ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

שליחה דורך כוואליעס »

איינס פון די בעסטע טאקטיקן וואס קאמפעניס ניצן צו מאכן אסאך געלט איז, מאכן אז די זאך וואס זיי פארקויפן זאל זיך שנעל אויסניצן, ווי למשל א קאמפני וואס פאברצירט שעמפאו וועט מאכן א גרויסע לאך ביי די עפענונג כדי ווען מ'גיסט שעמפאו זאל זיך גיסן א שפע, במילא וועט זיך עס שנעל אויסניצן וועט מען שנעל קויפן א נייע, און אזוי פרובירט א יעדע קאמפעני אנדערע עיצות
אבער די גרעסטע הצלחה וואס א קאמפעני האט נאר געהאט אין אלע דורות, זענען אונזערע היט סוחרים. זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב. איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!

שטעלט'ס ענק פאר עס קומט ארויס א נייע קאמפעני ביי די גויים, און הייבט אן פארקויפן היטן געמאכט פון סטראבערי שארט קעיק דעקארירט מיט הערליכע דיזיינס פון וויפ פאר א נויט וועט עס נאך האבן קאנפעקשן שאגער אויך, דאס זעט אויס גאר געשמאק, מ'קען מאכן דערפון אסאך געלט וויבאלט מענטשן וועלן דארפן קויפן יעדע פאר טעג א נייע היט
ממש דאס זענען אונזערע היטן, דאס איז ממש איינס פון די גרעסטע פירצות פונעם דור, פאלגנט איז א קורצע ליסטע פון די פראבלעמען וואס דאס שאפט:

מען קען נישט גיין מיט א נארמאלע קאוט אדער סוועטער,
מען קען נישט פארן מיט געהעריגע בייקס, לעקטעריק סקוטערס וכדו',
ווען עס רעגנט גייט מען אנגעטון מיט אלע מיני מאדנע בעגס אויפן קאפ,
דאס אליינס אז רעגן איז איינס פון די גרעסטע דאגות פונעם אידישן פאלק,

די עצה איז זייער פשוט: אנהייבן גיין מיט דאטשיק'ס אזוי ווי אלע חסידישע אידן פלעגן גיין אמאל.
נאר וואס דען? אונז גיימיר נאך די היטן סוחרים ווי געטרייע שאף

פאלגענד גיב איך אייך דא די רעסעפי פון סטראבערי שארט קעיק, אויב ווילט איר אריינגיין אין ביזנעס:

https://youtu.be/MoNUQn8HfFU
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אויבן אויף זעהט טאקע אויס אז דאשיקעס איז די וועי טו גאו, און ווי כוואליעס האט שיין ערווענט, אבער, און דאס איז א שטארקע אבער!
וואס וועלן מיר ווייזן מיט דעם פאר אונזערע קינדער? אז מיר זיכן זיך פשוט גרינגער צו מאכן? אז מיר זענען בועט אין גלות?? וויאזוי ווילן מיר אז אונזערע קומענדיגע דורות זאלן זיך ספראווען מיט זייערע נסיונות אויב מיר וועלן אדאפטירן פראקטישע סארט ארגומענטן, געבויעט אויף פראסטע מענטשליכע (ליין: גויאישע בהמהישע!) שכל הישר???

:אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :אומגלויבליך:

#סארקאזם אלערט
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?

גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?
330 dollars
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

שליחה דורך טראכטכמוני »

קודם כל. זייט ווען ווערט א הוט חרוב אזש מ' דארף שוין קויפן א ניייע נאך א רעגן, סך הכל דארף מען עס איבער בלאז/פרעסן.

צווייטנס, הוט סוחרים האבן נישט אריינגעברענגט די היטן אין אונזער געמיינדע, סך הכל שטעלן זיי צו וואס דער'עולם זוכט.

דריטנס, האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון? ס'איז מאדנע? וואס מאכט דעס ווייניגער מאדנע פון דעם אינטערסאנטן שמאטע העכער א שטעקן וואס מענטשן שלעפן ארום מיט זיך אין די רעגן ווי א פארטעבל דאך, א שירעם ריפן זיי עס.

פערטנס, איך שפאר זיך שווערע געלטער אויף א טייערע שיינע רעגן-הוט ביים אריינלייגן מיין הוט אין א גענוצטע סופער-13 בעג. ס'איז אויך בעסער פאר די ענוויראמענט אזוי ווארף איך נישט די בעגס אין גארביטש נאר איך נוץ עס איבער. דערנאך לאז איך עס איבער אין שול אין קאוט רום ווי עס ווערט ווארשיינליך באגראבן צוזאמען מיט די שמות ערב ראש חודש.

ותן לחכם ויחכם עוד
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

כוואליעס האט געשריבן:איינס פון די בעסטע אונזערע היט סוחרים,זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב, איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!
גיטע פוינט, קיינמאל אריינגעטראכט אין דעם ספעציפיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

טראכטכמוני האט געשריבן: האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון?
ENJOY IT
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שכ'ח @כוואליעס.

כ'האב גראדע דערמאנט דעם איידיע לעצטנס, דא.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
אינטערעסאנט. אויף די בילד זע איך דיר מיט א גרויסע הוט.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

ער רעדט פון בעל הארבאר ודו"ק.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?

גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
געוויסע וואלטן איבערגעלאזט די הוט אינדערהיים, אבער אין די קליינע דירות איז פשוט נישט דא קיין פלאץ וואו עס אראפצולייגן, די קאפ שיינט צו זיין א גוטע פלאץ עס אראפצושטעלן, און אזוי ארומגיין מיט'ן הוט אויפען קאפ, מבוקר עד ערב....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך איהם געזאגט אז המתחיל במצווה אומרים לו גמור... לאמיר האפן אז מיין הוט איז נאך יא געבליבן גאנץ, אז נישט וועל איך דארפן צאלן 330 טאללער פאר א נייעם... :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך איהם געזאגט אז המתחיל במצווה אומרים לו גמור... לאמיר האפן אז מיין הוט איז נאך יא געבליבן גאנץ, אז נישט וועל איך דארפן צאלן 330 טאללער פאר א נייעם... :lol:
אזוי ליינענדיג דיין תגובה דערמאנט עס מיר וויאזוי אונזערע זיידע'ס פלעגן צו רעדן מיט נאסטאלגיע אז "אינדערהיים" איז געווען אזוי און אזוי... און געזאגט מיט בענקעניש מיר האבן איבערגעלאזט "אינדערהיים" אסאך ספרים וכדומה.....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...
מען האט געברענגט די "אינדערהיים" קיין אמעריקע....
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, :lol:
איך האף ביסט נישט דארט געווען געצווינגענערהייט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

פון אייוועלט...

קישקעטלעך
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4665599

זאלן סאטמאר בחורים גיין מיט באולער היטן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3368072

אומגלויבליך - ביבער הוט פרייז גייט שטענדיג ארויף - אין שיעור למעלה
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3632223

וואלט איר אדער אייער בחור געקויפט א ביליגע הוט ?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61623

אנקעטע-הוטן רעוואלציע
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4311481

בחורים מיט קאשקעטלעך
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=38110
פארשפארט