פרישע פאליטיק אין סאדיגורא

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

פרישע פאליטיק אין סאדיגורא

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

לעצטע וואך איז אוועק הרב יוסף ליבערמן ז''ל די רב בקהילת סאדיגורא אין ירושלים
ביי די לוויה האט האדמו''ר מ'סאדיגורא פון ירושלים מעתיר געווען די זוהן פון הרב ליבערמאן איבערצונעמען די רבנות

די חסידים פון האדמו''ר מ'סאדיגורא פון בני ברק, וואס האלטן אז ע''פ צוואת האדמו''ר מ'סאדיגורא ז''ל קומט די בית מדרש אין ירושלים אויכעט פאר זייער רבי, האלטן אז זייער רבי האט די זכות אויפצונעמען די רב דארט (און זעהט אויס אז די נייע רב איז נישט קיין גרויסע חסיד פון די רבי פון ב''ב) האבן זיי אריינגעגעבן צום בי''ד אז דערווייל זאל ער נאך נישט ווערן
פאלגענד איז די כתב בי''ד
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20230115_205830_638.jpg
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

פאלגענד איז א בריוו פון הרב ליבערמאן ז''ל ווי ער שרייבט אז זיין זוהן זאל אים איבערנעמען
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20230115_205848_244.jpg
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

פאלגענד איז די צד פון חסידי הרבי מירושלים, ווי איינער לייגט עס אראףּ אויף טעלעגראם
*בעקבות כתבה שפורסמה עקב מעשיהם של מחרחרי ריב, רודפי כבוד ומעוררי מדנים, הרינו להציג דברי אמת בפני הציבור*

אנשי צד בני ברק דרשו כי הגאון הגדול רבי יקותיאל ליברמן שליט"א, יבוא לבני ברק לקבל את מרותו של האדמו"ר שם, ולחייבו להיות עבד נרצע ולקבל את כל הוראותיו של הינוקא, אך כמובן שסירבו לכך, בהבינם כי המטרה היא רק להשפילו, ובפרט אחרי שראו את התנהגותם המחפירה באלימות בלוויה, ועוד בנוכחות ובהסכמה שבשתיקה של רבם הינוקא שנכח בשעת מעשה.

אנשי סדיגורה בני ברק כדרכם כסל למו, מנפנפים רק בחלקי צוואות הנוחים להם, כך גם בעניין זה ישנה צוואה ברורה ובכתב ידו של הרב הקודם של בית המדרש הרב יוסף ליברמן זצוק"ל, כי בנו הגאון רבי יקותיאל ליברמן ימלא את מקומו,
הצוואה מופנית לבעל ה'עקבי אבירים', לבנו ה'עטרת ישראל' זצוק"ל ולנכדו כבו"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א.

אנשי ב"ב כשהבינו כי מזימתם לא תצלח פנו לבית הדין הביתי שלהם, מבלי לספר את העובדות לאשורן והוציאו עוד צו מניעה מגוחך, אשר העמיד את כותביו באור הזוי.

כמובן שצו המניעה, אין לו כל תוקף, *הגאון הגדול רבי יקותיאל ליברמן שליט"א* מונה לרב בית המדרש ע"י *כבו"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א* כבר במהלך הלווית אביו!

*מדובר במעשה עשוי, ואין כל משמעות לצו מניעה שניתן לאחר מעשה.*

מצער מאוד שבעניין זה, כמו בצווים קודמים, לא טרח בית הדין לשמוע צד שני בטרם מיהר לנפק באופן חד צדדי, את הצו, לפי דרישת צד בני ברק, וכפי שנהג במקרים קודמים, ועל כך אין אלא להצטער...
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

ס'איז א בושה פון צד בני ברק ווי מ'קען פרובירען זיי אנצודרייען מחלוקות ווי כאילו ס'איז נאר דא איין מצוה אין תורה "צוואה" און אויף דעם ארויף עובר זיין אויף כיבוד אם און אלע אנדערע עבירות.

האט די בני ברק'ע רבי איינמאל באזוכט ביי הרב ליבערמאן ז"ל? האט ער אים בכלל אנגעקוקט אמאל?

צד בני ברק וועט צאפן די בלוט פון יענעם און גאר הייליג ער מיינט עס לשם שמים... צוואה..

און בכלל פאלגט נישט די גוטמאכר רבי אויך געוויסע זאכן אינעם הייליגן צוואה
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תפארת »

אינטרעסאנט, בעל דרשן, דו קענסט שוין איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס אדמו"ר מסאדיגורא (ב"ב) האט אייך ווייגעטאן אז דו הערסט נישט אויף מיט נארישע נעגעטיווע רייד אקעגן איהם שטענדיג?

יעדער אשכול וואס טראגט דער נאמען סאדיגורא איז אריינגעוואפן אפאר פון דיינע קאמענטארן אקעגן איהם
איז דאס סתם א שנאת חנם אדער וואס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תפארת האט געשריבן:אינטרעסאנט, בעל דרשן, דו קענסט שוין איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס אדמו"ר מסאדיגורא (ב"ב) האט אייך ווייגעטאן אז דו הערסט נישט אויף מיט נארישע נעגעטיווע רייד אקעגן איהם שטענדיג?

יעדער אשכול וואס טראגט דער נאמען סאדיגורא איז אריינגעוואפן אפאר פון דיינע קאמענטארן אקעגן איהם
איז דאס סתם א שנאת חנם אדער וואס?
וכן עליך לבאר פארוואס אין איעדער אשכול נעמט איהר זיך אהן פאר'ן צד בני ברק.
והתשובה אחת היא: כשם שפרצופיהן שונות כך דעותיהן, יעדער נעמט זיך זיין צד...
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

איך האלט איין זאך עס איז שוין העכט צייט אז עס זאל זיין סדר דייקא אין בחצר סאדיגורה [ב''ב] איך ווייס אז זיי זוכען נאר צו אינטער צוברענגן די ברודער אדמו''ר סאדיגורה [ירושלים] וואס האט געשוויצט פאר בחצר הקודש דחסידי סאדיגורה
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און איך ווייס אז עס זענען דא אפאר חסידים מיט תגובות׳לאזע ניקס פון סאדיגורא, וואס רעדן זיך באמת איין אז איינער גיבט א פליענדע דרעקל אויב זייער רבי איז יא אדער נישט גערעכט, און קלערן אז זיי רוקן וועלטן דורכן שטופן זייערע אגענדעס אויף אן אשכול אין קאווע שטיבל. עס אינטערסירט קיינעם נישט קיין כי הוא זה, ביטע געפינט אייער ארט אין אייוועלט אדער אין פיזישן קאווע שטיבל

א דאנק,
אן אויפגעברויזטער יהורם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב אינטערסירט דיר טאקע אזוי ווייניג וואס טוט זיך אין סאדיגורה, וואס האט דיר געמאכט עפענען די אשכול בכלל א קוק צו טוהן?
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

מיר פערזענליך ברויזט אויך אויף אזאנע אויפפירונג, אבער קיין טענות קען מען אויף זיי נישט האבן ווארום אין אייוועלט וואלט אזא אשכול געטראפן איר פלאץ אין בית הקברות נאך איידער איר פאקטישע לידה.
און די נאמען פונעם אשכול ''פרישע פאליטיק אין סאדיגורא'' איז א ווארענונג שילד פאר מענטשן וואס אזאנע שתותים רעגט זיי אויף אז זיי זאלן אהער נישט אריינטרעטן...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

אינטערסאנט

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

װאס דער זײדע רמש״י זצ״ל נאך װעמען ער הײסט ־ האט זיך מתאונן געװען נאכ׳ן קריג אין רועה בלא צאן. װיל איך פארשטײן לאמיר זאגן אז די צװאה איז מזויף אבער דא לױפט ער ארום די גאנצע װעלט און ס׳בלײבט נעבעך בגפו יבוא בגפו יצא...אסך װײניגער װי דער זײדע, װאס האט ער פון דעם
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זעהט אויס אז ער האט געמאכט דעם חשבון אז זיין זיידע האט זיך מתאונן געווען און ס'האט זיך געמאכט עפעס מיט די צייט, אפשר וועט זיך אים אויך עפעס מאכן...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמאהלגעקעננט האט געשריבן:װאס דער זײדע רמש״י זצ״ל נאך װעמען ער הײסט ־ האט זיך מתאונן געװען נאכ׳ן קריג אין רועה בלא צאן. װיל איך פארשטײן לאמיר זאגן אז די צװאה איז מזויף אבער דא לױפט ער ארום די גאנצע װעלט און ס׳בלײבט נעבעך בגפו יבוא בגפו יצא...אסך װײניגער װי דער זײדע, װאס האט ער פון דעם
האסטו דאך אליין פארענטפערט בתוך קושייתך! (בבחינת שאלת חכם חצי תשובה)...
פארוואס פארשטייסטו יא דאס אז זיין עלטער זיידע האט יא געוואלט זיין רבי טראץ ס'איז געוועהן בגפו? (וואס באותו זמן האט זיין פעטער ר' אברהם יעקב אויך געדינט אלס רבי און געהאט די מערהייט פונ'ם חסידות און זיין פעטער האט מען גערופן דער סאדיגורה רבי ודו"ק)?
דער תירוץ איז פשוט: זיין בליק איז געוועהן א טריט ווייטער ווי אונז פשוט'ער אידן און ער האט פארשטאנען אז איין טאג וועט נאך עפעס ווערען פון זיין חסידות. נו, איז דאן נישט מער ווי פאסיג אז זיין אייניקל [וואס הייסט נאך איהם און געפינט זיך גענוי אינ'ם זעלבן מצב ווי איהם] זאל צוגיין מיט'ן זעלבן צוטריט ווי אותו צדיק?!
און דאס איז נאך אין צוגאב צו דעם וואס מאנכע געבן גרויס חלק קרעדיט פונ'ם עצם קיומה און גרויסקייט פונ'ם היינטיגע סאדיגורה צו אט דעם רבי פון ירושלים.

מענין לענין באותו ענין איז היינט באריכטעט געווארן אויף דער ארץ ישראל'דיגן "קול הציבור" האטליין אז דער סאדיגורה ירושלים רבי האט מבטיח געוועהן פאר אן עלטערע בחור אום פורים אז ער וועט א חתן ווערן בעפאר חודש ניסן, נאכדעם וואס דער יעניגער האט נישט געוואלט פארלאזן דעם רבין'ס צימער ווילאנג ער באקומט נישט זיין הבטחה. דעם איצטיגן ערב שב"ק איז ער א חתן געווארען בשטו"מ.
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

פערינא האט געשריבן:צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך פון אונזערע »

פיקוב האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אין יענעמס בנין והבן...
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

פון אונזערע האט געשריבן:

ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

פיקוב האט געשריבן:ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,

בנוסף לזה שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אפהאלטן די משפחה אין די מאמע בתוכם פון צו גיין צום ברודער ממשיך פונעם טאטן, און קום מיר נישט זאגן אז אלעס איז שילדיג די חסידות סדיגורא ווייל זיי זענען נישט מכבד דעם מאמען וכו', די מעשיות האבן זיך אנגעהויבן פארקערט, ווען מש"י האט בר מצוה געמאכט צוויי-דריי וואכן נאכן שבעה האט מען נישט מכבד געווען דעם רבי'ן כראוי, די צווייטע שבת איז די משפחה נישט געווען אין בני ברק, בשעת ווען די ערשטע איז יעדער געווען אין ירושלים, וואס דאס אליינס אז סדיגורא האט געווארט א וואך לכבודו פון ירושלים איז אויך לפנים משורת הדין, יעצט ווען מ'טוט די אלע פעולות איז נישט קיוט נאכדעם צו קומען צו די וועלט אין שרייען שלום, פרעגן סקולענע רבי: 'פארוואס קען נישט אין סאדיגורא זיין שלום?',

שבת מאכן פאר זיך וואלט געמיינט גיין דינגן א זאל און זיך רופן א צווייט נאמען, [וואס דאן אויב איינער גלייב אין א רבי איז די צוואה דאס אויך שולל, אבער על כל פנים א חושן משפט שאלה איז עס נישט].
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

מכסה לשפנים האט געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,
די ביסט ממש צו געקלעבט צום דמיון
פיקוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:43 am

שליחה דורך פיקוב »

פון אונזערע האט געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אין יענעמס בנין והבן...
עס קוקט אויס אז די ביסט נישט קיין רוז'ין'ע חסיד והמבין יבין
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

פיקוב האט געשריבן:
מכסה לשפנים האט געשריבן:
פיקוב האט געשריבן:ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,
די ביסט ממש צו געקלעבט צום דמיון
מיינע שאלות אין די אנדערע אשכול ווילסטו נישט ענפערן? דא זאגסטו דמיון?

איך פרעג דיר איין שאלה ס'איז דא א צוואה, קענסט עס אדער אפפרעגן, אדער לעבן דערמיט, וועלכע פון די צוויי נעמסטו?

אויב ווילסטו עס אפרעגן דאן גאו-אהעד זיי מסביר מיט וואס, אויב ווילסטו לעבן דערמיט דאן מאך שלום מיט די מצב אין קענסט משכנע זיין מש"י צו מאכן שבת פאר זיך אויף די טערמס פון די צוואה.

אויב וועסטו ענפערן צום זאך וועל איך ממשיך זיין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה אז ס'הערשט דא א שטארקער אומקלאהרקייט אינ'ם גאנצן סאדיגורער פרשה, וועל איך פרובירן אריין צוליייגן צוויי-סענט.

איז לאמיר צונעמען דעם ענין דבר דבר על אופניו:
די צוואה
די שאלה וואס מען דארף דן זיין איז: א. האט ער געשריבן די "גאנצע" צוואה?
ואבאר דברי.
דאס איז (לכאורה) גאנץ קלאר אז גע'חתמ'ט האט דער סא"ג רבי ז"ל אליין דעם צוואה אין בי"ד. ס'איז אבער נישט פארהאן קיין שום כתב יד פון די צוואה, יעצט לאמיר אריין קלערן, דער סאדיגערער רבי ז"ל האט קיין קאמפיוטער נישט געהאט [דבר ידוע], א געשריבענע צוואה איז דאך נישט פארהאן, די קינדער האבן דעראין קיין חלק נישט געהאט, ווער האט געטייפט דעם צוואה? לכאורה איינער פון די גבאים צו עסקנים. דען נישט?, ד.מ. אז מ'האט איהם געקענט ווייזן א האלבע שעה פאר ער איז אריין אין בי"ד איין דרעפט פון א צוואה, און פאקטיש האט מען אונטער געלייגט בשעת'ן חתימה אט די זעלבער צוואה מיט אפאהר "מינדערער שינויים", ווי צב"ש מהאט געשטוישט די ווארט "אדמו"ר מסאדיגורה ירושלים" צו "אבדק"ק סאדיגורה ירושלים" (א טיטל וואס איז קיינמאהל נישט גענוצט געווארען בחצרות רוז'ין און איז א תמיה אז מ'זאל עס נוצן) די קליינער מינדערער שינויים זענען זאכן וואס איז נישט מוכרח אז א מענטש דארף צולייגען קאפ בשעת מ'ליינט איהם אויס א גאנצע צוואה וואס ער האט (לדעתו) שוין איבערגעליינט אפאהר מאהל.
וועסטו אוודאי טענה'ן, מהיכי תיתי צו זאגן אזאנע טענות?
דערפאר דארף מען אנאלאזירן וואס איז פארגעקומען מאחורי הקלעים.
א- דאס איז גלוי לכל אז די עסקני החסידות "זענען זיך נישט אויסגעקומען" (בלשון המעטה) מיט דעם בן הבכור.
ב- דא דארף קומען א וויכטיגע טענה, וואס כ'האב געמעקט פאר טעכנישע סיבות.
ג- להבנתי איז פארהאן צוויי צוואות וואס זענען געחתמ'ט אויפן זעלבן טאג וואס זענען פארהאן פארשידענער סתירות צווישען די צוויי.
ד- אינ'ם צוואה אליין זענען פארהאן פארשידענע תמיהות אין סתירות [דומני אז די נאמען פון די קעיס איז אונטער "הרב משה ישראל פרידמאן" בעת ווען ער האט געהייסן "הרב ישראל משה", ער בעט אינ'ם צוואה אז הרב יצחק יהושע העשיל זאל זיין רב אין לעיקוואד בשעת אין א צווייטע סעיף שטייט אז ער זאל זיין רבי, ער בעט אז אויב האט א חפץ זיינע "יחזרנו לידי לאלתר"- א זאך וואס איז נישט שייך פאר איינער וואס לעבט שוין נישט (א צוואה איז געמאכט פאר אחר 120) ועוד ועוד הרבה תמיהות וואס זענן שוין באשריבן געווארען באריכות.
ה- דאס אלס איז נאר אין צוגאב צו דעם וואס ער ס'איז פארהאן פארשידענע עדות'ער [דאכט זיך אז בתוכם איז דער רבנית תליט"א] אז ער האט מביע געוועהן רצונו אז ער וויל ס'זאל דריי רבי'ס. בעת וואס לדעתי ס'איז נישטא קיין עדות (לולי דעם צואה) אז ער זאל זאגן אז ער וויל אז "נאר" דעם יונגער זוהן זאל זיין.
דאס אלס ברעגנט אונז צו קלערן, אז אפשר איז עפעס פארגעקומען דא, אפשר האט מען אונטער געדרייט שטיקלעך. נאכאמאהל איך דינג זיך נישט מיט' פאקט אז ער האט געחתמט דעם צוואה אין בי"'ד, נאר ס'קען זיין אז מ'האט געארבעט אויף איהם און אונטער געלייגט שטיקלעך [ואוסיף עוד, אז דער וואס האט איהם גענומען אין בי"ד בשעתו איז גאר איינער פון די שטארקע עסקנים פון דער בן הצעיר] ודו'ק.
די נאמען סאדיגורה
נישט אלע וויסען דאס אבער אין תל אביב איז דא איד וואס הייסט הרב מרדכי אויערבאך וואס ער רופט זיך "סאדיגורה" און קיינער טשעפעט איהם נישט. פארוואס? אביסל היסטאריע, ער איז דער ממשיך פון דער "אביר יעקב" מסאדיגורה, וואס ער איז געווען דער עלטער פעטער פונ'ם פריערדיגע סאדיגור'ער רבי און ער איז געוועהן דער פאקטישע סאדיגור'ער רבי דא אין אר"י בעת ווען זייין נעפיו (דער עלטער זיידע פון די היינטיגער רבי'ס) האט מען גערופן "סאדיגורה- פשימשל".
וואס וויל איך זאגן דערמיט? אז קום מיר נישט זאגן אז דו האסט ספעשיל בעלות אויף די נאמען סאדיגורה, ווייל דיין ברודער איז פונקט א בן אחר בן פונ'ם ערשטע'ן סאדיגורה רבי ווי דיר,און ממילא קען ער זיך באנוצן מיט דעם נאמען פונקט ווי סיי סאדיגורה און בני ברק מעג און סיי סאדיגורה אין תל אביב מעג קיינער האט נישט קיין זכויות יוצרים אויף דעם נאמען.
די בניינים אין ירושלים
נניח אז די צוואה איז יא א גוטע צוואה. דארף מען פון פריש דן זיין פאר וועם באלאנגען די בניינים אין ירושלים. ס'איז דאך נישט קיין רכוש פרטי! ס'איז א שטח וואס די ערייה (שטאט-ראט)האט אוועקגעגעבן פאר אן עמותה וואס הייסט "מוסודות סאדיגורה ירושלים", וואס האט אדמו"ר מסאדיגורה פון בני ברק מיט דעם עמותה? גארנישט.
דעם עמותה איז געבויט פון א גוף פון ארום 10 מענטשן, (כפי הבנתי) באלאנגן א מעדשאריטי פון די 10 פאר בן הבכור און א מיעוט פאר בן הצעיר. איז ווער זענען אלע די דיינים דא אויפן פארום וואס האבן שוין "געפסק'נט" אז די בניינים זענען פאר בני ברק, נאך פאר מ'איז אריין _ביידע צדדים_ אינ'ם בית דין שטיבל? הרי דער בן הבכור האט דאך מסכים געוועהן צו שרייבן בוררות צו גיין אין בי''ד דרכי תורה, כנראה האבן די צד הבני ברקאי מורא געהאט, האבן זיי עס אריין גענומען אין קאר"ט.
זאת ועוד, נניח אז ס'באלאנגט יא פאר בן הצעיר. ע"פ השמועה זענען שוין געוועהן געוויסע עסקנים און עשירים וואס האבן געוואלט מסדר זיין די "געלט נושא" דורף אויסקויפן די בניינים פאר אסטראנאמישע סומעס, ד"מ מיינט אז רוב פונעם סכסכוך דא (כפי הנראה) רעדט זיך פון עגא.
רודף/נרדף
איך גיי נישט אריין גיין דא ווער איז גערעכט, אבער צו זאגן אז די אלמנה [אדער איהר עלסטער זוהן] איז א רודף, איז א פשע.
מ'האט גענומען דעם פרוי, טערעראזירט, באשמוצט [זו האט תובע געוועהן בחדרי חרדים אין קארט א "תביעת דיבה" פאר'ן זו באשמיצן, כמובן אז אלע פראפאגאנדער קעגן איהר איז באצאהלט דורכ'ן חסידות אין ב"ב, און בחדרי זענען געוועהן געצווינגען ארויסצולייגען אן התנצלות.] ארויסגעווארפן פון איהר דירה והוסיפו פשע על פשע זיי זענען איהר יעצט תובע אין קארט 1.5 מיליון שקל פאר שכירות און חשמל פאר דעם יאר וואס זו האט געוואוינט דארט. און מרעדט פון א דירה וואס שטייט קלאר אינם צוואה אז זו דארף וואוינען דארט יא, דעם זעלבן צוואה וואס איז געווארען זייערע פאן! שטייט אז הרבנית דארף וואוינען אינ'ם צוואה[און דאס איז חוץ פון דעם אז מ'רעדט פון א דירה וואס זו האט אינוועסטערד אסאך געלט און צוגעבויט אפאהר שטאק צו אט דעם דירה, פון אירע קעשענע]. דארף זו יעצט קומען זיך בוקען צו איהר זוהן און ווייזען שיין פנים כאילו פאניע בראד?!
דרך אגב לגבי דעם תביעה אויף שכירות פון דעם דירה, האב איך געליינט בתוך הדברים, שרייבן זיי, וזה תוכן דבריהם:"דאס וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן אין זיין צוואה אז זו זאל וואוינען דארט איז נישט נוגע, ווייל ער האט נישט קיין בעלות דעראויף, דעם דירה באלאנגט פאר "עמותת כנסת מרדכי"".תסמרנה שערות ראשי, א מין חוצפה צו שרייבן אזאנס, אויסער דעם וואס ס'איז א צביעות אז דו לויפסט ארום מיט א צוואה בשעת ווען דו שרייבסט אז ער האט נישט קיין בעלות, ודו"ק.
ווייטער דעם בן הבכור האט אויך נישט-ווייניג געליטן, מ'האט איהם גראפיטירט זיין בנין מיט שוידערליכע לויזינגען, זיך אריין געבראכן צו איהם אין פריוואטער צימער כמה וכמה פעמים, באשמיצט אויף אלע וועב זייטלעך, און ארום געשיקט פלייערס פאר רבי'ס קעגן איהם. בעת ווען ער האט געשוויגען און האט קיין שום שלעכטס געטוהן פאר זיין יונגערע ברודער.
איך בין ממליץ פאר די אלע וואס האבן געשריבן קעגן קעגן דעם רעביצין זאלן א קוק טוהן אין מג"א סימן קנ"ו ווי ער שרייבט אז די פסוק פון כל אלמנה לא תענון גייט ארויף אפילו אויב זו איז אן עשירה, וכן די פסוק והיה כי יצעק אלי... וחיל ורעדה יאחזון...

ואחרי כל זה, איז אויף וויכטיג צו וויסן, בעפאר מ'קומט רעדן פון וואס גיהערט פאר וועם, אז דער בן הבכור האט געהאט א גרויס חלק אין דעם אויפבוי פונ'עם חסידות סאדיגורה, היסטאריע האט געשריבן אז בעת ווען זיין זיידע איז געוועהן רבי אין די עלטערע יארן ווען ער איז געווהן גאר שוואך מיט פארקינגסאן, און זיין טאטע דעם פריערדיגן רבי ז"ל איז נאך געוועהן אין לאנדאן, איז דייקא ער (דער בן הבכור) געשטאנען צו זיין זיידען'ס רעכטער זייט (אין אנדערע ווערטע האט ער געמענעדשד די גאנצע פארטיי), און אין די יאר'ן איז די חסידות געווארען פון א קליינער חסידות'ל צו א געהעריגע אוועקגעשטעלטער חסידות.
איז פאר מ'קומט אוועקנעמען די נאמען אין וואס ער האט אזוי שטארק אינווערסטירט אין פארגאסן שווייס און בלוט, דארף מען וויסען אז "אל תדון חבירך עד שתגיע למקומו".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט