פון פענע צום בלאט (דער בלאט)

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

פון פענע צום בלאט (דער בלאט)

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב מתחילה געטראכט אריינצולייגן דעם מאמר אין די שמייכל אפטיילונג. נאר איך וויל ארויס ברענגען אן ערנסטע נקודה. די פאבריקאציע פון בריוון (און אפשר נייעס באריכטן אויך) אין די אפטיילונג פון פענע צום בלאט.

דער צווייטער בריוו אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ויחי) איז געשריבן דורך א איד א נגיד? ווי ער רופט זיך אליין. ער האט אן ערנסטן פראבלעם. ער און זיינע חברים, נגידים כמותו פלאגן זיך מיט א געפערליכן פראבלעם. די מתנות וואס זיי באקומען פן די פארשידענע מוסדות. ער רעכנט אויס וואס ער באקומט אלץ. טשיעז קעיק פאר שבועות . האניג פאר ראש השנה הדסים פאר סוכות. אויך א גאנץ יאר ליידט ער זיך (ליידער) אן. ער האלט אין איין באקומען ספרים. די זעלבע סעט עטליכע מאל, פון פארשידענע מוסדות, און כבוד פלעקס, לרחצה. ער האלט עס שוין נישט אויס. (ל"ע) למשל 3 סעטס הגדה של פסח בר"מ.

מילא. די טשיעז קעיק ווארפט ער גלייך ארויס אין גארבידזש, אבער מיט די ספרים און פלעקס קען ער זיך נישט קיין עצה געבן (רח"ל). ער האט שוין נישט קיין פלאץ אויף די ווענט פון זיינע צימערן וואו צו הענגען די כבוד פלעקס.
נעבעך דער איד, (און זיינע חברים שכמותו, די אנדערע נגידים), ליידן זייער שטארק פון די מוסדות...!

וויל איך דא ווינטשן פאר דעם געליטענעם איד דעם נגיד. די אייבישטער זאל העלפן אז איהר זאלט קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן און מער ערנסטן פראבלעם ווי דאס. (אמן)

אויך. צום רעדאקטאר פון בלאט האב איך א בקשה: אויב ס'קומען נישט אריין געניג בריוון פון פענע צום בלאט און איהר מוזט אויפמאכן מעשה'לעך. ביטע שרייבט איבער עכטע פירצות מיט וואס דער היימישער עולם איז (ב"ה) געבענטשט. ווי למשל... לאנגע פאנדיאלאס, רויטע טורבאנס, לאנגע שייטלעך, און שייגעץ בייקס. נישט אזעלכע נישט געשטויגענע מעשיות וועלכע קיינער גלייבט נישט.

ס'ליגט מיר נאך אין זיכרון דער בריוו וואס אן ערליכער איד וועלכער דאוונט זייער שטארק בכוונה האט געשריבן. אז ווען א איד וועלכער האט יארצייט און ער ברענגט טשיעז דעלקעלעך פאר תיקון. און דער עולם האט זייער שטארק ליעב טשיעז דעלקעלעך. (ער אויך) או ווילאנג ער ענדיגט דאווענען איז שוין נישטא קיין זכר פון די תיקון. אשר על כן וויל ער אז דער שמש זאלל אוועקלייגן דעלקעלעך פאר די אידן וועלכע דאווענען מיט כוונה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך וואונדער זיך פארוואס דו לייענסט נאך דער בלאט און דער איד נאכדעם וואס זיי שרייבן אזעלכע שטותים, ספעציעל א.מ. סופר המכונה מנשה פילאפ עפל אראנזש וכו' וק"ל ולו"ל....
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

פאר די זעלבע סיבה פארוואס אונז ליינען השומרים, הגם ס'איז נישט געזונט פאר די בלוט דרוק....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעה, סך הכל באקומען די נגידים טשיז קעיק און ספרים, כ'האב נישט קיין קנאה פאר דעם.

כ'האב אייביג געמיינט אז זייער באלוינט איז, אז זייערער קינדער באקומען א כתב נתקבל..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דערהויבענע איד האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה פארוואס אונז ליינען השומרים, הגם ס'איז נישט געזונט פאר די בלוט דרוק....
דערהויבענע איד: אז מ'רעדט שוין פון בלוט דרוק דערמאן איך מיך א מעשה. איך האב אמאל געליטן פון א נידריגן בלוט דרוק. האט דער דאקטער מיר פארשריבן אז איך זאל ליינען דעם איד. און דאס איז בדוק ומנוסה אז ס'גייט הייבן מיין בלוט פרעשור. כ'האב אזוי געטון. און ס'האט געהאלפן, (ב"ה). האביך אויפגעהערט צו ליינען דעם איד. בראשית דרכו פונ'ם בלאט איז ער נאך געווען א ביסל בעסער ווי דער איד. אבער היינט, ווען ער קאסט שוין 5 דאללער איז עס א שטיק גארבידזש. א פעקל אשר יצר פאפיר איז שוין ביליגער.
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סמיילי »

דערהויבענע איד האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה פארוואס אונז ליינען השומרים, הגם ס'איז נישט געזונט פאר די בלוט דרוק....
השומרים האב איך ליב. א 100% comedy edition
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
גארנישט אזוי אומזיסט, ס'קאסט א ביטערן פרייז
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מר. קלונימוס האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
גארנישט אזוי אומזיסט, ס'קאסט א ביטערן פרייז
די אלע סארטן זאכן זענען נאר פאני ווילאנג ס'איז בבחינת אידישע הומאר פון לאכן פונעם אייגענעם פעקל צרות, פאר איינעם וואס קען זיך נישט אסאציאירן דערמיט איז עס קארנדיג אין בעסטן פאל אויב נישט העכסט נערווירענד. ווען איך פלעג נאך וואוינען אין געטאו האב איך געהאט א חבר וואס האט געמאכט א יציאה בשאלה און זיך געצויגן קיין פענסילוועניע וואו ער זעהט נישט קיין היימישן איד פאר די אויגן צו וואוינען מיט זיין גירלפרענד, אבער אונז פלעגן נאך שטיין אין קאנטאקט. איין מאל טענקסגיווינג איז ארומגעפארן עפעס אן אודיאו ווי איינער מאכט לצנות וויאזוי הלכה וואלט זיך באגאנגען מיט טענקסגיווינג, כ'האב עס ווייטערגעשיקט צו אלע מיינע otc און otd און סתם אויפגעקלערטע חברים און באקאנטע און אלע האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן דערפון, נאר דער איינער פון פענסילוועניע - וואס א יאר פריער פלעגט ער לאכן צוזאמען מיט אונז פון אזעלכע דשאוקס - האט נישט געקענט פארשטיין וואס איז אזוי פאני.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
מרדכי מרדכי: איך האב נאר איין שאלה צו די עדיטארס און ארויסגעבערס פון די הערליך שיינע גרעפיקס וואס זיי שטעללן אהער...עטץ האטץ די אלע (שיינע) זאכן געשריבן מיט א טייפרייטער. און געצייכנט מיט די הענט. און דאס אלעס אויפגעסעט אזוי ווי אונזערע עלטער זיידעס האבן געטון פאר הונדערטער יארן...?! אדער, הס מלהזכיר. די גאנצע ארבעט איז געטון געווארן (מרישא ועד גמירא) אויף א מדערנעם קאמפיוטער מיט אן אפדעיטעד פראגראם. (אבער נישט ח"ו די טמא'נע אינטערנעט. מ'האט אלעס באשטעלט דורך מעהל ארדער? (שמעון וואלף אלערט).
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
מרדכי מרדכי: איך האב נאר איין שאלה צו די עדיטארס און ארויסגעבערס פון די הערליך שיינע גרעפיקס וואס זיי שטעללן אהער...עטץ האטץ די אלע (שיינע) זאכן געשריבן מיט א טייפרייטער. און געצייכנט מיט די הענט. און דאס אלעס אויפגעסעט אזוי ווי אונזערע עלטער זיידעס האבן געטון פאר הונדערטער יארן...?! אדער, הס מלהזכיר. די גאנצע ארבעט איז געטון געווארן (מרישא ועד גמירא) אויף א מדערנעם קאמפיוטער מיט אן אפדעיטעד פראגראם. (אבער נישט ח"ו די טמא'נע אינטערנעט. מ'האט אלעס באשטעלט דורך מעהל ארדער? (שמעון וואלף אלערט).
איך וואונדער זיך פון וואו זיי האבן באקומען אזא שיינע אפדעיטעד בילד פון א טעסלע קאר (ווען זיי האבן געמאכט דעם וואנזיניגען קאמפעין אנטקעגן טעסלאס)??!!

אההה… זיי האבן מן הסתם גענוצט פרא קליק׳ס שבת גוים…
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך"
אומזיסטע קאמעדיע.
מרדכי מרדכי: איך האב נאר איין שאלה צו די עדיטארס און ארויסגעבערס פון די הערליך שיינע גרעפיקס וואס זיי שטעללן אהער...עטץ האטץ די אלע (שיינע) זאכן געשריבן מיט א טייפרייטער. און געצייכנט מיט די הענט. און דאס אלעס אויפגעסעט אזוי ווי אונזערע עלטער זיידעס האבן געטון פאר הונדערטער יארן...?! אדער, הס מלהזכיר. די גאנצע ארבעט איז געטון געווארן (מרישא ועד גמירא) אויף א מדערנעם קאמפיוטער מיט אן אפדעיטעד פראגראם. (אבער נישט ח"ו די טמא'נע אינטערנעט. מ'האט אלעס באשטעלט דורך מעהל ארדער? (שמעון וואלף אלערט).
אני מאמין באמונה שלמה אז עס זיצן א שטאב אידן וועכנטליך, און דיזיינען איעדע צעטל עקסטער, איך האב אפילו אמאל פארגלייכט צעטלעך פון 2 בתי מדרשים און איינס איז געווען מער ארויסגעקאלערט פון די ליין :lol:
כאטשיג אין א יעדע געגנט מאכן זיי קאפיס ביי א אויסגעהאלטענע קאפי סענטערס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און זיי דעליווערן און דיסטריביוטן די השמעיני את קולך בלעטעלך א יעדע וואך מיט פערד און וואגן.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

berlbalaguleh האט געשריבן:און זיי דעליווערן און דיסטריביוטן די השמעיני את קולך בלעטעלך א יעדע וואך מיט פערד און וואגן.
זיי זענען נאר אקעגן טעסלאס נישט אקעגן אלגעמיינע קארס,
מסתמא פארן זיי מיט א ביציקל.
פארשפארט