ביבי אויפן שטול.... עפעס איז צו שטיל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
ביבי אויפן שטול.... עפעס איז צו שטיל
רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
שוין גארנישט שטיל, ריזיגע פראטעסטן אין תל אביב קעגן די נייע רעגירונג. די לינקע האלטן עס נישט אויס אז ס'אריינגעקומען א שטארק רעכטע און פרומע רעגירונג, וואס האבן צוגעזאגט צו טוישן דעם יוסטיץ סיסטעם, די ביוראקראטיע, די פארשנעלערן די אויפבוי פון די שטחים, און נאך.כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט עפעס איז צו שטיל, עס קומט העבי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטריעזע אויפרייסן אין איראן נאקלארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
איתמר בן גביר דער נייער סעקיוריטי מיניסטער וואס נעמט אריין די משטרה האט שוין נעכטן געפאדערט פון די פאליציי צו ארעסטירן די אלע פראטעסטירער וואס בלאקירן דעם טרעפיק אין תל אביב. בן גביר האט געזאגט פאר די פאליציי אז זיי זאלן זיך אויפפירן צו די פראטעסטירער אין תל אביב פונקט ווי זיי פירן זיך אויף צו די פרומע פראטעסטירער אין ירושלים, שפריצן וואסער קאנאנען צו פארטרייבן די דעמאנסטרירער.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
שווער צו זאגן אז מיסטריעזע אויפרייסן פון איראנע דראון פארבריקן האט צוטון ממש מיט ביבי. אזאנע אפעראציעס נעמען אריין יארן פון אויפשטעלן שפיאנאזש נעצן אינערהאלב איראן און זיך אריין-דרייען און אינטער שמירן וכו'.כוואליעס האט געשריבן: עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
די ישראלישע רעגירונג און איר געהיים אגענטורן זענען קיינמאל נישט געשלאפן, ס'איז אייביג געווען "עקשאן".
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
וואס הייסט עס איז שטיל? א וואך אריין און טערקיי האט שוין אריבערגעשיקט אן אמבאסאדאר. וויפיל זאכן דארפן פאסירן אין איין וואך?כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
ס'ווערט אויך באריכטעט אין די נייעס, אז די רעגירונג עפענט אויף אן אויספארשונג, אנקעגען דריי ישראלים פון די "מאה שערים" געגענט וואס האבן באזוכט פאלעסטינער טעראריסטן אין די שטחים, מיט פאליסטינער פענער און געלאזט כאפן בילדער מיט זיי. און מיט דעם אקט האבן זיי עובר געווען אויף דעם הארבען חוק פון התחברות לרשעים = ארגוני טרור. וואס איז זייער אן הארבע חטא, מיט א מעגליכקייט פון איינגעשפארט ווערען אין תפיסה ...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צוזאמגעדרייט: יא. אבער פארגעס נישט אז אין מאה שערים האט מען געווארפן באניצטע פעמפערס אויף די קעפ פון די פאליציי פון די פענצטערס. ס'נישט אז זיי (די פאליס) זענען צדיקים. אבער אז מ'ווארפט כאפט מען אליינס.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
באָאַש (נו, זאל שוין איינער אויפרעכטן מיט די ריכטיגע ספעלינג) איז אן עבירה פאר זיך. דאס מאכט חרוב געשעפטן און הייזער פון אומשולדיגע מענטשן.berlbalaguleh האט געשריבן:צוזאמגעדרייט: יא. אבער פארגעס נישט אז אין מאה שערים האט מען געווארפן באניצטע פעמפערס אויף די קעפ פון די פאליציי פון די פענצטערס. ס'נישט אז זיי (די פאליס) זענען צדיקים. אבער אז מ'ווארפט כאפט מען אליינס.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)
עס מאכט נישט אויס וויפיל פעמפערס עס זענען געפלויגן. דער ספרדישע ניסל סוחר וואס האט ערליך אפגעדינט אין דאס אידישן מיליטער, ברויך נישט דערלייגן דאס גאנצע אינהאלטן פון זיין געשעפט און צאלן שווערע געלטער דאס צו אויסרייניגן, צוליב אפאר צענדליגע פאנאטישע דעמאסטרירער איינגעהילט אין גאלדענע כאלעטן און פאכענען מיט פלאטשיגע היטן אין-פנים-אריין פון די פאליציישע-פערד.
אגב, מען האט דאס אויך געשפריצט ביי שרי ישראל און יפו
-----
קום אריין קלאר מיט די באַניצטע-באַנעצטע פעמפער מעשה.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מען שרייבט עס בואש.
יוי דעי טראומה קימט מיך ארויף אין נאז, די גרוך פאקט איין די ראדני ס'כיסא'ס ביי פאר.
איז אזוי ביז אפאר יאר צוריק פלעגן זיי נאך טיילן פעטש מיט נאגייקעס, יא יא, דעיס מיט וואס די רויבער האבן געשריגען כא כא כא, למעשה האבן איינעם כמעט געהרגט און ס'אנגעקימן אים קאורט עפעס אזוי כ'געדעינק נישט פונקט די מעשה, און זייט דעמאלט ניצן זיי די בואש.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
איך האב פשוט פארגעסן צוצולייגן אז אזערבידשאן האט אויך געשיקט אן אמבאסאדאר צום ערשטן מאל, און דאס אלעס אין די ערשטע וואך!!!פרנס החודש האט געשריבן:וואס הייסט עס איז שטיל? א וואך אריין און טערקיי האט שוין אריבער געשיקט אן אמבאסאדאר, וויפיל זאכן דארפן פאסירן אין איין וואך?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
'ביבי' האט זיך נישט געטוישט, ער איז דא פאר עקשאן און שטארקע טשעינדזשעס, אבער ער גייט זייער אויסגערעכנט און קלוג, רואיג און געלאסן, אזוי גייט ער שוין פאר יארן, ס'נעמט צייט אסאך מאל ביז זיינע מעשים קומען ארויס אין די עפענטליכקייט, אזויווי זיין שפיאנאזש נעצן אין 'איראן' האבן געוויזן, ס'האט געדויערט יארן אבער היינט איז שוין 'איראן' אויך מודה אז מדינת ישראל האט א שטארקע אנוועזענהייט אין זייער לאנד.כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז עס טוט זיך יא אין מדינת ישראל, א שכח, אבער איך האב גערעדט פון באמבאדירונגען אין סיריע, פראבלעמען מיט איראן וכו'. איך גלייב אז אונטערן טיש גייט פאר גרויסע זאכן, ענד דאנט בי סופרייסט אז איין טאג וועקסטו זיך אויף און דו הערסט אז עפעס האט אויפגעריסן אין איראן, אדער א הויכע גענעראל פון איראן איז געהארגעט געווארן, וכדו',
דרך אגב. איך טראכט אז עס וואלט געווען א גוטע געדאנק אז אלע חרדים פון נוא יארק זאלן זיך פאקן פעק פארקויפן אלע מוסדות און מאכן א גרויסע עליה קיין ארץ ישראל, גענוג געליטן פון די ליבעראלן, גזירת החינוך, פון די עף בי איי, פון עלעקשן פראוד, דאכט זיך מיר אז בן גביר זוכט מענטשן אנצופילן די שטחים, אפשר וועט ער גאר ארויסווארפן אלע אראבערס פון אלט שטאט, איין טאג וועט נאך שער שכם ווירבלען מיט אידן פינקט ווי שוק מחנה יהודה, איך מיין נישט צו זאגן אז אונז גיימיר זיך דארט באזעצן, דארט וועט ווערן מאה שערים, בקיצור עס וועט זיין לעבעדיג,
דרך אגב. איך טראכט אז עס וואלט געווען א גוטע געדאנק אז אלע חרדים פון נוא יארק זאלן זיך פאקן פעק פארקויפן אלע מוסדות און מאכן א גרויסע עליה קיין ארץ ישראל, גענוג געליטן פון די ליבעראלן, גזירת החינוך, פון די עף בי איי, פון עלעקשן פראוד, דאכט זיך מיר אז בן גביר זוכט מענטשן אנצופילן די שטחים, אפשר וועט ער גאר ארויסווארפן אלע אראבערס פון אלט שטאט, איין טאג וועט נאך שער שכם ווירבלען מיט אידן פינקט ווי שוק מחנה יהודה, איך מיין נישט צו זאגן אז אונז גיימיר זיך דארט באזעצן, דארט וועט ווערן מאה שערים, בקיצור עס וועט זיין לעבעדיג,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איינס פון ביבי'ס שווער ארבעט, איז קער צונעמן די חילוקי דעות צווישען די פרומע פארטייען, ספעציעל ווען ס'קומט צי עניני דת ומדינה. שוין יעצט דא א סכסוך צווישען מזרחי און אגודה, ווער ס'זאל זיין דער "ראש מערך הגיור" וואס איז דער אחראי אויף אלעס ארום גיור.
ווער ווייסט, האלב רעגירונג באשטייט דאך פון פרומע, אפשר וועט נאך נתניהו קענען עפעס מפשר זיין אין די גור'ע סכסוך...
ווער ווייסט, האלב רעגירונג באשטייט דאך פון פרומע, אפשר וועט נאך נתניהו קענען עפעס מפשר זיין אין די גור'ע סכסוך...