קיין פלאץ ביי איין טיש. דאן בלייבן מענער אין דיינינגרום און פרויען אין קיך, צו אין אן אנדער צימער. מ'הענגט אפשר נישט קיין פארהענגען, אבער באזונדערע צימערן איז דא, ואין לך מחיצה גדולה מזו.
וואס איז ווען מ'האט ב"ה גרויס רחבות און ס'דא א ריזן דיינינגרום, קען מען זעצן צוויי מחותנים מיט זייערע משפחות ביים זעלבן טיש? אדער ווען ס'גאר א קליינע עולם? אדער א זאל אבער ס'נאר פעטערס מיט שוועגערינס, און אלע גייען ווינטשן גוט שבת פאר די זעלבע באבע?
די איבעיא איז, שמחה קובעת למחיצה או אולם קובע?

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
יעדער דארף קענען זיין עולם און זייערע הארמאנען.וואס איז ווען מ'האט ב"ה גרויס רחבות און ס'דא א ריזן דיינינגרום, קען מען זעצן צוויי מחותנים מיט זייערע משפחות ביים זעלבן טיש? אדער ווען ס'גאר א קליינע עולם
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

אן אריינגיין אינעם הלכה'דיגע חלק, פארוואס זאל מען נישט אפטיילן מיט מחיצות. די צוויי מינים האבן ממילא נישט בשותפות'דיגער שמועסערייען, ספעציעל ביי חסידים. אזוי וועט אויסקומען אז ביי ביידע זייטן פון די מחיצה וועט מען קענען רואיג פארברענגען יעדער מיט זייערע נושאים...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
נישטא קיין הגדרות אויף דעים, אזויווי די זאגסט ווייל ס'נישט קיין הלכה שאלה.
ביי מיין משפחה למשל, ווען מען מאכט א שמחה/פארטי אינדערהיים איז עס מחיצה'לאז אבער איינמאל ס'קומט אן לכלל אולם דעמאלטס איז יא דא א מחיצה. כ'האב אריינגעטראכט אביסל ביז כ'האב געכאפט זייער פשוט די סיבה, אינדערהיים ווייסט קיינער נישט וואס גייט פאר טיט מען וויאזוי מען פארשטייט אז ס'איז ריכטיג, אבער איינמאל ס'איז אין א האלל קענען אנדערע מענטשן זעהן, מילא קימט אריין די פיער פרעשיר אז מען וויל דאך נישט זיין די "אויפגעקלערטע" "מאדערנע" "משכיל" מילא לייגט מען ארויף א Wall of Shame צווישן די ג'ענדערס.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מען דארף פרעגן די היסטאריקער צווישן אונז אבער ס'קלאר אז פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגן ביידע עלטערן קומען צו PTA, דינערס פאר די מוסדות פלעגט זיין פאר ביידע מינים אן קיין מחיצה, היימישע פלעיס זענען געוועהן פאר ביידע מינים אן קיין מחיצה, יונגערע כיתות אין די מוסד זענען געוועהן געמישט אפילו די גאר היימישע מוסדות ענד סאו אן ענד סאו פארטה.
און די טשערי אן טאפ איז אז אונזערע זיידעס און באבעס זענען צוזאמען געגאנגען אין סקול און אונגארן, יא יא אפילו אין די חסידיש גענויגטע אונטערלאנד, פרעג נאר דיין זיידע און באבע. אגב, גיי קוק איבער די משפחה בילדער פון יענע תקופה אסאך "מסורה" וואס אונז האסן וועט צוגיין ווי א זייפן בלאז.
און די טשערי אן טאפ איז אז אונזערע זיידעס און באבעס זענען צוזאמען געגאנגען אין סקול און אונגארן, יא יא אפילו אין די חסידיש גענויגטע אונטערלאנד, פרעג נאר דיין זיידע און באבע. אגב, גיי קוק איבער די משפחה בילדער פון יענע תקופה אסאך "מסורה" וואס אונז האסן וועט צוגיין ווי א זייפן בלאז.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
געווענליך ארבייט עס אז ווי מיאוס'ער די פרויען זענען אנגעטון, אלץ מער שעמען זיי זיך פון די מענער. ובכן ביי די טשאלמעס ודומיהן מוזן זיי אנטלויפן אין קיך.עדיאל האט געשריבן:ס'דא משפחות וואו די פרויען פעקלען זיך איבער אין קיך ווען אימער ס'קומט א גאסט. אין ירושלים האב איך געזען משפחות אזוי. אבער ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור אין אמעריקע מיין איך איז נישט אזוי. ווילאנג ס'דא פלאץ, זיצן אלע ביים דיינינגרום טיש.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך מיין אז ס'איז גאנץ פשוט, נאנטע פאמיליע האבן געווענליך געמיינזאמע טאפיקס פון וואס מ'קען שמועסן, די שידוך פון פעטער מענדל די גט פון מומע מענדל, א.א.וו., ברייטערע משפחה מיט וועם מ'האט שוין נישט אזא געמיינזאמע שפראך ווייל די מענער זענען פארנומען מיט ראש לימבאו און די פרויען מיט קים קארדאשיען איז דא א חלל וואו די OCD וואס רופט זיך קריבה לעריות/הירהורי מצווה/וואטעווער האט וואו זיך באקוועם צו מאכן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פישל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
כ'מיין אז מיין שאלה איז יעצט מער "וויאזוי" ווי איידער "פארוואס".
"וויאזוי" האט זיך די OCD אזוי עוואלווד דורכאויס די יארן? וואס איז די גורם דערצו? די דור נאך די מלחמה האט דאך געוואוסט וואס ס'איז געוועהן פאר די מלחמה, וויאזוי איז עס געשעהן אז מ'האלט יעצט אפאר דורות שפעטער און ווי א יאהר ס'גייט אריבער אלס ערגער ווערט די סעגרעגעשאן? אז מ'קען שוין ממש נישט זיצן ביי איין טיש ביי א משפחה שמחה?

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פישל, ס'איז זייער פשוט. נאכן מלחמה איז געווען גאר שווער צו בלייבן א ערליכע איד, רוב אידן זענען אנגעקומען דא עלנד אליין אן קיין משפחה, און אסאך, פול מיט טענות אויפן באשעפער. איך האב געקענט אפאר עלטערע אידן וואס די דזשוינט (אן ארגעניזאציע וואס האט ארויסגעהאלפן אידן זיך איינגלידערן אין אמעריקע, און האט זיי געשטיצט מיט געלט און עדיוקאציע, אבער זיי האבן געהאט תנאים, און זיי האבן געוואלט פארשפרייטן אידן איבער גאנץ אמעריקע) האט זיי פארשיקט צו די ווייטע סטעיטס. זיי האבן יעדע וואך אוועקגעלייגט געלט און ווען די יאר פון שטיצע האט זיך געענדיגט האבן זיי זיך באלד אויפגעהויבן און זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג צו קענען זיין נעבן די רבי'ס און רבנים.
עס האט זיך אזוי איוואלווד אזא סורייוול אוו די עקסטרעם ערליכע, ווען די שוואכערע פאלן ארויס און בלייבן אין קליוולאנד אדער סינסענארי. די היימישע אידן האבן געקענט באשטיין אנצוטון שטריימלעך און בעקיטשעס אשר לא ראו אבותיהם מעולם.. אקעי טייל פרויען האט געשטערט די פרומקייטן אבער אז די רוח איז געווען פרום, איז עס שוין געפארן אויף דעם ריכטונג. און איינמאל עס פארט אויף דעם שביל פון עקסטרעמיזם מוז דאך יעדער ווערן ערליכער און עקסטרעמער, און אזוי ווערט עס ערגער פון טאג צו טאג, ביז עס וועט איין טאג פלאצן בעזהשי"ת.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
אלץ בחור האב איך טיילמאל געגעסן ביי משפחות וואס איך בין געיצן אקעגנאיבער די פרויען, אויכעט איינמאל ביי א צווייטע משפחה ווי די בני בית איז געגאנגן זיין ביים קארנער, אלס קינד פלעגן אונז האבן א פרומע ערליכע גאסט און מיין מאמע איז געזיצן אקעגנאיבער עם, אויב איז אבער געווען א שמחה אין א זאל איז אייביג געווען א מחיצה אפילו עס איז נאר געווען נאנטע משפחה, איך קען אויך משפחות וואס לייגן א מחיצה ביים מצווה טאנץ.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
עס פעלט אבער נישט אויס צי ניצן, אויב עס איז דא נאר נאנטע משפחה, וואס די איינציגסטע "פרעמדע" זענען שוועגערינס וואס מען עסט מילא ציזאמען אין דיינינגרום א יעדע שבת.
אויכעט אויב פארפירן די עלטערן ווען א מאן גייט אריין ביי די פרויען אדער פארקערט.
אויכעט אויב פארפירן די עלטערן ווען א מאן גייט אריין ביי די פרויען אדער פארקערט.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
- פישל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
ר' שמן, דאס איז לכאורה אן אמת'ע טעאריע.שמן למאור האט געשריבן:פישל, ס'איז זייער פשוט. נאכן מלחמה איז געווען גאר שווער צו בלייבן א ערליכע איד, רוב אידן זענען אנגעקומען דא עלנד אליין אן קיין משפחה, און אסאך, פול מיט טענות אויפן באשעפער. איך האב געקענט אפאר עלטערע אידן וואס די דזשוינט (אן ארגעניזאציע וואס האט ארויסגעהאלפן אידן זיך איינגלידערן אין אמעריקע, און האט זיי געשטיצט מיט געלט און עדיוקאציע, אבער זיי האבן געהאט תנאים, און זיי האבן געוואלט פארשפרייטן אידן איבער גאנץ אמעריקע) האט זיי פארשיקט צו די ווייטע סטעיטס. זיי האבן יעדע וואך אוועקגעלייגט געלט און ווען די יאר פון שטיצע האט זיך געענדיגט האבן זיי זיך באלד אויפגעהויבן און זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג צו קענען זיין נעבן די רבי'ס און רבנים.