האפפטשו!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

האפפטשו!

שליחה דורך דונג »

האפפטשו!
וויפיל נוסחאות דאס האט נאר...
אקורשט האט זיך דער זומער אפגעפיצט מיט’ן תכלה שנה. און שוין הערט מען פולצאליגע שופר בלאזערס...
איינער פירט זיך צו בלאזן בלויז מיט איין האנט אויפ’ן נאז, און מאנכע נוצען קוים צוויי פינגער, ווי כאילו געזאגט, אז ס’א שאד אויסנוצען צען פינגערס פאר איין ראציגער נאז.
און דער גאנצער ציבור דארף מיטהאלטן דאס גאנצע דעליווערי...

ס’הייבט זיך אן מיט העעעעעע האפפטשו!!! ס’דונערט פון יריחו עד לבוא חמת. און עס פאלגט נאך א רייע תקיעות שברים און אזעלכע שארפע טראמפייטערישע תנועות. ממש פארגרעבטע באסאווע קולות. ווי געזאגט, די ראץ קום ארויס איינס... און צוויי און ווען כ’זאגט דריי גייט פעטש!
און וואס האט גורם געווען דעם האסטיג קוויטשעדיגער האפפטשו? פעטער בערלס טאביק פושקע!

ס’האט זיך ארויסגעשטויסן א רויעך, אזאנס, אז אויך די פארלוירענע צענטע ברעקל חמץ איז ארויסגעקומען, און דערמיט אויפגעוועקט א האלבע ציבור, וואס האט פיין געדרימעלט ביים שבת שובה דרשה.

וויפיל נוסחאות ס’איז דא אויף דעם האפפטשו, אזויפיל נעגל אויפ’ן וואך.
דאס גאנצע ווייטאג גייט אריין דערין. איינער פירט אויס טששי........... א דריטער טשאאא... יעדער האט זיך זיין תנועה’לע וואס קינד און קייט ווייסן שוין בלינדערהייט, אז יא, דאס איז מאיר וואס האט דעם האפפטשו ארויסגעגעבן.

און ווי א געדעכטער וואלקן וואס פאלגט נאך מיט א גערוך נישט געוואשענע עופות…
תרועה תקיעה תרועה... ביז איינער א חוצפן שישקעט עהם שוין... ווייל ס’צעמישט דעם רב די כוונות...
און לאמיר זיין אויפריכטיג, אזא אויספלאץ קען זיך מאכן וואו אומער און כאטשיג ווען. נאר דא אין שול קען ער נישט אויסלאזן דאס גאנצע תוכו כברו, און מוז שולט זיין אויף די אנדערע נקבים וחלולים. אבער ווארטס נאר, ווען ער שפירט זיך סעקיורד, און קימערט זיך גארנישט מיט די זאטוטים וואס הערן אויס זיינע בויך שטימעס, לאז ער גריסן יולי דעם פערטן אויף א מסורה’דיגער שטייגער, וואס נאר די זקינך ויאמרו לך האבן אזוי געקאנט...
וואס זאל איך שוין זאגן... שנשמע ונתבשר בשורות טובות....
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

א נייער פשט אין ליפא'ס ניגון, למעלה למטה, מזרח מערב וכו'.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

וואס טייטשט א סאדיסט

שליחה דורך דונג »

ס'דא גענוג לייטן וואס וועלן רויבען און שעדיגען, נאר ווייל זיי האבן דערפון א טובת הנאה. און דאס פירט זיי צו טון אנדערש ווי מאראל צייגט אינעם וועלט-באשאף.
מאראליש זאגט יעדע באשעפעניש, אז מ'טוהט א זאך וואס מ'וויל פאר זיך, צו עסן צו געלט, אבער ס'איז מער אז מ'פארגעסט פון יענעם - ווייל מ'טראכט בלויז פון זיך.

אבער א סאדיסט! דאס איז א צווייטע שמועס לחלוטין.
אויף א קעצל זאגט מען, אז ס'האט דעם געפערליכער פירונג, פון פייניגען יענעם, כאטש ס'פארדינט נישט קיין עסן, צו אוטא'רעטאריע גופא. בלויז לשם פייניגען. געווענליך איז דאס אויף מייז למיניהם. און די אורזאך איז אויך אויסגעשמועסט ביי פארשידענע חוקרים.

ביי אונז אין ישיבה, איז געווען אזא פאקטאר.
העשל, א שוואך קינד - פון געבוירן אן, האט מורא געהאט פון יעדע שארך פון די נאטור. ער האט געזען א פייגל פליען איבעראיהם, האט ער זיך אראפגעבויגן - ווי צו צייגן הכנעה...
און צו דעם אלעם, אויב האט איהם נאך אויסגעפעלט יסורי הנפש, פלאס וואס ער האט געהאט עטליכע עלערגיעס, און די נאז איז איהם גערינען, און די אויגען גרין-פארגליווערט עפעס... און דאס פנים אויך היבש געשטימפעלט.
- האט ער דאס מערסטע געליטן, אז ער פלעגט קריגן טויט-געפרוירענע 'טשילז', אויב איינער האט צעריסן א שטיקל פלעסטיג.
א קשיא אויף א מעשה... זיין הייקעלע תכונת הנפש האט דאס אנגענומען געפערליך שווער.

וכאן מצא האכזר לגבות את הנאתו...
טובי' א קלוג בחור'ל, נישט אזוי פריינדליך ווי לאכעדיג. און מיט א גוט קעפל, וואס כל רז לא אניס לי'... ער האט פון אלץ און אלעמען געוואוסט פאר יעדן, און יעדע טאלאנט האט ער געהאט א פינגער, און ס'האט איהם גארנישט געפעלט; נאר אפאר קנאקעדיגע פעטש.
פארוואס זאל איהם איינער וועלן שלאגן, אויב ער איז א קלוגער, און אויסגעצייכנט - מיט וואס רוב כיתה איז נישט.
ער קען 100 אויפ'ן בחינה, און טויג 100 אין יעדע שפיל, און ווייסט 100 יעדע מקצוע אויפ'ן וועלט. און מיט זיין בייסיגע געלעכטער, האט ער ווי געקעניגט אויפ'ן ציבור.

אבער מידות? ער האט קיינמאל נישט דירעקט וויי געטון איינעם. און אויך נישט בידים. ער איז גאר געווען א מפונק, און מ'האט איהם נישט געמעגט אנרירן, און ער האט קיינעם נישט געוואלט אנרירן...
ער האט מיט זיין שארפער שמעק אנדעקט דעם געהיימניס, אז העשל באקומט טשילז פון צוזען ווי מ'צערייסט א שטיקל פלעסטיג. מער האט נישט אויסגעפעלט. און העשל איז געווארן די שפילצייג פונעם פאלק...
יעדער בחור האט אין זיך א נשמה, און איינמאל צוויי מאל צו מאכן דעם שפיל מיט העשל, האט מען רחמנות באקומען און אויפגעהערט.

אבער נישט טובי'.
ער האט זיך גענומען - נישט פון היינט - אבער מיט זיין ניי-אנדעקטער פייניגונג-מעטאד, האט ער מיט פלייס געריסן שטיקער פון העשל.
דער עולם האט אפי' קוים באמערקט, אבער מ'האט געזען העשל וויינען און שיווערען, האט מען למפרע פארשטאנען, אז טובי' האט ווידער געמאכט א 'ווערטל'...

ס'איז שוין אריבער פון יענע בחורישע יארן, עטליכע צענדליגערס. און העשל איז היינט - ווי איר שטעלט זיך פאר - די זעלבע שלאג ברעט, נאר מיט א גרויע בארד שוין...
און טובי'? דער זעלבער אכזר!
אקורשט נעכטן הער איך ווי ער זינגט אריין פאר א ווייעכער נשמה, א פסוק מיט אלע טעמים. און ס'קומט מיר ארויף די ריפלאקס פון יארן צוריק; ווי העשל כליפעט און שיווערט, און טובי' לאכט, און שטופט איהם אריין א צעריסענע שטיקל פלעסטיג אין די אויערן...

דאס איז נישט קיין משל, און פשט איז אויך שווער צו געבן. אבער ס'איז א מציאות!
מ'קען זיין טיפ טאפ אינעם געזעלשאפט, און מ'ווייסט גארנישט, אז די צרות וואס שוועבט ארום, קומט גאר פונעם מזרח ברעטל, ווי אזא טובי' שטייט און באווייזט זיין גרונם יהגו.
און די ישועה קומט, ווען א לב טוב וואס כלל ישראל האט אסאך - האט געגעבן אזא העשל א פופציגער אין האנט... לכבוד חנוכה!!!
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

כ'געדענק עס ווי היינט;

שליחה דורך דונג »

א יונגער בחור'ל האט געכאפט א היץ, און אריין אינעם ישיבה'ס גרויסער פרידזשידער, און אויסגעשאסן 'אלע' אייער אינעם שטח...

פון ווי האט ער געזאלט וויסן, אז פונקט יעצט, סוף נאכטמאל, איז שוין דער נאכט משגיח אין געגענד?... און דער משגיח עפענט דעם פרידזשידער, און זעט דעם ווילדער יאנקעלע בקילקולו...

גוד דזשאב! זאגט ער איהם – מיט א שטרענג שפאטישער טאן. און יעצט יאנקל גייט דיר אהיים, און קום נישט צוריק אין ישיבה מער...

יאנקל איז אהיים – אויסגעזשוכעט... און נאך וואס ער האט באקומען א פסק פונעם טאטן, א פעטער קנס פונעם מנהל, איז ער צוריקגעקומען אין ישיבה, און זיך געזעצט לערנען, ווי גארנישט וואלט פאסירט. אז יארן זענען פארלאפן - און יאנקל איז אויסגעוואקסן א פלייסיגער וואוילער תכשיט.

אלא מאי? ס'גארנישט... א בחור דארף זיך אויסגעבן, און איינמאל ער געבט זיך אויס, קען עס זיין אויך אויף א בחורישע צעדרייטע שטייגער. ווייל א בחור איז א בחור... ער קען נישט זיין אייביג וואויל, ווייל דאן איז ער א לעמעלע... ער טאר נישט זיין צו שלעכט, ווייל דאן קען ער אריינפאלן אין א געפאר פון בלייבן אין תהום. אל תצדק הרבה ואל תרשע הרבה.

מ'מעג אמאל גרייזן, און ס'איז אויך געזונט... נאר פאס אויף, לאז נישט אויס – און צי נישט איבער דעם שטריקל. אז ס'האט דיר פארגלוסט א אומרעכט, מאך א נאך ברכה און פון יעצט געב בעסער אכטונג...
פארשפארט