די פארהוילענע טייל פון די תורה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
די פארהוילענע טייל פון די תורה
ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, ובפרט פאר תושבי קאווע שטיבל, אז מלמדים\מחנכים אדער עלטערן האבן אסאך פארדרייט אדער פארהוילן פון אונז הלכות וואס עס האט זיך זיי נישט געלוינט.
דעם אשכול וועט זיין געווידמעט פאר צוויי זאכן. איינס פאר די הלכות, און צווייטנס, זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז געווארן אזא זאך פון 'איינזייטיגקייט' ד.מ. אדער האלטסטו פינקט ווי מיר אדער ביסטו א אפיקורס\ציוני\ערב רב
אין די גמרה זעט מען אסאך מאל אז די גמרה פרעגט אפ אן אמורה עס בלייבט תיובתה און עס שטייט נישט אז יענע אמורה איז א אפיקורס ח"ו, אבער זייט די מלחמה האט זיך אלעס געטוישט (ביי געוויסע אידן) אדער האלטסטו ווי מיר אדער ביסטו פון די ס"א (ר"ל מהאי דתי)
במילה וועט מען דא אריינשרייבן די אלע פארהוילענע זאכן כדי עס זאל נישט פארגעסן ווערן פון אונזערע דורות
והנה אני מתחיל.
כיבוד אב ואם מיינט נישט פאלגן עלטערן, נאר מכבד זיין עלטרן,
עס ווערט געפאסקנט, איך מיין,און אלע פוסקים אז קינדער דארפן נישט פאלגן עלטערן בנוגע זאכן וואס עס מאכט נישט קיין חילוק פאר די עלטערן וואס די קינד טוט, א מענטש מעג וואוינען ווי ער וויל, שיקן און וועלעכע מוסדות ער וויל, און גיין אנגעטון ווי אזוי ער וויל, און די עלטערן האבן נישט וואס אריינצורעדן, און אויב זיי רעדן יא אריין דארף מען זיי נישט פאלגן, און מען דארף זיך אפילו נישט פילן שלעכט פארן נישט פאלגן, פארשטייט זיך אז מ'דארף זיי זאגן שיינערהייט אז איך האלט נישט דערביי און מכבד זיין, אבער דעטס איט
לעצטענס איז געווארן א נייע שערוריה בנוגע מאכן א מזונות אויף מזונות ראולס, איך בין נישט קיין ת"ח אבער איך האב געפרעגט מיין דיין וואס איז גראדע נישט קיין מיקל, און ער האט מיר מסביר געווען פינקטליך פארוואס מ'מאכט יא א מזונות, און אויב די עולם וויל וועל איך אים בעטן די תשובה בכתב און עס דא ארויפלייגן, אבער דאס איז זיכער אז עס איז דא אויף וועם זיך צו פארלאזן, נאכמער, ער האט מיר געפאסקנט אז אויב איך וויל מיר וואשן פאר א מזונות ראול מוז איך עסן א געהעריגע שטיקאל המוציא, וד"ל
ראיה אסורה מיינט נישט קוקן אויף א פרוי, עס מיינט באטראכטן א פרוי לשם…
די עולם ווערט געבעטן צו מזכה זיין די ציבור מיט אזעלעכע הלכות און שערוריות
נ.ב. אויב פילט איר אז די אשכול איז ציל-לאז, דאן שיקט א גריס פאר @וואלווי ער וועט זיך זייער פרייען

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
חסד מיט אהבת ישראל דארף מען קודם טון מיט זיך אליינס.
נאכגעבן פאר יענעם איז נישט אלעמאל רצון השם.
גיין אין קאוירט איז אסאך מאל מותר לכתחילה, און איז פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן אין די תורה, ''יושר''.
נאכרוימען נאך זיך איז א מצווה, פארעקלען יענעם אויף יעדע אופן איז אן עבירה.
גיין מיט א שייטל איז בדיעבד. מ'ממעג און מ'דארף טון פון צייט צו צייט א בדעבד.
ממ'מעג זיצן נעבן א פרוי.
מ'דארף נישט ''פאלגן'' אלעס וואס דו מאן אדער ווייב זאגט.
וואינען אין א''י בימינו איז א חשוב'ע זאך, און לויט טייל פוסקים א מצוות עשה.
מקריב זייין קרבן פסח איז א מצוות עשה, אפילו היינטיגע טעג.
ס'דא נאך עבירות חוץ סמארטפאוינס ווען מ'מאכט א חשבון הנפש, (אויב מ'קומט אלעמאל צו די זעלבע מסקנה מיינט אז מ'האט נישט אריינגעטראכט.)
תשובה מיינט נישט פייניגן, ס'מיינט זאגן ''טאטי איים סארי'', און זיך פארנעמען מער נישט צו זינדיגן, אפילו במחשבה איז גענוג.
ס'דא א חיוב אויף א טאטע ללמדו אומנות, א פאך.
ס'דא א חיוב אויף א מענטש זיך צו גיין היילן, אין דעם איז אויך נכלל בריאות הנפש. מ'קען באצאלן פון מעשר געלט פאר א טערעפיסט.
מ'דארף אויסלערענען און מחנך זיין די זוהן און טעכטער צו האבן ביצים, אן דעם קען מען נישט זיין אן עדאלט און מקיים זיין ''ובחרת'' בחיים.
פונקט אזוי ווי ס'דא א חיוב אויסצולערנען א קינד לערנען, דארף מען מחנך זיין די קינדער צו האבן די ריכטיגע פאזיטיווע געזונטע עדיטוט צו זשענדער און ס*** עדענטעדי. אז נישט מאכט דאס פראבלעמען אלס קינד און שפעטער אלס עדאלט.
מ'דארף ליב האבן יעדע איד, אפילו ער איז פריי, אדערפרומער ווי דיר.
מ'מעג רעדן לה''ר אויף א מעלעסטער.
מענער דארפן נישט גיין אין מקווה, אויב עפעס ברענגט עס מער פארקערט ווי גוטס.

- Tachlis
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:23 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ גייט ארויף אויף די סנהדרין (קוק אריין אין פרשה פון וואס די תורה רעדט) נישט אויף יעדער איינער וואס אויפגענומען געווארן דורך עפעס מענטשן אלס א דיין, און אפי' אויף איינעם וואס איז עכט ערליך רעדט זיך עס נישט
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
- Tachlis
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:23 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
די איידיע פון "מסורה" איז אויך באשאפן געווארן ערגעץ לעצטנס, אמאל פלעגט מען עס ארויסשלעפן פון שאנק אמאל א יובל (וואס דארף אויך א הסבר) אבער היינט איז דאס "די לעסט ליין אף דעפענס" וואס ווען מ'קען נישט טרעפן קיין הסבר אויף עפעס א משוגעת וואס יעדער טוט קומט מען צו גיין מיט סטייל... "מסורה" .
און די סיבה פארוואס מדארף זיך פירן אזויווי די אייגענע קהילה'ס געזעצן איז אויך די דזשאוקער קארד מסורה
און די סיבה פארוואס מדארף זיך פירן אזויווי די אייגענע קהילה'ס געזעצן איז אויך די דזשאוקער קארד מסורה
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
"נקמה" מיינט נישט 'צוריק שלאגן עמיצן וואס שלאגט דיך," אדרבה כדי צוריקצוהאלטן איינעם פון שעדיגן מעג מען צוריקגעגעבן.
נקמה מיינט פשוט אזוי ווי רש"י איז מסביר: אז דו בארגסט אים נישט דיין מעסער אויב ער האט דיר נישט געבארגט נעכטן זיין האַק
בקיצור ס'איז א civil matter נישט criminal

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: די פארהוילענע טייל פון די תורה
מיינסט מסתמא לאנגע לאקן?כוואליעס האט געשריבן:ס'איז נישט דא קיין שום חיוב ע"פ הלכה צו גיין מיט פאות, און ע"פ סוד איז דאס גאר א איסור
אגב, איך האב לעצטנס געזען פון א תימנ'ער פראפעסער, אז די באקאנטע תימנ'ער ''סימנים'' וואס עטליכע פון די לינקע ציונים האבן בראבאריש אפגעשניטן פון די תימנ'ער עולים, איז גאר געקומען פון אן אנטיסמיטישער געזעץ אז אידן מיזן גיין מיט לאקן זיי אפצוטיילן פון די מוסלמענישער באפעלקערונג.
רוב חוקרי תימן דיסעגריען, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אז דו האסט שוין יא ערווענט, איז דא עפעס זאכליכע טעאריעס פון וואו ס'האט זיך אנגעפאנגען די "שלייפן לאקן" ביי אידן? אזויפיל ווייס איך אז ס'איז אן אלטע טראדיציאנאלע מאנגאלישע האר סטייל, אפשר האבן עס די קוזארן אריבערגעברענגט צו די אשכנזים?כרם זית האט געשריבן:מיינסט מסתמא לאנגע לאקן?כוואליעס האט געשריבן:ס'איז נישט דא קיין שום חיוב ע"פ הלכה צו גיין מיט פאות, און ע"פ סוד איז דאס גאר א איסור
אגב, איך האב לעצטנס געזען פון א תימנ'ער פראפעסער, אז די באקאנטע תימנ'ער ''סימנים'' וואס עטליכע פון די לינקע ציונים האבן בראבאריש אפגעשניטן פון די תימנ'ער עולים, איז גאר געקומען פון אן אנטיסמיטישער געזעץ אז אידן מיזן גיין מיט לאקן זיי אפצוטיילן פון די מוסלמענישער באפעלקערונג.
רוב חוקרי תימן דיסעגריען, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אז מ'רעדט שוין פון גוי'אישע מנהגים וואס האבן זיך אריינגעכאפט ביי אידן. ס'איז דא א ספאנישע גוי'טע וועלכע לאזט וואקסן לאנגע (געקרייזלטע) פיאות פאר איהרע 2 יונגלעך. אויך איז דא (צודרייטע) היספאנישע גוי'טע וואס דרייט זיך אין וויליאמסבורג. זי טראגט א גרויסן, ברייטן וואלענעם טלית קטן. זי זוכט נאר אטענשן. געזעהן א פיקטשער.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דו האסט שוין יא ערווענט, איז דא עפעס זאכליכע טעאריעס פון וואו ס'האט זיך אנגעפאנגען די "שלייפן לאקן" ביי אידן? אזויפיל ווייס איך אז ס'איז אן אלטע טראדיציאנאלע מאנגאלישע האר סטייל, אפשר האבן עס די קוזארן אריבערגעברענגט צו די אשכנזים?כרם זית האט געשריבן:מיינסט מסתמא לאנגע לאקן?כוואליעס האט געשריבן:ס'איז נישט דא קיין שום חיוב ע"פ הלכה צו גיין מיט פאות, און ע"פ סוד איז דאס גאר א איסור
אגב, איך האב לעצטנס געזען פון א תימנ'ער פראפעסער, אז די באקאנטע תימנ'ער ''סימנים'' וואס עטליכע פון די לינקע ציונים האבן בראבאריש אפגעשניטן פון די תימנ'ער עולים, איז גאר געקומען פון אן אנטיסמיטישער געזעץ אז אידן מיזן גיין מיט לאקן זיי אפצוטיילן פון די מוסלמענישער באפעלקערונג.
רוב חוקרי תימן דיסעגריען, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
וויאזוי האסטי געזעהן אויפ'ן פיקטשער אז זי זיכט נאר אטענשאן?berlbalaguleh האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון גוי'אישע מנהגים וואס האבן זיך אריינגעכאפט ביי אידן. ס'איז דא א ספאנישע גוי'טע וועלכע לאזט וואקסן לאנגע (געקרייזלטע) פיאות פאר איהרע 2 יונגלעך. אויך איז דא (צודרייטע) היספאנישע גוי'טע וואס דרייט זיך אין וויליאמסבורג. זי טראגט א גרויסן, ברייטן וואלענעם טלית קטן. זי זוכט נאר אטענשן. געזעהן א פיקטשער.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דו האסט שוין יא ערווענט, איז דא עפעס זאכליכע טעאריעס פון וואו ס'האט זיך אנגעפאנגען די "שלייפן לאקן" ביי אידן? אזויפיל ווייס איך אז ס'איז אן אלטע טראדיציאנאלע מאנגאלישע האר סטייל, אפשר האבן עס די קוזארן אריבערגעברענגט צו די אשכנזים?כרם זית האט געשריבן:מיינסט מסתמא לאנגע לאקן?כוואליעס האט געשריבן:ס'איז נישט דא קיין שום חיוב ע"פ הלכה צו גיין מיט פאות, און ע"פ סוד איז דאס גאר א איסור