צו ווי איז מען אנגעקומען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

צו ווי איז מען אנגעקומען?

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

היינט געזעהן אזא מעסידזש ארום פארן, און עס איז מיך געקומען טרערן אין די אויגן.
איז דאס וואס דער קאצקער און די חידושי הרי"ם האבן געמיינט?

עס איז דא א יתום וואס האט היינט נאכט חתונה אין ארץ ישראל.

דער יתום איז פארכאפט געווארען ביי זיינס א פעטער וואס איז פון די רבי'ס מענטשען. מען האט אים פארגיפטעט אז ווער עס גייט צו דער ראש ישיבה איז אינו בגדר יהודי און מען טאר נישט רעדן צו איהם.

עס איז נישטא קיין תורה.. כיבוד אב ואם עקזעסטירט נישט בכלל ביי דער גרעסטער חסידות און ארץ ישראל.

דעם שידוך האט מען געטון אהן דעם טאטנס דעת.

געלט האט מען געוואלט פון איהם אבער א דעה האט ער נישט געמעגט זאגן.

דער חתן האט כמעט נישט גערעדט צום טאטען די לעצטע פאר חדשים פאר די חתונה.

דער טאטע איז געקומען צום חתונה מיט א ווארענונג פאר דעם וואס ער מעג טוהן און וואס נישט.

יעצט ביי די חתונה האט די פעטער נישט געלאזט דעם טאטע נעמען א בילד מיט דער חתן.. און ער האט געלייגט די אש אויף דער חתן.

דער חתן האט נישט געוואלט געבען מזל טוב פאר זיין יונגערע ברודער א יתום וואס האט פארלוירען זיין מאמע פון אלץ קליין קינד, פאר די חטא פון לייגען תפילין ביי רבי שאול אלתר שליט"א.

עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי...

עד מתי יהיה העדה הזאת ברשעותם..

דער טאטע זאגט ער האט נאך אזא צער אין זיין לעבן קיינמאל נישט געהאט.

אבער דאס איז חסידות. מען וועט ברענגען די פורקי עול ציונים זעהן דעם רבינ'ס הדלקה אבער א דאורייתא איז נישט וויכטיג.

עיני עיני ירדה מים
איך האב מיך נישט ליב צו מישען אין מחלוקת, און איך האב קיין שום שייכות צי גור אדער ר' שאול , אבער אזא זאך (אויב ס'איז אמת) איז א שרעקליכע זאך.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ליידער איז דאס א טאג טעגליכע ערשיינונג אין די גורע קולט.
אבער אז מען גייט צו דערצו מיט דיין מיינדסעט וואס דו ברענגסט דא, דאן פארשטייט מען זיי זייער גוט... און זיי זענען נאך גערעכט אויכעט... יעדער מיט זיין פארעם פון רעליגיע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

שמן למאור האט געשריבן:ליידער איז דאס א טאג טעגליכע ערשיינונג אין די גורע קולט.
אבער אז מען גייט צו דערצו מיט דיין מיינדסעט וואס דו ברענגסט דא, דאן פארשטייט מען זיי זייער גוט... און זיי זענען נאך גערעכט אויכעט... יעדער מיט זיין פארעם פון רעליגיע.
איך פארשטיי דיך נישט
עס איז דא אזא זאך ווי אידישקייט
יא בזמן הבית האט מען געהארגעט אויב איינער האט מחלל שבת געווען, אזוי שטייט אין די הייליגע תורה,
אז דו האלסט נישט פון דעם, ביסט א כופר בתורת משה? וויל איך דיך גארנישט ענפערען ודו''ק,
נאר וואס דען , די רבש''ע האט געגעבן א תורה און יעדע איד דארף טוהן וואס דארט שטייט
אבער נעמען א רבי און באויען א חסידות און טרעטן אויף די תורה איז נישט אויסגעהאלטן
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

די צד השוה פון די לב טהור מיט די גור דא איז. א טאטע דא האט ליב זיין קינד, א טאטע חלש'ט צו זעהן זיין קינד. א טאטע האט די פולע רעכט פאר זיין קינד.
אז דו ביסט פון די חברה וואס לעבן אין א באקס אז יודישקייט איז פאר צורייסן פערזענליכע משפחות לעבנס, דארף דאס שוין אנצינדן א רויטע לעמפל ביי דיר אין קאפ.
איך זע. דו ביסט זייער פארנומען מיט מיתות בית דין. האב איך דיר גוטע נייעס אז דו וועסט מער אריין קוקען וועסטו זעהן אז די חז"ל זענען געווען גאנץ ליבעראל ווען עס איז געקומען צו הלכה למעשה.
משניות זאגט סנהדרין שנהרג איינמאל אום 70 יאר הייסט שוין א מארד מאשין. און די גמרא וויל פארשטיין צו איין מאל אין זיבעציג איז אקעי אדער א גוזמא די נומער און הארגענען בכלל איז א זאך וואס מען איז געשטאנען ווייט…

דער רבונו של עולם האט געגעבן א תורה וואס דו דארפסט טוהן, נישט זוכן יענעם צו טוהן. ווייל אויב דו גייסט יא לעבן אויף דעי וועג וועסטו אנקומען צו בויען א חסידות טרעטן אויף די תורה. גענוי ווי דו זאגסט.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:ליידער איז דאס א טאג טעגליכע ערשיינונג אין די גורע קולט.
אבער אז מען גייט צו דערצו מיט דיין מיינדסעט וואס דו ברענגסט דא, דאן פארשטייט מען זיי זייער גוט... און זיי זענען נאך גערעכט אויכעט... יעדער מיט זיין פארעם פון רעליגיע.
איך פארשטיי דיך נישט
עס איז דא אזא זאך ווי אידישקייט
יא בזמן הבית האט מען געהארגעט אויב איינער האט מחלל שבת געווען, אזוי שטייט אין די הייליגע תורה,
אז דו האלסט נישט פון דעם, ביסט א כופר בתורת משה? וויל איך דיך גארנישט ענפערען ודו''ק,
נאר וואס דען , די רבש''ע האט געגעבן א תורה און יעדע איד דארף טוהן וואס דארט שטייט
אבער נעמען א רבי און באויען א חסידות און טרעטן אויף די תורה איז נישט אויסגעהאלטן
לאמיר דיר מסביר זיין. דו האסט נישט ריכטיג ארויס אידישקייט. די תורה האט די באשעפער געגעבן אפאר טויזנט יאר צוריק. זייט דעמאלסט זענען די רבנים ומנהיגים בעל הבית אויף די תורה. 'תורה לא בשמים הוא'. מען רעכנט זיך בכלל נישט מיט וואס די באשעפער האט געשריבן אין זיין תורה, די רבנים דרייען און פארטייטשן כפי ראות עיניהם, און מיר דארפן פאלגן אפילו אויב זיי זאגן על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין.

למשל, די באשעפער האט געשריבן אין זיין תורה אז מען זאל בלאזן שופר אויף ראש השנה, זענען געקומען די רבנים מיט יארן צוריק און געזאגט אז אויב געפאלט ר"ה אום שבת דאן איז דא עפעס א חשש וועגן עם הארצים וואס וועלן טראגן, און ממילא האבן זיי געגאנגען און 'עוקר געווען' א מצוה דאורייתא! און אזוי אויך אן א שיעור מאל! און ווי @אלבערט איינשטיין האט שוין צוגעברענגט, אז די תורה איז א לייוו דאקומענט, און היות די רבנים האבן אנגעהויבן צו קוקן אויף מיתות בי"ד בארבאריש, האבן זיי דאס געמאכט אויף אן אויפן אז דאס זאל נישט קענען פאסירן.

די רגע די ווארפסט אוועק דיינע אינערליכע מענטשליכע געפילן און שכל, און דו ביסט גרייט צו זאגן אז קינדנעפן א פרייע קינד פון זיינע עלטערן, כדי אים אויפצוציען פרום איז די ריכטיגע זאך צו טון (אויב ס'נישט פארהאנען דערביי קיין חילול השם) און דאס זאגסטו בלויז ווייל די האסט אפגעמאכט אז 'דיין' תורה וואלט אזוי געוואלט, דאן וואס האסטו טענות אויף די גורע רשעות? זייערע מנהיגים און רבנים ודיינים שרייען אלע אז ר' שאול ואנשיו זענען עמלקים מיט שבתאים, איז אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט אז מען דארף טון וואס מען האט צו טון. און אפילו עס הערט זיך אפשר רשעות'דיג און בארבאריש, אבער אז די תורה הייסט, דאן ווער ביסטו אריינצורעדן? די תורה (רבנים) מאכט אפ וואס מאראל איז, נישט דו!

(פארשטייט זיך אז די געדאנקן גאנג איז מופרך לגמרי, איך רעד נאר דא לויט דיין אייגענע סברה. די תורה איז דרכיה דרכי נועם, און עס לאזט נישט שלאגן אנדערע מענטשן און נישט פארכאפן קיין קינדער, נישט פון שאוליסטן און נישט פון די פרייע. אויב זאגט דיר דיין תורה (דיינע רבנים) צו טון בארבארישע זאכן בשם די תורה, דאן זאלסטו זיך זיכן א נייע תורה.(בעסערע רבנים)

איך וואלט דיר געראטן אדורכצוליינען די ארטיקל פון אבטולמוס, בכובד ראש.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן: איך פארשטיי דיך נישט
עס איז דא אזא זאך ווי אידישקייט
יא בזמן הבית האט מען געהארגעט אויב איינער האט מחלל שבת געווען, אזוי שטייט אין די הייליגע תורה,
אז דו האלסט נישט פון דעם, ביסט א כופר בתורת משה? וויל איך דיך גארנישט ענפערען ודו''ק,
נאר וואס דען , די רבש''ע האט געגעבן א תורה און יעדע איד דארף טוהן וואס דארט שטייט
אבער נעמען א רבי און באויען א חסידות און טרעטן אויף די תורה איז נישט אויסגעהאלטן
איך וויל נאר מסיים זיין די שמועס מיט א אישי וואס כ'האב באקומען לעצטע וואך
א גוטן.

כ'האב געזען דיין ויכוח מיט שמן למאור און נאך אין דעם אשכול "צו ווי איז מען אנגעקומען" וואס דו האסט געעפנט. זאלסט וויסן אז קאווע שטיבל איז אנגעפילט מיט נעביך אפיקורסים וואס בשם ליבעראליזם וכד' פארדרייען זיי די תורה בגלוי און אין הארץ ווער ווייסט וואס זיי טראכטן. מיט די סארט חברה איז אשאד די טענהריי און אויך געפערליך.

איך שטיי מיט דיר אין דעזעלבע פעידז"ש הן לגבי הנהגת התורה בזמן חז"ל והן לגבי די מעשה מיט'ן יתום, אויב די מעשה איז טאקע אזוי ווי ס'איז ציטירט אין דעם אשכול. איך וויל דייקא נישט רעאגירן ברבים ווייל מיט די חברה איז א לאסט קעי"ס. זיי האבן א אגענדע און זיי וועלן זיך נישט בייגן דורך איבערצייגונגען, זיכער נישט תורה'דיגע איבערצייגונגען.

כל טוב
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

דאן פארוואס קומט עטס דא זיך אנהערן מיט די אלע אפיקורסות בשם ליבעראליזם וואס פארדרייען די תורה בגלוי? מ'טאר דאך מיט אזעלכע חברה נישט שטיין אין ווארט?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמן למאור: פאר א מינוט האביך מיך דערשראקן. ליינענדיג דיין מאמר וואו דו ביסט (לכאורה) מדמה גזירת חכמים (שמא יעבירנו) צו די פוילע, מערדערישע שטיק פון די גור'ער בהמות וחיות טרף. וועלכע זענען גרייט צו הרג'נען מענטשן פאר די כבוד פון זייער כעבעה. נאר כ'האב באמערקט אז דו רעדסט לשיטתו...ייש"כ.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

@שמן, די תורה איז א לייוו דאקומענט וואס די וואס טוישן עס (אדער: זאגן וואס די כוונת התורה איז) זענען די רבנים, און די כח זייערע קומט טאקע פון די תורה אליינס.
די תורה האט געשריבן:וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם, וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט.
וְעָשִׂיתָ עַל פִּי הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ מִן הַמָּקוֹם הַהוּא אֲשֶׁר יִבְחַר ה' וְשָׁמַרְתָּ לַעֲשׂוֹת כְּכֹל אֲשֶׁר יוֹרוּךָ.
עַל פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךָ וְעַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךָ תַּעֲשֶׂה, לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל.
די שאלה איז נאר ווער די רבי זאל זיין, וואס דאס דארף שוין א מענטש מחליט זיין מיט זיין אייגענע דעת. ביי די שוכמאכער פרשה זענען געווען רבנים וואס האבן געפירט די זאך און גוט האבן די תלמידים געטון מיטן פאלגן, עכ''פ לשיטתם אז זייערע רבי'ס האבן די ריכטיגע דעת תורה. אין גור בין איך שטארק מסופק צו די זאכן ווערן געטון בהוראת הרבנים...

פון דעם וואס איך גלייב אז די בלאזסט נישט שופר בר''ה שחל בשבת רעכן איך אז די גלייבסט אויך אז חכמים האבן א געוויסע סמכות צו זאגן הדרך אשר נעשה, נאר דיין שוועריגקייט שטייט און מחליט זיין ווי די ליניע צווישן רבנים און רע-בנים איז... אדרבה, קאררעקט מי איף איים ראנג.
__

ערעב דאס איז נישט מיך, דיין מהלך פון שרייען 'ביסט אן אפיקורס' און אוועקלויפן פאסט מער פאר חדר אינגלעך, אדער פאר אינגעלייט וואס רירן נישט צו צו קאווע שטיבל ווייל ס'איז כפירה. אדער גיי אריין אינעם וויכוח און זיין מלבן ענינים לעומקם ולאמיתם, אדער בלייב שטיל אינגאנצן.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:
דאס איז נישט מיך האט געשריבן: איך פארשטיי דיך נישט
עס איז דא אזא זאך ווי אידישקייט
יא בזמן הבית האט מען געהארגעט אויב איינער האט מחלל שבת געווען, אזוי שטייט אין די הייליגע תורה,
אז דו האלסט נישט פון דעם, ביסט א כופר בתורת משה? וויל איך דיך גארנישט ענפערען ודו''ק,
נאר וואס דען , די רבש''ע האט געגעבן א תורה און יעדע איד דארף טוהן וואס דארט שטייט
אבער נעמען א רבי און באויען א חסידות און טרעטן אויף די תורה איז נישט אויסגעהאלטן
איך וויל נאר מסיים זיין די שמועס מיט א אישי וואס כ'האב באקומען לעצטע וואך
א גוטן.

כ'האב געזען דיין ויכוח מיט שמן למאור און נאך אין דעם אשכול "צו ווי איז מען אנגעקומען" וואס דו האסט געעפנט. זאלסט וויסן אז קאווע שטיבל איז אנגעפילט מיט נעביך אפיקורסים וואס בשם ליבעראליזם וכד' פארדרייען זיי די תורה בגלוי און אין הארץ ווער ווייסט וואס זיי טראכטן. מיט די סארט חברה איז אשאד די טענהריי און אויך געפערליך.

איך שטיי מיט דיר אין דעזעלבע פעידז"ש הן לגבי הנהגת התורה בזמן חז"ל והן לגבי די מעשה מיט'ן יתום, אויב די מעשה איז טאקע אזוי ווי ס'איז ציטירט אין דעם אשכול. איך וויל דייקא נישט רעאגירן ברבים ווייל מיט די חברה איז א לאסט קעי"ס. זיי האבן א אגענדע און זיי וועלן זיך נישט בייגן דורך איבערצייגונגען, זיכער נישט תורה'דיגע איבערצייגונגען.

כל טוב
איך האב ערווארטעט צו הערן דעם כופר אויסברוך. געווענליך מיינט עס טאקע נישט מער ווי 'עס געפעלט מיר נישט וואס דו זאגסט' און 'איך האב דיר נישט וואס צו ענטפערן'. איך האב גראדע נישט ערווארטעט אז ס'וועט קומען אינעם פארעם פון עפעס א טיפש וואס האט דיר געלאזט אן אישי, און יענער נעמט ניטאמאל די מיה דיר מסביר צו זיין די חילוק. דער יוקל האט אויך נישט די גאטס צו פירן א געהעריגע דיאלאג מיט מיר, שוין, זאל זיין. איך האב נאר הנאה אז דו האסט פשוט געמאכט קאפי פעיסט פון יענעמס אישי מיט די ספעלינג טעותים, אזוי אז עס איז ניכר אז יענער איז נישט פון די גרויסע אינטעלעקטואלן פון צווישן אונז (מילד גערעדט). עס איז מיר אויך געווען א כבוד צו זען אז @איך אויך האט דיר געלייקט, דאס איז א סימן אז איך פאר ב"ה גוט.

אבער צו דיר מיסטער 'דאס איז נישט מיך', ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, if you can't take the heat, get out of the kitchen. יא, דא איז א פלאץ ווי מיר טוען אדורך זאכן וואס אין אנדערע קורצקעפיגע פלעצער ריפט מען דאס 'כפירה'. אז עס געפעלט דיר נישט, גיי דיר גערן צוריק קיין אייוועלט, דארטן טוט מען נאר דורך דאס וואס מען 'מעג'

און צו די נושא, איך בין ח"ו נישט קיין כופר אדער אפוקורס, פארקערט גאר, איך האב געשריבן ווי שטארק איך נעם זיך אן פארן תורה שבעל פה, און פאר די כוח וואס די תורה האט געגעבן פאר די חכמים. אדרבה, צייג מיר אן פונקטליך וועלכע ווערטער מיינע זענען כפירה אדער אפוקורסות?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מתבודד האט געשריבן:@שמן, די תורה איז א לייוו דאקומענט וואס די וואס טוישן עס (אדער: זאגן וואס די כוונת התורה איז) זענען די רבנים, און די כח זייערע קומט טאקע פון די תורה אליינס.
די תורה האט געשריבן:וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם, וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט.
וְעָשִׂיתָ עַל פִּי הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ מִן הַמָּקוֹם הַהוּא אֲשֶׁר יִבְחַר ה' וְשָׁמַרְתָּ לַעֲשׂוֹת כְּכֹל אֲשֶׁר יוֹרוּךָ.
עַל פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךָ וְעַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךָ תַּעֲשֶׂה, לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל.
די שאלה איז נאר ווער די רבי זאל זיין, וואס דאס דארף שוין א מענטש מחליט זיין מיט זיין אייגענע דעת. ביי די שוכמאכער פרשה זענען געווען רבנים וואס האבן געפירט די זאך און גוט האבן די תלמידים געטון מיטן פאלגן, עכ''פ לשיטתם אז זייערע רבי'ס האבן די ריכטיגע דעת תורה. אין גור בין איך שטארק מסופק צו די זאכן ווערן געטון בהוראת הרבנים...

פון דעם וואס איך גלייב אז דו בלאזסט נישט שופר בר''ה שחל בשבת רעכן איך אז דו גלייבסט אויך אז חכמים האבן א געוויסע סמכות צו זאגן הדרך אשר נעשה, נאר דיין שוועריגקייט שטייט און מחליט זיין ווי די ליניע צווישן רבנים און רע-בנים איז... אדרבה, קאררעקט מי איף איים ראנג.
האסט זייער גוט ארויס מיין כוונה, די תורה איז אלעמאל געווען א לייוו דאקומענט, און די רבנים האבן געהאט די פולע קאנטראל דערויף. די גמרא פארציילט אז עס איז ארויסגעקומען א בת קול און געזאגט אז די הלכה איז אזוי ווי ר' אליעזר, האט זיך ר' יהושע אויפגעשטעלט און געזאגט "לא בשמים היא"! און ר' ירמיהו האט געזאגט "אין משגיחין בבת קול"! דאס הייסט אז דנר באשעפער האט געגעבן די תורה פאר די חכמים אז זיי זאלן זאגן וויאזוי זיך צו פירן. מען הערט זיך ניטאמאל צו צו וואס א בת קול פון הימל זאגט.

די תורה איז געגעבן געווארן פאר גאר א פרימעטיווע פאלק וואס איז נארוואס ארויס פון מצרים, נאכן זיין פארקנעכטעט פאר 210 יאר. דעכ באשעפער האט זיך גערעכנט דערמיט און אויסגעשטעלט די תורה לויט זייער דעמאלסטדיגע שטאפל. וידוע דברי הרמב"ם במורה נבוכים וועגן קרבנות. אז דער באשעפער האט עס נאר געהייסן וועגן די שטייגער יענע צייט ביי אלע אנדערע געטער איז געווען צו מקריב זיין קרבנות, האט מען עס אויך געמאכט פאר אן עבודה ביי אידן. און טאקע לכאורה לפי דעם טעם וועט לעתיד לבא מער נישט אויספעלן קיין קרבנות.

אין יענע צייטן איז די גאנצע וועלט נאך געווען אויף א מורא'דיגע צוריקגעבליבענע שטאפל, גוים פלעגן נאך מקריב זיין זייער אייגענע קינדער צו געטשקעס, און אין טייל פלעצער פלעגט מען טרינקען בלוט. די תורה איז געקומען מיט א מורא'דיגע מאראלישע אויפטוה פאר די אידן און זיי געגעבן א וועג וויאזוי זיך צו פירן, אז זיי זאלן נישט טון די אלע עקלדיגע מעשים. מיתות בי"ד איז דאן געווען פאררעכנט אלס א העכסט נארמאלע זאך, און די תורה האט עס געלאזט פאר יענע דור. שפעטער בזמן המשנה וגמרא. ווען די וועלט איז שוין געווען מער אהערגעשטעלט, האבן טאקע די חכמים געזען פאר וויכטיג איינצוצוימען מיתות בי"ד, אזוי ווי @אלבערט איינשטיין האט צוגעברענגט פון די גמרא אויבן.

דאס איז אבער קלאר אז די חכמים שבדור זענען די וואס האבן די רעכט אויף די תורה, און טאקע אין אלע דורות האבן זיי פראבירט אז עס זאל שטימען לויטן דור און מצב החיים. זיי האבן ערפינדן דעם פרוזבול, ערפינדן עירובין און נאך, אלעס לפי צורך הזמן. פארשטייט זיך אז גדרים וסייגים לפי הצורך האבן זיי אויך נישט פארפאסט צו מאכן.

ווען עס קומט צו די היינטיגע דור, איז אביסל קאמפלעצירט. די תורה'דיגע אויטאריטעט ליגט נישט ביי איין מנהיג, און ניטאמאל ביי איין גרופע פון רבנים. התאחדות הרבנים וועט האלטן אנדערש ווי די בעלזער בי"ד, און די מאדערן ארטעדאקסישע רבנים וועלן האלטן אנדערש ווי די מזרחיסטישע. במושכל ראשון קומט אז יעדער זאל פאלגן וואס זיינע רבנים הייסן. אבער באמת איז שווער צו הייסן פאר איינעם אז ער זאל דוקא פאלגן וואס די רב פון זיין טאטע הייסט בלויז ווייל ער איז דא אויפגעצויגן געווארן. פארוואס קען ער נישט ווערן קיין מזרחי?

איך האב טאקע נישט קיין קלארע מהלך אין דעם ענין. אבער דאכצעך אז אנגענומען איז, אז 'א רב' מוז מען האבן, ווער עס זאל זיין דאס איז שוין דיין דעסיזשן. געווענליך וועט עס זיין די דיינים ורבנים פון די קהילה ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן. אבער אויב ביסטו מחליט צו טוישן, דאן כל הכבוד, אבער ערגעץ מוזטו גיין, סתם טון וואס דו ווילסט איז דאך נישט אויסגעהאלטן ווייל איינער מוז דיר דאך זאגן וואס די תורה וויל 'היינט' פון דיר.

איך ווייס אז גאר אסאך אידן לאכן זיך אויס פון וואס איך האב דא געשריבן, און זיי האלטן אז זיי דארפן נישט קיין רב. אבער על פי תורה איז דאס נישט אויסגעהאלטן. איך וועל דא ציטירן די באוואוסטע ווערטער פונעם הייליגן תפארת שלמה אין פרשת בשלח איבער דעם ענין.
וישובו ויחנו לפני פי החירות. פרש"י להגיד שבחן של ישראל כו' אלא אמרו אין לנו אלא דברי בן עמרם. לכאורה למה לא אמרו אלא דברי משה מה זה שהזכירו בשם אביו בן עמרם. אמנם כתיב ויאמינו בה' ובמשה עבדו וכן אמרו ז"ל כדאי הם וזכות אבותיהם והאמונה שהאמינו בי ויצאו לקרוע להם הים. דהנה ידוע שבזכות האמונה נגאלו ממצרים ובפרט בים הוצרכו להתחזק יותר באמונה גדולה עד מאד. והנה במ"ח דברים שהתורה נקנית בהם נאמר באמונת חכמים. ושורש אמונת חכמים להאמין בדבריהם של צדיקי הדור אשר רוח ה' נוססה בם וכל הענין שיאמרו ויעצוהו אף בדבר הרשות ואף שהוא נגד השכל הפשוט ואף כי יאמר שאינו מפי ה' כמו הנביא. כי בזה חכם עדיף מנביא. כי הנביא אשר ידבר דבר בשם ה' כה אמר ה' אינו שייך האמונה בו זולת בדבר ה' אשר דבר ויאמינו בקול ה' ע"י נביאו. אבל אמונת חכמים הוא האמונה בדברי החכם עצמו אף שהוא נגד השכל ולא מפי ה' אעפ"כ נהנין ממנו עצה ותושיה וכאשר יגזר אומר כן יקום בכל דבריו גם בדברי עוה"ז ועצות אנשים בעוה"ז במו"מ וכיוצא. ובדרך הזה יהיה הגאולה ב"ב כימי צאתך מארץ מצרים ומי שאינו מאמין בכל זה הנה הוא מעכב הגאולה וגורם גלות כו' ע"כ כאשר הוצרכו בנ"י לעבור כו' לזכות לגאולה על ידי דרכי האמונה נתן הש"י להם ע"י משה הנסיון שלא ע"ד השכל הישר ויצום משרע"ה וישובו ויחנו כו' אשר לכאו' נראה דבר זה זר בעירהם. כי איך נתקרב אל רודפינו. אעפ"כ נתחזקו ישראל באמונתם ואמרו אין לנו אלא דברי בן עמרם. ר"ל דברי בן עמרם אע"פ שאינו משה רבן של כל הנביאים ואף אם יאמר דבר זה מלבו ולא על פי נבואה נשמע לו וזהו ויאמינו בה' ובמשה עבדו בשתי האמונות האלו עברו וזכו לקריעת ים סוף לנס הגדול הזה השייך לקבלת התורה וגם שם נאמר וגם בך יאמינו לעולם וזה דרך קניות התורה באמונת חכמים כנ"ל
גאנץ קלארע דיבורים וויאזוי אידן האבן זיך צו פירן ביחס צו רבנים ומהיגי הדור. על כן פארשטיי איך נישט ממש די וויי געשריי אנטקעגן די גור'ע וואס פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן. דו שרייבסט אז דו ביסט מסופק אויב עס קומט פון די רבנים. לדידך ספיקא לך לדידי ברי לי, דו דארפסט זיך פשוט אביסל בעסער נאכפרעגן, די גאנצע וועדה איז געשטעלט און געבעקט דורך די רבני ודייני גור, און לכאורה דארפן די גורע פשוט פאלגן מחמת 'רצון השם'. אויב עפעס איז ביי די פרשה פון יוסעלע שוכמאכער נישט געווען קיין רבנים וואס זענען געשטאנען דערינטער. סך הכל האט דער זיידע דאס אלעס אנגעדרייט, און אז ער האט עס שוין ממילא געטון האט מען אים געהאלפן. איך ווייס נישט צו פראמינענטע רבנים האבן געהאלטן אז ער טוט ריכטיג, אדרבה אויב יא ביטע צייג מיר אן. אבער אויב איז יא געווען א קלארע הוראה פון זיין רב אז ער זאל אזוי טון, דאן איז זיכער נישטא וואו איך זאל אריינרעדן.

איי וועט די טענה זיין אויף זיי, אז די רגע זיי זעען אז די רבנים זאגן צו שלאגן אידן אדער זיך צו קריגן מיט די עלטערן, דאן דארף מען שנעל לויפן און טרעפן בעסערע רבנים וואס גייען לויט וואס די תורה זאגט? דאס איז טאקע אפשר וואס איינער מיט א אפענע קאפ וואלט געטראכט. אבער וואס האסטו טענות אויף א גורע איד וואס קוקט אריין אין משנה אין מסכת ראש השנה פרק ב' משנה ט':
שלח לו רבן גמליאל: גוזרני עליך שתבוא אצלי במקלך ובמעותיך ביום הכיפורים שחל להיות בחשבונך. הלך ומצאו רבי עקיבא מצר. אמר לו: יש לי ללמוד שכל מה שעשה רבן גמליאל עשוי, שנאמר, "אלה מועדי יי מקראי קדש אשר תקראו אתם", בין בזמנן בין שלא בזמנן, אין לי מועדות אלא אלו. בא לו אצל רבי דוסא בן הרכינס, אמר לו: אם באין אנו לדון אחר בית דינו של רבן גמליאל, צריכין אנו לדון אחר כל בית דין ובית דין שעמד מימות משה ועד עכשיו, שנאמר (שמות כד, ט): "ויעל משה ואהרן נדב ואביהוא ושבעים מזקני ישראל". ולמה לא נתפרשו שמותן של זקנים? אלא ללמד, שכל שלשה ושלשה שעמדו בית דין על ישראל, הרי הוא כבית דינו של משה. נטל מקלו ומעותיו בידו, והלך ליבנה אצל רבן גמליאל ביום שחל יום הכיפורים להיות בחשבונו. עמד רבן גמליאל ונשקו על ראשו, אמר לו: בוא בשלום, רבי ותלמידי, רבי בחכמה, ותלמידי שקיבלת את דברי.
פון די משנה און פון די תפארת שלמה שהבאתי לעיל, זעען מיר קלאר אז אפילו די רבנים זאגן קלאר אנטקעגן די תורה לדעתך, און דו האלטסט אז זיי זאגן נישט ריכטיג, זיי זאגן ממש נגד השכל, דארף מען על פי תורה זיי נאכאלץ פאלגן. איז וואו קומט דא אריין טוישן רבנים? וואס האט מען טענות אויף די גור'ע רשעות? זיי טוען סך הכל וואס עס שטייט אין די תורה אז מען זאל טון? עס איז באמת א שאלה וואס שטערט מיר, אדרבה ווער קען מיר פושט זיין מיין שאלה דא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

בס''ד
איך וויל נאר זאגן פאר אלע וואס ווילן וויסן, איך האב נישט געעפענט די אשכול אויפן פלאן אז עס זאל פארן אויף די ריכטונג,
איך האב סתם געוואלט ארויסברענגן מיינע געפילן אויף די מעשה וואס כ'האב געזעהן וזה הא,
למעשה איז מען געקומען מיט טענות אז אויב פארשטייסטו אז ביי די פרשה פון יוסל'ע שוכמאכער האט מען געמעגט (אויב ס'קומט נישט ארויס קיין חילול ה' אדער עני שלעכטס פאר כלל ישראל), מעג מען דא אויכעט
וויל איך קלאר שטעלן פארוואס אין מיינע אויגן איז עס אנדערש,
ווען עלטערן ווילן פריי מאכן זייער קינד אז ער זאל ח''ו נישט גלייבן אין גאט קען איך פארשטיין אז מ'נעמט צי,
אבער אז די גאנצע פראבלעם איז אז די עלטערן האלטן פון א צווייטע מנהיג , וואס איז לדעתך א רשע - ווייל ער האלט נישט פון דיין מנהיג, קומט אויס אז די גאנצע ענין איז פון וועלעכע מנהיג צי האלטן , מיין איך איז שוין אביסעל אנדערש,
עכ''פ, נישט פאר דעם האב איך געעפענט דעם אשכול, און יעצט נעמט עס ווי איר ווילט,
כל טוב
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[tag]שמן למאור[/tag]: די כלל איז איין זאך, כי ישרים דרכי השם, צדיקים ילכו בה ופושעים יכשלו בם, דער צדיק זעהט אין דער תורה צדקות און דער רשע זעהט רשעות און דאס איז די נסיון, ווען די תורה זאגט ווען קלאר וואס מ'זאל טוהן וואלט דאך קיין נסיון געוועהן... צ.ב. די גמרא ברענגט צוויי שיטות, רבי ישמעאל זאגט אז א מענטש דארף ארבעטן, רבי שמעון זאגט אז מ'קען לעבן אויפ'ן חשבון פון אנדערע מענטשן, האסטו צוויי שיטות אין ביזנעס, וועלכע ארבעט בעסער? זאגט די גמרא הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם, אינוועסט נישט אין רבי שמעון'ס ביזנעס מאדעל ווייל ס'ארבעט נישט, קומט דער אויבערחכם און זאגט ניין, איך וויל דווקא דאס! מיט'ן קאפ אין וואנט. דאס הייסט געפאלגט די תורה?! דאס הייסט געפאלגט דעם אייגענעם שטיקל. די זעלבע זאך דא, קענסט פאלגן די תורה מיט'ן זיך פירן ווי א מענטש, קענסט פאלגן די תורה מיט'ן פאלגן רבנים וואס הייסטן דיך זיך פירן ווי א חיה, די תורה גיבט דיך א גראדע וועג, פארוואס גייסטו די קרומע וועג? אויף דעם אליינס קומט זיך דיר פעטש. מה מי שנתכוון לעלות בידו בשר טלה ועלה בידו בשר חזיר ונשא עונו, המתכוון לעלות בידו בשר חזיר ועלה בידו בשר חזיר על אחת כמה וכמה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

שמן למאור: איך האב הנאה געהאט פון דיינע ווערטער, אבער ס'איז אויכעט דא א גמרא "אם הרב דומה למאלך ה' יבקשו תורה מפיו וכו' " דהיינו נישט יעדער איז ראוי צי זיין דער דיין אדער רב וואס קען זאגען וואס די רצון ה' איז ,
ווען מ'זעהט א דיין א ת''ח און א יראי שמים אבער ווען עס קומט צי א שאלה וואס די קהילה אדער פארטיי האלט א געוויסע זייט צוליב פאליטישע חשבונות, און די דיין פסק'נט אזוי ווי די קהילה אפילו ווען ס'איז קלאר אז ס'איז נישט אזוי די הלכה , און אפילו בעבר האט ער נישט אזוי גע'פסק'נט ווי קען מען נאך האלטן פון אים
ועוד פשוט אז א רבי הייסט דינען עבו''ז דארף מען אויכעט פאלגן?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן: למעשה איז מען געקומען מיט טענות אז אויב פארשטייסטו אז ביי די פרשה פון יוסל'ע שוכמאכער האט מען געמעגט (אויב ס'קומט נישט ארויס קיין חילול ה' אדער עני שלעכטס פאר כלל ישראל), מעג מען דא אויכעט
וויל איך קלאר שטעלן פארוואס אין מיינע אויגן איז עס אנדערש,
ווען עלטערן ווילן פריי מאכן זייער קינד אז ער זאל ח''ו נישט גלייבן אין גאט קען איך פארשטיין אז מ'נעמט צי,
אבער אז די גאנצע פראבלעם איז אז די עלטערן האלטן פון א צווייטע מנהיג , וואס איז לדעתך א רשע - ווייל ער האלט נישט פון דיין מנהיג, קומט אויס אז די גאנצע ענין איז פון וועלעכע מנהיג צי האלטן , מיין איך איז שוין אביסעל אנדערש,
עכ''פ, נישט פאר דעם האב איך געעפענט דעם אשכול, און יעצט נעמט עס ווי איר ווילט,
כל טוב
אוודאי איז דא א חילוק, קיין איין מעשה איז נישט דומה צום צווייטן, מיר זיכן אבער א געהעריגע מחלק. פארוואס דא זאל מען יא פאלגן רבנים, און דא נישט?

אויב איז יענע צווייטע כת טאקע שבתאים און עמלקים, דאן איז עס נישט פשוט קיין פארטיי זאך, עס איז אמת'דיג א סכנה פאר יהדות, פונקט ווי אין די צייטן פון השכלה. איך קען זיך שווערן אז טויזנטע גורע אידן קוקן עס ממש אן אזוי. זיי האלטן אז ר' שאול איז א משכיל וואס קומט פארדרייען די אלטע הייליגע גורע וועג...

האסט שוין אדורכגעליינט די קונטרס, 'הקבוצה השלישית' וואס גור האט ארויסגעגעבן מסביר צו זיין פארוואס ר' שאול איז טריפה?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן:

[tag]שמן למאור[/tag] טיילמאל לוינט זיך צו אקטיוויזירן קאממאן סענס. (כאטש וואס דיין פוינט איז באמת הונדערט פראצענט וואליד און אמת) עס איז בהחלט נישט די זעלבע זאך.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:שמן למאור: איך האב הנאה געהאט פון דיינע ווערטער, אבער ס'איז אויכעט דא א גמרא "אם הרב דומה למאלך ה' יבקשו תורה מפיו וכו' " דהיינו נישט יעדער איז ראוי צי זיין דער דיין אדער רב וואס קען זאגען וואס די רצון ה' איז ,
ווען מ'זעהט א דיין א ת''ח און א יראי שמים אבער ווען עס קומט צי א שאלה וואס די קהילה אדער פארטיי האלט א געוויסע זייט צוליב פאליטישע חשבונות, און די דיין פסק'נט אזוי ווי די קהילה אפילו ווען ס'איז קלאר אז ס'איז נישט אזוי די הלכה , און אפילו בעבר האט ער נישט אזוי גע'פסק'נט ווי קען מען נאך האלטן פון אים
ועוד פשוט אז א רבי הייסט דינען עבו''ז דארף מען אויכעט פאלגן?
און דאס איז טאקע די גרויסע חורבן פון גור. ממש ביז די מעשה מיט ר' שאול האט יעדער אנגעקוקט די גורע רבי אלס א חשובע ערנסטע מענטש. די דיינים ורבנים פון גור זענען נאכנישט געפריווט געווארן מיטן אש המחלוקת. פונדרויסן האט עס אויסגעזען זייער גוט. און פון אינעווייניג האט עס אויסגעזען אסאך בעסער. די גורע האבן פאר יארן געהאט א מעכטיגע אימפעריע, וואס האט ארויסגעגעבן אומצאליגע אמת'ע תלמידי חכמים, גאר אסאך גרויסע קאנאנען. די וועלט האט צוגעקוקט מיט שעצונג ווי הונדרעטע גורע אינגעלייט פארהערן זיך גאנץ ש"ס אויף אויסנווייניג בפומבי. פאר צענדליגע יארן איז אלעס געפארן מיט א ישרות און ערליכקייט.. און דאן פלוצלינג קומט אן אזא פרשה..

ס'נישט דומה צו ווען מהר"א האט זיך פארעדט אויפן בן אחותו, און יעדער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ. יא יא, דער אלטער בעל מחלוקת איז שוין ווידער דא, לכבוד עצמו הוא דורש. אדער ווען אלע דיינים פון קהילת מהרז"ל קומען ארויס מיט א בריוו וועגן אריזאנע ווייץ צו וואס, און אלעמאל איז די פסק פון 'אלע' דיינים לויט די פארטי ליניעס...; מען רעדט דא פון א קהילה וואס האט פאר יארן לאנג אויסגעקוקט אפילו פאר די גאס ווי א ערנסטע מקום מיט א ערנסטע הנהגה, און דא אזא פרשה.

די גאס האט גאנץ שנעל אדורכגעזען וואס דא גייט פאר.. יא, פאר יארן האט עס 'אויסגעזען' גוט.. אבער די רגע עפעס הייבט אן גיין קרום, קומען באלד ארויס די אמת'ע באהאלטענע קאלירן, מען האט באלד ארויסגעהויבן א וויי געשריי אנטקעגן די אומרעכטן וואס גייען דארטן פאר. אבער פאר די גורע..? איך קען גאנץ גרינג זען וויאזוי זייער קאפ פארט זיי אין דעם ענין. די צענדליגע יארן פון סוקסעס איז גאר א 'באווייז' אז די הנהגה איז ערליך וכ' וכ' איי די יעצטיגע סומאטוכע? דאס איז ריין א מלחמה לשם שמים.. אפילו עס קען זיך 'דאכטן' אז מען מיינט זייטיגע חשבונות...

אין די אמת איז אז אסאך צדיקים (וואס מיר אלע האלטן זיי טאקע פאר צדיקים) האבן אויך געטון געוויסע זאכן וואס פונדרויסן האט געקענט אויסזען אז זיי מיינען בלויז זיך מיט זייער אייגענע כבוד און אגענדע. האבן די וויזניצע זיך אפגעלאזט פון ר' משה'לע ווען ער האט בארבאריש פארטריבן ר' ישראל'טשע? פרעג נאר די סאטמארע איבער די סיבה פארוואס רוב צדיקים האבן נישט אנגענומען זייער רבין'ס שיטה.... יא! האסט צוגעטראפן! ווייל זיי זענען אלע געווען משוחד פאר געלט! ודברי רביה"ק אמת ותורתו אמת...
אין ביי פריערדיגע צדיקים איז דען נישט געווען אזוי? משה רבינו אליין האט מען חושד געווען אז ער ריידט אויפן ציבור, ווי עס שטייט, אויפן פסוק. והביטו אחרי משה וגו', אז זיי האבן זיך געשישקעט. כמה עבים שוקיו, כמה צוארו שמן, הכל משלנו.
און אויך, שחשדוהו באשת איש. ווען דוד המלך האט אנגעזאגט שלמה'ן אז ער זאל אריינגע'נער'ט יואב בן צרויה אים צו הרג'ענען, האבן די צושויער נישט געקענט טראכטן אז ער מיינט בלויז זיין תאוות הכבוד וניצחון? די שופט של ישראל שמשון, וועלכע האט געפירט גאנץ כלל ישראל פאר 20 יאר! האט גע'רצח'ט אומצאליגע אומשילדיגע פלשתים, ברוך גאלדשטיין איז ממש א צדיק כלפי שמשון. די פסוק פארציילט אזוי מסיח לפי תומו ווי ער האט זיך געדרייט כאילו לא היה אין די בתי זונות, און דאס איז שוין חוץ זיינע אלע גויאישע ווייבער וואס ער האט גענומען. וואס האבן די אידן געדארפט צו טון דעמאלטס? עס איז גארנישט אזוי גרינג מבחין צו זיין צווישן א עכטע צדיק און א פאלטשע מנהיג. צו דען האבן זיך נישט גאר אסאך פריערדיגע צדיקים תלמידי בעש"ט, זיך געריסן ביי די קעפ? פארשטייט זיך אז אלעס איז העכערע זאכן, אבער אפשר איז דא ביי גור אויך העכערע זאכן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יהורם האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
דאס איז נישט מיך האט געשריבן: למעשה איז מען געקומען מיט טענות אז אויב פארשטייסטו אז ביי די פרשה פון יוסל'ע שוכמאכער האט מען געמעגט (אויב ס'קומט נישט ארויס קיין חילול ה' אדער עני שלעכטס פאר כלל ישראל), מעג מען דא אויכעט
וויל איך קלאר שטעלן פארוואס אין מיינע אויגן איז עס אנדערש,
ווען עלטערן ווילן פריי מאכן זייער קינד אז ער זאל ח''ו נישט גלייבן אין גאט קען איך פארשטיין אז מ'נעמט צי,
אבער אז די גאנצע פראבלעם איז אז די עלטערן האלטן פון א צווייטע מנהיג , וואס איז לדעתך א רשע - ווייל ער האלט נישט פון דיין מנהיג, קומט אויס אז די גאנצע ענין איז פון וועלעכע מנהיג צי האלטן , מיין איך איז שוין אביסעל אנדערש,
עכ''פ, נישט פאר דעם האב איך געעפענט דעם אשכול, און יעצט נעמט עס ווי איר ווילט,
כל טוב
אוודאי איז דא א חילוק, קיין איין מעשה איז נישט דומה צום צווייטן, מיר זיכן אבער א געהעריגע מחלק. פארוואס דא זאל מען יא פאלגן רבנים, און דא נישט?

אויב איז יענע צווייטע כת טאקע שבתאים און עמלקים, דאן איז עס נישט פשוט קיין פארטיי זאך, עס איז אמת'דיג א סכנה פאר יהדות, פונקט ווי אין די צייטן פון השכלה. איך קען זיך שווערן אז טויזנטע גורע אידן קוקן עס ממש אן אזוי. זיי האלטן אז ר' שאול איז א משכיל וואס קומט פארדרייען די אלטע הייליגע גורע וועג...

האסט שוין אדורכגעליינט די קונטרס, 'הקבוצה השלישית' וואס גור האט ארויסגעגעבן מסביר צו זיין פארוואס ר' שאול איז טריפה?
[tag]שמן למאור[/tag] טיילמאל לוינט זיך צו אקטיוויזירן קאממאן סענס. (כאטש וואס דיין פוינט איז באמת הונדערט פראצענט וואליד און אמת) עס איז בהחלט נישט די זעלבע זאך.
איך האלט אויך נישט אז ס'איז באמת דומה, איך קום נישט דא מצדיק זיין די גורע רשעות, און איך האלט נישט אז ר' שאול איז חלילה א משכיל. איך קום בלויז זאגן אז איך פארשטיי פון וואו די גורע מיינדסעט קומט, עס איז בכלל נישט עפעס א נייע פרישע דערהער. אויב עפעס איז זייער מהלך געבויט אויף יארן פון ענדליכע היסטארישע געשעענישן און מהלכי המחשבה, אויסגעבויט פון חסידישע ספרים, אפילו משנה וגמרא, און גאר היסטארישע חתם סופר טיילונגען, מיט פראנקיסטן אויסשליסעכצער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט