אין PR דארף צד מהרז''ל (די קהילה וואס שטעלט זיך אינטער פערלס) זיך נישט שעמען פין קיינעם, זייער פראפאגאנדע איז אין א העכערע לעוועל ווי יעדן, איך גלייב אז אבי שיק האט זיי אויך נישט געפרעגט פארן חרוב מאכען די געזעץ, זיי וואלטן אים ענדערש געהייסן עס שטופן אין פראבירן נעמען קרעדיט דערפאר, (אזווי זיי האבען געטוהן 'נאך' די פעלדער געזעץ - בעפאר זיי האבען געטוישט די מהלך אין ארויסגעקומען דערקעגן) נאר אזווי ס'שוין דערנאך איז בעסער פאר זיי צו שווייגן אין פראבירן די טעמע זאל ווי פריער אראפגיין פין טיש,אינטערסאנטער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ר' אהרן איז גערעכט מיט אלע פרטים אדער נישט. אבער דאס איז זיכער אז האט מצליח געווען ביי זיין דרשה פאריגע זאת חנוכה אוועקצושטעלן א שטארקע קעיס קעגן פערלס. יעצט קען פערלס קומען און אראפלייגן די מעשה אנדערש וירא הקהל וישפוט, אבער דערווייל האט מען נאר געהערט איין צד, דאס איז צד ר' אהרן, און פון פערל'ס האט מען גארנישט געהערט, נישט לייקענען, נישט זיך פארענטפערן, און נישט גארנישט.
אויב פערלס וויל געווינען די מלחמה, דאן דארפן זיי פארענטפערן אטאקעס וואס ווערט געשאסן אין זייער ריכטונג, נאכדערצו אז ר' אהרן האט גערעדט בטוב טעם ודעת און נישט ווילד, נאר שיין מסביר געווען א מציאות פון א מעשה. קען זיין אז זיין מעשה האט פרטים וואס פערלס ווייסט אז עס איז נישט פונקט אזוי, אבער ווילאנג זיי קומען נישט ארויס, ווייסט די גאס נאר איין זייט פון די מעשה, אז אבי שיק האט דערשטיקט א געזעץ וואס וואלט געקענט ראטעווען די חינוך, און די צד פון פערלס ווייסט נישט קיינער.
דאס איז אלעמאל געווען די הצלחה פון ר' אהרן, אז ער און זיינע מענטשן אין די בלאט וכדומה, האבן אלס געניצט די כח ההסברה צו מסביר זיין זייער זייט. פון א פאליטישע שטאנדפונקט איז דאס זייער שטארק, אז אלס האט זיין ציבור א "טאלקינג פוינט" וואס מען דעליווערט זיי. אנדערש איז די צד מהרז"ל וואס דער עולם דרייט זיך ארום צומישט, מען פארלאזט זיך אז מען האט שוין איין מאל מסביר געווען אין דער איד, ווען דער אמת איז אז מען דארף האמערן שטענדיג צו קענען האלטן די דעת הקהל אויף די באלאנס.
שוידערליכע אויפדעקונג איבער די גזירת החינוך קאמפיין, פערל'ס
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
אבי שיק מאכט אליין זיינע דיסיזשאן'ס אין וועגן דעם איז מהר''א ברוגז אויף אים לכתחילה, צד מהרז''ל איז אייביג געגאנגען בלינדערהייט מיט אים אפגעזעהן וואס ער טוט אדער הייסט, זיין פרומע ציבור איז זייער ברוגז דערויף, אבער פאר זיי לוינט זיך אלעס אז מהרז''ל הייסט בראש אין ער איז מגן חינוך הטהור אין ראש גולת אריאל
איך מיין אז פערלס איז אין קאמף מיט מאסטער וכו', אדער מיט די סטעיט, נישט מיט מהר"א. ממילא דארפן זיי זיך נישט פארענטפערן פאר אים.אינטערסאנטער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ר' אהרן איז גערעכט מיט אלע פרטים אדער נישט. אבער דאס איז זיכער אז האט מצליח געווען ביי זיין דרשה פאריגע זאת חנוכה אוועקצושטעלן א שטארקע קעיס קעגן פערלס. יעצט קען פערלס קומען און אראפלייגן די מעשה אנדערש וירא הקהל וישפוט, אבער דערווייל האט מען נאר געהערט איין צד, דאס איז צד ר' אהרן, און פון פערל'ס האט מען גארנישט געהערט, נישט לייקענען, נישט זיך פארענטפערן, און נישט גארנישט.
אויב פערלס וויל געווינען די מלחמה, דאן דארפן זיי פארענטפערן אטאקעס וואס ווערט געשאסן אין זייער ריכטונג, .