פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

שליחה דורך כוואליעס »

ווער ליידט פון די סיסטעם? א יעדער איינער (אפילו איינער וואס איז נישט אין די סיסטעם)!!!
מיר וועלן אנכאפן איין דוגמא, דאס איז די שידוכים קריזיס, ווי איר וועט זען וואספארא חורבן די סיסטעם האט אנגעמאכט, און ווי יעדער וואלט הנאה געהאט ווען מען וואלט גענומען די סיסטעם און עס געלייגט נעבן אליפארני"ס קאפ
פון ווען א קינד ווערט געבוירן זעצט מען אים ארויף אויף א הייוועי אויף וואס ער פארט דערויף זיין גאנצע לעבן ביז זיין קאר שטארבט אפ, דעמאלטס דאמפט מען אים אין בית החיים.
א קינד גייט יעדע יאר ארויף א נייע כיתה, ביז ער גייט אריין אין ישיבה, גייט ער ארויף יעדע יאר א שיעור, א.א.וו.
ער האט חתונה, ביי זיין ארבעט האט ער געווענטליך אפארטונעריס צו שטייגן אין ראנג, באקומען א רעיז וכו', ער געבוירט קינדער וואס זיי פאר ווייטער ער מאכט שוין בר מצווה, חתונה, האט אייניקלעך וכו',
ער פארט אויפן הייוועי
עס איז אבער דא איינער וואס שטייט ביי די זייט פון די ראוד מיט אנגעצינדענע העזערט לייט'ס. סטאק.
דאס איז דער אלטער בחור.
ער איז אריינגעפאלן אין א לאך פון וואס ער קען זיך נישט ארויסזען.
ער זיצט אזוי אין זיין קאר און קוקט זיך צו מיט ווייטאג וויאזוי יעדער פליט אים אדורך, גוטע אידן גיבן זיך אפילו א שטעל אפ פרעגן אויב ער דארפ הילף אבער זיי קענען אים נעבעך נישט העלפן מיט גארנישט
דער בחור פילט א יעדע מינוט וואס ער זיצט אין ישיבה ווי נאך א מינוט גייט ער עקספלאדן ווי א בלאבערי.
ער מצידו וואלט ער שוין לאנג געגאנגען טרעפן עפעס א ארבעט צו שטילן אביסל זיינע געפילן, ער פילט זיך ווי אזא לא לנו, ווי א ליידיגייער, זיצט און שטופט די צייט פון ציפרי ביז ביינאכט,
ער טראכט צו זיך פארביטערט, יעצט האב איך נישט קיין עקספענסעס וועלט איך זיך כאטש זיך געקענט אפשפארן אפאר טאלער,
נא, וואס איז די פראבלעם? זאל ער גיין ארבעטן?
אהה! וואס הייסט ער וועט זיין א ווירקונג בוי ביסט נארמאל?
נא? וואס איז די פראבלעם ער גייט דאך סייווי ארבעטן נאך די חתונה?
יא אבער ווער גייט וועלן נעמען א ווארקינג בוי?
איך פארשטיי נישט, זיין חבר וואס איז יונגער פון אים האט געלערנט אין די זעלבע ישיבה און חתונה געהאט צוויי יאר צוריק, און ער ראנט שוין א גרויסע ביזנעס
חתונה האבן איז עפעס אן "אישור" צו גיין ארבעטן,
חתונה האבן איז א אישור צו קענען דרייוון א קאר, אויב למשל די ק"י ווילעדזש וואלט געגעבן לייסענס, וואלטן זיי נישט געפרעגט ווי אלט דו ביסט, נאר זיי וואלטן געפרעגט אויב דו ביסט שוין חתונה געהאט, טאמער ביסטו א ר' יואל ראטה'ס א חסיד קענסטו שוין מאכן לייסענס ביי די 14
נישט קיין חילוק ווי אלט דו ביסט, ביסטו חתונה געהאט קענסטו זיין אפילו 18 יאר און גיין ארבעטן, ביסטו א בחור קענסטו זיין 25 אבער אין ישיבה זאלסטו בלייבן.

לאמיר א מינוט אריינגיין אין די מח פון די אבי הבת, ער קען גוט זיין תכשיט'ל, ער ווייסט אז זי איז נישט אינטערעסירט אין קיין לערנער,
נא, נעם א בחור וואס ארבעט? אאך וואס הייסט איך זאל נעמען א ווירקינג בוי? ביסט משוגע?
ער דארף א בחור וואס זיצט און לערנט 18 שעה א טאג, און נאך די חתונה זאל ער גיין ארבעטן
ער זאל אויפהערן לערנען לשמה, דוקא פאר זיין מיידל, זי איז זיך עס ווערט, אזא חשובה מיידל ווי זיין טאכטער? די בעסטע בחור פון ישיבה!

די סעלושען: די עצה וואלט געווען פשוט.
אזוי ווי ווען מען ענדיגט ישיבה קטנה גייט מען אריין אין ישיבה גדולה, אזוי זאל זיין אז ווען מען ענדיגט ישיבה גדולה, נאך דריי יאר גייט מען ארויס פון ישיבה גדולה און מען גייט דארט ווי מען וואלט ווען געגאנגען נאך די חתונה. ביסטו א לערנער גיי אין כולל, ביסטו א ארבעטער גיי ארבעטן,
די מעלות וואס די מהלך האט איז אזוי, קודם כל די בחור פילט נישט ווי ער איז סטאק (גיין אין ארץ ישראל איז אויך נישט קיין מהלך, פאר ווער עס ווייסט)
צווייטנס אויב וואלט געווען א נארמאלע זאך צו גיין ארבעטן, קען א מענטש צופאסן די ריכטיגע בחור צו זיין טאכטער
וויפיל תמימות'דיגע פרויען זענען שוין געקומען צום בי"ד בעטן א גט וויבאלט זייער מאן איז געווארן אפגעפארן, וואס איז געשען? א האלבע יאר נאך די חתונה איז ער ארויס פון כולל און געגאנגען ארבעטן,
"איך וויל פירן א תורה'דיגע שטוב" וויינט זי מיט ביטערליכע טרערן,
ס"ה: ווער ליידט פון די סיסטעם?
דער וואס איז אין די סיסטעם ליידט פון דעם וואס זיין בחור האט נישט וואס צו טון מיטן טאג.
דער וואס איז אינדרויסן פון די סיסטעם ליידט וויבאלד די אויסוואל פון בחורים וואס ארבעטן איז (אויף דערווייל) קליין,

אויב האט איר א בעסערע סעלושען לאז וויסן.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך דיסעגרי.

פילע, אדער יעדער וואס איז אינעם סיטעם ליידן טו סאם עקסטענד. מען איז אבער סטאק מיט א ווייב און קינדער. שטעלט זיך די פראגע: ווי זעהט מען זיך ארויס פונעם נעץ?

פון די אנדערע זייט, א בחור האט די מעגליכקייט צו ווייזן דאס מיטעלסטן פינגער, און זיך מאכן זיין וועג ארויס. ס'איז נישט גרינג, אבער אז מען וויל עכט איז עס פשוט איינס פלוס איינס.

אויב א בחור האלט ווי דיר און מיר, אז די סיסטעם טויג נישט. וואס וויינט ער אזוי אז ער איז סטאָק? וויל ער דען עס זאל אים געלונגען צו חתונה האבן אינעם סיסטעם, און געבוירן קינדער אינעם זעלבן לאך אין וואס ער שמאכט? וויל ער דען ווייטער שלעפן זיינע דורות אויף דעם "הייוועי" ווי דו רופסט עס?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כוואליעס האט געשריבן:דער בחור פילט א יעדע מינוט וואס ער זיצט אין ישיבה ווי נאך א מינוט גייט ער עקספלאדן ווי א בלאבערי.
עקספלאדן ווי א וואס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

היינט שמועסענדיג מיט מיין ברודער פון וויליאמסבורג איז ארויפגעקומען די ענין פון די "סיסטעם" וכו', אזוי רעדנדיג האב איך געכאפט וואס איז די פראבלעם פון די וויזויהייסטעס, ס'איז זייער פשוט. איינער וואס ציהט לינקס האט אן אויסוואל פון אפציעס אהינצוגיין, ער קען זיך ציהען קיין עירמאנט אדער פלעטבוש, ער קען גיין קיין YU אדער חובבי תורה אדער בכלל קיין CUNY, ער קען ווערן רעפארם, רעווייוועל דשודעיזם, אט"ד (די וואכעדיגע סדרה), א.א.וו. יששכר כ"ץ, עקיבא וויינגארטן, אבי תפילינסקי, אוהד אזרחי, משה מיימון, ס.נ. גואנקה, דער דאלי לאמא, פרעה מיט פידשאמא, ס'טוט זיך א וועלט פון ליבעראלן מיט נאך מער לינקע ליבעראלן וואו מ'קען זיך גיין ווייקן מקבל זיין און משפיע זיין און אויפטוהן פאר אידישקייט און גוי'אישקייט כפי אוות נפשך הטהור. וואס טוט אבער איינער וואס ציהט צו עקסטרעמיזם, וואו קען ער גיין? קיין אינדיאנא? לב טהור? נישטא עכט קיינע אפציעס, אזוי קומט אויס אז די איינציגסטע אנדרייערס (כ'רעד פון עכטע אנדרייערס, נישט סתם מויל מאכער וואס זענען נאר פארנומען יעדעם מסביר זיין פארוואס נאר זיי זענען גערעכט) וואס פארבלייבן אינעם געטאו זענען נאר די עקסטרעמיסטן און זיי שלעפן אראפ אלע מעסיגע נייטראלע געטאו איינוואוינער נאך זיך אין גיהנם אריין. אפשר וואלט טאקע כדאי געוועזן מייחד צו זיין אפאר ערי מקלט פאר די עקסטרעמיסטן ושלום על ישמעאל.

ענדיוועיס, וואס אנבאלאנגט "סעלושנס", איך וואלט גע'עצה'ט יעדעס בחור וואס איז איבער די אכצן צו טוהן וואס איך האב געטוהן. גיי צום פאבליק לייברערי און שרייב זיך איין אינעם TASC פראגראם, ביים ענדע פונעם פראגראם באקומט מען א היי סקול דיפלאומע, נעם דעם דיפלאומע צו א קאממיוניטי קאלעדש און שרייב זיך דארט איין, נאך איין זמן (סעמעסטער) מאך פליטה פון דארט און גיי צו א נארמאלע קאלעדש, הצלחה!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך דיסעגרי.

פילע, אדער יעדער וואס איז אינעם סיטעם ליידן טו סאם עקסטענד. מען איז אבער סטאק מיט א ווייב און קינדער. שטעלט זיך די פראגע: ווי זעהט מען זיך ארויס פונעם נעץ?
זייער פשוט, איין טריט אויף א מאל.
איך קען פילע מענטשן וואס ווילן זיך ארויסזעהן פון די סיסטעם אבער זיי טוען גארנישט וויבאלד זיי זענען מיואש, פיל מאל נאכן לעבן א פאלשע לעבן פאר אזוי לאנג קראכן זיי און לאזן איבער די ווייב און קינדער און האבן נאך אן ערגערן לעבן ווי זיי האבן געהאט בעפאר.

די סיבה פארוואס מענטשן זענען איינגעשפארט אין די סיסטעם איז זייער All or nothing mentality.
די מהלך איז גיין שטייטעלעך טריט ביי טריט, קיינעמ'ס ווייב האט אים נאכנישט איבערגעלאזט פאר עפעס א קלייניגקייט, נאר מענטשן גייען ווילד.

לגבי וואס דו שרייבסט אז בחורים קענען זיך גרינג ארויסזעהן, מיין פערזענליכע לעבן האט מיר אנדערש געוויזן.
איך בין היינט שוין גאנץ גוט מסודר, אבער עס האט מיר געקאסט שבעה מדורי גיהנום וואס איך בין בכלל נישט זיכער אז עס איז ווערט געווען, און עס איז זיכער נישט מעגליך פאר יעדעם אזוינס דורכצוגיין.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

שליחה דורך פרנס החודש »

איך זעה לעצטענס ווי פילע מענטשן זענען געווארן ״אויפגעקלערט״ און זיי זינגען א נייע ניגון אז ״די סיסטעם ארבייט נישט פאר יעדן״.

אשר על כן, וויל איך קלאר מאכן אז די עיקר עוולה פון די סיסטעם איז לגבי די וואס עס ״ארבייט״ יא פאר זיי.

איך קוק זיך ארום און איך זעה מענטשן טוען מאדנע זאכן וויבאלד די סיסטעם פארלאנגט עס. די פרויען שערן זיך גלאט די קעפ, מען טוט זיך אן מאדנע בגדים, מען לעבט איינגעצוימט און מען ציטערט פון יעדע פראדוקטיווע זאך פאר זיך, די ווייב, צו די קינדער.
קומען די חברה מיט א טענה אז דאס איז וואס זיי ״ווילן״, דאס הייסט אז זיי האבן געמאכט א פרייע אויסוואהל צו לעבן אזא לעבנסשטייגער און קיינער האט נישט וואס זיי צו העלפן אדער אריינרעדן.

האב איך געטראכט צו מיר ווי אזוי טאקע זענען די מענטשן געקומען צו די הכרה אז דאס איז די בעסטע לעבנסשטייגער פאר זיי?
וויפיל ליגנס האט מען זיי פארקויפט?
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט צורוקצוהאלטן און צענזורירן יעדעס ביסל אינפארמאציע איבער די וועלט (און אידישקייט)?
צו וויפיל פעטש און טעראר זענען זיי געווען אויסגעשטעלט אין חדר ביז די סיסטעם האט אנגעהויבן ארבייטן?

יעצט ווען דער אינגערמאן האט שוין חתונה, האט שוין געלעבט געצווינגענערהייט מיט אונזער טעראר פאר צוואנציג יאר, איז אזוי צורוקגעבליבן אז ער קען שוין נישט מצליח זיין אין קיין שום נארמאלע קולטור, איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער אז ער איז ״צופרידן״ אינעם סיסטעם.

ווען איך זעה וויפיל טאלאנפולע און געלונגענע מענטשן זענען צופרידן אין א סיסטעם וואס בארויבט זיי פון יעדעס ביסל פרייהייט און מנוחה, הייב איך ערשט אן באגרייפן די ערנסטקייט פון דעם סיסטעם.

און צו די וואס נוצן די אויבנדערמאנטע טענה צו בארעכטיגן דאס פארזעצונג פון די יעצטיגע סיסטעם וויל איך פרעגן: אויב איז עס טאקע אן אויסוואהל, פארוואס האלטסטו אז דו ברויכסט צוריקהאלטן אינפארמאציע פון דיינע קינדער כדי זיי זאלן מאכן דעם אזויגערופענעם ״אויסוואהל״?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: גיי צו א נארמאלע קאלעדש, הצלחה!
פארוואס גיין אין קאלעדזש? ס'איז אן אפציע. אבער נישט יעדער דארף דאס און נישט יעדער וויל דאס.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אויב א בחור וויל, איז עס היבש גרינג זיך ארויסצוזעהן פון די סיסטעם. יונגעלייט איז שוין שווערער, האסט צו טון מיט נאך עטליכע מענטשן, און דעריבער פעיק נישט אלץ בחור, ווער מיר נישט די בעסטע בחור פון ישיבה ביי די 17, דו גייסט עסן די פירות א גאנץ לעבן, אויב דו, עלטערע בחור ווילסט באמת, איז עס נישט אזוי שווער. איך האב עס אויספרובירט, די גאנצע שטאט האט געוויסט אז איך האב געארבעט אלץ בחור, און נאך אלעם האב איך געטון א פיינעם שידוך ב''ה.

און יא, אלץ יונגערמאן, קענסט נישט אריינוואקן דריי מינוט נאכן חתונה מיט א סמארטפאון, ווען דו ביסט געווען די בעסטע בחור אין ישיבה. גיי צוביסלעך, אזוי ווי @פרנס החודש האט געשריבן, 'נשים דעתן קלות' גייט נאך היינט אן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר איז דא אן עצה, מ'זאל מאדיפיצירן אביסעל די סיסטעם בתוך הסיסטעם.. אזוי העלפן פארמינערן די ווייטאג פון א בחור וואס ווערט פארעלטערט, און איז פארווייטאגט אז זיינע חברים זענען שוין טאטע'ס.

פּונקט וואו יעדע בחור וואס ווערט 13 איז מען אים מלבוש מיט א קאפעליטש, טאקע נישט יעדער די זעלבע אבער אלע גייען מיט א שיינע 300 דאלאר'דיגע היט. זאל יעדע בחור וואס דערגרייכט 18 יאהר, זאל באקומען א שיינע שפיציגע שטריימעל. א ווייב האט ער נאך נישט אבער א שטריימעל יא, דאס קען פארמינערן עכ"פ א חלק פון זיין סטיגמע!!

אפשר אז מ'גייט מיט א שטריימעל שבת וועט עס שוין זיין "נארמאל" צו ארבעטען אינדערוואכן....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: גיי צו א נארמאלע קאלעדש, הצלחה!
פארוואס גיין אין קאלעדזש? ס'איז אן אפציע. אבער נישט יעדער דארף דאס און נישט יעדער וויל דאס.
מ'האט גערעדט פון מענטשן וואס ווילן זיך אויפבויען א לעבן אומאפהעניג פונעם סיסטעם, סתם אפלאזן דעם "סיסטעם" און זיין א יושב על הגדר און זיין נישט אידיש און נישט גוי'איש און זיך דרייען מיט white trash איז סתם לוזעריש, מופן קיין עירמאנט ביזטו ווייטער געבינדן צו די מוסדות, אדרבה, לאמיר הערן וואסערע אפציעס דו האסט. אבער דאס יא, איינמאל דו קענסט זיך אויסקומען אין די סעקולארע קולטור און דיין ענגליש איז גענוג געשליפן קענסטו טאקע אפלאזן די גאנצע קאלעדש ביזנעס, איך האב טאקע אזוי געטוהן. :D
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קרן זוית האט געשריבן:אפשר איז דא אן עצה, מ'זאל מאדיפיצירן אביסעל די סיסטעם בתוך הסיסטעם.. אזוי העלפן פארמינערן די ווייטאג פון א בחור וואס ווערט פארעלטערט, און איז פארווייטאגט אז זיינע חברים זענען שוין טאטעס.

פּונקט ווי יעדע בחור וואס ווערט 13 איז מען אים מלבוש מיט א קאפעליטש, טאקע נישט יעדער די זעלבע אבער אלע גייען מיט א שיינע 300 דאלאר'דיגע היט. זאל יעדע בחור וואס דערגרייכט 18 יאהר, זאל באקומען א שיינע שפיציגע שטריימעל. א ווייב האט ער נאך נישט אבער א שטריימעל יא, דאס קען פארמינערן עכ"פ א חלק פון זיין סטיגמע!!

אפשר אז מ'גייט מיט א שטריימעל שבת וועט עס שוין זיין "נארמאל" צו ארבעטן אינדערוואכן....
על הראשונים אנו מצטערים! און דו ווילסט נאך מוסיף זיין שטריימל על שטריימל?! מארגן וועלן נאך זיין בחורים וואס וועלן פארפירן אז זיי ברויכן אויך א צען טויזענט דאללער'דיגן שטריימל!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

די סטיגמע איבער בחורים, ספעציעל עלטערע בחורים איז פי כמה א טיפערע פראבלעם ווי די שטריימלעך. אדרבה איך קען דיר מבטיח זיין אז די רגע בחורים וועלן אויך גיין מיט שטיימלעך וועלן די אינגעלייט שוין נישט האבן קיין סיבה צו גיין מיט שטריימלעך.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מ'האט גערעדט פון מענטשן וואס ווילן זיך אויפבויען א לעבן אומאפהעניג פונעם סיסטעם, סתם אפלאזן דעם "סיסטעם" און זיין א יושב על הגדר און זיין נישט אידיש און נישט גוי'איש און זיך דרייען מיט white trash איז סתם לוזעריש, מופן קיין עירמאנט ביזטו ווייטער געבינדן צו די מוסדות, אדרבה, לאמיר הערן וואסערע אפציעס דו האסט. אבער דאס יא, איינמאל דו קענסט זיך אויסקומען אין די סעקולארע קולטור און דיין ענגליש איז גענוג געשליפן קענסטו טאקע אפלאזן די גאנצע קאלעדש ביזנעס, איך האב טאקע אזוי געטוהן. :D
ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, איז געווענליך איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אונזער סיסטעם נישט ביכולת צו מצליח זיי אין די אלגעמיינע וועלט אן א שטיקל קאלעדש עקפעריענס.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

קרן זוית האט געשריבן:אפשר איז דא אן עצה, מ'זאל מאדיפיצירן אביסעל די סיסטעם בתוך הסיסטעם.. אזוי העלפן פארמינערן די ווייטאג פון א בחור וואס ווערט פארעלטערט, און איז פארווייטאגט אז זיינע חברים זענען שוין טאטע'ס.

פּונקט וואו יעדע בחור וואס ווערט 13 איז מען אים מלבוש מיט א קאפעליטש, טאקע נישט יעדער די זעלבע אבער אלע גייען מיט א שיינע 300 דאלאר'דיגע היט. זאל יעדע בחור וואס דערגרייכט 18 יאהר, זאל באקומען א שיינע שפיציגע שטריימעל. א ווייב האט ער נאך נישט אבער א שטריימעל יא, דאס קען פארמינערן עכ"פ א חלק פון זיין סטיגמע!!

אפשר אז מ'גייט מיט א שטריימעל שבת וועט עס שוין זיין "נארמאל" צו ארבעטען אינדערוואכן....
דער פראבלעם איז נאר אז די רגע בחורים וועלן זיין זעלבסטשטענדיג, גיין מיט שטריימלעך און ארבייטן, וועלן זיי בכלל נישט זיין אינטערעסירט צו חתונה האבן מיט א מיידל וואס גאלט זיך אפ די קאפ א טאג נאך די חתונה…. בקיצור, מען וועט ברויכן מאכן שינויים ביי די מיידלעך אויך. אזוי ווי איינער וואס זיין ווייב האט אים געבעטן אז זי וויל איבערמאכן די קאך, האט ער איז געזאגט אז די קאך מילא, אבער אויב וועט זיין א שיינע נייע קאך וועט עס נישט מעטשן מיט די אלטע פענסטערס, און ווען מען וועט מאכן שיינע נייע פענסטערס, וועט מען שוין אויך ברויכן לייגן שיינע סיידינג, און אזא הויז מיט אזאלכע שיינע סיידינג און פענסטערס קען דאך נישט האבן אזאלכע אפגעריסענע אלטע טוילעטס…. וועט מען דארפן איבערמאכן די גאנצע הויז. ומכאן ראיה צו די סליפערי סלאופ ארגומענט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאך א "פראבלעם", די מאמענט די מיידלעך ווערן זעלבסשטענדיג און הערן אויף זיך אפגאלן וועלן זיי שוין נישט זיין אינטערעסירט צו הייראטן א בחור א לוזער וואס האט קיין נארמאלע דשאב :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

די עיקר פראבלעם איז אז וויבאלד רוב בחורים ארבעטן נישט, האט א בחור וואס ארבעט יא זייער א שלעכטע נאמען, און געווענטליך וועט ער נישט טון א שידוך מיט איינער וואס איז אינדערויסן פון די באקס, נאר ענדערש טון א פראבלמאטישע שידוך
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, ווייל מייסטנס בחורים וואס גייען ארבעטן טוען עס ווייל זיי זענען פראבלעמאטיש און קענען נישט אריינפיטן אין א נארמאלע מסגרת דערפאר באקומען זיי א מיידל וואס איז צוגעפאסט פאר זיי, די בחורים וואס גייען ארבעטן פשוט ווייל זיי האבן דאס קעפל אויף די פלייצע טוען זייער פיינע שידוכים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

סתם אזוי "גיין ארבייטן" איז שוין היינט נישט וואס עס איז געווען אמאל. א בחור דארף נישט שטיין ביי די רעדזשיסטער אין גראסערי אדער דרייוון די היי-לאו אין א ווערהויז, מען קען נעמען א קאורס אין רעיל עסטעיט/פיינענס/גרעפיקס וכו' און געווענליך קען מען עס טון אפילו ווען מען איז אין ישיבה. ווי מען הייבט אן צו זען די חילוק איז ביי די "עלטערע" בחורים וואס זענען שוין אויסגעוואקסן ישיבה. אויב האבן זיי זיך צוגעלערנט א פאך אין די יונגערע ישיבה יארן איז איין זאך, אבער אויב כאפן זיי זיך דעמאלטס איז ממש א רחמנות. אפילו געלונגענע בחורים ווען זיי הייבן אן ארבייטן, נעמט אפאר יאר ביז עס באקומט א נארמאלע צורה (ספעציעל אין די יעצטיגע עקאנאמישע וועלט ואכמ"ל), און ביזדערווייל האט מען א פנים פון א נעבעך אין די שידוכים וועלט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

וואס עפעס?

בחורים וואס האלטן דערביי, באקומען די בעסטע שטעלעס. אסאך עפענען אליינס "ביזנעסער".
א בחור האט די צייט און "פלעקסעבילעטי" וואס א אינגערמאן האט נישט, איך קען אסאך בחורים וואס ארבעטן און זענען שיין מצליח.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

און איך קען אויך אסאך געלונגענע בחורים וואס זוכן א נארמאלע ארבייט און קענען נישט טרעפן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך בר גיורא »

די פראבלעם איז אזוי,
ס'דרייען זיך ארום אין א"י הונדערטער בחורים וואס גייען ליידיג חדשים/יארן אין א צי, (פאר ווער ס'באקאנט מיט די הלך ילך אין "מיר") און זוכן מיט לעכט עפעס א באשעפטיגונג,
ס'דא עטליכע צענדליגע וואס האבען א אייגענע ביזנעס, אדער ארבעטען אויף פראדזשעקט בעיסד דזשאב וואס זיי כאפן דא דארט,
ע"פ רוב אונטער די טאטע'ס נאז..
ס'איז נישטא קיין איין ביזנעס וואס איז גרייט צי אינוועסטען אין די ביליגע ארבעטער מארקעט...

מ'דארף פשוט האבען א staffing company וואס זאל אראפגיין, אינוועסטירען אין אביסל טרענינג אין אן אפיס, און ער וועט האבן א פלייץ פון מאוטיוועטעד ביליגע ארבעטער,
אזוי ווי די היימישע קאמפעניס וואס טוען דאס אין אינדיע.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סמיילי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היינט שמועסענדיג מיט מיין ברודער פון וויליאמסבורג איז ארויפגעקומען די ענין פון די "סיסטעם" וכו', אזוי רעדנדיג האב איך געכאפט וואס איז די פראבלעם פון די וויזויהייסטעס, ס'איז זייער פשוט. איינער וואס ציהט לינקס האט אן אויסוואל פון אפציעס אהינצוגיין, ער קען זיך ציהען קיין עירמאנט אדער פלעטבוש, ער קען גיין קיין YU אדער חובבי תורה אדער בכלל קיין CUNY, ער קען ווערן רעפארם, רעווייוועל דשודעיזם, אט"ד (די וואכעדיגע סדרה), א.א.וו. יששכר כ"ץ, עקיבא וויינגארטן, אבי תפילינסקי, אוהד אזרחי, משה מיימון, ס.נ. גואנקה, דער דאלי לאמא, פרעה מיט פידשאמא, ס'טוט זיך א וועלט פון ליבעראלן מיט נאך מער לינקע ליבעראלן וואו מ'קען זיך גיין ווייקן מקבל זיין און משפיע זיין און אויפטוהן פאר אידישקייט און גוי'אישקייט כפי אוות נפשך הטהור. וואס טוט אבער איינער וואס ציהט צו עקסטרעמיזם, וואו קען ער גיין? קיין אינדיאנא? לב טהור? נישטא עכט קיינע אפציעס, אזוי קומט אויס אז די איינציגסטע אנדרייערס (כ'רעד פון עכטע אנדרייערס, נישט סתם מויל מאכער וואס זענען נאר פארנומען יעדעם מסביר זיין פארוואס נאר זיי זענען גערעכט) וואס פארבלייבן אינעם געטאו זענען נאר די עקסטרעמיסטן און זיי שלעפן אראפ אלע מעסיגע נייטראלע געטאו איינוואוינער נאך זיך אין גיהנם אריין. אפשר וואלט טאקע כדאי געוועזן מייחד צו זיין אפאר ערי מקלט פאר די עקסטרעמיסטן ושלום על ישמעאל.

ענדיוועיס, וואס אנבאלאנגט "סעלושנס", איך וואלט גע'עצה'ט יעדעס בחור וואס איז איבער די אכצן צו טוהן וואס איך האב געטוהן. גיי צום פאבליק לייברערי און שרייב זיך איין אינעם TASC פראגראם, ביים ענדע פונעם פראגראם באקומט מען א היי סקול דיפלאומע, נעם דעם דיפלאומע צו א קאממיוניטי קאלעדש און שרייב זיך דארט איין, נאך איין זמן (סעמעסטער) מאך פליטה פון דארט און גיי צו א נארמאלע קאלעדש, הצלחה!
אגרי 100%,,
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אסאך בחורים האבן נאך מורא פונעם סיסטעם, ווייל ווי וועלן זיי גיין אן די סופפארט פון די עלטערן, על כל פנים אזוי האב איך געפילט אלס בחור.
א גרוש אן קינדער איז מסתמא די גרינגסטע.
פארשפארט