וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?

שליחה דורך [NAMELESS] »

א פרישע פרשה אין לאנדאן ווי נעקסטע וואך דארף פארקומען א קאנצערט פאר פרויען דורך פרויען זינגערינס, אריינגערעכענט ברכה יאפפא פון נ''י, און היימישע רבנים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור.

דאס איז נישט די ערשטע מאל. אין לעיקוואד איז אויך געווען אזא טומעל א שטיק צייט צוריק.

וואס קוועטשט פאר די רבנים? פארוואס קענען פרויען נישט האבן א כשר'ע אינטערטעיממענט דורך פרומע ערליכע פרויען מיט אלע גדרי צניעות?


https://www.jewishnews.co.uk/bracha-jaffe-concert-ban/
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?

שליחה דורך פרנס החודש »

דאס מאל ביסטו נישט גערעכט, עס האט גארנישט מיט די פרויען, שירים שיעורים יוכיח. נאר די רבנים זענען קעגן יעדע פראדאקטיווע געדאנק שוין זייט די מיטלאלטער יארן והדברים ידועים.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דער אמת איז אז די רבנים שטערט עס אפילו ווען עס קומט פאר מענער קאנצערטן, עס שטערט זיי בכלל יעדעס מאל מען קומט זיך צאם פאר ריין אינטערטעינמענט, א ערליכע איד דארף זיך ארום דרייען מיט אן אראפגעלאזטע נאז און זיין באבלאזן אגאנצן טאג אויף די ציונים, לאנגע שייטלעך, דורכזיכטיגע שטרימפ, סמארטפאונס און וואס נישט. אן ערליכע איד טאג נישט סתם הנאה האבן פונעם לעבן! איי די מענטשליכע נאטור איז צו וועלן פארברענגען און הנאה האבן פונעם לעבן? אויף דעם שטעלט מען צו "הייליגע" פארברענגענס. אנשטאט א קאנצערט מאכט מען א באטע. אנשטאט א פוטבול שפיל מאכט מען א כינוס. אנשטאט גיין צו א רעסטוראנט מאכט מען א טיש. אנשטאט מאכן א בארבעקיו מאכט מען א הדלקה לכבוד התנא אלוקי. אנשטאט מאכן א יום הצמאות פייערונג מאכט מען א יום הצלה, אא"וו.

די זאך איז נאר אז אויף פרויען און בחורים האבן זיי נאך א קאנטראל, ווייל די בחורים זענען נאך סטאק אין די מוסדות און שידוכים סיסטעם, און די פרויען זענען על פי רוב זייער תמימות'דיג און זיי קויפן אפ די איסורים פון די רבנים כנתינתן מסיני. ממילא דראפענען זיך נאך די רבנים און פראבירן צו האלטן קאנטראל אויף וואס זיי קענען נאר.

די מענער לאכן שוין פון די רבנים אין די פויסטן, זייער ווארט מיינט שוין גארנישט היינט, א קול קורא פון סאכדעס איז שוין ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית. א מענער קאנצערט איז שוין עפעס וואס איז א נארמאלע אנגענומענע זאך, הגם אין די נישט צו לאנגע פארגאנגענהיים האבן די רבנים פארפירט דערקעגן פונקט אזוי. זע בילד.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20230103-101116_Chrome.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס שטערט זיי? אז מ׳פארגינט נישט פאר זיך פארגינט מען נישט פאר א צווייטן, basic psychology.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?

שליחה דורך סבא דבהתא »

איך גלייך זייער סעיף ג’ פונעם קול קורא, היפאקריטיע נעקסט לעוועל.

ס’הייסט אזוי... א צוזאמקום פון אידן יראים ושלמים איז טריפה, אבער אויב לייגסטו צו א קאלירפולע בעקיטשע אויבנאן איז דאס די מטהר.
אויב אזוי איז דא א פשוטע עצה מ’זאל נעמען עני ליידיגייער פון גאס, אים אנטון די בגדי פרה הידועים, (לכתחילה זאל ער הייסן טייטלבוים, האלבערשטאם, וכדו’) אים זעצן אויפן אויבנאן און הכל על מקומו יבא בשלום
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סבא דבהתא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
אן קיין וויין אדער ביי א סעודה? א רמ"א גלייך נאך הלכות תשעה באב.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרויען זאלן ארויסגיין הערן אנדערע פרויען זינגען איז אן הוללות, און בכלל וואס פעלט עס אויס, ס'איז א איבעריגע זאך.

זאלן זיי זיך אנטוהן א שווים-קלייד און צודעקן די גאנצע גוף מראשם עד רגלם, און אזוי גיין הערן נגינה, אפשר דעמאלטס וועט מען דאס מתיר זיין.!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סבא דבהתא האט געשריבן:איך גלייך זייער סעיף ג’ פונעם קול קורא, היפאקריטיע נעקסט לעוועל.

ס’הייסט אזוי... א צוזאמקום פון אידן יראים ושלמים איז טריפה, אבער אויב לייגסטו צו א קאלירפולע בעקיטשע אויבנאן איז דאס די מטהר.
אויב אזוי איז דא א פשוטע עצה מ’זאל נעמען עני ליידיגייער פון גאס, אים אנטון די בגדי פרה הידועים, (לכתחילה זאל ער הייסן טייטלבוים, האלבערשטאם, וכדו’) אים זעצן אויפן אויבנאן און הכל על מקומו יבא בשלום

איך טראכט יעצט אז אפשר פון דא שטאמט טאקע דער מנהג און די זינגערס טוען זיך אן קאלירטע גלאנצעדיגע בעקיטשעס ביי די קאנצערטן, אזוי איז עס מותר לכתחילה!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ביז מען זאל ווארטן? ביז די טו סטעיט סעלושען?
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ר' היסטאריע איר זעהט מיר אויס צו זיין א גאר תמימות'דיגע איד. הייסט דאס דו האלטסט אז דער עולם מאכט א חילוק וואס איז (באמת) אסור און מותר?

מיר לעבן אין א גרויסע פורים שפיל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איך פרעג נאר אזוי, וואס דער היתר איז. איך פארשטיי אז דער קול קורא האט גארנישט מיט דעם, זיי האבען אנדערע סארט פראבלעמען, ווי צ.ב.ש. אויב מען וועט זיך צוזאמען קומען די פרויען אליין, וועלען זיי ווערען זעלבסטשטענדיג, און נישט וועלען זיין אזוי אינטערטעניג צו די מענער און די רבנים. דער זעלבער ליגט אונטער דער איסור אויף דער פרויען פראגראם פין דער בני יואל אין מאנרא, ווייל עס לערנט אויס די פרויען אז זיי זענען אויך מענטשען, קענען אויך הנאה פין לעבען אויף דער אייגענער האנט.

דער גאנצער מהלך, אונז קענען חוזק מאכען פין היינט ביז מארגען, איז גראדע אינטעגראל צו חריידיזים, און איך פארשטיי די רבנים אויף הונדרעט פראצענט.

און אלע מדינות וואס מען האט אדורך געבראכן דיקטאטור, איז עס געקומען פין דעם וואס מען האט געגעבען פרויען רעכטען, ווען פרויען באקומען רעכטען, און ווערען זעלבסשטענדיג, פארלירען דער מענער דער געפיל פין זיין דער אויבערהאר, און זיי ווערען אויך היבש אויפגעקלערט, און ווען מענער באציען זיך צו פרויען ווי מענטשען, נישט ווי אזעלכע וואס ברויכען זיין אינטערטעניג צו זיי, עקספעקטען די מענער דער זעלבער פין די רבנים און אנדערע סארט קנארקערס קאקערס און אויבערהארען וואס עקזיסטירען ביי אונז, און זענען נישט אינטערטעניג מער צו די רעביס און די מנהיגים.

די מנהיגים שיווערען און ציטערען אין די גאטשעס פין יעדער שינוי וואס זיי חלומ'ן נאר קען זיי צונעמען זייער בעלות אויף דער ציבור. אפילו א בת עין און ר' שעי'לע קערעסטירער צו דער ריבניצער, איז פאר זיי א מורא'דיגער שרעקליכע דראונג, ווייל עס מאכט אז דער חלק גלויביגער מענטשען, וואס קומען צו זיי בעטען פאר ישועות, אפילו זיי ווערען פארלוירען צו די טויטע, און דערפאר האקען זיי במישרים ובעקיפין אויף אלע סארט מיסטישע ישועות און סגולות וואס עולם גולם קען זיך אנכאפען, ווייל מען נעמט זיי צו זייער געווער, עס איז ממש בבחינת ויגזול את החנית מיד המצרי, זיי ווילען אז מען זאל נאר גלייבען אין זייערע הבלים, און נישט חלילה אין די הבלים פין א צווייטער.

בקיצור, געבען די מענער דער "אחריות" פין די פרויען, איז גאר א וויכטיגער טאקטיק פין אונזערע חריידישע מהלך, אזוי לערנט מען אויס די מענער צו זיין רשעים, און מען איז מסכים אויף אנדערע רשעות, ווייל אזוי גייט עס, מען רעדט אונז איין אז פרויען זענען ל"ע משוגעים און חסרי הדעת, אזוי אז מען בארעכטיגט די רשעות. דער חינוך פין די מיידלעך ווייטער, גייט אויף דער מהלך פין זיי איינרעדען אז זיי זענען שולדיג אין מעורר זיין תאוות אין מענער, און דערפאר דארפען זיי אכטונג געבען נישט ארויס צו געבען זייער תאווה צו ווערען "געזעהן", און אנדערע געוועהנליכע פרויע'שע רצונות וואס זיי זענען נארטירלעך געבוירען מיט. דאס אלעס דארפען זיי סופרעסען, אזוי אז זיי זאלען טאקע זיין צומישטע ברואים, און די מענער וועלען קענען טוהן מיט זיי כרצונם, און די רבנים וועלען קענען פירען די מענער כרצונם, והכל על מקומו יבא בשלום.

ממילא ווען אפאר פרויען הייבען אהן מאכען קאנצערטען, און זיי ווערען זעלבסט שטענדיג, איז עס באמת א סתירה צו אונזער מהלך אין אידישקייט. עס איז נישט קיין משוגעת.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער פראבלעם פון די רבנים הייבט זיך אן פיל פריער ווי פרויען קאנצערטן. זייער הויפט פראבלעם איז אז דער ציבור האט אנגעהויבן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט, און זיי האבן שוין נישט קיין אויסשליסליכע קאנטראל אויף וואס און וויאזוי דער עולם זאל זיך פירן. יעדער רב האט אמאל געוואוסט אז ער קען ארויסגעבן א בריוול מיט א געקאטשקעטע אונטערשריפט, און באלד דערויף וועלן זיין גענוג שוואנצן וואס וועלן אינפארסירן זיין נארוואס פאבריצירטע ׳תקנה׳ וואס ער האט איינגעפירט.

היינט איז נייע צייטן, קענסט ברענגען די גרעסטע רבנים און די שארפסטע חתימות און זיי אונטערשרייבן אויף די גרעסטע עבירות, און דאך וועט עס בכלל נישט האבן קיין אימפאקט אויף קיינעם. אויב וועסטו ברענגען א היתר וועלן די חאניאקעס אפשפעטן, און אויב וועסטו ברענגען אן איסור וועלן די באמעס זיך אויסלאכן.

עס זענען געווען געוויסע רבנים וואס האבן גענומען דעם מהלך פון אראפנידערן צום עולם, און זייערע חתימות זענען טאקע יא עטוואס אנגענומען. א שטייגער ווי ר׳ מענדל שאפראן און נאך, וואס זיי געבן ארויס בריוו וואס האבן אן אפעקט, טאקע צוליב דעם וואס מען ווייסט אז זיי זענען מקיים דעם לא תגורו מפני איש. אבער די אלע אנדערע רבנים, ספעציעל די אייראפעאישע, ווערן געפירט דורך אפאר פינסטערע עסקנים׳לעך און גאסיפער, און דער עולם לאכט פון זיי אין די פויסטן.

אויב וואלטן מיר געהאלטן אז די רבנים פארטרעטן בלויז די תורה הקדושה וואלטן מיר דאך אוודאי געפאלגט, נאר היות עס האלט אין איין ארויסקומען ווי איינזייטיג און נישט אויפריכטיג די חתימות ווערן צאמגענומען, האבן די עסקנים׳לעך גורם געווען אז יעדע חתימה אדער קול קורא ווערט באלד ללעג ולקלס. לאמיר אנהייבן מיט שמואל ניימאן און קידטשאטשקע, וואס יעדער איינער האט דאן געזען אז די רבנים האבן נישט געוואוסט איבער וואס זיי חתמ׳ענען, און אויך לעצטס ביי די זכו שיעורים אדער ביי די פשוטו של מקרא, וואס ביי ביידע פון זיי האבן רוב רבנים צוריקגעצויגן, און ביי פשוטו של מקרא איז אפילו ארויסגעקומען א בריוו פון א חשוב׳ן רב וואס האט געשריבן ״היות עס איז מיר נתברר געווארן אז דער מחבר איז א חשוב׳ער איד וכו׳ צו איך צוריק פון דעם חתימה.״

אנטשולדיגט מעלת כבודו, אבער פארוואס האט איר נישט מברר געווען בעפארן אונטערשרייבן? טוט מען אויך חתמ׳ענען אזוי טשעקס בעפארן קוקן דעם אמאונט?

אלא מאי, דער רב איז א חשוב׳ער איד. ער האט אבער געהאט אן אביוזיוו שלעכטער עסקן וואס האט אים געצווינגען אונטערצושרייבן נאך פאר ער האט געהאט א שאנס צו מברר זיין, און אזוי ארום האט נאך א רב׳ס חתימה פארלוירן די שוויות.

די איינציגסטע פלאץ וואו די רבנים האבן נאך געהאט עטוואס קאנטראל ביז איצט איז געווען איבער די פרויען. אויב זי דרייווט - טראסקעט מען פון די מוסדות, אויב זי האט א סמארטפאון - טראסקעט מען ווידער. אויב זי גייט מיט שטרימפ אן א סיעם אדער מיט א לאנגע שייטל וואס ערלויבט איר אויסצוזען אנדערש ווי די דורכשניטליכע חסידישע קאפקעיק לעידיס - ארויס פון די מוסדות, די מירונ׳ע טראגעדיע? צוליב רויטע געפאסטע קליידער, אן עקסידענט חלילה? זענען די פרויען ווייטער שולדיג, און אזוי ווייטער. (כאילו מען קען נישט זאגן אז די טראגעדיעס קומען ר״ל צוליב די אינגעלייט וואס האלטן זיך נישט די אויגן און קוקן אויף די רויטע געפאסטע קליידער...)

די עסקנים זעען אין דעם געפלאנטן פרויען קאנצערט א שרעקליכער פארלוסט אין זייער קאנטראל, ווייל אויב האט מען אמאל געפרעגט רשות בעפאר מען האט גערופן ליפא שמעלצער צו א חתונה אין לאנדאן, קומט יעצט צו פארן א מאדערנע אמעריקאנע לעידי וואס גייט זינגען אינאיינעם מיט אונזערע היימישע פרויען. שומו שמים! די פרויען גייען האבן א גוד טיים, און אזוי גייט זיך אנפאנגען א נייע עפאכע פון אונטערהאלטונג פאר פרויען, און ווען די פרויען טרעפן סיפוק אינדרויסן פונדערהיים צעפאלן די משפחות! לאמיר דאס זאפארט אפשטעלן, חתימה! קול קורא!

איי, די פרויען גייען דאך ממילא גיין, ווייל זייערע מענער זענען דוקא צופרידן אז זיי גייען האבן א געשמאקע נאכט זיך אויסצוטשוכען, און יא, זיי מעגן אויך ארויסגיין פארברענגען פונקט ווי זייערע מענער וואס פרעסן טשאלנט דאנערשטאג נאכט ביז פארטאגס. זיי מעגן אויך ארויסגיין פארברענגען מיט זייערע חבר׳טעס פונקט ווי דער מאן גייט ארויס ׳דאווענען מעריב׳ יעדע נאכט.

אבער ניין, דאס קען חלילה צוברענגען אז די פרויען זאלן אויך האבן א מיינונג, אז זיי זאלן אויך אנהייבן ארבעטן אויף קאריערעס, זיי זאלן אויך האבן אביסעלע קאנטראל אין שטוב, און דאס איז דאך הירוס הדת. אויב וועט די פרוי קענען זאגן עפעס אנדערש ווי דער מאן, אויטאמאטיש וועט זי שוין נישט פאלגן די רבנים ותוצאותיו מי ישורנה. זאלן זיי וויסן אז זיי פייפן זיך אן אויף די רבנים, זאלן זיי וויסן אז דאס איז היפוך דעת תורה, און זאלן זיי וויסן אז די קומענדיגע טראגעדיע ה״י וועט זיין צוליב דאס גיין צו די אומווערדיגע קאנצערט.

דער קעפל פון דעם אשכול דארף געטוישט ווערן צו ״וואס באדערט די עסקנים?״ און נישט רבנים, ווייל זיי זענען נאר די שיק אינגלעך פון עטליכע הארני אינגעלייט וואס פארגינען נישט אביסל זעלבסטשטענדיגקייט.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

פרויען טארן נישט באשטעלן לאנטש אויף אובער איטס, זען א אייניקל ווידיאו אויף וואטסעפפ, ווער רעדט נאך פון דרייווען א קאר. זיי זענען וואקענדיגע רחמים וואס ברויכן זען צו פאפן וואס מער בעביס כדי די נחת מאשין זאל ארבעטען וואס בעסער און שענער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און גיין אנגעטון מיט הענגעדיגע שמאטעס. און פארדרייטע (אף סענטער) קורצע, שמוציגע שייטלעך, רח"ל. נישט געמאכט (ח"ו) פון היומען העיר. לויט געוויסע העיליגע רעביצינס...!
אדוני המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:37 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אדוני המלך »

זיי האבן מורא אז זיי פארלירן קאנטראל.
שטרומפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך שטרומפ »

ששון ושמחה האט געשריבן:א פרישע פרשה אין לאנדאן ווי נעקסטע וואך דארף פארקומען א קאנצערט פאר פרויען דורך פרויען זינגערינס, אריינגערעכענט ברכה יאפפא פון נ''י, און היימישע רבנים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור.

דאס איז נישט די ערשטע מאל. אין לעיקוואד איז אויך געווען אזא טומעל א שטיק צייט צוריק.

וואס קוועטשט פאר די רבנים? פארוואס קענען פרויען נישט האבן א כשר'ע אינטערטעיממענט דורך פרומע ערליכע פרויען מיט אלע גדרי צניעות?
כ'פארשטיי נישט פארוואס ווען אפאר רבנים זאגן עפעס מיינט עס אז "זיי" און אלע רבנים האבן אפגעמאכט עפעס.

כ'זאג נישט אז זיי זענען גערעכט, אבער ס'איז נישט "רבנים" נאר עס איז אפאר אינדווידיאלן וואס פארמאגן רבני'שע טיטלען.

ליידער אין אונזער סאסייעטי ווייסט מען נאר ווער עס אסר'ט און נישט ווער ס'כשר'ט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ווער לאזט דיך נישט גיין קיין ישראל?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
דאס איז נאר אין ירושלים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
ביזטו בכלל אמאל געוועהן אין ישראל?

אוי דערמאנסטו מיך א זיסע מעשה. געוועהן אמאל א בחור וואס זיין טאטע האט איהם געשיקט לערנען אין ישיבת מיר, ווי פילע אנדערע בחורים איז ער געווארן פארנומען דארט מיט זייער וויכטיגע זאכן און האט נישט אריינגעטרויטן אין ישיבה ווי גרויס די יאר איז, מ'האפט אז אין דירה האט ער כאטש געלייגט תפילין פון צייט צו צייט. זיין טאטע האט באקומען די גוטע גריסן און איין טאג בעצם יום טוב חנוכה האט ער זיך באוויזן אין ירושלים און ער פרעגט זיין זוהן צו ער קען איהם ארומווייזן אין ישיבה... אינגאנצן פארלוירן רופט דער בחור אן א חבר און פרעגט איהם די אדרעס פון ישיבה, ממש מיט נסים האט ער עס געטראפן, ער דרייט זיך ארום מיט זיין טאטע און ווייזט איהם אן וואו ער לערנט כלומרשט, וועלכע חבורה ער לערנט, א.א.וו. אלעס איז געגאנגען געשמירט ביז... דעם נעקסטן צופריה ווען דער בחור איז געגאנגען מיט זיין טאטע אין שטיבלאך צום ערשטן מאל אין זיי לעבן און מ'האט געזאגט ברכת כהנים ביים דאווענען און דער בחור איז געווארן אביסל צומישט, גיבט ער א שושקע איבער צו זיין טאטע "אה, כ'האב פארגעסן דיך צו זאגן אז אין ארץ ישראל דוכנ'ט מען אום חנוכה..."
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
די סיבה פארוואס מען שפילט נישט קיין מוזיק אין ירושלים האט גארנישט מיט גלות, ס'איז א תקנה אין ירושלים פון די לעצטע הונדרעט אדער 200 יאר, און די סיבה דערצו איז ווייל ס'פלעיגט זיין געמישטע חתונות האט מען גע'אסרט מיוזיק כדי די פרויען זאלן נישט אריינקימען צי די מענער, אז ס'זאל נישט זיין אינטערעסאנט.
אן אריינגיין צו די פראבלעים איז טאקע א פראבלעים, און צו די עצה איז טאקע א גיטע עצה, האט עס זיכער קיין שייכות מיט גלות.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חתם סופר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
דאס איז נאר אין ירושלים
וואטעווער, כ'האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה, והבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט