נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

שליחה דורך [NAMELESS] »

צענדליגע טויזנטער זענען ארויסגעקומען אין די גאסען מיט א קול מחאה, דעם מוצאי שבת. אויסשרייענדיג אז די נייע נתניהו רעגירונג טוט אונטערברעכן די יסודות פון דעמעקראטיע.

איינס פון די רעפארמען וואס די נייע רעכטע רעגירונג וויל רעפארמירן, איז די מהלך וויאזוי די מערכת המשפט ווערט געפירט אינעם לאנד. די לינקע גענויגטיגטע קוקען דאס אן ווי א סכנה פאר זייערע עקסטענדעד, לגבי די עתיד פון זייער וואוינען אין א דעמאקראטישע לאנד.

ווי באקאנט איז דער מערכת המשפטים מער גענויגט צום לינקען באוועגונג אין מדינות ישראל, אנגעהויבן מיט ליבעראלער באטראכטונגען, ווי אויך זייער כוח אין געזעץ וואס איז אומאפהענגיג פונעם כנסת, און אזוי אויך די מהלך וויאזוי זיי נעמען אויף נייע שופטים ועוד. ס'זעהט אויס ווי דאס וועט זיין אן ערענסטע אינערלעכן קאנפליקט במשך די קומעדיגע יאר'ן, וואס אירע תוצאות קען אסאך אויסמאכן אויף להבא.

ווי אויך קען דאס זיין נוגע לעניני דת ומדינה, לדוגמא אויב רוב ממשלה וויל דורכפירן א געזעץ, צו קען א לינקער שופט זאגן אז דאס איז קעגען די בעסיק געזעצן פון דעמעקראטיע און דאס אפווארפן.

דאס האט ארויסגעשלעפט בערך 80 טויזענט ישראלים, און מיט דעם אויסגערופן א וויי געשריי און א קול מחאה. מיט דער השתתפות פון אסאך פערזענלעכקייטן, ובראשם די אמאליגע ראש הממשלה אהוד ברק און בנימין גאנץ דער פריעדיגער זיכערהייט מיניסטער.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אצינד קען איך עכט זאגן ברוך השם איך לעב נישט אין די אידישע מדינה. מיט אזא מדינה ווערן דארף נאך א גלות?

איך קוילער מיך ווי דער יוסטיץ מיניסטער מאכט אזא פשט"ל: מה דאך די תורה איז נישט געגיבן געווארן נאר נאכדעם וואס די ציבור האט מסכים געווען צו מקבל זיין כש"כ פרייע געזעצן.. עפרא לפומיהו צו אזא גערעדאכץ וואלט אן ערליכער איד געזאגט.

דר'אמת איז אבער: א רבים איז א רבים און ווער עס איז נישט מסכים זאל זיך אויפהויבן און אוועקציען, וועט מער נישט זיין קיין רבים.. אוועקציען מיין איך נישט ממש, נאר כ'מיין מאכן אזא מין רעש ביזן צוברעכן דעם רבים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

לגבי די תקונים אין די מערכת המשפטים זעה איך נאך נישט אז עס ווערט אויס דעמעקראטיע, פונקט פארקערט ביז יעצט איז די בג''ץ געווען אינגאנצן לינק, יעצט וויל מען עס מאכן אז ס'זאל זיך ווענדן וועמען די פאלק האט אריינגעוועלט פאר די ממשלה, דעס איז ריכטיג דעמעקראטיע, ווייס איך נישט פארוואס זיי פארפירן

נאר די אמת איז אז מ'דארף איינפירן אז די בג''ץ זאל זיין נאר ריכטער וואס פירען זיך ע''פ תורה און פסק'ענען ע''פ תורה, די גאנצע חלק המשפטים זאל ארויסגיין אינגאנצן פון דעמעקראטיע און זיין ריין יהדות
נאר וואס זאל מען טון אז אפילו ביי די חרדים פסק'נט מען היינט שלא ע''פ תורה, וואס ווילסטו פון זיי....
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איך פארשטיי נישט (עכט פארשטיי איך יא) פאר וואס די לינקע טענה'ן אז איז קעגן דעמאקראטיע? אין א עכט דעמאקראטיש לאנד זענען די וויילער די וואס האבן דעם ווארט און מ'גייט נאך וואס רוב וויילער ווילן. ד"מ צו זאגן אז די וויילער וועהלן אויס די פאליטישאנס סיי ווען ס'א פארלימענטעריען רעגירונג סיסטעם און סיי ווען ס'איז א עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם ווי דאהי אין אמעריקע, און די ערוועהלטע קאנדידאטן שרייבן פאר די געזעצן פאר'ן לאנד און די דזשאדזשעס וואס ווערן אויך ערוועהלט דורך די וויילערס, צו גלייך פון זיי, צו דורך די ערוועלטע קאנדידאטן, טייטשן אפ די געזעצן. אבער אז א דזשאדזש זאל מאכן די אייגענע געזעצן, מאן דכר שמיה!! און סך הכל וואס די נייע דעמאקראטישע ערוועלטע רעגירונג אין ארץ ישראל טענה'ט אט דאס, נישט מער און נישט ווייניגער, איז וואס פארפירן די לינקע אזוי שטארק? ווייל זיי ווילן זיין פולקאמע בעלי בתים!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איר האט א פאונט, אבער אפי' ווען מ'רעדט פון א דעמאקראטישע לאנד אזוי ווי אין אמעריקע, דאך איז דא געזעצען וואס רוב קענען נישט ארויפשטעלן אויב עס איז אנטקעגן די קאנסטיטוציע.

די פראבלעם איז לכאורה ווייל אין מדנ"י איז נישט דא אן אפיציעלע קאנסטיטוציע און ס'ליגט אין די הענט פון די שופטים, איינטיילן אויב ס'איז אויסגעהאלטן ע"פ די "געזעץ"...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א "נטורי קרתא" אינגערמאן וואס מ'האט ארעסטירט צוליבן מאכען קשר מיט געוויסע פאליסטינער, איז ערשט היינט באפרייט געווארן נאכ'ן זיין איינגעשפארט פאר 4 טעג. דער אינגערמאן מיט זיינע שותפים האט געמאכט א וויזיט צו א משפחה פון אן אראבישער טעראריסט, אין די פאלעסטינער שטחים.

ער איז באפרייט געווארן מיט עטליכע תנאים, צווישען אנדערע, איז ער געאסר'ט געווארן צו אנהאלטן א קשר מיט זיינע חברים וואס זענען געווען פארמישט אין די פרשה, פאר א משך פון 60 טעג. אזוי אויך האט מען איהם געאסר'ט דריסות הרגל אין שטחי A אין יהודה ושומרון פאר 180 טעג.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך בר גיורא »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט (עכט פארשטיי איך יא) פאר וואס די לינקע טענה'ן אז איז קעגן דעמאקראטיע? אין א עכט דעמאקראטיש לאנד זענען די וויילער די וואס האבן דעם ווארט און מ'גייט נאך וואס רוב וויילער ווילן. ד"מ צו זאגן אז די וויילער וועהלן אויס די פאליטישאנס סיי ווען ס'א פארלימענטעריען רעגירונג סיסטעם און סיי ווען ס'איז א עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם ווי דאהי אין אמעריקע, און די ערוועהלטע קאנדידאטן שרייבן פאר די געזעצן פאר'ן לאנד און די דזשאדזשעס וואס ווערן אויך ערוועהלט דורך די וויילערס, צו גלייך פון זיי, צו דורך די ערוועלטע קאנדידאטן, טייטשן אפ די געזעצן. אבער אז א דזשאדזש זאל מאכן די אייגענע געזעצן, מאן דכר שמיה!! און סך הכל וואס די נייע דעמאקראטישע ערוועלטע רעגירונג אין ארץ ישראל טענה'ט אט דאס, נישט מער און נישט ווייניגער, איז וואס פארפירן די לינקע אזוי שטארק? ווייל זיי ווילן זיין פולקאמע בעלי בתים!
דאס איז די אלטע שאלה, וואס טוהט מען ווען די רוב איז מחליט אז זיי ווילן נישט זיין מער דעמאקראטיש?!
קען א רוב באשליסען צי ווען Totalitarian?

איז במקום ווי ס'דא א קאנסטיטאציע דארף מען זיך האלטן צו דעם,
אבער מדינת ישראל איז פון די דריי לענדער איו די מערב וועלט וואס האט נישט קיין קאנסטיטוציע (צוזאמען מיט UK און ניו זילאנד), דעמאלטס ווער איז מחליט וואס די געזעץ און די "מצפון" פון די מדינה זאל זיין??

אויכעט אין די פאל איז דא א טענה אז איה"נ די רעכטע בלאק האט טעכניש געוואנען, אבער מיט די צאל שטימען איז געווען א חילוק פוון סה"כ 30,000 וואוטס,
איז וועגן דעם האבן די רעכטע נישט קיין עכטע שטארקע מאנדאט פון פאלק צי איבערדרייען די מערכת המשפט.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
זייט כ'האב געזען די ווידיאו ווער איך פארעקלט פון די הפגנות אנטקעגן די סלולר געשעפטן.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער טענה'ט אז ער האט געזעהן עפעס א דאקומענט פון א אינטערסאנטע הסכם צווישן ביבי און זיין ווייב שרה, אז ביבי דארף איהר פרעגן פאר ער נעמט אויף געוויסע שרים, און אז ביבי טאר נישט שלאפן קיין איין נאכט אן איהר, און א הסכם אז זי מיז האלטן אלע געלטער און ער דארף איהר בעטן יעדעס מאל וואס ער דארף געלט, זיי הארגענען זיך יעצט ארום אין ביה"מ אויב ס'איז אמת צו נישט, אזוי צו אזוי איז עס צוקער זיס זייער "שלום בית".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
נייעס קומט אריין אז איינער איז געווארען שטארק אנגעקלאפט ביים הפגנה, דער נאציאנאלער זיכערהייט מיניסטער בן גביר, האט באויפטראגט דעם הויפט פאליצייאישע אפיציר צו בודק זיין וואס דארט איז פארגעקומען.

אויך האט פאליציי ארעסטירט א פראטעסטירער וואס האט געווארפן ביצים אויף די שוטרים.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
א בילד פון די גרויזאמע פאליציי
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
עטליכע ווידעאס פון די הפגנה
https://www.dropbox.com/s/f4q8cgl9x1ibf ... 1.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/absmw2qj2jkqi ... 5.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/2loct8bgwr9tg ... 4.mp4?dl=0
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קרן זוית האט געשריבן:
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:גרויסע הפגנה ומחאה איז היינט פארגעקומען דורך קהילת תולדות אברהם יצחק בראשות רבם ומאורם שליט''א אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אקעגען די געשעפט ענק סלילר וואס פארקויפט טריפה'נע כלים בפלטרין של מלך
נייעס קומט אריין אז איינער איז געווארען שטארק אנגעקלאפט ביים הפגנה, דער נאציאנאלער זיכערהייט מיניסטער בן גביר, האט באויפטראגט דעם הויפט פאליצייאישע אפיציר צו בודק זיין וואס דארט איז פארגעקומען.

אויך האט פאליציי ארעסטירט א פראטעסטירער וואס האט געווארפן ביצים אויף די שוטרים.
די זעלבע פרומע קנאים פארשטייען נישט ווי אזוי די מתנחלים קענען גיין וואוינען אין די שטחים היות ס'מסוכן, אבער דאס וואס זיי מיט זייערע מנהיגים טוען און זענען זיך מסכן און מסכן אנדערע דאס איז נישט קיין פראבלעם, נאר גאר א מצוה!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטערעסאנטע צאמשטעלונג..
רעדענדיג פון מתנחלים און קנאים אין איין פאראגראף, מאכט מיר טראכטן, אז דאס וואס קנאים שרייען און מפגין אנקעגען געשעפטן און באנען, ווייזען זיי לכאורה מיט דעם אז זיי נעמען אן אז די לאנד איז אינטער זייער שליטה און זיי האבן א יד תקיפה. וואס בו בעת, זענען זיי די פאן טרעגער פון נישט האבן קיין אייגענע עצמאות?! וצ"ע
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

וגם צריך עיון גדול למה מותר להם לשתף פעולה עם רשעים, עם הוועדה של הגור'ע ציונים ה"י.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט איז אויפגענומען געווארן האלוף הרצי הלוי אלס דער נייער הויפט קאמאנדיר, אינעם ישראל'ישע מיליטער. ארץ ישראל, זייענדיג ארומגענומען מיט פיינטליכע לענדער און האבענדיג אן אקטיווער מיליטער, איז דער רמטכ"ל אן אנגעזעענער פירער אין די לאנד.

עס איז אפגעהאלטן געווארן עטליכע צערעמאניעס לכבוד דער משמר היוצא ולמשמר הנכנס, ביים כותל המערבי און אויך בבית הנשיא.

די נייע רמטכ"ל איז א 15'טע דור ירושלמי, פון זיין מאמע'ס זייט. ווי אויך איז ער דער ערשטער שות"מ צו דינען אויף דעם הויעכראנקיגע פאזיציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שנשמע ונתבשר בשורות טובות. יה"ר שנזכה להרמת קרן ישראל ע"י משיח צדקנו בב"א. מ'עט נאך מאכן א לייט פון די מדינה.

פארשטייצעך אז מ'רעדט נישט (ח"ו) לויט הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!

אויך: איך אנטשולדיג מיך פאר הרב חיים שלמה בערגער שליט"א (אן עכטער נאמען) אב"ד דק"ק ריביטיטש, יצ"ו. (ר'איז געווען 40 יאר מרא דאתרא אין די שטאט ריביטיטש אין אונגארן. אדער אפשר פוילן.).

ער האט אמאל געזאגט (אדער געשריבן) אז ער האט באגעגנט א סאך ציונים, רח"ל. האביך איהם געפרעגט אוואו זענען זיי, די ציונים. איך זוך זיי מיט לעכט. היינט ביניך מודה אז ס'זענען נאך דא (ב"ה) א סאך ציונים. רעליגיעזע ציונים, שטייצעך..!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קרן זוית האט געשריבן:היינט איז אויפגענומען געווארן האלוף הרצי הלוי אלס דער נייער הויפט קאמאנדיר, אינעם ישראל'ישע מיליטער. ארץ ישראל, זייענדיג ארומגענומען מיט פיינטליכע לענדער און האבענדיג אן אקטיווער מיליטער, איז דער רמטכ"ל אן אנגעזעענער פירער אין די לאנד.

עס איז אפגעהאלטן געווארן עטליכע צערעמאניעס לכבוד דער משמר היוצא ולמשמר הנכנס, ביים כותל המערבי און אויך בבית הנשיא.

די נייע רמטכ"ל איז א 15'טע דור ירושלמי, פון זיין מאמע'ס זייט. ווי אויך איז ער דער ערשטער שות"מ צו דינען אויף דעם הויעכראנקיגע פאזיציע.
מִי שֶׁבֵּרַךְ אֲבוֹתֵינוּ אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב,
הוּא יְבָרֵךְ אֶת חַיָּלֵי צְבָא הַהֲגַנָּה לְיִשְׂרָאֵל
[וְאַנְשֵׁי כֹּחוֹת הַבִּטָּחוֹן],
הָעוֹמְדִים עַל מִשְׁמַר אַרְצֵנוּ וְעָרֵי אֱלֹקֵינוּ,
מִגְּבוּל הַלְּבָנוֹן וְעַד מִדְבַּר מִצְרַיִם,
וּמִן הַיָּם הַגָּדוֹל עַד לְבוֹא הָעֲרָבָה
[וּבְכָל מָקוֹם שֶׁהֵם],
בַּיַּבָּשָׁה בָּאֲוִיר וּבַיָּם.

יִתֵּן ה' אֶת אוֹיְבֵינוּ הַקָּמִים עָלֵינוּ נִגָּפִים לִפְנֵיהֶם!
הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִשְׁמֹר וְיַצִּיל אֶת חַיָלֵינוּ
מִכׇּל צָרָה וְצוּקָה, וּמִכׇּל נֶגַע וּמַחֲלָה,
וְיִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשֵׂה יְדֵיהֶם.
יַדְבֵּר שׂוֹנְאֵינוּ תַּחְתֵּיהֶם,
וִיעַטְּרֵם בְּכֶתֶר יְשׁוּעָה וּבַעֲטֶרֶת נִצָּחוֹן.
וִיקֻיַּם בָּהֶם הַכָּתוּב (דברים כ, ד):
"כִּי ה' אֱלֹהֵיכֶם הַהֹלֵךְ עִמָּכֶם, לְהִלָּחֵם לָכֶם עִם אֹיְבֵיכֶם
לְהוֹשִׁיעַ אֶתְכֶם".
וְנֹאמַר אָמֵן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די בג''ץ האט היינט ארויסגעגעבן זייער פסק אז ארי' דרעי טאר נישט לעגאל זיין א שר אין די ממשלה, צוליב אלטע געלט קלאגעס.
דאס שאקעלט אויף די נתניהו קאאליציע נאכדעם וואס דרעי האבענדיג א פארטיי פון 11 בענקלעך, וועט מוזען אפטרעטן פון צו דינען אלס א שר אין די שמאלע קאאליציע.
דארפען מען זעהן וואו אזוי נתניהו וועט זוך אן עצה געבן מיט די שערוריה....
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איינע פון די סיבות פארוואס די בג"ץ ברויך ווערן היפש אפגעשוואכט בקרוב ממש. נישט ווייל כ'נעם מיך אן אויף ארי' דרעי, נאר ס'שוין אריבער גענוג צייט פון ער איז ארויס פון תפיסה און מ'טאר נישט פארהאקן איינעמס לעבן אויף אייביג פאר אפאר נערישע עבירה'לעך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס די בג"ץ ברויך ווערן היפש אפגעשוואכט בקרוב ממש. נישט ווייל כ'נעם מיך אן אויף ארי' דרעי, נאר ס'שוין אריבער גענוג צייט פון ער איז ארויס פון תפיסה און מ'טאר נישט פארהאקן איינעמס לעבן אויף אייביג פאר אפאר נערישע עבירה'לעך.
דאס גייט מען טאקע נוצען פאר'ן ארויסברענגן דער וויי געשריי, פארוואס מ'דארף טוישען די מערכת המשפט...

דאס איז פונעם שר המשפטים יריב לוין:
"היום קיבלו רבים מאזרחי ישראל הודעה אבסורדית מבית המשפט העליון, לפיה הצבעתם בבחירות שהתקיימו לפני חודשיים - בוטלה. הפסיקה שניתנה היום רומסת לא רק את הצבעתם של קרוב ל-400 אלף מצביעי ש"ס, אלא גם את בחירתם של רוב אזרחי ישראל, אשר ידעו את כל העובדות הרלוונטיות והצביעו בעד ממשלה בראשות נתניהו, אשר אריה דרעי שותף בכיר בה" :
"צר לי מאוד על כך שראשי מערכת המשפט לא מצאו גם הפעם לכבד את הכרעת העם, את שיקול דעתו של ראש הממשלה, ואת החלטת הכנסת שהביעה אמון בממשלה המכהנת. אעשה את כל הדרוש על מנת שהעוול הזועק לשמים שנעשה לרב אריה דרעי, לתנועת ש״ס ולדמוקרטיה הישראלית - יתוקן במלואו" :
פארשפארט