רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "
vocal fry",
הערט און ווערט נערווירט.
איך ליעס מיך מיט דיר, דאס איז נישט דוקא א פרויענישע זאך. ס'איז א מענטשליכע זאך. (ווער נישט סטאק מיט א סטיראטיפ) איך פארשטיי אביסל צו שטימע איך בין שוין אפגעזיצן ביי לערערס און לערערינס, און איך קוק שוין די נושא אויף יוטוב פאר א שיינע פאר יאר vocal fry איז א חלק פון די frequency פון א שטימע. אבער יעדער מענטש האט עס אין זיך, רעדיא בראודקעסטערס אדער א וואויס אווער ארטיסט וואס מ'נוצט צו דראמאטיזירן די פריוויא פון דזשעמס באנד מאוויס האט אויך א שארפע vocal fry די חילוק איז, זיינס איז אויסגעשלייפט און ס'גרידזשעט נישט אזוי, ער ווערט נאך באצאלט פאר דעם אויך, כאפסט? זינגערס נוצן עס אסאך פאר שטיק, היימישע אויך. איך האלט גראדע ס'איז שיין. פארשטייט זיך אז מ'האט קאנטראל דערויף.
דאס וואס דיר באדערט האט מער מיט געוויסע אקצענטן פון LA ס'הייסט
valley girl accent קים קארדאשיאן ועוד, רוב פרויען אין יענע קליפ וואוינען/דרייען זיך אין האליוואד, איין סאורס טענה'ט אז בריטאניע ספעירס האט עס אריינגעברענגט ווען איר'ס א ניגון איז געווארן די הסתרה hit פון די 2000s וואס איז מסביר אסאך אלס זינגען טעכניק אויס. יצחק פוקס, ישי לפידות, יואלי ווייס, מיכאעאל (יעדע דריטע קאנטרי זינגער) און שלמה ארצי האבן עס פונקט אזוי
יעדע שטימע פארמאגט א געוויסע רענדזש, אז דו וועסט אראפפארן צו די נידריגסטע נאט פון א פיאנא וועסטו הערן די זעלבע סאונד מיט א קראצעדיגע ווייברעישן, און ווי באקאנט האבן פרויען א העכערע רעינדזש ווי מענער, סא אז זיי רעדן אזוי איז עס היבש אפגערוקט פון א געווענליכע פרוי'ס נאטירליכע רענדזש.
נאדיר א מאנספערזאן
טיטשער וואס איז מסביר מער איבער פארבראטן די שטימע