טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס - נייעס און אפהאנדלונגען

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס - נייעס און אפהאנדלונגען

שליחה דורך שאלתיאל »

א פלייץ פון פאנטאסטישע טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס האט מיטאמאל פארפלייצט די מארקעט. רוב פון זיי זענען באזירט אויף Artificial intelligence און באווייזן אותות ומופתים. זיי זאגן אָן איבער א גרויסע טויש וואס גייט פארקומען אין דער וועלט. איך וויל אביסל צוזאמענעמען כל מיני אינטערסאנטע דעוועלאפמענטס וואס איז ארויס, א טייל שוין באריכטעט דא. דער עולם איז מכובד צוצולייגן.

שפראך מאדעלן

GPTchat איז טשעטבאט וואס איז באזירט אויף שפראך מאדעל GPT-3.5 און איז דעוועלאפט געווארן דורך דער אמעריקאנער פירמע open AI. עס איז ארויס אום נאוועמבער און געצויגן אסאך אויפמערקזאמקייט צוליב זיינע קלארע און דעטאלירטע ענטפערס. עס געבט ארויס לאנגע ענטפערס אויף יעדער נושא אין דער וועלט. עס וועט דיר שרייבן קאלעדזש עסעיס, ארטיקלען, פאעזיע און ליטעראטור און פירן פילאזאפישע טיפזיניגע און אינטעליגענטע שמועסן. עס איז יעצט אפן פאר די ברייטע מאסן פאר פרי אויף א פראבע תקופה.

דער טשעטבאט ברענגט ארויף א זארג ביי פארשידענארטיגע פלעצער, צום ביישפיל: גוגל, וועלכע פילט זיך געסטראשעט פון די זוך פעאיגקייטן פונעם טשעטבאט אזש זי האט פארופן עמערדזשענסי זיצונגען מיטן ציל צו טרעפן לעזונגען. זייער פראבלעם איז אז GPTchat איז אסאך מער דעטאלירט און פראדאקטיוו פון גוגל סורטש וועלכע שיקט דיך עסן שטרוי ביי א רייע פון וועבזייטלעך און לינקס. GPT איז טאקע נישט אזוי קראנט לעת עתה אבער וועט זיך אוודאי שטארק פארבעסערן אין די נאנטע צוקונפט און מעגליך פאראיבעריגן דער אלטעמאטיווע לעגענדארע גוגל סירטש.

נאך באזארגטע מענטשן קען מען טרעפן אין וועלט פון אקאדעמיע. דער פאקט אז דער טשעטבאט קען אין עטליכע סעקונדען ארויסגעבן דעטאלירטע עסעיס אדער סתם העלפן מיט אקאדעמישע אויפגאבעס וועט לכאורה צוברענגען צו א טויש אין די פעלד. די אקאדעמיע וועט מוזן טרעפן א וועג וויאזוי זיך צו אימפראוון און זיך צופאסן צום נייע ריאליטעט.
ניו-יארק סיטי עדיוקעישאן דעפארטמענט, צום ביישפיל, האט לעצטע וואך גע'אסר'ט די טשעטבאט פון די דעווייסעס אין פובליק שולעס איבער ניו יארק צוליב זארג פון ''נעגאטיווע איינפלוס איבער די שטודירונג פון די תלמידים און די אקוראטקייט און סעיפטי פון איר אינהאלט''.

Doctorllama איז א דעוועלאפמענט פון אַן איזראעלי פארשער וואס געבט דעטאלירטע ענטפערס אין אלערליי אקאדעמישע דיציפלינען. מען קען אויסשטעלן די ענטפערס לויט די קלאס לעוועל.


טעקסט-צו-בילדער מאדעלן


נאך א רייע דעוועלאפמענטס זענען ארויסגעקומען לעצטנס באזירט אויף AI וואס ספעציאליזירן זיך מיטן פראדוצירן פיקטשערס אויפ'ן באפעל פון אן איינפאכן טעקסט ווי באריכטעט דא.
אין דעם פעלד האבן מיר DALL E 2 טאקע פון דעם זעלבן קאמפאני פון GPTchat. דער דאזיגע לערנונג מאדעל גיבט ארויס בילדער לויט די איינפאכע טעקסט וואס דו לייגסט אריין. עס איז פרי ביז 25 בילדער.
אַן ענליכע באט איז Stable diffusion. די ביידע באטס זענען איינפאך אויף צו נוצן אבער באגרעניצט אין די קאמפליצירטקייט פון אירע רעזולטס.
מער סאפיסטיקירט פון די ביידע איז דער באט MIDJOURNY- א זעלבסטשטענדיגע דעוועלאפמענט וואס איז ארויס אין july היי יאר אויף א פראבע תקופה. זי גיבט ארויס שטוינענדע פירות. די חסרון איז אז מאמענטאל איז עס עוועילעבל בלויז אויף די Discard פלאטפארמע וואס איז היבש קאמפליצירט. זיי ערלויבן קריעטן ביז 25 שטיקלען פריי אָן אפצאל אבער נאר אויף די פובליק טשעט צוזאמען מיט נאך טויזענטע מענטשן.

די סארט מאדעלן ברענגען ארויס גרויס זארג ביי ארטיסטן. איך האב פונקט געזען א קליפ ווי מען ווייזט פאר א בארימטע מעלער וויאזוי Midjourny גיבט ארויס אקוראטע פעינטינג באזירט אויף זיין ספעציפישע סטייל אין בלויז עטליכע סעקונדען. יענער איז געשטאנען שאקירט און בלאס און נישט געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעען. די שאלה וואס איז דער ווערד פון ארגינעלע ארט און פון ארטיסטן אין די עפאכע פון די אטאמאטישע בילדער דזשענערעיטארס ווען יעדער ראציג קינד קען פאבריצירן ארט אין א מינוט וועט אונז באגלייטן אין די קומענדיגע יארן. די פראגע איז נישט נאר אויף ארטיסטן נאר אויך אויף גראפיקערס און דעזיינערס און ווי מער די Artificial intelligence וועט זיך רוקן פאראויס וועט די פראגע חל זיין אויך אויף שרייבערס, פילם-מאכערס, און אזוי ווייטער.

טעקסט-צו-פרעזענטאציע מאדעלן

CHATBCG איז א פרישע מאדעל וועלכע פראדוצירט א פולע סלייד-פרעזענטאציע באזירט אויף אן איינפאכע זאץ. עס וועלט אליין אויס די פאנטס, זאצן, לייגט אליין צו די בילדער און פארשטייט זיך פאבריצירט די אינהאלט. עס ווערט מאמענטאל אטאקירט דורך מיליאנען מענטשן און איז היבש בלאקירט.

בילד-צו-ווידעא מאדעלן

D-ID איז אן איזראעלישע דעוועלאפמענט וועלכע נעמט א בילד און פארוואנדעלט עס אין א ווידעא. עס נעמט דער געזיכט פון מענטש און מאכט עס זיך רוקן, בלינקן און רעדן לויט די טעקסט וואס מען לייגט אריין.

נאך עטליכע ריסורטש און דעוועלאפמענטס וואס זענען אויפן וועג:

Dreamfusion Text-to-3D
MDM - Text-to-Motion
Makeavideo- Text to video
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

עס זענען פתאום ארויסגעוואקסן א שיינע צאל פירמעס מיט ענליכע AI פראגראמען. ווי איך פארשטיי זענען די קאמפעניס אומאפהענגיג איינער פונעם צווייטן.

וואס איז פשט אז אויף איין מאל זאל יעדער אויפקומען מיטן זעלבע (ענליכע) טעכנאלאגיע?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

אסאך ארבעטן שוין לאנג אויף דעם און איינמאל דער ערשטער גייט פאבליק הייבן אלע אן זיך צוצויאגן, גוגל האט אויך אזא פראיעקט און זיי גייען אויך ארויסקומען דערמיט פריער ווי געפלאנט.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עס זענען פתאום ארויסגעוואקסן א שיינע צאל פירמעס מיט ענליכע AI פראגראמען. ווי איך פארשטיי זענען די קאמפעניס אומאפהענגיג איינער פונעם צווייטן.

וואס איז פשט אז אויף איין מאל זאל יעדער אויפקומען מיטן זעלבע (ענליכע) טעכנאלאגיע?
OpenAI וואס האט דעוועלאפט GPTChat און DALLE איז געגרינדעט געווארן שוין אין 2015 דורך עלאן מאסק אין נאך אפאר חברה, יעצט הערט מען פון זיי ווייל זיי האבן יעצט צוגעענדיגט און ארויסגעגעבן אפאר פון די מאדעלן פארן ברייטן פובליק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שאלתיאל: ייש"כ. איך בין טאקע שטארק נתפעל פון די ווינדערליכע זאכן וואס עי. איי. (ארטיפישל אינטעלידזשענס) קען אלץ אויפטון.

איך האב א פשוט'ע שאלה. וואס אפשר אן איינפאכער גוגל סוירטש וועט (אויך) האבן דעם ענטפער...אויך. האביך עס שוין אויפגעברענגט דא אין קאווע שטיבל... והנה: וואס איז די שייכות (רילעישאנשיפ/באציאונג) פון אינדאקטענס צו אינדאקטיוו ריעקטענס. און פון קעפעסיטענס צו קעפעסיטיוו ריעקטענס. און די מאטעמאטישע פארמולעס פאר ביידע...?!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אפהאנדלונג: וויאזוי וועט אויסקוקן א וועלט ווי AI נעמט איבער די לייצעס און דער מענטש רוקט זיך אין זייט?

איך מיין אז די אורזאך פארוואס מענטשן פילן זיך אביסל געסטראשעט פון די שטארקע פראגרעס אין די פעלד פון AI, אויסער דער טעאָרעטישע אפאָקאַליפיטישע סטראשע פון סופער-אינטיליגענטע קאמפיוטערס וואס האלטן מלחמה מיט די מענטשהייט כמתואר בסצענעס המאוויס השונות איז דא א מער קאנקרעטישע סטראשע וואס טרעט אונז אויף איידעלע סטרונעס פון אונזער עצם וועזן. דער געפיל פון 'מותר האדם''- דער מענטשליכע אויבערהאנט. דער וואונדערליכע מענטשליכע חכמה און פארשטאנד וואס האט אונז געברענגט דער אטאם און דער סאטעליט צום לבנה און אויפגעבלאזן דער בויך פון שטאלץ און פאוער. דאס איז דער וויכטיגסטע עלעמענטארישע געפיל פון א מענטש - אז ער איז וויכטיג, נוצבאר און גיבט צו צו דער וועלט. יעצט רוקט זיך אָׁן דער גולם און איז ''קם על יוצרו'', ער שלעפט שטייטליך אבער זיכער ארויס די לייצעס פון די הענט פון די מענטשהייט און לאזט נאכאנאנד איבער נאך און נאך ארבעטסלאזע מענטשן וועלכע וואונדערן זיך איבער זייער ווערד און נוצבארקייט.

איך האב געהערט לעצטנס א ספּעציאַליסט אין די פעלד פון AI וואס האט געשאצט אז ביז צען יאר ארום וועט נישט זיין קיין איין נארמאלע לאנד איבערן ערד קוגל וועלכע וועט ערלויבן פאר א מענטש צו דרייוון עני טראנספארטאציע מאשין. וואס פאר א לאגיק איז צו געבן פאר דער מערסט ריזיקאלישע בריה אויפן וועלט צו דרייוון בעת וואס טעכנאלאגישע סיסטעמען טוען עס טויזענט מאל בעסער, מער קארעקט און פארזיכערט? נישט נאר דרייווערס וועלן ווערן איבעריג, דאס גאנצע וועלט פון ארט שטייט שוין יעצט אונטער א פראגע צייכן ווען AI מאדעלן שטעלן אהער קאמפליצירטע ארט ווערק לויט אַן איינפאכע פראמפט. ווען מען וועט קענען דזשענערעיטן א פילם אין עטליכע מינוט לויט א פערזענליכע דעטאלירטע פארלאנג וועט די גאנצע פילם אינדוסטרי שטיין אונטער א גרויסע פראגע צייכן. דאס זעלבע איז אין פעלד פון LAW, שוין היינט באנוצן זיך לויערס מיט AI מאדעלן צו העלפן בויען א קעיס און דאס זעלבע מיט די געריכט און לאָו אינפארסמענט אינסטאנצן וואס באנוצן זיך דערמיט צו פרעדיקטן אויב מען קען ארויסלאזן א קרימינאל פון ארעסט [1], אדער פאליציי וואס באנוצן זיך דערמיט צו פרעדיקטן ווי וועט פארקומען די קומענדיגע קריים (ממש ווי אין דער פילם Minority Report) [2] און אזוי ווייטער אין אנדערע פעלדער.

דער פראצעס וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און שפעטער די טעכנאלאגישע רעוואלוציע וועט יעצט ארויפגיין א שטאפל און מיליאנען דזשאבס און פראפעסיעס וועלן ווערן פאראיבעריגט.
געדענקט אז אונז לעבן אין קאפיטאליסטישע מערב לענד וועלכע פארהייליגן דאס קאריערע און ווי א מענטש ווערט דעפינצירט לויט זיין נוצן וואס ער ברענגט, לויט זיין דזשאב און ביזנעס. א ברוטאלע קולטור אָן קיין רחמנות, ווער ס'ארבעט נישט און ברענגט נישט קיין נוצן איז גענצליך ווערטלאז. וויאזוי וועלן אונז אויסקוקן ווען מיליאנען מענטשן וועלן זיך טרעפן ארבעט-לאז און דעריבער אויך ווערטלאז?

פעסימיסטן וועלן פאראויסזאגן כאאס און חורבן. מיליאנען לאנגווייליגע מענטשן איז א רעצעפט פאר אַן אומגליק. אנדערע וועלן טענה'ן אז אדרבא, דווקא ווען די קאמפיוטערס וועלן טון פאר אונז די טעכנישע ארבייט און מיר וועלן זיך ענדליך קענען באשעפטיגן מיט די ''אמת'ע'' וויכטיגע זאכן, די סארט זאכן וואס מאכט אונז טאקע פאר א מותר האדם (וואס זענען זיי?). נאך א ריכטונג וואס מען קען טראכטן איז איבער א דראמאטישע טויש אין די מיינדסעט אין וואס מיר לעבן: געענדיגט מיט די לויפעריי, די יאגעריי, די געיעג נאך קאריערע און געלט און זיך דעפינצירן די אייגענע ווערד לויט די נוצן און כבוד נאר אנדערש אדאפטירן די סארט מיינדסעט פון די ווייטע מזרח לענדער און אנהייבן לעבן דער מינוט, לעבן זיך אליין אזוי ווי ס'איז אָן קיין שום באדינונג אדער אפהענגיקייט.

[1] https://www.managedoutsource.com/blog/h ... r-clients/
[2] https://www.newscientist.com/article/23 ... -accuracy/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שאלתיאל: 2 זאכן. מ'וועט זיין פריי צו לערנען תורה. און דאס וועט אויך אנקומען גרינג און שנעל. דןרך עי. איי. איי והגית בו יומם ולילה. מ'עט אויפקומען מיט פראגראמען וועלכע הארעווען אויף תורה. זיי וועלן קענען צוזאמשטעללן א פשט'ל אויף די שווערסטע סוגיות הש"ס כהרף עין.

אויך דארף מען געדענקען אז די אונטערטע שורה איז אז דער אייבישטער פיהרט די וועלט. ס'איז אייביג דא אן אומבאוואוסטער עלעמענט וואס מ'האט נישט גענימען אין באטראכט.

איך האב ערגעץ געליינט (כ'מיין רידער'ס דיידזשעסט שר"י עפ"ל ימ"ש. ווייל זיי זענען גרויסע אנטיסעמיטן און וויסטע שונאי ישראל.) אז אויב ס'וואלט געווען קאמפיוטערס 150 יאר צוריק וואלטן זיי פרעדיקטעד אז ביי דעם יאר 2000 וועט זיין אזויפיהל פערד אז מ'וועט שווימען אין די אפפאל. ס'וועט זיין בערג פון די סחורה. חמרים חמרים. דאס אז ס'וועט זיין קארס און מ'וועט זיך כמעט נישט באניצן מיט פערד האבן זיי נישט געטראכט...!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

שאלתיאל, דו דערמאנסט מיך פון די מעשה פון דער איד וואס האט געלעבט אין די 1950'גער יארן וואס האט געוואלט א ביזנעס וואס טעכנאלאגיע וועט עס קיינמאל נישט קענען רעפלעיסן. האט ער געעפענט א דייפער קלינינג פירמע (איינער פון אונז ווייסט נאך בכלל וואס דאס איז?) מיט'ן חשבון אז ווילאנג ס'וועלן געבוירן קינדער אוייף דער וועלט וועלן זיי אייביג דארפן קלינע דייפערס, טעכנאלאגיע וועט נישט קענען מאכן בעיביס זאלן נישט שמוציג מאכן זייער דייפער... אפאר יאר דערויף נאכן אינוועסטירן שווערע געלטער אין זיין דייפער קלינינג ביזנעס האט דיספויזעבעל דייפערס אנגעהויבן צו ווערן פאפולער, און היינט דארף קיינער נישט זיין סערוויס....
שאלתיאל האט געשריבן: דער פראצעס וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און שפעטער די טעכנאלאגישע רעוואלוציע וועט יעצט ארויפגיין א שטאפל און מיליאנען דזשאבס און פראפעסיעס וועלן ווערן פאראיבעריגט.
געדענקט אז אונז לעבן אין קאפיטאליסטישע מערב לענד וועלכע פארהייליגן דאס קאריערע און ווי א מענטש ווערט דעפינצירט לויט זיין נוצן וואס ער ברענגט, לויט זיין דזשאב און ביזנעס. א ברוטאלע קולטור אָן קיין רחמנות, ווער ס'ארבעט נישט און ברענגט נישט קיין נוצן איז גענצליך ווערטלאז. וויאזוי וועלן אונז אויסקוקן ווען מיליאנען מענטשן וועלן זיך טרעפן ארבעט-לאז און דעריבער אויך ווערטלאז?
ווען קאמפיוטערס זענען ארויסגעקומען האט עס טאקע ריפלעיסט זייער אסאך ארבעטער, אבער בעיקר נאר די פיזישע ארבעטער, און טאקע היינט איז א מענטש ווערד ווען ער ברענגט מיט עפעס א טאלאנט וואס קאמפיוטערס און ראבאטן קענען נישט ברענגן צום טיש. AI וועט טאקע ריפלעיסן אסאך ארבעטער, אבער ס'וועט נאך זיין גענוג זאכן וואס נאר מענטשן וועלן קענען צו שטעלן צום טיש.

לאמיר נעמען א דוגמה B&H. אקעי, שנייד אראפ די אלע קאסטומער סערוויס רעפרעזענטעטיווס וואס אנשטאט זיי וועט ווערן געשטעלט א גאר סאפיסטיקירטע AI פראגראם וואס וועט ענטפערן די טעלעפאנען און ארויסהעלפן די קונדן מיט זייערע געברויכן (איין רגע, ענטפערן פאר טעלעפאנען פון וועמען? אה, פאר מיין פריוואטע AI פראגראם וואס איך צאל $50 א חודש צו קעיר נעמען פון אלע מיינע געברויכן... צוויי AI סיסטעם'ס וועלן רעדן איינס צו די צווייטע... שיין קוקן מיר אויס...). נעם 25% פון די געוועזענע קאסטומער סערוויס רעפרעזענטעטיווס און זיי וועלן ווערן די יומען סופערווייזערס וואס וועלן זיין אוועילעבל ווען די AI וועט (דערווייל) נישט זיך קענען אן עצה געבן מיט א קליענט.

אבער דו וועסט נאכאלץ דארפן האבן די גאנצע ביזנעס אנאלאסיס טיעם, קען זיין אז זיי וועלן זיך טאקע באנוצן מיט AI זיי צו העלפן אויפקומען מיט קלארע סטראטעגיעס, אבער דאך וועלן מענטשן מאכן די החלטות.

די buyers איז מיר שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי זיי זאלן ווערן רעפלעיסט דורך AI.

קיין איין מענעדזשער קען נישט ווערן ריפלעיסד דורך AI (אפשר יא? ווער ווייסט...)

א חוץ פון דעם וועט AI ברענגן פרישע דשאבס (פונקט אזויווי קאמפיוטערס האט געברענגט פרישע דשאבס אזויווי פראגראממערס, IT וכו') ווי למשל AI דעוועלאפערס און ענדשענירן, דאטא סייענטיסטן און אנאליזן, AI טרעינערס, מעינטעינען די AI וכו'.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

בען שאפירא האט א ווידיאו ווי ער צילייגט די chatgpt אז עס איז נישט אקוראט.
עס זעהט נישט אויס ווי מענטשן פון אונזער דור וועלן זיך אמאל פארלאזן אינגאנצן אויף AI צו מאכן החלטות, אפשר וועלן זיי נעמען די איידיעס פון AI אבער די ענדגילטיגע החלטה וועט די מענטש מאכן.
אמאל האב איך געמיינט אז מאשינען וועל אונז אט אט איבערנעמען, היינט אבער גלייב איך אז עס וועט נאך געדויערן אסאך יארן.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס - נייעס און אפהאנדלונגען

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

לדעתי איז שאפירא בייעס. זיינע שיטות אין אלגעמיין קומען מער פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו, ווי איידער פון א סייענטיפישע פערספעקטיוו. אזויווי אסאך אנדערע וועט ער ארומנעמען און באצירן זיין פערספעקטיוו מיט שכל'דיגע ארגומענטן, ווען אין אמת'ן קען מען שוין וויסן פון פאראויס וועלכע זייט ער וועט נעמען.

ווי @שאלתיאל האט שוין פריער ארויסגעברענגט, מענטשן האבן מורא אז ,AI וועט באוואסערן דאס שטאלצקייט וואס מיר הומענס האבן, וויבאלד עס וועט ווייזן אז מיר זענען גארנישט מער ווי קאמפליצירטע חשבונות (פארשטייט זיך אליינס אז דאס איז אויך בלויז א טעאריע). איבעריג צו זאגן אז דאס שטימט נישט מיט די "מעין סטרים" רעליגיעזע מיינונג.

אגב, האב איך אמאל געהערט אז גרויסע סטאק אינוועסטירער באניצן זיך שוין מיט גאר פארגעשריטענע AI טעכנעלאגיע צו אטאמאטיש טרעידן סטאקס. אויב איינער ווייסט מער איבער דעם זענט איר מכובד צו שרייבן.

-----
שכוח @שאלתיאל פארן נעמען די צייט און אהערשטעלן אזאנע רייכע ארטיקלען!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א אינטערסאנטע שמועס צווישן לעקס פריעדמאן און דזשאו ראגען וועגן די נושא, הייבט זיך אן ביי בערך 45 מינוט אריין אין שמועס, לעקס צונעמט אביסל די נושא ווי אזוי מען דעוועלפט AI, און זיי האבן א לענגערע דיסקאשן איבער די טויש וואס אזא זאך קען ברענגען צו די וועלט.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

'Google research''- דער ריסורטש אָרם פון גוגל האט לעצטנס פארענדיגט א AI מאדעל מיטן נאמען MusicLM; וואס מידזשורני וכת דיליה טוען מיט פיקטשערס- דזשנערעיטן פיקטשערס לויט טעקסט פראמפטס, טוט דאס מיט מיוזיק- עס דזשנערעיט מוזיקאלישע שטיקלעך לויט א טעקסט באפעל, סטייל- "“a calming violin melody backed by a distorted guitar riff” . ס'גיבט ארויס ביז פינף מינוט לאנגע מוזיקאלישע שטיקלען אויף אַן איינפאכן באפעל ווי ''techno melody''. פארשטייט זיך מען קען שרייבן מער רייכערע קאמפליצירטע באפעלן ווי די פונקטליכע זשאנער און כלים וכו'. זיי האבן ארויסגעלייגט פארשידענע סעמפלס פארן ציבור, אויך האבן זיי ארויסגעשטעלט דאטא-בעיס פון 5,500 סעמפלס פון טעקסט-מוזיק פראמפטס דורך פראפעסינאלן כדי צו העלפן שפעטערדיגע ריסורטש.
ס'איז נישט דער ערשטע סארט מאדעל פון Artificial intelligence וואס פראדוצירט מוזיק אבער די פארשער טענה'ן איז עס אויף א העכערע לעוועל אין פארגלייכונג צו די פריערדיגע מאדעלס; סיי מיט קוואליטעט אודיא און סיי מיטן זיך האלטן מער פונקטליך צום טעקסט.

דא איז דער פולע ארטיקל ווי זיי זענען מסביר זייער פראיעקט
https://arxiv.org/pdf/2301.11325.pdf
אן ארטיקל איבער דעם
https://www.theverge.com/2023/1/28/2357 ... o-music-ai


דער ספעציפישע מאדעל איז נאכנישט ארויס און גוגל טענה'ט אז זיי גייען עס נישט ארויסגעבן דערווייל צוליב זארג פון ''פאטענציאל פאר אומפאסיגע באנוץ מיט אירע קאנטענט''- ווארשיינליך, קאפירייט פארלעצונגען אדער cultural appropriation פראבלעמען אבער עוד זה מדבר וזה בא. די וואך מאנטיג האבן פארשער פון זעלבן ריסורטש פליגל אנטפלעקט פארן פובליקום אַן אנדערע, מער קאמפליצירטע מאדעל: SingSong. וואס נעמט א רעקארדינג ווי דו זינגסט און שטעלט צו צוגעפאסטע מוזיק און אפילו קווייער.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

Open AI האט נעכטן פארגעשטעלט פאר די פובליקום א נייע מער פארגעשריטענע ווערסיע פון GPT 4 : ChatGPT 3
די ווערסיע איז מער קריאטיוו און סאפיסטיקירט און דילט אויך מיט וויזשועל אינפוטס, למשל, ס'קען אפלערנען און אנאליזירן פיקטשערס.

https://openai.com/product/gpt-4
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס - נייעס און אפהאנדלונגען

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

מ'קען עס שוין אראפלאדענען?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:מ'קען עס שוין אראפלאדענען?
דערווייל איז עקסעס באגרעניצט נאר פאר דער וואס איז סובסקרייבד צו ChatGptPLUS וואס קאסט 20 דאללער א חודש
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

זייער א נוצליכע tool. א AI אפליקאציע וואס פארעכט יעדער טעקסט, פיצט עס צו און גיבט דיך אויך אלטערנאטיווע טעקסט לויט דיין אודיענץ צו וועם דו שרייבסט.

https://www.wordtune.com/
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

,
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט