1). וואס דו פרעגסט איז אז ממבט פונעם
דזשענאָטייפּ איז איינער וואס האט ל״ע
קליינפעלטער סינדרוֺים איז נישט אזוי מבורר זיין ס*קס, וממילא איז ״טרענס״ פון וואס? אבער ממבט זיין
פענאָטייפּ, והיינו ווי אזוי די כאראקטעריסטיקס קומען ארויס איז, ווען ער האט איברי זכרות (שוואך, אבער דאך) וואס זענען ניכר, יא שייך ״טרענס״ צו נקיבה.
2-3). דאס איז גאר נאנט, אויב נישט ממש, א
פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: אויב ווייסט מען נישט לגבי די פרטים, ווייסט מען דאס נישט לגבי הכלל כולו. עס איז טאקע גאר שווער צו דיסענטענגלען פון סתם סאציאלע ראלעס, איז עס אבער דאך דא בתוך ניוּרעלאגיע ממש. והיינו, אז אסאך דזשענדערד בּיהעיוויארס זענען עוואלוציאנעריש פּראגראמד מכח די פענאָטייפּיק פיזיאלאגישע חילוקים בין זכר לנקיבה. מ׳קען טאקע זאגן אז די פיזיאלאגישע חילוקים האבן געברענגט (פּראָטאָ-)סאציאלע ראלעס ביי די פריערדיגע (פּראָטאָ-)מענטשן און דאס האט געהויבן זייער פיטנעס, וממילא געווארן סעלעקטעד פאר. עכ״פ די ברייטע סארט חילוקים בבּיהעיווארס (כעין aggression על הכלל כולו, וכדומה) איז לכאורה כהיום שוין פּראגראמד מכח די דזשיִנס גרידא. (וכמובן זענען אסאך חילוקים, לדוגמא, די סארט קליידער א זכר צי נקיבה גייען מיט, ריין מכח יעצטיגע
(מיינענדיג, די לעצטע פאר טויזענט יאר) סאציאלע ראלעס.)
וסמך לזה קען מען זעהן ביי אונזערע עוואלוציאנערישע קרובים, די פּריימעיטס, און די חילוק ביניהם על הכלל בין זכר לנקיבה אין זייערע סארט דזשענדערד בּיהעיוויארס (בתוך זייער ״סאציאלע״ אויסשטעל און ״ראלעס״).
ווען און אויב צו אפערירן וכדומה, ווענדט זיך אין דעת וכו׳ און אין אסאך פאקטארן, און איז אלעמאל אטאמאטיש אַן אינדיווידואלע קעיס-ביי-קעיס בּעיסיס.
אגב,
פון א סייענטיפישן מבט איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז ס׳איז אומ-יושר אז טרענס-פרויען שפילן קעגן סיס-פרויען ביי ספּאָרטס.