בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
שטייענדיג אין פרשת וארא וואו עס קומט שוין פאָר די 'אתחלתא דגאולה' ווען די מצריים ווערן געשטראפט און צוביסלעך הייבט זיך שוין אנצוזעהן די קערנדלעך פון די גאולה וואס השי"ת גייט באפרייען די אידן פון די עבודת פרך און די שווערע יאָך פון שעבוד מצרים. און ווי די תורה הקדושה פאנגט אָן מיט'ן דערציילן ווי השי"ת באווייזט זיך צו משה רבינו און ער זאגט איהם אֲנִי ה', וָאֵרָא אֶל אַבְרָהָם אֶל יִצְחָק וְאֶל יַעֲקֹב וגו' איך בין דער זעלבער באשעפער וואס האט זיך באוויזן און געהאלפן די אבות הקדושים אברהם יצחק ויעקב, וְגַם אֲנִי שָׁמַעְתִּי אֶת נַאֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר מִצְרַיִם מַעֲבִדִים אֹתָם וגו' און השי"ת קומט מיט די הבטחה פון וְהוֹצֵאתִי, וְהִצַּלְתִּי, וְגָאַלְתִּי, וְלָקַחְתִּי, אז ער גייט שוין ארויסנעמען די אידן פון מצרים.
למעשה זענען אבער די אידן נישט געווען אין די ריכטיגע מצב פון קענען דערהערן און אויפנעמען ריכטיג דעם דבר השם, ווי די תורה זאגט "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", די אידן קענען ליידער נישט הערן יעצט, די אויערן און די הערצער זענען פארשטאָפּט, די נשמות זענען פארלאשן, און עס זעהט אויס ח"ו ווי די הייליגע ווערטער מאכן נישט קיין רושם אויף זיי. און משה רבינו לויפט טאקע באלד צוריק צום אייבישטער און ער טענה'ט "הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה, וַאֲנִי עֲרַל שְׂפָתָיִם" די אידן זענען דאָך נישט געווען גרייט מיך אויסצוהערן, נו אויב אזוי וויאזוי וועט מיך פרעה אויסהערן, און נאכדערצו אז איך בין אן ערל שפתים און איך קען נישט רעדן קלאר. און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז דאס איז איינס פון צען קל וחומר'ס וואס מיר געפונען אין די תורה, דאס הייסט אז משה רבינו האט דא גע'טענה'ט א קל וחומר, "מה-דאָך אז די אידישע קינדער האבן נישט געוואלט אויסהערן דאס וואס איך האב צו זאגן, כאטש איך בין זיי געקומען מבשר זיין א בשורה טובה און כ'בין זיי געקומען דערציילן אז דער אייבישטער גייט זיי אויסלייזן און ארויסנעמען פון מצרים, אויב אזוי איז דאָך אודאי און אודאי קלאר ווי די טאג אז פרעה וועט מיך זיכער נישט וועלן אויסהערן, ווייל פאר איהם איז דאס שלעכטע נייעס".
עס איז אבער באקאנט וואס אלע מפרשים פרעגן, וואס פאר א קל וחומר איז דאס? די גאנצע קל וחומר איז דאָך אפגעפרעגט פון זיך אליינס, ווייל ווי די תורה זאגט עדות אז וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה, די אידן זענען געווען פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט, זיי האבן שווער געארבעט, קוים וואס זיי האבן געאָטעמט און געלעבט, און דעריבער זענען זיי פשוט נישט געווען אומשטאנד צו הערן וואס משה רבינו רעדט צו זיי, נישט קיין חילוק ווי גוט די בשורה זאל נאר זיין, אבער פרעה? פרעה איז דאָך פיין אנגעגעסן און אנגעטרינקן, ער לעבט א גוטן טאג ביי זיך אין פאלאץ, פארוואס זאל ער דען נישט קענען הערן וואס משה רבינו רעדט צו איהם. אויב אזוי וואס באדייט די 'קל וחומר' אז מה-דאָך די אידן הערן נישט צו, וועט פרעה זיך זיכער נישט צוהערן.
אויך איז גאר אינטערסאנט צו באמערקן זייענדיג ממשיך צו לערנען אונזער פרשה, ווען עס קומט שוין ענדליך די צייט צו שטראָפן די מצריים און ראטעווען די אידן פון זייערע הענט, געפונען מיר א דבר פלא, אז ביי מכת דם ווען מ'האט געדארפט שלאגן דעם טייך נילוס אז ס'זאל ווערן איבערגעקערט צו בלוט, האט דער אייבישטער געהייסן אז דוקא אהרן זאל נעמען זיין שטעקן און לייגן איבער די וואסער, משה רבינו זאל חלילה נישט זיין דער וואס שלאגט די וואסער, וויבאלד ער איז געראטעוועט געווארן דורך די וואסער ווען ער איז געווען באהאלטן אין א קעסטל, און די זעלבע אויך ביי מכת צפרדע ווען ס'איז געווען א ציווי ה' אז מ'זאל שלאגן דעם טייך און די צפרדע זאל ארויסקומען, האט דווקא אהרן געדארפט שלאגן און נישט משה. וואס ווי באקאנט איז דאס איינס פון די ערטער פון וואו מ'לערנט ארויס די גרויסקייט פון די מידה פון "הכרת הטוב" ווי ווייט א מענטש דארף געדענקן און אנערקענען אז איינער האט איהם אמאָל א טובה געטוהן, און אודאי נישט צוריק-טוהן קיין שלעכטס, ווייל אפילו די וואסער וואס איז א 'דומם' און איז נישט קיין לעבעדיגע באשעפעניש וואס האט אין זיך געפילן, דאָך האט השי"ת נישט צוגעלאזט אז משה רבינו זאל איר שלאגן צוליב דעם וואס זיין קעסטל איז דארט געשווימען מיט אכציג יאר פריער...
אבער אויב מיר וועלן זיך מתבונן זיין שטעלט זיך א שטיקל שאלה, פארשטייען מיר דאס דען באמת? אודאי איז הכרת הטוב גאר א וויכטיגע און ריכטיגע זאך, אבער יעצט ווען מ'שטייט ביים ראטעווען גאנץ כלל ישראל, יעדן טאג וואס גייט אדורך ווערן די אידן געפייניגט מיט די גרעסטע מאָס אכזריות און רשעות דורך די מצריים, דא קומט אריין חשבונות פון הכרת הטוב? יעצט איז די צייט פון טראכטן אזעלכע חשבונות וועגן דַקוּת'דיגע הכרת הטוב געפילן?. אויב עס פעלט זיך אויס אז משה רבינו זאל מכיר טובה זיין פאר די וואסער, נו אפשר זאל ער גיין אַן אנדערן מאל און מאכן א ספעציעלע ברכה אויפן וואסער, אדער זוכן אנדערע אופנים וויאזוי מכבד צו זיין די וואסער, אבער יעצט? במקום פיקוח נפש ווען מ'דארף לויפן און ראטעווען כלל ישראל, דא איז טאקע אויך דא א חיוב צו היטן אויף די כבוד פון די וואסער און שיקן אהרן אנשטאט משה? וואס איז פשט דערפון?.
אבער באמת איז דאס נישט קיין נייע זאך, אז מיר וועלן צוריק מישן צו פרשת שמות, וואו די תורה דערציילט אונז אז ווען השי"ת האט זיך באוויזן צום ערשטן מאל צו משה רבינו ביים סנה, האט משה רבינו נישט געוואלט גיין, אבער הקב"ה זאגט איהם אז זיין ברודער אהרן וועט איהם ארויסהעלפן, "וְגַם הִנֵּה הוּא יֹצֵא לִקְרָאתֶךָ וְרָאֲךָ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ", דיין ברודער אהרן וועט ארויסגיין קעגן דיר, ער וועט דיר זעהן און ער וועט זיך פרייען אין זיין הארץ, און ווי רש"י זאגט דארט "וראך ושמח בלבו - לא כשאתה סבור שיהא מקפיד עליך שאתה עולה לגדולה", נישט ווי דו טראכסט אז אהרן איז מקפיד אין זיין הארץ און עס שטערט איהם אז דו ביסט גרעסער פון איהם, אדרבה, וראך ושמח בלבו, ער וועט דיר זעהן קומען אויסלייזן די אידן וועט ער זיך גאר פרייען, ער וועט הנאה האבן און דיר פארגינען. און אזוי איז מבואר אין מדרש באריכות אז משה רבינו האט נישט געוואלט גיין אויספירן זיין שליחות אין מצרים צוליב דעם וואס ער האט מורא געהאט אז זיין ברודער אהרן וועט ח"ו האבן חלישות הדעת דערפון און עס וועט איהם וויי טוהן, בפרט אז אהרן האט שוין נביאות געזאגט פאר כלל ישראל אסאך פריער אז זיי גייען ווערן אויסגעלייזט, און דא קומט צו גיין פלוצלינג דער יונגערע ברודער און ער איז גאר דער מלאך מושיע און דער גואל פון כלל ישראל... ביז השי"ת האט איהם פארשפראכן אז ס'וועט נישט באַדערן פאר אהרן, אדרבה ער וועט זיך פרייען דערמיט.
דא שטעלט זיך די זעלבע פראגע, כלל ישראל ליידט שרעקליכע צרות, דער אייבישטער וויל זיי אויסלייזן און ארויסנעמען פון מצרים, און משה רבינו שטייט און מאכט חשבונות וועגן דאס ביסל חלישות הדעת פון זיין עלטערע ברודער? און וואס איז מיט פיקוח נפש און הצלת כלל ישראל, דאס איז עפעס ווייניג וויכטיג? העכסטנס וועט זיין ברודער ווערן געטשעפעט אביסל און ער וועט שוין זוכן וועגן איהם מפייס צו זיין שפעטער און איהם מאכן גוט פילן... פארדעם זאגט מען דען אפ אזא געלעגנהייט פון לויפן אויסלייזן די אידן?. שטעלט אייך פאָר אויב עס ברענט א פייער ח"ו, און מ'בעט פון א פייערלעשער אז ער זאל העלפן פארלעשן דאס פייער, אבער ער ענטפערט, ניין מיין ברודער איז עלטער פון מיר און ער וועט האבן חלישות הדעת אז איך האב מצליח געווען צו פארלעשן דעם פייער, דערפאר וויל איך נישט העלפן... אין אונזערע אויגן זעהט דאס אויס כמעט די זעלבע, אויב אזוי וואס גייט דא פאָר?!.
אבער די תשובה אין איין ווארט איז... יא! ווי עס איז מבואר פון צדיקים און בעלי מוסר, אז אויב עס קומט ארויס א ברעקל צער פאר א צווייטער איד, איז נישטא קיין שום תירץ פון פיקוח נפש, גאולה, ישועה, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו אויב גאנץ כלל ישראל וועט שאָדן האבן דערפון, מצער זיין א איד - דאס נישט! און ווי מיר וועלן מער מרחיב זיין ווייטער בעזהשי"ת.
אין די תקופה פון גזירות ת"ח ות"ט (די יארן ת"ח און ת"ט) ווען כלל ישראל איז אדורכגעגאנגען גאר שווערע צרות און גזירות און פילע אידן זענען געפייניגט געווארן און געהארגעט געווארן דורך די גויים, האט דער הייליגער רבן ומאורן של ישראל רבינו דוד הלוי - דער טורי זהב זי"ע גענומען אויף זיך צו גיין אין גלות און דורכדעם זיין א כפרה פאר כלל ישראל און מבטל זיין די שלעכטע גזירות וואס שוועבן אויף זיי.
ווי עס ווערט דערציילט, האט דער הייליגער ט"ז געוואנדערט אין די פרעמד, איינער אליינס, נישט אויסזאגענדיג אין ערגעץ ווער ער איז כדי מען זאל איהם נישט מכבד זיין, נאר ער איז אלעמאל געזעצן צווישן די ארימעלייט און די ארחי פרחי פון שטעטל. ויהי היום און דער ט"ז איז אנגעקומען אין א געוויסע שטאט, כדרכו האט ער זיך געזעצט ביים עק פונעם בית המדרש און נישט געצויגן קיין איבריגע אויפמערקזאמקייט. וויבאלד ער האט דאָך געדארפט האבן פרנסה פון וואו זיך צו האלטן ביים לעבן, האט ער זיך אנגעשלאסן צווישן די ארבעטער אינעם אָרטיגן בית השחיטה וואו די קצבים האבן גע'שחט'ן בהמות, און ער האט זיך אנגעגעבן אלס 'מְנַקֵר' וואס קען העלפן רייניגן די פלייש און ארויסנעמען די חֵלב ווי די תורה פארלאנגט. פארשטייט זיך אז אלס איינס פון די גדולי הדור וואס איז געווען בקי אדורך און אדורך אין אלע הלכות וואס זענען נוגע ביי שחיטה און ניקור, האט זיך ביים ט"ז כמעט נישט געמאכט קיין 'שאלות' נאר ער האט אלעמאל געוואוסט וואס צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן למעשה. די ארומיגע קצבים האבן באלד באמערקט אז דער איד ווייסט וואס טוט זיך, אז ער איז ווארשיינליך א תלמיד חכם און ער קען גוט פסק'ענען אלע שאלות וואס זיי האבן, און זיי האבן זיך שטארק צוגעכאפט צו איהם, איבערהויפט וויבאלד דער רב פון שטאט איז געווען א גרויסע מחמיר ווען עס איז געקומען צו שאלות אין טריפות אדער חלב וכדומה, און דעריבער האבן זיי זיך זייער געפריידט מיט'ן אנוועזנהייט פונעם נייעם מנקר וואס האט זיי אסאך ארויסגעהאלפן זייענדיג מֵקִיל אסאך מער ווי זייער רב.
הכלל, עס איז אריבער א שטיק צייט און דער רב באמערקט אז ס'קומען עפעס נישט קיין שאלות פון די קצבים, א זאך וואס פלעגט אמאל זיין מעשים בכל יום, שאלות אין א בית השחיטה איז דאָך אלעמאל פארהאן, און וואס איז פשט אז דער עולם האט אויפגעהערט צו קומען פרעגן. נאך א קורצע אויספארשונג איז דער רב דערגאנגען די סיבה, אז דער גאסט אין שטעטל, דער ארימאן ר' דוד וואס דינט אלס מנקר, ער פסק'ענט גאר אנשטאט איהם און ער איז מקיל אין אזעלכע שווערע שאלות. דער רב איז געווארן שטארק צוקאכט, וואס הייסט? אזא זאך? א פרעמדער אורח אין שטאט קומט און ער נעמט זיך פסק'ענען, און נאכדערצו לקולא? ער קריגט זיך מיט'ן רב און ער נעמט זאכן אין די אייגענע הענט. דער רב האט זיך נישט פארזוימט, ער האט תיכף גערופן דעם ט"ז צו זיך, און נישט וויסענדיג ווער ער איז באמת, איז ער איהם באפאלן און אנגעזידלט אויף די געפערליכע חוצפה. אלס א שטראף האט דער רב באפוילן אז מ'זאל איהם איינשפארן אין אזא ספעציעלע קאַמער וואס איז געווען אינדרויסן פון בית המדרש, געאייגענט פאר אזעלכע פעלער ווען מ'האט איינעם געמוזט דערווייטערן און שטראפן אויף זיינע שלעכטע מעשים. דער ט"ז האט אלעס מקבל געווען באהבה, ביי איהם איז דאס אלעס געווען א טייל פון זיינע יסורי הגלות צו קענען העלפן און מכפר זיין אויף כלל ישראל, און אזוי איז ער געזעצן דארט איינזאם און עלנד אינדרויסן פון בית המדרש, בשעת ווען דער גאנצע ציבור קומט און גייט דארט אדורך, און מ'איז איהם מבזה אויפן העכסטן פארנעם, ככה יעשה לאיש, אזויווי ס'קומט זיך פאר איינער וואס איז זיך געקומען קריגן מיט'ן רב און נעמען אויף זיינע אייגענע פלייצעס צו פסק'ענען אזעלכע הארבע שאלות און חלילה מאכיל זיין נבילות וטריפות פאר אידישע קינדער...
עס גייט נישט אדורך קיין סאך צייט, און דער ט"ז באמערקט פון זיין פלאץ אינדרויסן פון בית המדרש ווי א יונגע מיידל קומט צו גיין מיט גע'שחט'ענע הינדל אין די הענט, און זי גייט אריין צום רב מיט א שאלה. ווען דאס מיידל איז ארויסגעקומען פונעם רב האט זי אויסגעבראכן אין א געוויין און געלאזט טרערן. דער הייליגער ט"ז האט נישט געקענט צוקוקן די צער פון א אידיש קינד, האט ער צוגערופן דאס מיידל צו זיך און איר געפרעגט וואס האט פאסירט. אין אנהייב האט זי בכלל מורא געהאט צוצוגיין רעדן צו איהם, ווייל די גאנצע שטאט פון קליין ביז גרויס האט דאָך געוואוסט אז דער אורח איז א געפערליכע מענטש און א מאכיל נבילות וטריפות ח"ו... אבער דער ט"ז האט נישט נאכגעלאזט און געבעטן זי זאל איהם דערציילן. ענדליך האט דאס מיידל דערציילט אז זי קומט פון זייער א אָרימע שטוב און זיי האבן כמעט נישט וואס צו עסן, איר מאמע האט אפגעשפּאָרט פרוטה נאך פרוטה נאר כדי צו קענען קויפן א הינדל, אבער עס האט זיך געמאכט א שאלה אויפן עוף, און דעריבער איז זי דא געקומען פרעגן דעם רב, און דער רב האט גע'פסק'ענט אז ס'איז טריפה, און דערפאר וויינט זי אזוי ביטערליך. דער ט"ז האט איר געהייסן ווייזן די שאלה, און ער האט באטראכט דעם הינדל, און איר תיכף געזאגט אז ס'איז יא כשר, צוגעבנדיג אז זי זאל צוריקגיין צום רב און איהם זאגן אז ער זאל מְעַיין זיין אין יענעם און יענעם טורי זהב, אנגעבנדיג א פונקטליכע מראה מקום אין וועלכן ט"ז אין יורה דעה די זאך איז קלאר מבואר להיתר.
מיט קווענקלדיגע טריט האט זיך די מיידל צוריקגעקערט צום רב'ס שטוב, און איבערגעגעבן די ווערטער פונעם אורח. דער רב האט באלד געכאפט א ספר און אריינגעקוקט דערין, און זיך געגעבן א כאפ ביים קאפ, יא, דאס הינדל איז טאקע כשר, און ער האט געזאגט פארן מיידל אז ער ציט צוריק פון זיין פריערדיגע פסק. און ער גיבט איר א פרעג, זאג נאר, ווער האט דיר געשיקט דאס זאגן?, אין אנהייב האט די מיידל מורא געהאט צו זאגן אז זי האט גערעדט מיט'ן פרעמדן איד וואס געפונט זיך איינגעשפארט דא אינדרויסן, אבער ווען דער רב האט נישט נאכגעלאזט און געפאדערט צו וויסן ווער עס האט איהם געשיקט זאגן אז ער האט פארזעהן א בפירוש'ע טורי זהב, האט דאס מיידל מודה געווען אז דער מנקר וואס זיצט אינדרויסן, ער האט איר געזאגט צו זאגן פארן רב די ווערטער.
דער רב האט פארשטאנען אז דער אורח איז גארנישט אזא קטלא קניא ווי ער שטעלט זיך אהער און ער מוז זיין אַן ערנסטע תלמיד חכם און א בקי וואס באהאלט זיך אונטערן שלייער פון א איש פשוט, איז ער שנעל געגאנגען מפייס זיין דעם אורח, און דערביי האט ער פארלאנגט און גוזר געווען אויף איהם אז ער מוז איהם אויסזאגן ווער ער איז. דער ט"ז האט געענטפערט מיט א פשטות אז זיין נאמען איז דוד און ער איז דער מחבר פונעם טורי זהב... דער רב האט גע'חלשט אויפן פלאץ הערנדיג אז ער האט מבזה געווען דעם גדול הדור אליינס, דער עמוד ההוראה אויף וועמען גאנץ כלל ישראל פארלאזט זיך איז געקומען צו איהם אין שטאט און ער האט איהם אזוי פארשעמט און וויי געטוהן, און ער האט איהם איבערגעבעטן און געוויינט אז ער זאל איהם מוחל זיין אויף די צער און בזיונות וואס ער האט איהם פארשאפט.
ווי בעלי מוסר האבן געזאגט אויף די מעשה, אז מיר לערנען דערפון א דבר נורא! דער הייליגער ט"ז האט דאָך גענומען אויף זיך די מיסיע פון גיין אין גלות און ליידן צורת און יסורים כדי מכפר צו זיין און אויסלייזן כלל ישראל פון די ביטערע גזירות, און אפילו ווען מ'האט איהם איינגעשפארט און פארשעמט און געשפיגן אויף איהם, איז ער געבליבן שטיל די גאנצע צייט און גארנישט האט איהם געקענט באוועגן ארויסצוגעבן זיין נאמען, אדרבה, ער האט געוואלט אז ס'זאל ווייטער אזוי אנהאלטן כדי ער זאל קענען אויפטוהן און מתקן זיין דאס וואס עס פעלט זיך אויס און זיין א קרבן ציבור פאר כלל ישראל. אלעס פיין און וואויל ביז... ער האט געזעהן ווי א קליין מיידל וויינט!!! די טרערן פון א אידישע טאכטער האבן איהם באוואויגן צו טוישן זיין באשלוס, ווען ער האט געזען ווי דאס קינד איז בצער, האט ער באשלאסן זיך אנצונעמען פאר איר, ער גייט שיקן א מודעה פארן רב, הגם ער האט גאנץ גוט געוואוסט און פארשטאנען אז דאס וועט צום סוף אויפדעקן ווער ער איז, דער רב וועט דאָך נישט מיינען אז די מיידל קען טורי זהב, און ער וועט באלד נאכפארשן ווער האט איר אויסגעזאגט דעם סוד... און דער ט"ז איז גרייט צו ענדיגן זיין גאנצע גלות און אויפהערן מיט זיין גאנצע הייליגע עבודה אין איין סעקונדע, אלעס כדי צו העלפן א אידיש קינד אין איר נויט און אוועקנעמען איר צער. עס איז דאָך נורא נוראות! כלל ישראל דארף אזויפיל רחמים, און דער ט"ז וויל מכפר זיין און וויל העלפן כלל ישראל, אבער ביז די מינוט וואס א קליין מיידל האט צער, איינמאל ס'קומט אריין אין בילד דאס צער פון א אידיש קינד, איז שוין נישט נוגע די ישועה פון גאנץ כלל ישראל, אלע חשבונות און אלע תיקונים ווערן בטל, ווייל יעצט דארף מען פארמיידן צער פון א איד!.
ענדליך צו דעם ווערט דערציילט אויף הגאון רבי יחזקאל לוינשטיין זצ"ל וועלכער האט געדינט אויף זיינע עלטערע יארן אלס משגיח בישיבת פוניבז אין בני ברק, און מ'האט איהם פארבעטן אז ער זאל אנהייב צו זאגן א שיעור אין ישיבה פאר די תלמידים, אבער ס'איז געווען א חשש אז איינער פון די ביז דעמאלטסדיגע מגידי-שיעור וואלטן נפגע געווארן פון דעם און ס'איז געווען א א מקום אז ס'קען גורם זיין חלישות הדעת, האט רבי יחזקאל בשום אופן נישט מסכים געווען צו זאגן א שיעור. ווען מ'האט געלייגט דרוק אויף איהם און מ'האט איהם מסביר געווען ווי וויכטיג דער שיעור איז און וויפיל תועלת פאר די תלמידים עס וועט ארויסקומען דערפון, האט רבי יחזקאל געענטפערט: איך האב מקובל פון מיינע רבי'ס אז א זאך וואס עס קומט ארויס דערפון אפילו א ברעקל צער פאר א צווייטער איד טאָר מען נישט טוהן, נישט קיין חילוק ווי הייליג און וויכטיג עס זאל נאר זיין!
און אצינד אז מיר דערהערן ריכטיג דעם גרויסן און הייליגן יסוד וואס דאס מיינט גורם זיין א טראפ צער אדער עגמת נפש פאר א צווייטער איד, לאמיר אביסל מרחיב זיין דעם ענין וואס איז נוגע פאר אונזער שמועס.
דער אור החיים הקדוש שרייבט דברים נפלאים אויפן פסוק וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה, "אולי כי לצד שלא היו בני תורה לא שמעו, ולזה יקרא קוצר רוח כי התורה מרחבת לבו של אדם" דאס וואס די אידן האבן דעמאלטס געליטן פון 'קֹצֶר רוּחַ' איז געקומען ווייל זיי האבן נישט געהאט די תורה; די תורה איז דאס פארקערטע פון קצר רוח, אדרבה ס'איז 'מרחיב לבו של אדם' די תורה מאכט לעכטיג און אויפגעלייגט, די תורה ברענגט געשמאק און הרחבת הדעת, און נישט די פארפּלאָגטקייט און צובראכנקייט וואס האט דא געהערשט.
אין אנדערע ווערטער, די תורה דאס איז די גאנצע חיות פון א איד, נאר דורך די תורה הייסט געלעבט, כי הם חיינו ואורך ימינו, און אויב נישט איז כאילו דער מענטש אָטעמט נישט בכלל, זיין לעבן איז נישט קיין לעבן, ער געפונט זיך אונטעדרוקט און צובראכן מיט קֹצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה, און ער קען גארנישט דערהערן און משיג זיין, ווייל ער האט נישט די חיות וואס די תורה גיבט פאר א איד. די 'אקסידזשען' פון א איד אז ער זאל בכלל קען אטעמען און לעבן איז נאר דורך די תורה, און אנדעם איז כאילו ער לעבט בכלל נישט (אפילו אויב ער רעדט זיך איין אז יא)...
און דערמיט פארשטייען מיר שוין וויאזוי עס קומען אריין חשבונות פון נישט טשעפענען א איד, אדער גאר טיפע חשבונות פון הכרת הטוב פארן וואסער אין די צייט ווען כלל ישראל שטייט אין וואַרט פאר א הצלה. און ווי מיר האבן דערמאנט פריער ביי די קשיא אז אין אונזערע אויגן זעען די זאכן אויס גאר אומפארשטענדליך, אבער דער תירוץ איז, אז אין די וועלט פון תורה און אין די וועלט פון רצון ה' דארט זענען דא אנדערע סטאַנדאַרטן פון וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן מיט אונזערע מענטשליכע השגות, דארט איז אלעס פיל העכער און דערהויבן; און דארט מעגן ברענען וויפיל פייערס ס'זאל נאר זיין, די מצב מעג זיין ווי ביטער ס'זאל נאר זיין, אבער משה רבינו, און נאך איהם אלע צדיקים אין אלע דורות האבן פארשטאנען אז הצלת ישראל קען נישט קומען אויפן חשבון פון א צווייטער איד! אויב איז די גאולה אדער ישועה אדער תועלת פארבינדן מיט מצער זיין א צווייטן איז א סימן אז דאס איז נישט קיין גאולה און נישט קיין תועלת!. אין די וועלט וואס פירט זיך על פי תורה, און די וועלט וואס מ'לעבט דעם אמת'ע סארט לעבן, די דערהויבענע לעבן, דארט פארנעמט כבוד-הבריות און הכרת הטוב אזא וויכטיגע פלאץ, אז ס'איז נישט מעגליך אז השי"ת וועט שיקן א שליחות וואס וועט מאכן אז איך זאל וויי טוהן א צווייטער איד דורך דעם! און דעריבער וויל טאקע נישט משה רבינו גיין אויסלייזן די אידן, ווייל ער פארשטייט אז דאס גייט נישט אינאיינעם מיט מצער זיין זיין ברודער. ביז השי"ת זאגט איהם צו "וְרָאֲךָ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ" אז אהרן הכהן וועט זיך פרייען דערמיט.
און די זעלבע איז מיט'ן ענין פון הכרת הטוב. אפילו ווען מ'האלט ביי פיקוח נפש, און אפילו ס'איז נוגע פאר גאנץ כלל ישראל, און אפילו ס'רעדט זיך בלויז פון וואסער און פון א אלטע מעשה פון אכציג יאר פריער, אבער ביים רבוש"ע איז נישט פארהאן עפעס אנדערש! די גאולה וועט נישט צושטאנד קומען דורך כפיית-טובה ח"ו, און אפילו נישט דורך א קליין ברעקל דערפון! ווייל דאס איז תורת חיים, די אמת'ע לעבן, די רוחניות'דיגע חִיוּת און מציאות פון א איד.
יעצט, ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים איז פרעה ממש דאס פארקערטע פון וואס מיר רעדן! די גאנצע כוח און מהות פון פרעה איז איין שטיק רשעות און שלעכטס, פרעה איז די אותיות 'פֶּה רַע' א מויל פיל מיט רשעות און פארדארבנקייט, פרעה איז דער מושל און דיקטאטור וואס לעבט אויף אונטערדרוקן און מצער זיין אנדערע, ער איז "אַני ואפסי" ער רעכנט זיך נאר מיט זיינע געפילן און נישט מיט קיין צווייטן; מצרים איז א 'בית עבדים' פון וואו מ'קען נישט אנטלויפן, דארט שלאגט מען און מ'פייניגט דעם שוואכן אדער דער פון וועמען מ'וויל פטור ווערן, אזויווי מ'האט טאקע געטוהן מיט די אידן, דאס איז געווען די גאנצע קולטור און די 'לופט' וואס האט געהערשט אין מצרים.
ווען משה רבינו איז ארויסגעגאנגען אין די גאסן פון מצרים און ער האט געזעהן די קריגעריי פון דתן ואבירם, צוויי אידן קריגן זיך ארום איינער מיט'ן אנדערן און איינער הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר, איז משה רבינו דערציטערט געווארן דערפון, וַיֹּאמֶר לָרָשָׁע לָמָּה תַכֶּה רֵעֶךָ, ער רופט איהם אָן רשע! און ווי מיר האבן שוין מאריך געווען אינעם פריערדיגן שיעור, האט משה רבינו שפעטער געזאגט אָכֵן נוֹדַע הַדָּבָר, און ווי רש"י ברענגט "דאג לו על שראה בישראל רשעים דלטורין, אמר מעתה שמא אינם ראויין להגאל" ער האט פארשטאנען אז ס'זענען ליידער דא אידן וואס זענען נישט ווי עס דארף צו זיין, זיי מַסר'ן און רעדן שלעכט אויף אנדערע, אויב אזוי ווער ווייסט אויב זענען ווערד צו ווערן אויסגעלייזט... לויט ווי מיר לערנען דא קענען מיר צולייגן א טיפע דערהער, משה רבינו איז דערציטערט געווארן זעענדיג אז עס האט זיך אנגעקלעבט א שטיקל 'פרעה' אין כלל ישראל, די 'רשעות' פון מצרים האט ליידער געווירקט און משפיע געווען אויף כלל ישראל אז מ'הייבט שוין הענט איינעם אויפן אנדערן און מ'איז מצער א צווייטן, א זאך וואס ביי אידן טאר נישט עקסזיסטירן בשום פנים ואופן! און דערפאר האט ער באמת מורא געהאט ווער ווייסט אויב זיי זענען נאך ראוי צו ווערן אויסגעלייזט, זיי זענען שוין ליידער אינגאנצן פארכאפט אינעם נעץ פונעם רַע און די רשעות פון מצרים.
און דעריבער קומט משה רבינו מיט א טענה און א קל וחומר צום אייבישטער ווי פאלגענד, "הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי" מה-דאָך די אידן וואס זיי זענען בעצם טוב, זיי זענען די תורה'דיגע פאלק, וואו עס וואלט באמת געדארפט הערשן די אהבת ישראל, די ליבשאפט און אחדות, דאס לעבן גוט און מכבד זיין איינער דעם אנדערן, און אויסהערן וואס יענער האט צו זאגן, דאָך האלט מען ליידער ביי דעם אז אפילו 'זיי' הערן מיך נישט אויס, זייערע אויערן זענען שוין ליידער פארשטאָפּט פון הערן איינער דעם אנדערן, עס איז ביי זיי אליינס אויך פארהאן צייכענעס פון שנאה און פירוד לבבות ח"ו ווייל זיי זענען אין א מצב פון קֹּצֶר רוּחַ, זיי לעבן נישט און זיי אטעמען נישט ברוחניות, וויבאלד זיי זענען נשפע געווארן פון די מצריים, עס האט זיך אנגעקלעבט אין זיי א שטיקל פרעה רח"ל, און דערפאר זעען זיי ליידער אזוי אויס, נו, "וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה" וויאזוי קען בכלל זיין א שאנס אז פרעה וועט מיך קענען אויסהערן, דער פרעה וואס איז דער גאנצער מקור דערפון, און איז באמת איין שטיק רַע און היפוך פונעם רוחניות'דיגן לעבן, איינער וואס איז בלויז אני ואפסי און הערט קיינמאל נישט אויס קיין צווייטן, וויאזוי וועט ער מיך אויסהערן.
אבער דער רבוש"ע לאזט נישט משה רבינו ווערן דערשראקן, נאר ער הייסט איהם נעמען אהרן מיט זיך און ווייטער ממשיך זיין מיט זיין שליחות, ווי עס שטייט גלייך נאך די קל וחומר פון משה רבינו, וַיְדַבֵּר ה' אֶל משֶׁה וְאֶל אַהֲרֹן וַיְצַוֵּם אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאֶל פַּרְעֹה מֶלֶךְ מִצְרָיִם לְהוֹצִיא אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם... בדרך רמז, באפעלט איהם הקב"ה צו נעמען מיט זיך דווקא אהרן הכהן, זיין עלטערע ברודער וועמען ער האט נישט געוואלט מצער זיין, טאקע דער אהרן פון "וְרָאֲךָ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ" אט ער איז די ריכטיגע תשובה קעגן די רשעות פון פרעה! די הרגשה פון אינזינען האבן א צווייטן, מיטפילן מיט א צווייטע איד, און ח"ו נישט גורם זיין קיין ברעקל צער פאר קיין שום איד, (און מצד שני, אויך דאס זיך קענען פרייען און פארגינען ווען יענער איז מער פון מיר) דאס איז די שליסל צו די גאולה, נאר אזוי קען מען גיין אויסלייזן די אידן. און דאס איז גענוי די פארקערטע פון די קליפה פון פרעה און מצרים וואס כאפט זיך ליידער אמאל אריין צווישן אונז ווען מיר פארגעסן די חשיבות פון א צווייטער איד, אדער ווען מיר מיינען אז מיר מעגן זיך העלפן אדער מאכן באקוועם אויף יענעמ'ס חשבון. און דאס דארף אונז דינען אלס א שטענדיגע דערמאנונג ווי וויכטיג עס איז אנצוהאלטן און מקפיד זיין אויף יענעמ'ס כבוד און געפילן אין יעדן מצב און חלילה נישט מזלזל זיין אדער וויי טוהן א איד אין קיין שום פאַל!
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com