אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

היות געוויסע זענען געווען אינטערסירט אין אזא אשכול, עפען איך דא אויף דעם שמועס פאר דעם צוועק.

די ציל איז דא צווייפאכיג, קודם איז דא די פלאץ פאר סיי ווער עס האט פראגעס איבער מאוויס, צו ער וויל פארשטיין געוויסע דעטאלן נאכן זען א מאווי, און בעיקר ווען איינער האלט פאר א מאווי און ער וויל הערן מער פרטים איבער דעם, און צו עס לוינט זיך בכלל צו ספענדן די צייט צו עס קוקן. מען קען אויסשמועסן וועלכע סארט מאוויס אינטערסירט דיר, און לפי זה אנפרעגן אויב די עולם האלט אז די סארט מאווי וואלט געווען געאייגנט פאר דיין טעיסט.

ובנוסף לזה וואלט דא געווען א גוטע פלאץ פאר איינער וואס האט סיי וועלכע אינהאלטסרייכע מאווי וואס ער האלט אז די עולם וואלט הנאה געהאט עס צו זען, אז ער זאל עס אהערברענגען פאר חברינו היקרים. עס ווערט געבעטן אז מען זאל שרייבן א קורצע דיסקריפציע איבער דעם מאווי, צו ס'איז עקשן, רומאנס, הומאר, צו גאר אלע דריי. אויך וואלט געווען כדי צו שרייבן אויב די מעשה איז א אמת'ע אדער רעאליסטישע מעשה.

עס מוז להדיא נישט זיין קיין מאווי וואס האט איינע פון די דריי תנאים! די עיקר אז מען האט געפילט אז מען האט הנאה געהאט פון קוקן די מאווי און עס איז נישט געווען סתם א באורינג צייט פארטרייבונג.

איך הייב שוין אהן מיט א מאווי, זאל עס זיין א גוטע התחלה.

די מאווי air force one איז גאר א פיינע מאווי, גאר שפאנענד און אינהאלטסרייך. די מעשה איז איבער א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהיידזשעקט די פרעזידענטליכע פליגער בשעת די פרעזידענט איז געווען דערויף, און געמאכט זייער פארלאנגען אלס אויסטויש. האלט מיט ווי די פרעזידענט אליין קעמפט גאר העלדיש אנטקעגן די טעראריסטן, ביז צו די שטוינענדע ענדע. די מאווי איז א עקשן מאווי, נישטא בכלל קיין הומאר. די מעשה איז פארשטייט זיך פיקטיוו.
דא קענט איר עס אראפלאדענען
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א שטיק צייט צוריק האב איך געזעהן אויף אמאזאן פריים א פילם "Into the Wild" וואס שפילט אויף דאס לעבנסגעשיכטע פון קריס מקקענדלס, א בחור אן אויבערחכם וואס איז געווארן אנטוישט אין סאסייעטי און באשלאסן צו שטויסן אין אלעס און גיין לעבן אויף זיינע אייגענע באדינגונגען און ער האט ביטער שלעכט אפגעשניטן, בשעתו איז עס מיר געוועהן א גוטע מוסר השכל...

פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט דערפון? ווייל א ווידיאו איבער דעם זעלבן געשיכטע איז היינט ארויפגעשווימען אין מיין יוטיוב פיעד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האב איך געזעהן אויף אמאזאן פריים א פילם "Into the Wild" וואס שפילט אויף דאס לעבנסגעשיכטע פון קריס מקקענדלס, א בחור אן אויבערחכם וואס איז געווארן אנטוישט אין סאסייעטי און באשלאסן צו שטויסן אין אלעס און גיין לעבן אויף זיינע אייגענע באדינגונגען און ער האט ביטער שלעכט אפגעשניטן, בשעתו איז עס מיר געוועהן א גוטע מוסר השכל...
.
העי קום אריין מיט די דיטעילס. יוא נעווער נאו ס'קען נאך איין טאג ווערן א מאווי דערפון!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

דא האט איר גאר א דראמאטישע אינטערעסאנטע מאבי
עס רעדט זיך וויאזוי א קינד האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה אין געטו
עס נעמט כמעט צוויי שעה
נישט קענען שלאפאן ביינאכט גאראנטירט

https://youtu.be/3psO35Tdc1s
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

בילד
גאר א קאמישע מאווי באזירט אויף פאליטיק און אביסל דארק הומאר.
די מאווי רעדט זיך פון א דיקטאטור פון א נישט געשטויגענע מוסלאמענישע לענדל אין אפריקע. עס איז אסאך באזירט אויף די מומאר קאדאפי פון ליביע און אביסל פון קים יאנג אן פון צפון קאריע.
אבער עס איז זייער קאמיש די רייכע שפראך פונעם דיקטאטור.

די מעשה לויפט ווי ער טרעפט זיך אין ניו יארק ווי אן ארימער היימלאזע פארשוין אין א יודישע ליבעראלע פרוי העלפט איר ארויס.

אגב אילן מאסק אין אן אינטעוויא וועגן זיינע ספעיס עקס ראקעטס האט ער גאזאגט אז די געדאנק פון רינדיכיגע ראקעטס האט ער גענומען פון דארטן. נאך וואס די דיקטאטור טעהנט זיך מיט א סייענטיסט צו רינדעכיגע צו שפיציגע ראקעטן דערשרעקט די שונא.
און ער זאגט אז ער האט געגליכן די מאווי…
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן: גאר א קאמישע מאווי באזירט אויף פאליטיק און אביסל דארק הומאר.
https://t.me/movievelt/161568
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

שליחה דורך כוואליעס »

א גאר אינהאלטסרייכע מאבי ווייזט די גאנצע געשיכטע פון די טיטאנוק.
גאר דראמאטיש
פאלגנט איז נאר א פריוויא, אויב איינער קען שאפן די גאנצע וועט עס זיין א גרויסע תועלת פארן ציבור
https://youtu.be/jIhicnTgArM
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

למעשה
בערל סאלאמאן שילדערט אין א גישמאקע מאבי זיין רייזע פון די גוישע וועלט צו די יודישע
https://youtu.be/59VVM668ydA
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

כוואליעס האט געשריבן:א גאר אינהאלטסרייכע מאבי ווייזט די גאנצע געשיכטע פון די טיטאנוק.
גאר דראמאטיש
פאלגנט איז נאר א פריוויא, אויב איינער קען שאפן די גאנצע וועט עס זיין א גרויסע תועלת פארן ציבור
https://youtu.be/jIhicnTgArM
שלום אליכם אייך.

זע דא, ווי מען האט עס צוגעברענגט.
viewtopic.php?p=503052#p503052

@כוואליעס ביסט טאקע ניי דא. אבער אונזער שטיבל האט אן אוצר מלא מיט כלערליי אינהאלסרייכע אשכולות פיל מיט אינפאמאציע, עס איז כדי זיך צו דרייען אביסל אין די ענדלאזע אוצרות איידער מען הייבט אן שרייבן ידיעות, עז איז א שאד איבערצו'חזר'ן אלעס.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

אנטלויף אקציע פון סאבובאר
https://youtu.be/m2Gtq4uTZrA
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ביי די לעצטע עפיזאד פון די fbi טעלעוויזיע סעריע, האבן זיי עס צאמגעשטעלט מיט זייער פאראלעל טעלעוויזיע סעריעס fbi most wanted און fbi international אזוי אז ס'איז איין לאנגע מעשה איינגעטיילט אין דריי חלקים. יעדע חלק איז בערך 40 מינוט לאנג, אזוי אז צוזאמען איז עס די לענג פון א געהעריגע 2 שעה'איגן מאווי. די מעשה איז גאר גוט און שפאנענד. איך לייג אהער די סיזאן אין נומער פאר ווער עס וויל עס זען.
די ערשטע חלק איז fbi international season 2 episode 16
די צווייטע חלק איז fbi season 5 episode 17
די דריטע חלק איז fbi most wanted season 4 episode 16

דא האב איך זיי אלע ארויפגעשטעלט אויף טעלעגראם אין א סדר גרייט אראפצולאדענען.
https://t.me/kaveshtibelchat/704
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

World war Z

א דראמאטישע מאווי וואס שילדערט אן אויסברוך פון "זאמבי'ס" און וויאזוי מען געבט זיך צום סוף אן עיצה. שטעט ווערן ממש חרוב און א כאאס הערשט איבער דאס גאנצע ערד קוגל.

א גרויסע טייל פונעם מעשה שפילט זיך אפ אין ירושלים (עס האט גארנישט מיט אידן ספעציפיש). עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט וואזוי זיי שפילן אראפ די איזריעלי'ס.

קוקט און האט הנאה, טעלעגראם לינק.
https://t.me/movieveltnew/2911
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ענליך צו דעם איז דער מאווי war of the worlds
א מעשה ווי די וועלט ווערט כמעט חרוב דורך מאדנע עלעקטראנישע עלעמענטן.

https://t.me/moviechillnew/3687
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

נארוואס פארענדיגט די דריטע אין די סעריע פונעם מאווי back to the future. די ערשטע קען מען קוקן אליין, די צווייטע גייט שוין צוזאמען מיט די דריטע.
דא קען מען עס אראפלאדענען פון טעלעגראם
https://t.me/movieveltnew/10005?single

די מעשה איז נישט קיין מציאות'דיגע סארט, עס האט דמיונות וועגן טיים טרעוועל, דאך איז די פלאט גאנץ א גוטע. די סיפור איז וועגן א סייענטיסט וואס האט ערצייגט א טיים מאשין וואס קען פארן פאראויס און צוריק אין צייט. ער פארט מיט א יונגע סטודענט צו געוויסע תקופות, אבער זיי פאטשקענען קליינע דעטאלן וואס גייען האבן ווייטגרייכנדע תוצאות אויפן עתיד. (באוואוסט אלס דעם butterfly effect ) זיי מוזן צוריקגיין און פארעכטן זייערע טעותים אויף וואונדערליכע אופנים...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

שכוח פאר די רעקאמאנדאציע, ס'איז גאר גוט!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך וואלט דיר רעקאמאנדירט, אבער איך טרעף נישט אליינס, איך זע וואס מ’זאגט אויף קאווע שטיבל און דאס קוק איך, די זעלבע איז מיט ביכער, איך ווייס אז א רעקאמאנדאציע פון קאווע שטיבל קען מען טראסטן געווענטליך.

גוטע קאמעדיע וואס איך האב געקוקט לעצטנס איז קופה ראשית פון כאן 11, ס’געהערט אבער נישט אהער ווייל ס’איז נישט קיין מאווי, ס’איז א טיווי סעריע, אבער א לאנגע מאווי איז אזוי לאנג ווי א גאנצע סעריע פון צען שטיקלעך פון צוואנציג מינוט.

נאך א גוטע איזרעילי זאך וואס איך האב געזעהן לעצטנס איז אזא געים וואס עס איז דא עטליכע מענטשן וואס זענען די זעלבע און איינער איז אנדערש און זיי דארפן כאפן ווער ס’איז די פרעמדער, למשל עטליכע בעלי תשובות און איין חוזר בשאלה, עטליכע געיס און איין סטרעיט, עטליכע קאופלס און איין נישט חתונה געהאטע, און אזוי ווייטער ס’איז גאנץ אינטערסאנט איך דארף זיך נאר דערמאנען די נאמען, ס’איז אויך נישט קיין מאווי, איך טריי נאר צו טראכטן וואס איך האב געוואטשט לעצטנס גוט.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

שמן למאור האט געשריבן:אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...
The Count of Monte Cristo
Trailer

שטארק רעקאמענדירט. ס׳איז אן היסטארישע פיקטיווע מאווי מיט עכטע עלעמענטען. גאר שפאנענד.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

שליחה דורך עמק הבכא »

איך האב געזען לעצטנס א פילם Sleeping with the enemy

א גוטע טרילער פון די פריע 90’ס, דזשוליע ראבערטס שפילט די הויפט ראלע אלס א פרוי וועלכע וואוינט מיט אן אביוסיוו מאן, מער פרטים איז שוין ספוילערס. די חידוש דערפון איז אז ס’האט נישט בכלל קיין עקשאן אדער ווייעלענס און דאך האט מיר עס געהאלטן אן אן אטעם פון אנפאנג ביז’ן סוף, די מאס דראמא וואס ראבערטס קריעיט מיט בלויז אירע רעאקציעס און תנועות איז עפעס אויסערגעווענליך, שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א מאווי, פשוט גוט.
והוא יחמול עליך חמלה
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

שמן למאור האט געשריבן:אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...
זאג מיר ’’פארעסט גאמפ’’ האסטו שוין געזעהן? איך גלייב אז איינער האט שוין געשריבן ערגעץ דערוועגן, ס’איז זייער א זיסע מאווי, און ס’איז זייער פאפולער, איך האב פונקט אריינגעבאמפט נעכטן נאכט אין א לאנגע טרעד אויף טוויטער איבער די מאווי, האב איך זיך דערמאנט דערפון.

https://twitter.com/ATRightMovies/statu ... 58240?s=20
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ניין, נאכנישט געזען, עמער עס אויסטשעקן.

די אלע וואס שטעלן ארויף מאווי'ס ווערן אויך געבעטן -אויב ס'איז זיי נישט צו שווער, צו שרייבן א בערך'דיגע דעסקריפציע איבער די מעשה. נישט ארויסגעבן קיין ספוילערס, אבער יא אביסל שרייבן וועלכע סארט מעשה דאס איז וכ'

ייש"כ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט