מיינע עלטערן.......אפדעיט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
מיינע עלטערן.......אפדעיט.
דער סיבה וואס האט מיר געברענגט דאסמאל צום שרייב טיש,ל איז די קליינע איצי.
דער בחור איצי איז א ליכטיגער בחן,טער בחור,ל וואס האט אפאר חדשים צירוק אנגעהויבן ישיבה מיט די רעכטע פיס ב"ה, אבער די וואך שפאצירט ער אריין צו מיר אין אפיס צוזאמען מיט זיין טאטע, וואס גייט פאר? די טאטע ר' משה האט שוין פארדעם גערעדט צו מיר אויפן טעלעפאון און מסביר געווען די פראבלעם, אין ישיבה איז אלעס גוט, זאגט ער מיר אבער אין דערהיים איז געפערליך, דער בחור איז נישט מיט אונז, ער פירט זיך אויף ווי א חיה, שרייט, רעדט חוצפדיג, אזאש ס,איז ממש געפערליך
איך הער אויס די טאטע, איך פרעג אים אויס כמה פרטים בנוגע דעם ענין, נאך אפאר מינוט האב איך ארויסגעהאט די גאנצע ענין, איך זעץ מיר אראפ מיט איצי און איך שמועס מיט אים אביסאל, און יא, איך האב מיר נישט געפאפט, עס שטימט,
עס איז שוין שפעט ביינאכט, איך זיץ אויפן סאפא און זוך א עצה, איך ווייס וואס די פראבלעם איז, די פראבלעם איז נישט דער בחור, דער טאטע איז דער שולדיגער, די שאלה איז ווי אזוי איז מען מסביר פאר די טאטע די פראבלעם, ער טוט דאך די בעסטע פאר זיין קינד, ער טוט וואס ער קען, ער קויפט כסדר נייע זאכן פאר זיין קינד, ער גיט אים אזויפיל ליבשאפט, און וואס נישט, זיין קינד האט זיך נישט וואס אפצורעדן,און די אמת איז אז זיין קינד רעדט זיך בכלל נישט אפ, אבער דאך, עפעס קליקט נישט צווישן איצי און זיין טאטע
זיצענדיג אזוי פארטראכטהייבט מיר אן ארויפקומען זכרונות פון יארן צירוק אלס בחור ווען איך בין געזיצן ביי די סעודה אומגעדילדיג, א יעדע ווארט וואס מיין טאטע האט נאר ארויסגערעדט האט מיר עקסטער נערווירט, איך האב געהאלטן אז מיין טאטע איז א שוטה ער האט פשוט נישט קיין שכל, יעדע ווארט וואס ער האט נאר געזאגט איז געווען ווי א פעקל טיפשות, איך האב נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי מענטשן רעדן צו מיין טאטע, ווי אזוי מענטשן האבן ליב מיין טאטע,
איך פלעג אזוי מקנה זיין די בחורים וואס האבן געהאט די געשמאקע עלטערן, מען קען שמועסן מיט זיי געשמאק, הגם מיין טאטע האט מיר איינגעטיילט ווייניגער ווי זיי האבן איינגעטיילט זייערע קינדער, מיין טאטע איז געווען אזא גוטע טאטע, ער האט מיר קיינמאל נישט געשלאגן, ער האט מיר געקויפט וואס איך האב נאר געדארפט אפילו ער האט נישט געהאט קיין סאך געלט, ער האט זיך אזוי געזארגט פאר מיר, פארוואס האב איך אים נישט ליב געהאט? פארוואס האב איך נישט הנאה געהאט פון זיין געטריישאפט? איך פיל יעצט אזא רחמנות אויף מיין טאטע וואס האט נעבעך פרובירט וואס ער האט נאר געקענט,היינט צוטאגס האב איך גראדע גאנץ שטארק הנאה פון אים, אבער אלס בחור האט עפעס נישט געקליקט,
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס דער איצי קליקט נישט מיט זיין טאטע
פון ווען א קינד גייט אריין אין פלעי גרופ הייבט ער אן באקומען חברים, נאכן באקומען חברים הייבט ער זיך אן צו שלאגן מיט די חברים און ער מאכט נייע חברים, ער ווערט עלטער גייט ער אריין אין א חדר, יעדן טאג באקומט ער נייע חברים און זאגט אויף די אלטע, מיט איינעם ווערט די פריינטשאפט הייס פאר אפאר וואכן, אפאר חדשים, און נאכדעם קילט זיך דאס אפ, ער טרעפט נייע חברים וחוזר חלילה,
וואס געשעט ווען א קינד באקומט א חבר, און ער ווערט בעסט פרענדס מיט יענעם, ביז צוביסלעך הייבט ער אן נמאס ווערן פון יענעם, אבער יענער לאזט נישט נאך, יענער זאגט נישט אויף זיין פריינטשאפט, צוביסלעך גייט דאס קינד ווערן אויפגערעגט אויף יענע אינגאל, ער וועט שרייען אויף יענעם דו פגר לאז מיר אפ טרעפ דיר אנדערע חברים טרעט אראפ פון מיר
און אויב די אינגאל וועט אים וויטער פגר,ן, זיך פרובירן צו חנפנען, וועט עס נאר ווערן ערגער, ער וועט באקומען א שינאה צו אים
א טאטע איז נאנט צו זיין קינד נישט אפאר וואכן אפאר חדשים, נאר פון ווען דאס קינד ווערט געבוירן אויף אייביג איז נישט מער ווי נארמאל אז עס זאל זיין עליות און ירידות, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען די טאטע לאזט נישט עס זאל זיין ירידות
דאס פילט א קינד ווען זיין טאטע גיט אים ליבשאפט, פגר נישט, לאז מיר אפ, אבער ער קען עס נישט ארויסזאגן אפן, במילה ווערט אזא גאנצע געראטשקע, זוכט די טאטע צו געבן עפעס פאר די קינד, ווערט די קינד נאכמער אויפגערעגט, אפילו אופן מינוט זעט אויס ווי די זאך האט זיך ברואיגט איז עס אין אמת,ן געווארן סאך ערגער, די קינד פילט זיך סאך מער געצווינגען און זיין טאטעס פריינטשאפט
האט איר אויך די פראבלעם מיט אייערע עלטערן אדער קינדער? זענט איר אינטערעסירט איך זאל שרייבן די סעלאשן? דאן שרייבט דא אין דעם אשכול א הודעה און מוועט זען לפי די ריקוועסט

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוואליעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
גערעכט. זיך אנלייגן מיט געטריישאפט פילט שוין נישט מער ווי א גוטע זאך.בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אינטערסאנטע געדאנק, א דאנק פארן מיטטיילן, געבן ספעיס אין א רילעשנשיפ איז זייער וויכטיג.
ס׳איז אבער וויכטיג צו באמערקן אז צופיל איז קיינמאל נישט גוט, אויף פארקערט אויך נישט. אינגאנצן אגנארירן א קינד קען ברענגען נאך גרעסערע חרבונות. א קינד (בפרט אין די צענערלינגען) איז זייער אנגעוויזן אויף די ליבשאפט און שטיצע פון זיינע עלטערן ווייל ס׳זייער א שווערע צייט מיט זייער אסך טויש וואס קען פילן שרעקעדיג און אומזיכער. נישט קיין חילוק וויפיל זיי שטופן דיר אוועק זאלסטו נישט אויפגעבן אויף די קשר בכלל - נאר אויף די אופן וויאזוי דו דריקסט אויס דיין געטריישאפט.
א קינד דארף טעגליך הערן פון זיינע עלטערן אז ער איז באליבט און אנגענומען וויאזוי ער איז. מיט יונגערע קינדער איז עס אפט פיל גרינגער אויסצודריקן און צומאל דארף אן עלטערע קינד מער אפט די אומדירעקטע מעסידשעס ווי שטארק באליבט ער איז. ס׳דא מאמעס וואס לייגן א צעטל אין די לאנטש-בעג פון קינד מיט א גוטע קאמפלימענט וואס דריקט אויס ליבשאפט, אנדערע לאזן עס אויפ׳ן קישן אבער:
מיט סיי וועלכע מהלך וואס פילט גוט פאר דיר איינצופירן, איז וויכטיג צו געדענקען אז די עיקר איז, דיין קינד זאל וויסן זייער קלאר יעדן טאג, אז דו קעירסט! ס׳גייט דיך באמת אָן וויאזוי ער פילט און דו ווילסט זאכן זאלן זיין בעסער פאר אים. ער קען נישט ״געסן״ אז דו האסט אים ליב, ס׳מוז קלאר זיך אנזעהן פון דיינע מעשים. ער דארף פילן אז פונקט אזוי ווי ער איז, איז ער באליבט.
אזא מהלך קען באשיצן קינדער פון אלע סארט סכנות וואס בוזשעוועט אין די היינטיגע וועלט (דעפּרעשן, נישט גוטע חברים און נאך פיל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
א קינד וואס האט נישט ליב זיין טאטע, מוז נישט זיין צוליב עפעס א סיבה. עס קען זיין סתם, ווייל אזוי. און נישט אייביג מוז זיין אז עס איז דא א עצה וויאזוי זיי צומאכן זיך ליב האבן. וועב מען קען אבער יא טוהן איז, מינימיזירן דער שנאה, דער קינד זאגט צומאל וואס ער האט נישט ליב פין דער טאטע, און דער טאטע קען פראבירן עס צו טוהן ווייניגער.
אבער א טאטע וועט נאך אלץ צופלאצט ווערען, וויסענדיג אז זיין זוהן האט אים נישט ליב צוליב זיין מהות. אמאהל איז עס ווייל דער טאטע דערמאנט דער זוהן פין זיין גרעסטע שונא, זיך אליין (קרעדיט - מלאך, אבער אויף פארקערט).

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
ווי ערווענט איז די סעלאשן "געבן ספעיס". און ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, דארף מען שטארק אכטונג געבן נישט צו דערווייטערן דאס קינד. נא? וויאזוי גייען די צוויי זאכן אינאיינעם?
פאר מיר גייען צו די תירוץ לאמיר צוריקגיין צום אנהייב. די רילעשנשיפ צווישן א טאטע און א קינד טאר נישט זיין די זעלבע רילעשנשיפ ווי צוויי חבירים, א טאטע איז נישט זיין זון'ס חבר, ער איז זיין טאטע, די ארבעט פון א טאטע איז נישט צו ליב האבן זיין קינד נאר אים צו מחנך זיין, דאס אז ער האט אים ליב איז א זייטיגע נאטור וואס דער אייבעשטער האט אים געגעבן כדי ער זאל נישט בארד ווערן פון זיין זון, שטעלט'ס ענק פאר א מלמד דארף מחנך זיין א קינד פאר 18 יאר, ער וואלט אראפגעגאנגען פון זינען
און די זעלבע זאך איז בנוגע דאס קינד, ער וואלט אויך אראפ פון זינען ווען ער האט ווען די זעלבע מלמד פון ווען ער איז געבוירן, וועגן דעם איז דא די זאך וואס הייסט ליבשאפט וואס דאס מאכט אז מ'זאל נישט נמאס ווערן איינער פון צווייטן,
אבער. ווען איינער האט זייער שטארק ליב אייז קרים, אויב עסט ער אייז קרים א גאנצע טאג וועט ער שנעל נמאס ווערן דערפון, אויב אבער גיט ער ספעיס וועט ער עס ליב האבן א גאנצע לעבן, אבער ביי אייז קרים מיינט "געבן ספעיס" פשוט נישט עסן, ביי א קינד מוז מען אנפילן די ספעיס'עס מיט עפעס אנדערש, און דאס איז "שטייפקייט"
(נישט זיך טועה זיין מיט שטרענגקייט) ווי מער שטייפקייט די גיסט פאר דיין קינד אלס מער וועט ער עפרישיעיטן די ליבשאפט, אבער. דו דארפסט זיין א גוטע אבן המשקל צו מעסטן ווי און וויפיל עס קומט פון וואס.
לדוגמה, ווען דיין קינד קומט אהיים מיט א כתב אדער א שיינע זאך וואס ער האט געמאכט באגיס אים מיט ליבשאפט, ווען דו קויפסט אים עפעס, גיב אים עס איבער מיט א טוץ פון ליבשאפט, אבער ווען ער בעט דיר עפעס און דו ווילסט אים עס נישט געבן, דאן זיי שטייף, דאס מיינט נישט אז דו דארפסט שרייען אויף אים, נאר זאג אים א שטייפן ניין אזוי ער זאל זען אז עס איז נישטא פון וואס צו רעדן, קענסט אים אויך זאגן פארוואס נישט, קענסט אים זאגן אפן: דו דיזערפסט עס נישט וכדו'
פון דא און ווייטער וועט איר זיין די מיבין דבר מתוך דבר
די פראבלעם פון ספוילן א קינד איז לאו דוקא די קויפן אסאך זאכן פאר די קינד, נאר די געבן פאר די קינד צו סאך ליבשאפט
עס איז מיר אביסאל שווער ארויסצוברענגען די נקודה אויפן פאפיר, אבער זיי דיר מתבונן און דאס וואס איך האב דא געשריבן וועסטו פארשטיין

- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
לוינט זיך צו זאגן ניין פאר א קינד נאר כדי צי צי לעוולען אין נישט ספוילן?כוואליעס האט געשריבן:ווי ערווענט איז די סעלאשן "געבן ספעיס". און ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, דארף מען שטארק אכטונג געבן נישט צו דערווייטערן דאס קינד. נא? וויאזוי גייען די צוויי זאכן אינאיינעם?
פאר מיר גייען צו די תירוץ לאמיר צוריקגיין צום אנהייב. די רילעשנשיפ צווישן א טאטע און א קינד טאר נישט זיין די זעלבע רילעשנשיפ ווי צוויי חבירים, א טאטע איז נישט זיין זון'ס חבר, ער איז זיין טאטע, די ארבעט פון א טאטע איז נישט צו ליב האבן זיין קינד נאר אים צו מחנך זיין, דאס אז ער האט אים ליב איז א זייטיגע נאטור וואס דער אייבעשטער האט אים געגעבן כדי ער זאל נישט בארד ווערן פון זיין זון, שטעלט'ס ענק פאר א מלמד דארף מחנך זיין א קינד פאר 18 יאר, ער וואלט אראפגעגאנגען פון זינען
און די זעלבע זאך איז בנוגע דאס קינד, ער וואלט אויך אראפ פון זינען ווען ער האט ווען די זעלבע מלמד פון ווען ער איז געבוירן, וועגן דעם איז דא די זאך וואס הייסט ליבשאפט וואס דאס מאכט אז מ'זאל נישט נמאס ווערן איינער פון צווייטן,
אבער. ווען איינער האט זייער שטארק ליב אייז קרים, אויב עסט ער אייז קרים א גאנצע טאג וועט ער שנעל נמאס ווערן דערפון, אויב אבער גיט ער ספעיס וועט ער עס ליב האבן א גאנצע לעבן, אבער ביי אייז קרים מיינט "געבן ספעיס" פשוט נישט עסן, ביי א קינד מוז מען אנפילן די ספעיס'עס מיט עפעס אנדערש, און דאס איז "שטייפקייט"
(נישט זיך טועה זיין מיט שטרענגקייט) ווי מער שטייפקייט די גיסט פאר דיין קינד אלס מער וועט ער עפרישיעיטן די ליבשאפט, אבער. דו דארפסט זיין א גוטע אבן המשקל צו מעסטן ווי און וויפיל עס קומט פון וואס.
לדוגמה, ווען דיין קינד קומט אהיים מיט א כתב אדער א שיינע זאך וואס ער האט געמאכט באגיס אים מיט ליבשאפט, ווען דו קויפסט אים עפעס, גיב אים עס איבער מיט א טוץ פון ליבשאפט, אבער ווען ער בעט דיר עפעס און דו ווילסט אים עס נישט געבן, דאן זיי שטייף, דאס מיינט נישט אז דו דארפסט שרייען אויף אים, נאר זאג אים א שטייפן ניין אזוי ער זאל זען אז עס איז נישטא פון וואס צו רעדן, קענסט אים אויך זאגן פארוואס נישט, קענסט אים זאגן אפן: דו דיזערפסט עס נישט וכדו'
פון דא און ווייטער וועט איר זיין די מיבין דבר מתוך דבר
די פראבלעם פון ספוילן א קינד איז לאו דוקא די קויפן אסאך זאכן פאר די קינד, נאר די געבן פאר די קינד צו סאך ליבשאפט
עס איז מיר אביסאל שווער ארויסצוברענגען די נקודה אויפן פאפיר, אבער זיי דיר מתבונן און דאס וואס איך האב דא געשריבן וועסטו פארשטיין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
בקיצור, האבן מיר דא א איינשטיין וואס שרייבט דברים שלא שמעתן אוזן 6000 יאר.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פארוואס אין דער וועלט זאלן דיינע עלטערן דיך לאזן מאכן אייגענע החלטות?! די גאנצע סיבה זיי האבן דיר געבארן איז נאר ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע אפגעריסענע מיינונגען האבן זיי דיר אהערגעשלעפט ווייל דיר קענען זיי איינטיילן וואס צו טוהן ביז... זיי קענען שוין מער נישט... אבער דאן איז עס שוין א חלק פונעם מידלייף קרייסיס אילוזשן באסט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
WOW די ווייטאג הייבט אן ארויפשווימען...רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס אין דער וועלט זאלן דיינע עלטערן דיך לאזן מאכן אייגענע החלטות?! די גאנצע סיבה זיי האבן דיר געבארן איז נאר ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע אפגעריסענע מיינונגען האבן זיי דיר אהערגעשלעפט ווייל דיר קענען זיי איינטיילן וואס צו טוהן ביז... זיי קענען שוין מער נישט... אבער דאן איז עס שוין א חלק פונעם מידלייף קרייסיס אילוזשן באסט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
ווען איך בין געווען א בחור האב איך פיינט געהאט מיינע עלטערן שנאת מוות ברוך השם אז היינט בין איך שוין עלטער.
אסאך האט געהאט מיט די עידזש און אסאך מיט מיינע עלטערן'ס חינוך צוגאנג, וואס ווען איך בין עלטער געווארן האבן זיי שוין נישט געהאט קיין שליטה אויף מיר.

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
און א אנדערע קינד דארף דוקא יא אויף טריט און שריט. ביסט נישט דער איינציגסטער קינד. אויף ענגליש זאגט מען, ספיק פאר יארסעלף. האסט אנדעקט אמעריקא? מאך שלום מיט דיינע עלטערן, און הער אויף מיט די מעשיות.כוואליעס האט געשריבן:.........דאס אלעס איז געזאגט געווארן בנוגע א קינד ביז די 13 14 יאר בערך ווענד זיך לפי די קינד, שפעטער האט שוין "געבן ספעיס" גאר א אנדער באדייט. אין קורצן, איז דאס נשט אריינרעדן אדער נאכקוקון די קינד אויף טריט און שריט, אים לאזן מאכן אייגענע החלטות,
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דו מיינסט מן הסתם די ווייטאג פונעם מידלייף קרייסיס, איי, וואס פארשטייט דען די היינטיגע דור… וואס איז דאס בכלל א מידלייף קרייסיס? די מסילת ישרים רעדט נישט דערפון…שמעקעדיג האט געשריבן:WOW די ווייטאג הייבט אן ארויפשווימען...רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס אין דער וועלט זאלן דיינע עלטערן דיך לאזן מאכן אייגענע החלטות?! די גאנצע סיבה זיי האבן דיר געבארן איז נאר ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע אפגעריסענע מיינונגען האבן זיי דיר אהערגעשלעפט ווייל דיר קענען זיי איינטיילן וואס צו טוהן ביז... זיי קענען שוין מער נישט... אבער דאן איז עס שוין א חלק פונעם מידלייף קרייסיס אילוזשן באסט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
שמעקעדיג האלט שוין נענטער צו ענד אוו לייף קרייסיס, ווי מידלייף.