"קאווע שטיבל"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

"קאווע שטיבל"

שליחה דורך תוהו ובוהו »

לכבוד מיין פינף הונדערט און דרייצנטע תגובה

בעק אין די דעיס; ווען ק"ש איז נאך באשטאנען פון צענדליגער אקטיווע מיטגלידער, עטליכע פול טיים ציניקער, אנדערע פארט טיים אפלאגעטיקער און איין @מי אני [אביסל אנאכראניזם שאדט קיינמאל], האט אונזער אנדיספיוטיד ראש הקהל, ידיד כל בית ישראל שייף עייל ושייף מגיה, הרב @שמעקעדיג אפגעשריבן א פענאמענאלן ארטיקל איבער זיין חלום - א צוקונפטיג קאווע שטיבל שטעטל. ער האט דארט פארטיילט פאזיציעס אין גרויסן, נעפאטיזם האט נישט געשפילט קיין ראלע, אפענע קארופציע איז פארגעקומען לאור יום, און יעדער האט באקומען א שטעלע באזירט אויף איין דיקטאטור'ס איניציאטיוו.

זינט דאן איז שוין אונזער שטיבל - אין אן אינטערעסאנטער אפשפיגלונג פון אונזער געזעלשאפט - דורך פילע דורכגענג און אויפשאקלונגען. ניקס זענען געקומען און געגאנגען; געשטארבן און אויפגעשטאנען לתחייה; מגולגל געווארן און דערנאך חוזק געמאכט פון מיסטיקע; אויסגעשפארט געווארן נאר צוריק אנצוהייבן שטערקער ווי קיינמאל בעפאר; זיך געזעגנט מיט טרערן אין די אויגן נאר צוריקצוקומען אויף אלע פיר מיט א שמייכל; געפירט פערזענליכע וויכוחים מיט אונטערשריפטן און ר"ת; געשריבן מיאוס'ע ווערטער מיט קאוד שפראך וואס וואלט נישט פארשעמט די אנוסים פון שפאניע און בארימטע טיקטאקערס; זיך געדראפעוועט אויף די מאחורי טויערען נאר געוואויר צו ווערן אז - ווי מאחורי אין ריל לייף - מען הערט טאקע פון צייט צו צייט עפעס גערודער וואס לאזן איבער אן אפדרוק, אבער בדרך כלל איז שא שטיל.

במשך די יארן האט מען דא געפירט העפטיגע מלחמות: ק"ש הראשונה ווס. ק"ש השנייה, אינטעלעקטואלן ווס. באס דרייווער, עליטע ווס. טשעט, שריפטשטעלער ווס. עמך, מאמינים ווס. בני מאמינים, אנגעווייטאגטע אויפ'ן סיסטעם ווס. אנגעווייטאגטע אויף אנגעווייטאגטע, געמאכטע פרויען ווס. איינגעמאכטע מענער. און אזוי, ביסלעכווייז, האבן זיך די נושאים אויך געטוישט. פון אמונה חקירות איז מען אריבער צו פראזן ציטאטן; פון ליטעראטור קריטיק צו פאשקעווילן; פון זוכן א געוויסן אמת צו זוכן דעם אמת...

הכלל, ס'איז שוין העכסט צייט צו אפדעיטן דעם חלום מיט די רעאליסטישע נומערן. פון א שטעטל מיט מוסדות, בתי מדרשים און טעאטערס - צו א באשיידן בעסמעדרישל בפינת העיר. די מוסדות וועט מען מוזן פארטוישן מיט אבות ובנים; דעם טעאטער מיט א בואי בשלום טאנץ; דאס קאווע הויז מיט א קליין צעשטיפט פאליש צימערל; די קולטוראלע פארברענגען מיט א טונא שמעקעדיגן שאלעשידעס.

אט האט איר א פרייטאג צונאכטס אין מיין ק"ש ווינקל ווי עס וועט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען, הארט בעפאר ער ווייזט מיט'ן פינגער:

---------

קודם אינדרויסן פונעם שטיבל הענגט נישט קיין סיין, נאך וואס @העניך, דער אומאפיציעלער ווארטזאגער פונעם שטיבל, איז אויפגעקומען מיט אזא חשבון: ממה נפשך, ווייסטו אז דא איז ק"ש, וואס דארף מען א סיין? דאס געלט קען דאך גיין צו ראטעווען דעם פלאנעט. ווידער ווייסטו נישט - קום נישט דא אריין פאר דו האסט נישט דורכגעליינט א טוץ ק"ש ארטיקלען. דער דיין @מי אני האט צוגעלייגט, אז דער פראבעביליטי אז איינער וואס זוכט דעם שטיבל ווייסט נישט וואו ס'איז לאקירט, צוזאמען מיט'ן נאך קלענערן שאנס אז ער וועט זיין נוצליך און וועלקאמד אינעם שטיבל, איז בערך ווי דער פראבעביליטי אז ס'איז נישטא קיין גאט - וואס דאן דארף מען בכלל נישט קיין בעסמעדרעש. גיי פארשטיי.

גראדע האב איך נאך געוואלט כאפן א מקוה פאר מנחה אבער צו מיין אנטוישונג איז די מקוה פארשפארט שבת נאך וואס @ליטוואק פון בודאפעסט האט געסטראשעט אז אויב נישט קומט ער נישט דאווענען, און אונז קענען גיין זוכן א צווייטן וואס זאל אריינשרייען ביים ליינען. דאס האט שוין קיינער נישט געוואלט. מ'האט געמאכט א שנעלע אסיפה און מ'איז געקומען צו דער החלטה אז איין ליטוואק איז מער ווערד ווי אלע ש"י טבילות.

לאמיר אייך פארציילן אז ביינונז אין שטיבל גייט קיינער מיט קיין וויידלדיגן שטריימל, ס'איז זאגאר שטרענג גע'אסר'ט געווארן. אויפ'ן קול קורא האבן אונטערגעשריבן: דער ראש הקהל @שמעקעדיג צוליב פינאנציעלע סיבות, דער דיין @מי אני צוליב מאראלישע סיבות, @פרנס החודש צוליב קולטוראלע סיבות און @רביה"ק זי"ע צוליב א טעם הכמוס.

@מורינו ורבנו האט געדאוונט מנחה פאר'ן עמוד - לענגער ווי אלע זיינע ניקס צוזאמען. ענדליך האט זיך עס געענדיגט און דער בעל תפלה וואס דער געטרייער @מנהל האט צוגעשיקט - א נייער ניק וואס האט אריינשפאצירט ס'ערשטע מאל - הייבט אן, "לללכו, נראאאננה, לאאאשם, נאאריעה". יא, דא דאוונט מען יעדן שבת אויפ'ן קארליבאך נוסח. כאטש וואס, וואך-איין-וואך-אויס, ווי נאר די ערשטע קארליבאך תנועה הערט זיך אינעם היכל שפאצירן @יואליש און @נוח ארויס מיט פראטעסט. "כ'קען נישט זינגען ניגונים פון א באצווינגער", בורטשעט @נוח ארויס יעדע וואך מיט א פרישקייט, ווי כאילו דער סאלא-קאקאש פאסטוך איז געווען א נזיר. חוץ פון דעם, ווייס איך נישט פארוואס ווען יענער טאטשט דארף איך - וואס האלט זיך איין בדרך כלל - באשטראפט ווערן מיט'ן דערלייגן א שיין לידל. נו שוין, ער וויל אזוי זאל זיין אזוי.

כ'זינג מיך אונטער צום טאקט, כ'מאך לאו הארמאני - כלומר'שט פאר מיין אייגענער הנאה אבער כ'מאך זיכער אז מיין שכן, אויף דער קליינער שאנס אז ער פארשטייט צו מוזיק, האלט מיט מיינע שטיק - ווען איך שפיר א קלאפ אויף דער פלייצע. כ'דריי מיך ארום און כ'זע פאר מיר א טיפן מידל-עידזש באטשי, רונדיגע ראַמלאזע גלעזער, אן אפענער בעקיטשע וואס דעקט אויף א הושענה רבא בייכל, ווען פון די צוויי זייטן - ווי יכין ובועז - שלענגלען זיך אראפ קאלירטע הויזן טראגער. ער שמייכלט ברייט און שענקט מיר דעם באקאנטן קבלת שבת וואונק וואס מיינט סאמטינג אלאנג די ליינס אף: געב א שמעק טאבאק און לאז מיך גיין צום נעקסטן - און איך שטיי און וואונדער מיך: זאג נאר, בערל, האסט נישט געקענט אויסקוקן אביסל ווייניגער אבוויעס?!

כ'קוק מיך ארום אינעם שטיבל און כ'פרוביר אויפצוכאפן נאך עפעס קענטליכע פנימ'ער. אויפ'ן אויבן אן זע איך @העניך בלעטערן עפעס א ליקוט ספר, זיינע דריי יונגלעך האט ער געשיקט זיצן אונטן נעבן דעם אויוון - ס'זאל זיי ניטאמאל בייפאלן... ביים באלעמער שטייט בקביעות @איך אויך פון וואו ער האלט אן אויג אויפ'ן גאנצן שטיבל און מאכט זיכער אז יעדער האלט די הענט ביי זיך. @Nanach און @מתבודד שערן א טיש, א מין בארינג קלישעי. דער דיין @מי אני זיצט אויפ'ן דריטן זיץ פונעם ערקאנדישען, נאמן עלי אז ער האט עפעס א מאטעמאטישן, פילאזאפישן חשבון דערביי. אויך @יואב זע איך איז דא, ער האט גאר מיטגעברענגט דעם פארקוועטשן אהרן שלמה זיינער - ביטע קלער אים נישט אויף! מיר קענען אים נישט פארלירן!

רעכטס פון מיר שטייט @קרן זוית און קאכט אריין ביי "רב לך שבת בעמק הבכא", ווען צו מיין לינקער זייט איז דא א ליידיגער זיץ מיט א סטיקער: תרמב. @אינגערמאנטשיקל איז מיר מסביר אז @תרמב קומט דא איינמאל אין צוויי וואכן. ס'איבעריגע צייט פארברענגט ער אינעם סאטמארער ביהמ"ד, צוויי גאסן ארויף. שוין, א פארלוסט. אגב, דער @אינגערמאנטשיקל איז די אויגעלעך פונעם שטיבל. גארנישט מיידט נישט אויס זיין ראדאר. ער וועט געדענקען אלעס וואס דו האסט נאר געזאגט אמאל - לאנג נאך וואס דו וועסט פארגעסן.

און דאן איז עס געשען. דער אמת איז אז מיין נאז האט מיר פשוט גערינען, און כ'האב מיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע זוכן א טישו. כ'קום אריין אין פאליש און ס'האט זיך מיר אנטפלעקט א מחזה הוד... וואס דארט איז אלץ פארגעגאנגען... לאמיר גיין צו שטייטליך:

אין איין ווינקל זיצט @רביה"ק זי"ע אויסגעשטרעקט מיט די פיס אין דער הייך - ממש ווי אויף דער שיף - און איז מפיק מרגליות (רביה"ק הגיה בכתי"ק: צואת שוורים) פאר עס וויל יא אדער נישט הערן. (בתוך הדברים טענה'ט ער, אגב, אז עכט האט ער זיך יעצט געדארפט געפינען ביי א בודהיסטישן שאמאן, נאר נאך וואס יענער האט אין דער לעצטער מינוט געקענסלט האט ער מחליט געווען צו קומען אויף א היסטארישן באזוך אינעם געטא. @וואלווי ווינקט מיר אבער ציניש, ווי צו זאגן: דאנט ווארי. געטא ארויף געטא אראפ, ער איז טיף דערין, אינאיינעם מיט אונז אלע. כ'נעם נישט קיין שטעלונג.) @צוזאמגעדרייט און @שמן למאור הערן זיך צו מיט אינטערעסע כאטש דער לעצטער הערט נישט אויף צו טשעלענדזשן.

אין אן אנדערן ווינקל טוט זיך א העפטיגע דעבאטע, ווען אויף איין זייט איז @קורקלענד און @גבור חיל און אויף דער צווייטער זייט @שבת אחים און @וואלווי. וויי וויי וויי. איר קענט דאס ווערטל איבער א טרענסדזשענדער, א ראסיסט און טראמפ וואס האבן אריינגעוואקט אין א באר? איך אויך נישט, אבער כ'שרייב אייך אונטער אז ביי דעם שמועס איז עס נתברר געווארן.

ביים אנדערן עק באמערק איך א תלמידי חכמים קופקע - יא יא, מיר סערווירן יעדן, חוץ כפירה שטייצעך - @כרם זית און @לייבל שטילער האבן עפעס א זאפטיגן מדובר איבער א קו התאריך וואס איז ארויף אויפ'ן הר הבית, עפעס אזוי. @עובדיה און @חדשים ברענגען מראי מקומות און @מצפצף ווארפט אריין קורצע און שארפע הגהות, יעדע שטיק צייט.

ביים ספרים שאנק מערק איך א הומאנישער, חסיד'ישער שמועס בנועם, וואס האט זיך פארפירט צווישן @הוגה און @בענדזשאמין פרענקלין - וואס זאל איך אייך זאגן? נאר אין אונזער שטיבל קענען דארווין, גאנדי און ר' צדוק ווערן דערמאנט אינעם זעלבן זאץ, מיט'ן זעלבן חרדת קודש.

ביים טיר ווידער, קומט פאר א העכסט אינטערעסאנטע אקטואליע-קופקע. מ'טוט דא דורך מענטשן, געזעלשאפטן און יעדן לעצטיגן סקאנדאל. ווילסט הערן ווער ס'האט וועמען גערעיפט די וואך? זיין היסטאריע און לייסענס פלעיטס? דא איז דער ענטפער. @יהורם, @חתם סופר און @כלבאשבוע אפדעיטן דעם עולם פינקטליך. כ'באמערק גראדע ווי @היסטאריע און @שאלתיאל טאנצן ארום לסירוגין צווישן די לעצטע דריי קופקעס. עניוועיס, נישט מיינע ביזנעס.

פון ערגעץ אנדערש כאפ איך אויף קענטליכע פראזן פון אלס קינד; "סידור קידושין", "גלילות", "שחיטה", "מנהיג" וכו' וכו' וכו'; @מיליאנער און @גאלד זענען פארזינקען אין א וויכוח איבער דברים העומדים ברומו של עולם מיט @טשאדעלע באדעלע און @signout. איינער זאגט מיר שפעטער אז די חברה שטייען שוין אויפ'ן זעלבן פלאץ, מיט אקוראט דעם זעלבן נושא, שוין פאר איבער צוואנציג יאר! אז מ'קען - קען מען. אדער אין דער מאדערנער ווערסיע: ווער ס'פארשטייט - פארשטייט.

און אינמיטן, ממש אין צענטער פון דער גאנצער סצענע, זיצן צוויי אידן; איינער ליינט פאר ווערטלעך פון א צעטל און דער אנדערער קאטשעט זיך אזש ער קען נישט כאפן דעם אטעם - יא, איר האט צוגעטראפן, @פאלאצ'ינטא מיט @berlbalaguleh, ווער וואלט זיך געגלייבט. ביי דער זייט שטייט @חמלה גדולה, רעדט נישט ארויס קיין ווארט, אבער שמייכלט מיט גוטמוטיג בעין טובה.

אלעס פיין און וואויל, אבער קיין טישו האב איך נאכנישט געטראפן. כ'בין מחליט זיך צו ווענדן צו דער ווייבער שול.

פרעגט נישט וואס איז אלץ פארגעגאנגען מיט דער ווייבער שול. @הקטן און @יעקב מענטש האבן שטרענג געפאדערט א פולי לאודעד מחיצה - די וואס אפילו שמחת תורה קען מען נישט ארויסזען א האנט פאר א רפואה. @קהל'ס נער האט פארפירט אז אויב מחיצה דארף עס זיין צווישן די שטייענדע טוילעטס - נישט צווישן די דזשענדערס. @טאמבל סאס איז איינגעגאנגען אויף א מחיצה, אבער אזאנס וואס די מענער קענען אריינזען און די פרויען קענען נישט ארויסזען... @זופ מיט מאנדלען האט גע'טענה'ט אז ס'איז קעגן די מסורה און @בת קול האט געסטראשעט אז זי קומט דאווענען אויפ'ן ארון קודש אויב ס'איז דא אזא מחיצה.

למעשה, נאך לענגערע פארהאנדלונגען, זענען אלע זייטן איינגעגאנגען אויף א ר' משה'ס מחיצה. @געפילטע פיש און @מיימון האבן זיך אבער ביידע געקויפט זיצן אין ווייבער שול. איך בין נישט אין הימל, אבער זייט דעמאלט האט מען נישט געהערט פון זיי.

בכל אופן, כ'בליק אריין אין ווייבער שול און, נישט מער און נישט ווייניגער, @ברוריה געבט א טיפן שיעור אין דער סוגיא פון חיישינן למיעוטא. "אפילו מיר זענען אדערווייל דער מיעוט אין ק"ש", דונערט זי, "דארף מען - לויט מיין מאן - מיט אונז זיך רעכענען". @מי ימצא שאקלט צו מיט'ן קאפ מידערהייט - זי איז אקארשט צוריקגעקומען פון אומאן וואו זי האט פרובירט צו פארשטיין וויאזוי ר' נחמן שלעפט ארויס פרויען פון גהינום.

נאכ'ן דאווענען געבט יעדע וואך א צווייטער א שיעור. פארגאנגענע וואך האט @יעקב מעקסוועל געהאלטן א שיינע דרשה איבער'ן גדלות פונעם זיידן תרח און פוטיפר. די וואך איז דא א ספעציעלער רעדנער. ער רעדט וועגן פינאנץ, ווארפט אריין אנאליזן אויף חרדים, און אויף וויפיל כ'קוק מיך ארום פארשטייט נישט קיינער קיין ווארט - אוקיי, אפשר @עמקות המחשבה פארשטייט, אבער דעטס איט - כ'מיין ער הייסט @סאנטיאגא. אגב, קומענדיגע וואך דארף צו רעדן @המלוכה והממשלה. די שמועה דערציילט אז האלב פון זיין דרשה האט ער שוין אריינגעלייגט אין זיין חתימה, כ'ווייס נישט צי ס'איז קראנט.

ווערד צו אויסשמועסן, אז אינעם שטיבל - ווי אין יעדן ארטאדאקסישן ביהמ"ד אויפ'ן כדור הארץ - קומט ארויס א וועכנטליכער גליון דורך די בני הקהילה. @העניך שרייבט דעם עדיטאריעל - יעדע וואך איבער א פרישער רויטער ליניע וואס מיר האבן נארוואס אריבערגעטרויטן, צו אלעמענ'ס שאק; @שמן למאור שרייבט וועכנטליך שיינע מוסר השכל'ס פון דער פרשה (ספוילער: די מסקנא איז בערך די זעלבע יעדע וואך, בלויז די נעמען טוישן זיך פון לוט צו סדום צו עשו א.א.וו.); @קריינא דאיגרתא באשרייבט די לעצטע אויפדעקונגען איבער דער חרד'ישער צענזור - כ'ווייס נישט וועגן די אנדערע אבער ער איז פארזיכערט מיט סחורה פאר זיין קאלום פאר לאנגע יארן; @פאליטיקאנט שרייבט אפדעיטס פון דער סטאק מארקעט; @קאך_לעפל - היסטאריע ווי ער פארשטייט עס (א מין לינקקייט דאס...); @מונטסורי באשרייבט זיינע חזיונות און @דער גאלדענער אדלער שרייבט א הילעריעס פארזעצונג איבער א שפיצל לעידי מיט א וואקי-טאקי.

אויך הער איך אז יעדן שבת מברכים קומט פאר א פארברענג, וואו די 12 שלוחים פונעם ק"ש גאט - @יאיר, קומען צוקריכן פון זייערע לעכער בארבע כנפות הארץ, און זענען מלבן דבריו הקדושים. (@ונבנתה העיר, @יידל, @פארוואס?, @moshav zekeinim, @נהורא נפישא, @דעת תורה, @ברסלבער, @מאטי, @פשוט-קאמפליצירט, @קאווע טרינקער און @געוואלדיג. אופס, ס'איז נאר דא עלף? אין דברי הימים איז זיכער די גירסא 11.) אין אזא וואך גייט פייער. די אמאונט פון בראנפן וואס גייט אזא וואך איז גענוג צו פאר'יורד'ן אפילו @ראשעקאל. דאס איז גראדע די איינציגסטע וואך וואס @ארי נוהם טרעט אריין אין שטיבל.

כ'שפאציר אהיים נאך אזא דאווענען. אה, א געשמאק. ממש מעין עולם הבא. בלייבט נאר איבער זיך אנצועסן מיט באנדלעך און שפירן עולם הבא זעלבסט.

און דאן האט משיח געוויזן מיט'ן פינגער... און געמאכט פון אלע מיינע חלומות - א גל של עצמות יבשות.

---------

ווי יעדער פארשטייט, איז דער ארטיקל געשריבן הומאריסטיש און ציניש. כ'וויל איבערבעטן פון פאראויס אויב איינער שפירט זיך געטראפן, נישט דאס איז מיין כוונה חלילה, און כ'בין גרייט צו רעדאגירן סיי וואס אויב איינער וויל נאר, ביטע קומען אין אישי.

אויך וויל איך איבערבעטן די חשוב'ע ניקס וואס כ'האב נישט דערמאנט, צי וועגן שכחה אדער וועגן כ'האב נישט געהאט וואס צו שרייבן...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז תוהו ובוהו דאוונט נאר מיט מניין שבת מברכים קום איך אריין אין שטיבל איין מאל אין צוויי וואכן, די איבריגע גיי איך אריבער קיין סאטמארע בית מדרש דארט לעבט זיך... איך קען דאך נישט קומען דא אז איך וועל נישט האבן קיין קאמפאני...

איך האב גאר שטארק הנאה פון דיין באזוך ביינונז אין שטיבל, יהא בואך לברכה, ס'איז א מעסטער פיעס!
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

מייסטער ווערק! א לעבעדיגע קאווע שטיבל אינטערטעימענט.

איך קען נישט זאגן אויף אנדערע ניקס. אבער סקומט זיך אייך די קאמפלימענט, איר האט זייער זיסלעך געשריבן ביי מיך.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פלאי פלאים, א הערליכע ארבעט!!

האסט מיר אריינגעברענגט אין א שבת'דיגע אטמעספערע.

כ'האב געשפירט אינמיטן ליינען דיין ארטיקל אז איך בין אין בית מדרש, פרייטיג צונאכטס. כ'האב געגעבן א ווארף אראָפ דעם טעלעפאן, ארום געקוקט אויב איינער האט מיר געזעהן האלטען א פאון בעצם יום השבת.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובוהו: ייש"כ. דו האסט דא אראפגעלייגט א מעסטער-פיעס.

איך ווייס נישט וועגן די אנדערע ניקס. אבער וועגן בערל בעל עגלה ביסטו געווען 90% אן טארגעט. ספעציעל די אפענע בעקיטשע מיט די הויזן טרעגערס וואס פארדעקן א בכבוד'יג בייכל (איך הייס א שטיקל בעל בכי.). די איינציגע זאך וואס דו האסט נישט געכאפט ריכטיג איז אז איך בין שוין א ביסל עלטער פון מידל עידזש. אויסער אז דו געסט מיר א ברכה אז איך זאלל אטעמען בעולם השפל הזה פאר 210 יאר. דאמאלס ביניך נאך א יונגערמאן. אנהייב מידל עידזש. אויך. אז איך קאטשע מיך פאר געלכטער אויף די דזשאוקס פון פאלאצ'ינטא.

ירבו כמוך בישראל. עליך נאמר...מהבל וריק עד תוהו ובוהו לא קם כתוהו ובוהו.

דו פארדינסט א פוליצער פרייז. נאר איך קען עס (ליידער) נישט געבן. דו מוזסט רעדן צו די פוליצער קאמיסיע. איך קען אריינווארפן א גוט ווארט פאר דיר... עלה וצלח...You made my day...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אה יעס: ס'גנב'עט זיך מיר אריין א חשד אז דו קענסט מיך פון ערגעץ (אנדערש). אפשר פון אונזער ביהמ"ד. אויף אוק גלען, יצ"ו.

גוט. איך וועל שוין גוט ארומקוקן דעם קומענדיגן שבת, אי"ה. אויף וועם איך קען ווארפן א חשד אז ער איז תוהו ובוהו...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הייסט עס דו ביסט גאר געווען דער אינגערמאן וואס האט אריבערגעשפאנט דרייענדיג די פאות ווילנדיג אויפכאפן איבער וועלכע שמוץ מיר רעדן.

איך לייג נאר צו אז כ׳האב גוט באמערקט ווי דו פרובירסט זיך איינצוטיפן אינעם לכה דודי און זען טאמער די קענסט דערויף בויען דיין קומענדיגע פאעזיע… און ערנסט גערעדט: א הערליכע ארבעט! א דאנק פאר די אינטערטעינמענט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די קונץ איז אז א יעדער מיינט אז תוהו ובוהו האט זיך געטראפן נאר מיט איהם אליין. ער איז אזוי שטארק אן טארגעט 90%+. עי ריעל מעסטערפיעס...! א קאווע שטיבל שריפטשטעלער...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

:like :דאבללייק:
געוואלדיג שבגעוואלדיג!
תוהו ובוהו האט געשריבן:דער דיין [tag]מי אני[/tag] האט צוגעלייגט, אז דער פראבעביליטי אז איינער וואס זוכט דעם שטיבל ווייסט נישט וואו ס'איז לאקירט, צוזאמען מיט'ן נאך קלענערן שאנס אז ער וועט זיין נוצליך און וועלקאמד אינעם שטיבל, איז בערך ווי דער פראבעביליטי אז ס'איז נישטא קיין גאט - וואס דאן דארף מען בכלל נישט קיין בעסמעדרעש. גיי פארשטיי.
:lol:
דאס דערמאנט מיך פון די תגובה פון [tag]engager[/tag]. (ועיין כאן.)
תוהו ובוהו האט געשריבן:לאמיר אייך פארציילן אז ביינונז אין שטיבל גייט קיינער מיט קיין וויידלדיגן שטריימל, ס'איז זאגאר שטרענג גע'אסר'ט געווארן. אויפ'ן קול קורא האבן אונטערגעשריבן: דער ראש הקהל [tag]שמעקעדיג[/tag] צוליב פינאנציעלע סיבות, דער דיין [tag]מי אני[/tag] צוליב מאראלישע סיבות, [tag]פרנס החודש[/tag] צוליב קולטוראלע סיבות און [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] צוליב א טעם הכמוס.
לגבי בכלל פארשטיין איבער א שטריימל איז שוין יא דא אויך מאטעמאטישע סיבות... :D
תוהו ובוהו האט געשריבן:דער דיין [tag]מי אני[/tag] זיצט אויפ'ן דריטן זיץ פונעם ערקאנדישען, נאמן עלי אז ער האט עפעס א מאטעמאטישן, פילאזאפישן חשבון דערביי.
כנגד די דריי געזעצן פון טערמאדינאמיקס (0 רעכענט מען נישט) וואס זענען דאך איבער היץ?... :קייןמושג: :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שיין דערלעבט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א מעסטער פיעס! אייזן! ייש"כ.

מיין רבי אין חדר פלעגט טייטשן תוהו ובוהו פיסט און וויסט, זעהט אויס ס'נאכנישט געווען קיין קאווע שטיבל דעמאלטס.

האסט מיר אנגעמאכט הרהורים (רעים) מיט די שפיצל פרוי און די וואקי טאקי, מיי גאש! שובבי"ם האט זיך קוים אנגעהויבן, און ס'נישטא קיין ת"ת היי יאר אויך נישט, וויאזוי וועט מען זיך קענען באווייזן דעם פנים? באין ברירה העט מען מוזן ווערן א צייטווייליגער ברסלב'ר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א מעסטער פיעס! אייזן! ייש"כ.

מיין רבי אין חדר פלעגט טייטשן תוהו ובוהו פיסט און וויסט, זעהט אויס ס'נאכנישט געווען קיין קאווע שטיבל דעמאלטס.
תוהו ובוהו = out of this world

.He's something special, out of this world
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: "קאווע שטיבל"

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך האב דאס געליינט אין איין אטעם, אחוץ ווען איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אויסגעפלאצן אין געלעכטער.

מעכטיג איז אן "אנדער סטעיטמענט"
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

כוכב האט געשריבן:שיין דערלעבט.
[tag]כוכב[/tag], שלום עליכם. דיין לעצטע תגובה פאר דיין יעצטיגע איז געווען אין יארע 2021, מען האלט שוין היינט אין 2023. קיין איין תגובה אין גאנץ 2022!
עס איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל פארגעסן פון דיר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גוווווט! :lol: :lol: :lol:

כ'האב הנאה געהאט ווי דו שרייבסט ווי אן עכטער לינקער שרייבער, דו שרייבסט חלילה נישט ארויס דיינע פאליטישע אנשויאונגען אבער דו גיבסט שטארקע אומפארזעהבארע רמזים דערצו...

די שטיקל ווי מי אני זיצט דריי זיצן אפגערוקט פון די עירין קדישין איז לכאורה אינספירירט פון שעלדאן פון די ביג בענג טעארי. :D

וואס האט מיר יא באנג געטאהן איז געוועהן אז דו האסט מיר נאר צוגעטיילט צוויי חסידים...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

המם... פון איינעם האסטו פארגעסן.

וואו איז חכמת שלמה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:(איך הייס א שטיקל בעל בכי.)
;) :lol:
שיין ווערטל דאס...
וירח ה' את ריח הניחוח
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אזויפיל טאלאנט אריינצוקוועטשן אין איין בית המדרש'ל!!!

עניוועי, כ'האף האסט געטראפן א טישו צום סוף...

ביי די וועי, דאס שרייב איך לכבוד מיין פיר-הונדערט-אכט-און-זעכציגסטע תגובה.. כ'מיין וואס איז די גרויסקייט פון 513??
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

WOW WOW WOW איזה יופי של תגובה, ממש נישט דא קיין ווערטער,

ס'איז גראדע געוועהן א עכטע אינטערסאנטע שבת, ליל שישי האב איך געהאט די כבוד צו כאפן א שמועס מיט אונזער טאלאנטפולע [tag]תוהו ובוהו[/tag] וועגן איזראעלי מוזיק און איבער די רעליגיע פון אפאר זינגערס , מוצ"ש אינמיטן שמועסן מיט [tag]סאנטיאגא[/tag] וועגן עפעס א ביכל זעה איך פלוצלינג אז ער האט אפגעפיצט צו זיין טעלעגרעם ;) .
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

ווער האט מיר אויפגעוועקט???
גאנץ בא'טעמ'ט געווען אין קבר...
א ניי דור אויפגעוואקסן דא
יונגעלייט! נוצט גוט אויס דאס פלאץ דא, איינס פון די בעסטע זאכו וואס דאס אינטערנעט פארמאגט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אריגינעלקייט אין יעדע פאראגראף!

אז דו ביסט יא דארט אינסייד, אפשר זאגסטו מיר אויס ווער איז דער יעניגער וואס שרייט ארויס פון פענסטער ביים וועכענטליכע ארויסוואק "אינו אלא טועה!"?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע האב איך אויך הנאה אז דו ביזט מייחס דעם אויסרוק פון "פה מפיק צואת שוורים" צו מיר, כ'האב געמאכט א זוך און ס'שטעלט זיך ארויס אז איך האב עס בסך הכל גענוצט נאר איין מאל, ס'נישט דאס ערשטע מאל דא וואס מ'איז מייחס צו מיר אן אויסדרוק וואס כ'האב נאר גענוצט איין מאל, ס'ווייזט אז דער עולם הארכט זיך גוט אויס צו מיינע רייד און ס'בלייבט זיי אין די ביינער...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

וואלה וואלה אזא ארטיקל! גאר גאר געשמאק.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט