שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפעה ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך [NAMELESS] »

קופערניקוס האט געשריבן:מיט א צובראכן הארץ וועל איך שרייבן מיין עקספיריענס, אודה ולא אבוש כדי אנדערע אידן זאלן חלילה וחלילה נישט אריינפאלן אין זעלבן נעץ.
ווען איך בין געווען קליין האב איך געוואלט זיין א קליינע צדיק'ל, נישט נאס מאכן די פעמפער, נישט האבן א צומי. ווען איך בין געווארן אביסל גרעסער האב איך געוואלט זיין א גרויסע צדיק, קענען אויסנווייניג גאנץ פרק ביצה שנולדה, שפעטער האב איך געוואלט ענדיגן די גאנצע ששה סדרי משנה פאר די בר מצוה!
וואס וועל איך וועל זיין גרוייייייס? אוודאי? א רב!
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די יפה בעתו וועגן "עלעקטעריק", ווי ארסו של עכנאי איז עס אריין אין מיין הארץ, על משכבי בלילות האב איך געטראכט און גע'חלומ'ט נאר פון זיין א עלעקטערישאן מיט א פארקראכטע ווען און בלויע פארזשאווערטע קליידער. אפשר גאר אזא סארט ווי דער וואס שמו בנוטריקון "זרח אור בחושך". עס איז געווען ביי מיר ויתרוצצו, דער יצר טוב זאגט מיר וואקס א תלמיד חכם און דער יצר הרע -אונטערגעשטיצט פונעם טרייפענעם יפה בעתו - שרייט "א עלעקטערישאן".
ברוך השם אז די מוסר שמועסן פון מיינע מלמדים, נאכהער משגיחים, נאכט לייגערס, שלאף-רביס, מתמידים אנפירערס און יוצר משרתים האבן געהאלפן און די אפציע פון עלעקטערישאן איז אראפ פון טיש. און אין מיין הארץ האט ווייטער געזינגען "איך וויל זיין א רבי-רב" ממש ווי אין רייך'ס יונגל-חבר'ס ניגון.
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די אומאפהענגיקע זשורנאל פון אפטראציגע הענגערס וכו', מיסודו פון רביהגהקוה"ט קוה"ק זיעוואעכאיאייאיכי"ר, דארט האבן זיי געהאט אן אויספירליכע באריכט איבער אן על-קאידא'ני'ק, ולא די בזה, נאר די ארטיקל איז געווען געשריבן בלויז א בלאט אוועק פון די הייייייליגע דברים חוצבים להבות שנאה פון די גרויסע העלדישע לייב גווארדיסטן רבי מיילעך שטערן און רבי מנשה פילעפ הי"ד, איך האב געליינט איבער דעם אל=קאידא'ניק, די ארטיקל האט געהאט אלע פרטים, לאסוקי שמעתא אליבא דהלכתא, באשריבן די ענינים פון קוראן, די צוויי דרכי הלימוד סוני און שיעי, און די שפעטער תהלונכות הדורות און די נהרא נהרא נהרא ופשטיה, ביז צום ענדע איבער די חבורה הקדושה אל-קאידא אשר לא כרעו לבעל. איך וועלכער בין ערצויגן געווארן אין די ראנגען פון לוחמי מלחמת ה' האט אנגעכאפט אן אש קודש און בו בזמן האב איך געשוואוירן בכף ירכי אז כ'ווער אן אל-קאידא'ניק!
יא, איך בין געווארן אן אל-קאידא'ני'ק!
אוודאי האב איך גארנישט געקענט טון ווייל מיין טאטע מאמע טארן נישט וויסן, זיי וועלן מיר נאך חלילה אנשרייען אדער גאר חלילה פיינט האבן, הכלל, האב איך ביי מיר אין בעט געמאכט א טרענירונג קעמפ, איך האב געשטויסן מיין קישן, און אין שאוער האב איך זיך געראנגעלט מיט די וואסער שטראם, אזוי אז בבוא היום זאל איך ווערן א פולשטענדיגער אל קאידא'ניק מוכן ומזומן לחיי עולם הבא.

ליצנות אין א זייט געלייגט. די הבלים און טפשות אז ליינען איבער א עושר, קעמפער, ים רויבער אדער דאקטאר וועט מאכן תאוות צו ווערן אזוי איז פוסטע נאן-סענס. קיין איין יונגל האט נאכנישט געקלערט פון ווערן מאנקי-זשארדזש אדער אפילו נישט אויסשטייגן דער שלאנקער מענטש מיט די געלע הוט זיינער.
קיין איין יונגל האט נאכנישט באקומען א תאווה צו זיין המן, פרעה, נבוכדנצר, און אפילו נישט שעשגז.
קיין איין יונגל באקומט נישט קיין תאוה צו גניבה און מחלוקת ביים לערנען איבער "ההוא ארבא דמינצו עליה בי תרי" און ניטאמאל קיין רעיפיסט פון לערנען איבער נערה המאורסה.
אז מען איז מחנך א קינד נארמאל און נישט מען שליסט אים איין אין א קעידזש קען ער כמעט אלעס ליינען. פארשטייט זיך אז שרעקעדיגע זאכן קען אים שטערן פון איינשלאפן און בילדער פון נשים יפות קען אים גורם זיין חלילה א היפך שובבים, אבער גלאט ליינען וועלטליכע זאכן? דאס וועט אים בלויז א טראפ מאכן ברייטער זיינע ידיעות.
ואת הנראה לפי עניות דעתי כתבתי, ואתכם הסליחה

יוי שרייבט ער גוט!!!!
און די אמת איז אז פון די בילדער מעגעזינס פון די רבי׳ס האט מען גלייך געזעהן די השפעה ווען איינער וואס האט עס געליינט איז ליידער נשפע געווארן און פראקלאמירט אז ״איך וויל זיין א רבי!!״
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך הדד בן בדד »

קופערניקוס, איך האב באמת נישט קיין ווערטער, דו זאגסט דאך אזוי גוט. שפתיים ישק.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך פריינדליך »

יעדער איז מסכים אז קיין שום לייען מאטריאל איז נישט פאר קיין קינדער,

די חילוק צווישען דער שטערן מיט אנדערע לייען מאטריאל איז זייער פשוט, ווען א בחור לייענט דער איד אדער די צייטונג, ליינט ער גויעשע זאכען אויסגעמישט מיט אידישע זאכען, דער סך הכל ווען ער ענדיגט עס ליינען איז אז ער האט א געזען אסאך אידישע נייעס אסאך גויעשע נייעס, אפשר אויך אידישע מחלוקות, אבער בסך הכל בלייבט ער מווישען אידישע פיר ווענט,

ווענט ער ליינט דער שטערן, ליינט ער נאר גוי'שע נייעס, ער ווערט אינגאנצן אוועק געטראגען פין זיין געזעלשאפט אריין אינעם מהלך החיים פינעם גוי, און דאס איז די פראבלעם וואס רבנים האבן,

מיין עצה צו דער שטערן, ער זאל אנהייבען שרייבען מער ארטיקלען איבער אידישע אינטערעסע, קעגן יעדע גוי'שע ארטיקעל זאל ער האבן א אידישע ארטיקעל, ער זאל באלאנסירען זיינע ארטיקלען מיט מער אידישע נושאים, אויב וועט ער אזוי טיען, וועט ער ביז א צוויי דריי חדשים ווערן צוריק מותר לבוא בקהל אפילו לויט די רבנים האוסרים,
NAVY SEAL
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך NAVY SEAL »

פריינדליך האט געשריבן:יעדער איז מסכים אז קיין שום לייען מאטריאל איז נישט פאר קיין קינדער,

די חילוק צווישען דער שטערן מיט אנדערע לייען מאטריאל איז זייער פשוט, ווען א בחור לייענט דער איד אדער די צייטונג, ליינט ער גויעשע זאכען אויסגעמישט מיט אידישע זאכען, דער סך הכל ווען ער ענדיגט עס ליינען איז אז ער האט א געזען אסאך אידישע נייעס אסאך גויעשע נייעס, אפשר אויך אידישע מחלוקות, אבער בסך הכל בלייבט ער מווישען אידישע פיר ווענט,

ווענט ער ליינט דער שטערן, ליינט ער נאר גוי'שע נייעס, ער ווערט אינגאנצן אוועק געטראגען פין זיין געזעלשאפט אריין אינעם מהלך החיים פינעם גוי, און דאס איז די פראבלעם וואס רבנים האבן,

מיין עצה צו דער שטערן, ער זאל אנהייבען שרייבען מער ארטיקלען איבער אידישע אינטערעסע, קעגן יעדע גוי'שע ארטיקעל זאל ער האבן א אידישע ארטיקעל, ער זאל באלאנסירען זיינע ארטיקלען מיט מער אידישע נושאים, אויב וועט ער אזוי טיען, וועט ער ביז א צוויי דריי חדשים ווערן צוריק מותר לבוא בקהל אפילו לויט די רבנים האוסרים,

די יוד,צייטונג,בלאט האבן מער גוישע נייעס ווי יודישע,פארשטאנען? לייקן נישט קיין פאקטן
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך פריינדליך »

NAVY SEAL האט געשריבן:די יוד,צייטונג,בלאט האבן מער גוישע נייעס ווי יודישע,פארשטאנען? לייקן נישט קיין פאקטן


עס איז באמת א שאד אז דו האסט נישט געליינט וואס איך האב געשריבען בעפאר האסט מגיב געווען דערויף, אזוי אויך איז בכלל נישט דא וואס צו פארשטיין און דיין תגובה, דו זאגסט בסך הכל א פאקט וואס עס איז אדער יא אמת אדער נישט, אבער עס איז גארנישט דא וואס צו פארשטיין דערין.

איך וועל דיר אבער יא ענטפערן,

1} און דער יוד צייטונג איז די גרעסערע העלפט אידשליך, פון צוישען זייערע נייעס, ארטיקלען, עדיטאריעל, אד"ג איז זייער סך הכל די גרעסערע העלפט איבער אידישע נושאים, ווען איינער ליינט עס איז נאך אלץ אינעם אידען רושם, און דער שטערן איז 95% איבער גוי'שע נושאים און 5% איבער אידישע נושאים, ווען זיי זאלען ווען אנהייבען שרייבען מער ארטיקלען איבער אידישע נושאים, וועלן רבנים לכאורה זיין צופרידען אפילו עס וועט נאך זיין גוי'שע ארטיקלען,

2}דאס וואס דו שרייבסט: די יוד,צייטונג,בלאט האבן מער גוישע נייעס ווי יודישע איז לכאורה נישט אמת, קוק איבער וועסטע זען,
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך ברוין »

פריינדליך דו לעבסט אין הילוזיע אויב קלערסטו אז די רבנים האוסרים גייען עס אמאל מתיר זיין. דער איסור איז נישט געבויט אויף א יסוד וואס אויב צופאלט די יסוד איז אויס איסור.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך א איד »

עס איז א שווערע נושא צו אנטייל נעמען
איך האב אנגעהויבן צו לערנן די שטערן הערשט נאך מיין חתונה
ווייל ביי אונז אינדערהיים איז דאס נישט אריינגעקומען

און איך האב עס אויך נישט אריינגעקומען
נאר ביי מיין שווער האב איך עס געטראפן, און פון דארט ליין איך עס יעדע חודש
און איך קען זאגן היינטיגע שטערנס איז נישט קיין פראבלעם עס איז נאך אזוי גוט ווי דער בליץ

אבער די אמאליגע שטערנס נאך פאר זיי האבן געהאט די השגחה
וואלט איך אויך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן עס ליינען
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך שרגא »

גדעון האט געשריבן:אן אריינגיין אין דיטאלן, איך בין גאר אסאך שוואכער ווי איך וואלט געוואלט זיין ציליב דער שטערן, אלס בחור בין איך געווען א חודש'ליכע ליינער אנגעהויבן פון די ערשטע אויסגאבע מיטן גרויסן בילד פונעם עיר פארס וואן, און אזוי ווייטער.

פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.



איינער וואס א שטערן האט אפעקטירט, אויב וואלט דער שטערן נישט עקזיסטירט וואלט ער געווארן אפעקטירט פון אן אנדערע ארטיקל אנשטאט דעם. עס איז געווענליך פשוט אין זיין מהות, דעריבער וועט אים דאס ציען.
למשל, איך קען פרומע כולל יונגעלייט וואס האבן נאך קיין ענגליש ווארט אין זייער לעבן געליינט, אבער פון דעם גאזעט און די עטליכע מעדיצינישע (נאכגעבעבלטע, דריי-פערטל-אומפארשטענדליכע) קאלומס אין די היימישע צייטונגען, האט ער שוין ארויסגענומען גענוג אז ער פארשטייט מעדיצינישע זאכן בעסער ווי אלע זיינע ארומיגע. דאס איז ווייל פון נאטור ציעט אים ביאלאגיע, דעריבער אפי' ער איז נישט אויסגעשטעלט דערצו און האט נישט די מעגליכקייט דאס צו לערנען געהעריג, שמעקט ער אויס זיין חלק וואו ער קען יא ביז ער קומט ערגעץ אן.
גדעון, למשל, אויב וואלסטו נישט געהאט דעם עיר-פארס-וואן ארטיקל צו פארגאפט ווערן, וואלסטו געטראפן אנדערע ארטיקלעך פון וועלכע צו פארגאפט ווערן אין דעם איד, בלאט, קול מבשר צי ערגעץ אנדערש.

ווידער קען איך א יונגערמאן, למשל, וואס די סארט ארטיקלעך און שפאנענדע נאוועל-געשיכטעס האבן אים בכלל נישט געצויגן העכער די פופצן יאר, נאר יענער האט געטראפן זיין חלק אין דעם יפה בעתו אדער אין אנדערע וויסנשאפטליך-געשטימטע ארטיקלעך וואס זענען צומאל [ווי בטעות] אריינגעפאלן אין די היימישע ליין מאטעריאל, און ליידער איז יענער היינט נישט אינגאנצן אויפ'ן אידישן דרך.
וויסנדיג אז דער יפה בעתו האט יענעם צום ערשטן מאל אינטרעדוסט צו וועלטליכע און וויסנשאפטליכע טעמעס, קען איך לכאורה בלעימען דעם יפה בעתו פאר'ן עפענען יענעם די אויגן? אבער ניין, יענער וואלט לכ' סייווי אנגעקומען דערצו, עס איז געליגן אין אים דער פאטענציעל, און עווענטועל וואלט ער לכ' סייווי אנגעקומען צו עפעס וואס וואלט אים אנגעצינדן. אויב נישט היינט, מארגן.
די זעלבע קען איך איינעם וואס איז געזיצן צוגענאגלט אין ספרים געשעפטן און געלייענט אידישע היסטאריע פון ערליכע מחברים, און עס האט אים נישט אינטערעסירט עפעס אנדערש. יענער האט אויך צוטריט צום שטערן געשעפט, נאר עס האט אים נישט געצויגן, נאר אנשטאט האט אים געצויגן דער ספרים געשעפט.
ווידער דיך וואס דער שטערן האט דיך געצויגן, וואלסטו סייווי נישט צופיל געליינט דעם "אוצרות" למשל, אפי' אויב דיין טאטע וואלט עס געקויפט.
און עס גייט ווייטער. עס זענען למשל דא לאמיר זאגן צען טויזנט מענטשן וואס קויפן דעם בלאט, אבער יעדער נעמט ארויס דערפון גאר עפעס אנדערש. דער נייעס ליבהאבער לייענט דורך יעדן נארישן נייעסל, אבער סיי וועלכע זייטיגע קאלומס האט ער קיין געדולד און באמערקט זיי ניטאמאל. ווידער אנדערע אינטערעסירט נאטירליך גאר ווייניג וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט, ער ליינט קוים די קעפלעך און פארטיג. נאר בעיקר ליינט ער די היסטאריע פון בית שני און אנדערע זאכן פון וועלכע ער קען ארויסשעפן עפעס ממשותדיגע אינפא איבער נושאים. א דריטער, אפשר מער געפילישער מענטש, לייענט וואס האט ביי מיר פאסירט און ענליכע אינספירירנדע קאלומס און פארזעצונגען. מיין פוינט איז, אפילו אין דעם איינעם צייטונג טרעפט יעדער וואס עס ליגט סייווי אין אים.
אויב זאלסטו טרעפן איינעם וואס וועט דיר זאגן אז ער איז געווארן עדיקטעד צו נייעס זייט ער האט אנגעהויבן קויפן די "צייטונג" (נייעס באריכט), זאלסטו נישט בלעימען דעם בלאט און זיך איינרעדן אז דאס האט אים אפגעשאכטן, נאר זאלסט פארשטיין אז דער מענטש האט פשוט דעמאלט געטראפן די זאך וואס ער איז געווענליך סייווי געווען אויסגעשטעלט דאס ליב צו האבן.
די צייטונגען און מאגאזינען צווינגען זיך נישט אריין אין קיינעמ'ס מוח; זיי שטעלן זיך נאר שיין אויס אויפ'ן פאליצע געשעפט און ווארטן אז די מענטשן וואס האבן ליב די דאזיגע סארט טעמעס, זאלן זיי אויפהייבן, טראגן אין שטוב, און ליינען. אבער דו, לייענער, ביסט דער וואס האט געמאכט דעם אויסוואל דאס צו ליינען. דאס איז אבוויעסלי די סיבה פארוואס דיין חבר וואס זעט אויך דעם שטערן יעדע חודש, קויפט עס נישט. ווידער דו זעסט למשל די מעלות, אבער דאך קויפסט עס נישט. כהאף פארשטייסט מיין פונקט. און אויב נישט, איז אויך גוט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ

שליחה דורך ברוין »

וואו נעמט מען נאך אזא 'שרגא' פעדער
פארשפארט