אויך. מעגליך מהאי טעמא האט מען ביי זיין לויה געטון אלע מיליטערישע צערמאניעס כדי איהם אפצוגעבן כבוד (האחרון). נאר קדיש האט מען נישט געזאגט. ווייל די רבנות הראשית פון מדינת ישראל. זיי זענען טאקע ציונים. אבער ערליכע אידן...!
לעומת ביי מחם בגין'ס לויה האט זיין זון בנימן זאב געזאגט א קדיש יתום ווי אן ערליכער איד.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט אוועקגעגעיבען עזה פאר די אראבער, ווייל ער איז געוועין א פראסטער אוקריינישער גוי
קהל'ס נער: נישט אינגאנצן. ווייל ער האט יא געהאט א אידיש הארץ. ווען ער איז נאך געווען יונג (א יונגער שייגעץ) איז געווען א תקופה וואס די אראבער האבן זיך אריבערגעכאפט פון ירדן קין ארץ ישראל. און זיי האבן געהרג'ט און געשאכטן אידן אן קיין רחמנות. אזוי ווי אראבער קענען. און קיינער האט גארנישט געטון דאס צו סטאפן. נישט קיין יו.ען. און נישט די רעגירונג אין ירדן. האט דער פרעמיער דוד בן גוריון באשלאסן אז מ'מוז מאכן א סוף צו דעם. מ'האט אויסגעקליבן אריק שרון זאלל אנפיהרן די אקציע. ער איז אריבער די גרעניץ באישון לילה און אויסגעהרג'ט א פאר טעראריסטן. און אלס קינוח סעודה. אדער ווי מ'זאגט אויף ענגליש. פאר גוד מעזשור האט ער און זיין חברותא אונטערגעלייגט באמבעס אונטער 50 הייזער און אויסגעהרג'ט די אלע אראבערס דארט. זיי האבן אויפגעהויבן א ויצעקו. אזוי ווי אייביג. מ'האט געהרג'ט ..."סיוויליענס"...(כאילו די אידן זענען נישט קיין סיוויליענס). אבער דאס האט געהאלפן. די אראבערס האבן געציטערט פאר א לאנגע צייט נאכדעים.
ער איז אויך געווען דער..."אבי המתנחלים"...! ארויסגיין פון עזה איז טאקע געווען א מיסטעיק פון איהם. ער האט געמיינט אז דאס וועט ברענגען שלום...! ס'איז דא א בארימטע ווערטל פון איהם איבער די איבערגעבן עזה פאר די אראבערס...."מה שרואים מפה לא רואים משם"...!
איך זעה איר שרייבט וועגן לוי אשכול.
לוי אשכול האט געהייסן לוי יצחק שקאלניק געבוירן אין א שטעטל אין אוקריינא און אויפגעוואקסן אין א פרומע ארטאדאקסישע שטוב. זיין מאמע’ס טאטע איז געוועהן פון מאניסטערישטשע חסידים. (ענף מחסידות ליניץ. אבי השושלת היה רבי יהושע העשיל רבינוביץ, בן נינו של רבי גדליה מליניץ.) ער האט באקומען א טראדיציאנעל חינוך אין חדר געלערנט גמרא און תוס’ מיט א מלמד. שפעטער אין ווילנא האט ער זיך געטראפן מיט די רוסישער-ציוניסט יוסף שפרינצק (שפעטעריגע לאנגיעריגע ספיקער פון די כנסת) און ער האט געדזשוינט די לינקע ציוניסטישע מאוומענט “הפועל הצעיר” (געגרינדעט דורך אהרן דוד גורדאן) א לינקע מאוומענט, זייער סאציאליסטיש און פּאַסיפיסט גענייגט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היינט זעה איך אז אין די אידישע פארלאמענט איז פאריגע וואך איינגעשוואוירן געווארן א מיטגלידערין מיט'ן פאמיליע נאמען "הר-מלך", לכאורה איז עס העברעאיזירט פון קעניגסבערג...
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היינט זעה איך אז אין די אידישע פארלאמענט איז פאריגע וואך איינגעשוואוירן געווארן א מיטגלידער מיט'ן פאמיליע נאמען "הר-מלך", לכאורה איז עס העברעאיזירט פון קעניגסבערג...
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היינט זעה איך אז אין די אידישע פארלאמענט איז פאריגע וואך איינגעשוואוירן געווארן א מיטגלידערין מיט'ן פאמיליע נאמען "הר-מלך", לכאורה איז עס העברעאיזירט פון קעניגסבערג...
ס'איז א געוויסע פרידאם, דאס איינפירונגן אז מענטשן טוישען דער משפחה נאמען אין ישראל. געווענליך האט מען זיך א נאמען געגעבן לפי השקפתו. כגון, בן גריון ועוד...
אבער ביי אונז איז דאס נישט קיין אַפּשען, סך הכל א ניק נאמען, וואס מיר קענען זיך אליינס קלויבן...
זיי האבן מזל אז די רבי'ס הייסן נישט מויזקאפ, מ'וואלט אויפגעהאנגען ריזיגע מייזן אין די ארמארי ווען די רבי וואלט חתונה געמאכט און כ"א כסלו, זיי וואלטן געווען כ"ק עכבור מ'סאטמאר....