אַן אלטע מאפע וואס לויט די שאצונגען צייכנט אָן דער פלאץ ווי דייטשע סאלדאטן האבן באהאלטן אַן אוצר אין ווערט פון מיליאנען אירו צינדט אָן די פאנטאזיע פון פילע אוצרות- פאנגערס וואס האבן זיך אראפגעלאזט, באוואפנט מיט לאפעטעס און מעטאל דעדעקטערס צו זוכן אין די פעלדער וואס נעמען ארום דאס דארף Ommeren אין האלאנד.
די מאפע איז פובליצירט געווארן לעצטע וואך דורך דער נאציאנאלע ארכיוו פון האלאנד נאך א 75 יעריגע קאנפידענשעל תקופה אינאיינעם מיט די גאנצע קעיס אין ראם פון דער Public Accessibility Day פונעם ארכיוו. לויט די שאצונגען טוט די מאפע אנצייכענען דער פלאץ ווי דייטשע סאלדאטן האבן באהאלטן 4 באקסעס פיל מיט דיאמאנטן, גאלד, זילבער און זייגערס וואס זיי האבן באראבעוועט נאך א אויפרייס אין א באנק אין אויגוסט 1944. דער
ארכיוו האט אינפארמירט אז זיי האבן באקומען די מאפע א קורצע צייט נאך ענדע פון די מלחמה פון א דייטשער סאלדאט מיטן נאמען העלמוט זענדור, א סאלדאט אין די פארטרופערס- בריגאדע פון די דייטשע ארמיי און עס איבערגעגעבן געווארן צו א ספעציעלע אינסיטוט וואס איז איבערגעגעבן אויף נאכגיין דייטשע פארמעגן אין האלאנד. דער אינסיטוט וואס האלט אז דער מאפע איז אטענטיש האט דריי מאל געפראווט צו זוכן דער אוצר אבער אָן ערפאלג. דער ווארטזאגער פון דער ארכיוו האט איבערגעגעבן אז זיי ווייסן נישט אויף זיכער צו דער אוצר עקזיסטירט אבער נאך אסאך אונטערזוכונגען איז דער געשיכטע טראסטבאר.
וויפול מען ווייסט איז דער אוצר באהאלטן געווארן דורך 4 דייטשע סאלדאטן אין אפריל 1945 ווען די אליארטע ארמייען זענען געווען נאנט צו באפרייען יענער געגענט אין האלאנד- צוויי זענען שפעטער געהארגעט געווארן און
איינער פארשווינדען, דער איינציגסטע וואס האט איבערגעלעבט איז העלמוט. העלמוט האט שפעטער אטיילגענומען אין די פריערדיגע זוך אקציעס פון די האלאנדישע אטאריטעטן אבער אפילו מיט זיין הילף האט מען נישט
אפגעפונען דעם אוצר.
וואס פשט אז מען האט נישט געפונען דעם אוצר נאך אזויפיל באמיאונגען ?
מאנכע טענה'ן אז צוליב די נאנטקייט צו א הויפט גאס איז דער אוצר פון לאנג אפגעפונען געווארן דורך מענטשן וואס האבן עס נישט באריכטעט. טראץ די שוואכע טשאנסן צו געפינען איז דער פלאץ פארפלייצט מיט מענטשן פון
איבער גאנץ האלאנד וואס גראבן אין גאנצן אומגעגנט.
זוכונגען אין האלאנד נאך אַן אלטע אוצר פון דייטשע סאלדאטן
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
זוכונגען אין האלאנד נאך אַן אלטע אוצר פון דייטשע סאלדאטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: זוכונגען אין האלאנד נאך אַן אלטע אוצר פון דייטשע סאלדאטן
אפשר האט עס העלמוט אליין גענומען און זיך געמאכט תם'אוואטע בשעתן זיכן.
מען דארף שטודירן זיין לעבן זען וואס איז מיט אים שפעטער געווארן.
מען דארף שטודירן זיין לעבן זען וואס איז מיט אים שפעטער געווארן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.