מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א משגיח אין ישיבה גייט צו, צי א בחור 2 טעג נאך שבועות און שרייט איהם אן...

וואס איז דאס 2 טעג נאך שבועות ? און שוין לערענט מען נישט? דו האסט אפי נישט גע-עפענט א אידיש ספר

ענטפערט איהם דער בחור, עס איז א מנהג

וואס? פרעגט דער משגיח

וואס טוהט מען פסח? מען נעמט ארויס די פסח'דיגע כלים און נאך פסח פאקט מען זיי אוועק

און סוכות? מען בויעט א סוכה און נאך סוכות נעמט מען דאס צוזאם

און שבועות? באקומט מען די תורה און נאך שבועות גיבט מען צוריק
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שאלתיאל האט געשריבן:
Capture.PNG
באלאנגט אין צום שמייכלען מאחורי..

אבער אז מען רעדט שוין.. דערמאנט עס מיר פון א ווערטל.

אין א געוויסע דארף אין די אלטע היים איז געווען א שול, און פארשטייט זיך אז ס'נאכנישט געווען קיין ביה"כ אונעם שול, האט די עולם וואס האט געדארפט משתין זיין געגאנגען צו א דערנעבענדיגע הויז וואס האט געהאט א הויעכע וואנט און דארטן זענען זיי געגאנגען קטנים.

די בעל הבית פונעם הויז איז עס נישט געפאלן האט ער אויפגעהאנגען א גרויסע שילד אויפן וואנט מיטן אויפשריפט "אין להשתין על הכותל"!!!

איז געגאנגען א לץ און צוגעשריבן פון אינטן. "ואם השתין, יצא ידי חובתו"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אין די וואכעעדיגע פרשה איז דא דער פסוק וואס מען האט געזאגט ווען ווען עריק עדעמס איז געווארען מאיאר...

שלחני כי עלה השחור
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שטאמט נאך פון מהר"ש מבאבוב ביים אנטלויפן פון קרוינהייטס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אין די וואכעעדיגע פרשה איז דא דער פסוק וואס מען האט געזאגט ווען ווען עריק עדעמס איז געווארען מאיאר...

שלחני כי עלה השחור
פאלאצ'ינטא: ס'קען זיין מ'האט עס איבערגעזאגט. ווייל מ'האט אריגינעל מחבר געווען דאס ווערטל בשעת דער אנדערער שחור, דעיוויד דינקינס עליו השנאבל איז געווארן אויסגעוועהלט פאר מעיאר. און די שמחה ביי אלע ליבעראלע (אידן. דיבר הכתוב בהווה)איז געווען זייער גרויס. זיי זענען געווען זייער פרייליך.

ער האט אפילו באקומען א מתנה א יארמולקע מיט זיין נאמען, דויד אויסגעשריבן. ער איז אפילו געקומען צו א כ"א כסליו דינער אין סאטמאר. און ער האט געהאלטן א דרשה און געזאגט אז ער וויל שיקן זיין אייניקל א מיידעלע פן 3 יאר אין סאטמאר בית רחל סקול. אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען קיין סמארטפאונס, רח"ל. נאר ווען ס'איז געקומען צו די ראיאטן אין קראונהייטס ווען די שווארצע חיות האבן זיך צעווילדעוועט און געהרג'עט אידן, האט ער פון אלעם פארגעסן און געשטיצט זיינע שווארצע ברידערס...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אין די וואכעעדיגע פרשה איז דא דער פסוק וואס מען האט געזאגט ווען ווען עריק עדעמס איז געווארען מאיאר...

שלחני כי עלה השחור
שטימט עפעס נישט...

די מלאך האט למעשה נישט געוואונען, עדעמס האט עס יא געמאכט נאכען געראנגל..
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

א איד קומט אריין אין א יעקישע שוהל און פרעגט דעם גבאי: איז דא מעריב יעצט ?

ניין- ענטפערט דער גבאי.

איד: איז ווען יא ?

גבאי: יעצט..
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עס פארט ארום אזא ווערטל; א נייע סגולה בדוק ומנוסה...
פאר בלויז 360 דאלער, וועלן פערציג תלמידי חכמים אראפגיין לזכותך צום ציון פונעם 'מגיד' און צוזאמען אויסזאגן פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך האב א חבר וואס פלעיגט מיר אראפדרייען א קאפ ביי-וויקלי איך זאל עים קויפן זאכן אויף עמעזון ווייל ער האט נישט קיין טמא'נע איטערנעט, ביז כ'האב געפלאצט פון עים, האט ער מיך געפרעיגט צי כ'האב אוועק געווארפען מיין סמארטפאון צי וואס, זאג איך עים אז ניין, נאר איך האלט אז מען מעיג האבן א סמארטפאון אבער לשיטתך אז מען טאר נישט ביסטו עובר אויף לפני עיור יעדע מאל די בעטסט מיך עפעס צי קויפן, מילא וויל איך נישט עובר זיין אויף לפני עיור דורך דיך מכשיל זיין מיט א לפני עיור פארן מיר מכשיל זיין מיט איטערנעט.......... חד גדיא חד גדיא.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

קהל'ס נער האט געשריבן:איך האב א חבר וואס פלעיגט מיר אראפדרייען א קאפ ביי-וויקלי איך זאל עים קויפן זאכן אויף עמעזון ווייל ער האט נישט קיין טמא'נע איטערנעט, ביז כ'האב געפלאצט פון עים, האט ער מיך געפרעיגט צי כ'האב אוועק געווארפען מיין סמארטפאון צי וואס, זאג איך עים אז ניין, נאר איך האלט אז מען מעיג האבן א סמארטפאון אבער לשיטתך אז מען טאר נישט ביסטו עובר אויף לפני עיור יעדע מאל די בעטסט מיך עפעס צי קויפן, מילא וויל איך נישט עובר זיין אויף לפני עיור דורך דיך מכשיל זיין מיט א לפני עיור פארן מיר מכשיל זיין מיט איטערנעט.......... חד גדיא חד גדיא.
שכ'ח.
ס'קען נאך צוניץ קומען...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פארוואס האט חנוכה 8 טעג, און א שבע ברכות האט נאר 7 טעג?

ווייל ביי חנוכה איז דא די נצחון המלחמה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

א יונגל האט פארציילט אז זיין מלמד האט אים אראפגעלאזט צוויי געזונטע פעטש. מיט די ווינטן האט זיך עס געשפירט ווי פינעף...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך האב היינט אנגעטון א קלייד פון פינעף יאר צוריק.. און... עס האט געפיט!!!!

די קלייד איז געווען א שאל....
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א גביר וועליכע האט געהאט איטליכע מושב זקנים (נורסינג האומס בלע"ז) איז געגאנגען אויף א באזוך צו זעהן ווי אזוי אלעס גייט צו.

ער קומט אריין און זעהט אז דער מענעדז'ער איז נישט צום געפונען. גייט ער צו צום פענסטער פון די סעקרעטאר און זאגט, איך וויל רעדען מיט'ן מענעדז'ער.

זאגט זי נישט יעצט.

איך וויל שוין רעדען מיט איהם שרייט ער

יעצט קענסטו נישט רעדן מיט איהם ענפערט זי

פאנגט ער אן צו שרייען, דו ווייסט מיין נאמען? דו ווייסט ווער איך בין?

פונקט גייט אדורעך אן אלטער און גייט צו צו איהם און זאגט...

אויב איהר ווייסט נישט ווער איהר זענט און איהר געדענקט נישט אייער נאמען גייט צו פענסטער 4 דארט קען מען אייך העלפען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי שמועסנ'דיג מיט מיין חבר פרייטיג צונאכטס אויף 14 עוועניו, וועגן די גרויסע נייעס און מסירות נפש פון "בן גביר" פאר'ן ארויפגיין אויפען הר הבית!! גייט פארביי א סאטמארע איד, ער האט געמיינט אז איך רעדט וועגען קידוש לבנה... און פרעגט, ווער איז דאס? איז ער ממש ארויף, אדער געפלויגן מיט א עליקאפּטער?? ...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז געווען אמאל א ליטווישע ישיבה ווי עס האבן געלערנט אפאר חסידישע בחורים, און ווען עס איז געקומען ניטל זענען זיי אריין צו זייער ראש ישיבה דערציילן אז מאגן קענען זיי נישט קומען אין ס'מעדריש לערנען.

וואס איז דאס ניטל? האט די ר"י געפרעגט מיט וואונדער?

די בחורים האבן אנגעהויבן מסביר צו זיין, יאשקע, געבוירן, קראצמעך א געשעפט. הקיצור די ראש ישיבה האט געזאגט פיין, אויב אזוי האט מען זיך געפירט ביי ענק, זאל זיין.

גייט נישט דורך קיין צוויי וואכן און אודך די חסידים זענען דא! וואס איז? מארגן איז נאכאמאל ניטל. נאכאמאל!! וואסי פשט, פרעגט דער ראש ישיבה? הייבן זיי אן מסביר צו זיין, דאס לעצטיגע איז געווען די פוילישע ניטל, יעצט איז די אנגערישע... דער ר"י הערט זיך איין, און זאגט פיין! אויב אזוי האט מען זיך געפירט ביי ענק, זאל זיין אזוי!

די בחורים האבן געזען אז עס גייט זיי גוט, האבן זיי פון דעמאלטס יעדע צוויי וואכן געמאכט א פרישע ניטל, איין וואך איז געווען א תימנער ניטל, די נעקסטע וואך א ראמענישער, ס'איז געווען הויעך יו"ט אינדערוואכן.

די ר"י האט געזען אז עס איז הפקר א וועלט, ס'קען נישט אזוי ווייטער גיין. האט ער מחליט געווען עד כאן, מ'מוז נעמען די זאך אין די האנט אריין.

קומענדיגע זמן ביים פתיחה דרשה האט דער ראש ישיבה געשריגן מיט הויכע קולות. געענדיגט מיט די משוגע'סן! נישטא מער די אלע ניטלעך! ווער עס וויל האלטן ניטל זאל ברענגען א קלארע צעטל מיט די חתימה פון זיין טאטע וואס זאל באשטעטיגן קלאר וועלכע יאשקע זיין זיידע פלעגט דינען...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אמאהל איז ל"ע ול"ע נפטר געווארען צוויי ליטווישע גדעילים.

האט זיך אויפגעשטעלט אן אנדערער ליטווישער גאדעל מספיד צו זיין.

ראבעיתי. מיתת צדיקים איז א קרבן, היינט ברענגען מיר צוויי גרעיסע בהמות
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שוין גארנישט קיין וויץ, דאס זענען עכטע גוגל טרענסלעיט סקרינשאטס.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פישל »

שמן למאור האט געשריבן:שוין גארנישט קיין וויץ, דאס זענען עכטע גוגל טרענסלעיט סקרינשאטס.
איך האב דאס באקומען ווען איך האב עס איבערגעטייטשט אויך גוגל
בילד


Sent from my iPad using Tapatalk
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

די זענען מסתמא בחורים וואס האלטן אז דאס לייגט צי כבוד פאר זייער פארטיי, המתכבד בקלון חברו.
אדער זוכן זיי גערעכטיגקייט
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך אונטער חכם »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א חסידיש בחור גייט אריין צו דודי'ס אין בורו פרק און פרעגט איינעם וויפיהל קאסט יענע טעלעווישאן?

ענטפערט איהם דער ארבייטער... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.

גייט ער ארויס און לייגט די פיאות אונטער דיר אויערען, און גייט צוריק אריין און גייט צו צום זעלבער און פרעגט איהם... וויפיהל קאסט יענע טעלעווישאן?

ענטפערט איהם דער ארבייטער... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.

דער בחור גייט ארויס און נעבעך שנייט אפ די בארד און פיאות און ער גייט צוריק אריין און פרעגט...
עקסיוז מי מיסטער, האו מאטש קאסט דעט טעלעווישאן?

רופט ער זיך אן... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.

דער בחור גייט ארויס און קומט צוריק א חודש שפעטער שוין נעבעך אן א קאפעל אנגעטוהן ממש ווי א גוי אן בארד אן פיאות מיט דז'ינס מיט די הויכע ווייסע סניקערס שוין מיט א שטיקל טשאפ...

און זאגט צום ארבייטער... עי מען, האו מאטש דעט טיווי?

זאגט איהם דער ארבייטער... איך האב דיר שוין געזאגט אפאר מאהל... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישער בחורים.

וואט ? מען איי וואהט טו ביי דעט טיווי.

גיי צוריק אין ישיבה זאגט דער ארבייטער.

פון ווי ווייסטו פרעגט דער בחור... פון ווי ווייסטו אז איך בין א חסידישער בחור?

ווייל ענטפערט ער, עס איז נישט א טעלעווישאן עס איז א מייקראוועוו אויווען
אין די אלגעמיינע וועלט איז די דזשאוק באקאנט אויף א בלאנדע.

איך בין נייגעריג אויב די היימישע ווערסיע קומט פון דארט, אדער אפשר פארקערט גאר, למעשה אין אין די היימישע ווערסיע שטימט עס סאך בעסער.

דא זעה איך שוין די דזשאוק אויפן אינטערנעט צוואנציג יאר צוריק, בערך ווען איך האב די ערשטע מאל געהערט די היימישע ווערסיע.
https://forum.letssingit.com/topic/7772 ... de-jokes/1
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איינער האט זייער געוואלט פארען קיין ארץ ישראל אבער קיין געלט פאר א טיקעט האט ער נישט געהאט.

האט ער זיך איינגעבעטען ביי א משולח ער זאהל איהם איינפאקען אין זיין רענצעל.

ער האט זיך מיט גענומען א קישען מיט א צודעק און... ויסעו

נאכען אנקומען און ארויסקומען פון רענצעל פרעגט איהם דער משולח.

נו, האסטו כאטש געכאפט א גוטען דרימעל אויפ'ן וועג?

ניין זאגט ער... דער רענצעל לעבן מיר האט אזוי גע-כראפעט איל האב נישט געקענט איינשלאפען א גאנצע וועג
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט