מזל טוב!! 54 יעריגע היימישע פרוי געבוירן איר ערשטע קינד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

מזל טוב!! 54 יעריגע היימישע פרוי געבוירן איר ערשטע קינד

שליחה דורך [NAMELESS] »

מזל טוב!!

א דראמאטישע בשורה טובה נעמט ארום די יהדות החרדית ווען עס קומט די נייעס אז א היימישע 54-יעריגע פרוי האט היינט געגעבן געבורט צו איר ערשטע קינד, א געזונטע יונגעל בעיבי!

כלל ישראל ווינטשט פאר די פרישע מאמע און טאטע משפחת וויינבערגער אז זיי זאלן זוכה זיין צו ערציען דעם קינד מיט געזונט נחת און הרחבת הדעת!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מאבימלך נתעברה מרת וויינבערגער :lol: :lol: (לץ וואס דו ביזט)

---

ערנסט גערעדט, ביי שרה איז געווען 'הרבה עקרות נפקדו עמה', לאמיר האפן דא וועט זיך איבערשפילן די זעלבע זאך. אלע עקרות זאלן האבן א ישועה! קיינמאל נישט אויפגעבן!

אה, און שיעור פארגעסן, מזל טוב! אסאך נחת!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאקע א גרויסע שמחה, מזל טוב.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מזל טוב: אוואו וואוינט די גליקליכע משפחת וויינבערגער שיחיו אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל?

איך האב מיך אמאל אריינגעלייגט אין א נישט באקוועמען מצב. ומעשה שהיה כך היה.

ס'איז געווען אין א שבת נאכמיטאג אין קאנטרי. די שכנים זענען געווען אין הויף. א טייל האבן געלערנט חומש רש"י א טייל האבן געשמועסט. איך האב באמערקט א איד מיט א גרויע בארד האלט א קליין מיידעלע פון 2 יאר אויף די הענט. האביך איהם (ברוב חכמתי) געפרעגט..."דאס איז אן אייניקל. זאגט ער, ניין. ס'איז מיין טאכטער. איך האב שפעטער געהערט פארציילן אז ער און זיין ווייב האבן נישט געהאט קיין קינדער ביז 25 יאר נאך זייער חתונה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א 54 יעריגע קען נאך האבן אן אייגן קינד?
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

עמינדב האט געשריבן:א 54 יעריגע קען נאך האבן אן אייגן קינד?
כ'האב ממש יעצט געהערט אזא מעשה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:א 54 יעריגע קען נאך האבן אן אייגן קינד?
כ'האב ממש יעצט געהערט אזא מעשה.
איך פרעג ערנסטערהייט, וואס מאכסטע ליצנות?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמינדב האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:א 54 יעריגע קען נאך האבן אן אייגן קינד?
כ'האב ממש יעצט געהערט אזא מעשה.
איך פרעג ערנסטערהייט, וואס מאכסטע ליצנות?
טובי' מאיר ניימאן האט אויך געהאט נאך איבער 30 יאר נאך די חתונה
פארשפארט