און די נייעס האט געקראכט, מ'האט געטראפן סענסעטיווע קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן אין אן אפיס וואס האט באלאנגט פאר 'דזשאו ביידען', די פאפירן ליגן נאך דארט פון ווען ער איז געווען וויצע פרעזידענט אונטער 'אבאמא' ס'מיינט א גוטע זיבן יאר צירוק, און יעצט, פאר די וואלן צוויי חדשים צירוק, האבן זיי געוואלט פארמאכן די אפיס, האבן זיי עס גערייניגט און ''געטראפן'' דאס פעקל.
יעדער געדענקט נאך די דראמא וואס די לאנד איז אריבער ווען די געהיים פאליציי די FBI איז איבערגעפאלן 'טראמפ'ס מאר-א-לאגא' רעזארט, אנגעבליך אויף די פארלאנג פון די 'נאציאנאלע ארכיוו', וואס האט געוויסט פון ''געהיימע פאפירן'' וואס ליגט דארט באהאלטן, איז לאמיר צוגלייכן די צוויי פאסירונגען.
'דאנעלד טראמפ' איז א געוועזענע פרעזידענט, וואס א פרעזידענט האט די אטאריטעט צו מאכן יעדע מין אינפארמאציע, פובליק, און ער דארף זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם, ער קען על דעת עצמו, און בלויז מיט זיין ווארט, עס פארשפרייטן און עס פובליק'ענאזירן, 'ביידען' איז א געוועזענע וויצע, א וויצע פרעזידענט האט נישט די כח.
די פאפירן ביי 'טראמפ' איז צירוק געגאנגען צו די ארכיוון בלויז אכצן חדשים נאך וואס ער האט פארלאזט 'וואשינגטאן', מה שאין כן ביי 'ביידען' איז עס ערשט יעצט, מער ווי זיבן יאר נאך וואס ער איז געווארן אויס וויצע צו 'אבאמא', צירוק געגעבן געווארן.
'מאר-א-לאגא' איז גערופן געווארן די 'ווינטער ווייסע הויז' ווייל פאר דעם איז עס געניצט געווארן, בשעתו איז עס געווען כמעט אזוי באוואכט ווי די 'ווייסע הויז', היינט איז נאך אלץ פארהאן א שטענדיגע זיכערהייט וואך פון די 'סיקרעט סערוויס', אחוץ פון דעם, אלע דאקומענט'ן זענען ביי 'טראמפ' געליגן אין איין מקום, אזוי אז מ'האט גלייך געוויסט ווער עס האט געזען די פאפירן, די 'פען לייבערי' ווי 'ביידען' האט פארמאגט עפעס אן אפיס'ל האט נישט קיין שום זיכערהייט, אזוי אז יעדע שמויגער האט געהאט צוטריט צו די סודות.
''גלייך צירוקגעגעבן געווארן'' דאס איז וואס די 'ביידען' שטיצער'ס שרייען יעצט, אז ווי נאר זיי האבן געפינען די פאפירן, האבן זיי עס באלד צירוק געשיקט, ווער זאגט אז זיי האבן עס גלייך צירוקגעגעבן? איך דארף זיי עפעס גלייבן אויפן ווארט, זיי האבן עס שוין געטראפן בעפאר די וואלן מיט צוויי חדשים צירוק, און ס'איז ערשט יעצט באקאנט געווארן, פארוואס האט די 'נאציאנאלע ארכיוו'ן נישט פארלאנגט קיין FBI איבערפאל אין דעם פאל?
און אויב האט מען געמיינט אז דאס איז אן איינמאליגע פאל, איז זייער שנעל קלאר געווארן אז ניין, עטליכע טעג נאך די ערשטע טרעפן, האט מען געטראפן פרישע דאקומענט'ן, אין דאסמאל אין 'ביידען'ס הויז אין 'דעלעווער', קודם האט מען נישט געזאגט ווי די פאפירן זענען געליגן אלע יארן, דאן איז באקאנט געווארן אז ס'איז געליגן אין די גאראדזש לויז פאר יעדעם איינעם, און דאן צוויי טעג דערנאך האבן 'ביידען' לויער'ס געטראפן נאך 5 דאקומענט'ן, אין אן אנדערע חלק פון די הויז, און דאן איז געקומען נאך איינס, ביזדערווייל האט זיך דאס רעגן אפגעשטעלט.
די הויז אין 'דעלעווער', איז א פריוואטע הויז, נישטא קיין זיכערהייט דארט, לכאורה ווען ער איז געווען אין אמט, האט עס יא געהאט, אבער זיכער נישט אויף אזא פארנעם ווי 'מאר-א-לאגא', און צירוק צום אנהייב, וויאזוי און פארוואס זענען די העכסט געהיימע דאקומענט'ן אנגעקומען דארט? ווער האט זיך אלץ געדרייט אין די הויז די זעקס-זיבן יאר? די 'סיקרעט סערוויס' זאגט אז ס'נישט דא קיין 'וויזיטער לאג'ס, פארוואס? איין מענטש וואס מ'ווייסט יא אז ער האט זיך געדרייט דארט אינעווייניג פאר א שטיק צייט, 'האנטער ביידען' , דער פרעזידענט'ס דראג אדיקטער זון, דער זעלבער וואס האט אויף זיין נאמען, אסאך צווייפילהאפטיגע און טינקעלע געשעפטן מיט 'אוקיינע', און ווי די נייעס ווייסט צו דערציילן, זענען א טייל פון די פאפירן, בשיכות מיט 'אוקיינע', וואס איז נייעס! אזא צופאל.
ווי אייביג, ביי סקאנדאל'ן ארום דעמאקראטן, איז די נייעס, די מידיע, דאס אומ'אינטערסע פון די MSM דאס צו דעקן איז שטוינענד, די דאפלטע סטאנדארט איז שרעקליך, קוים וואס זיי דערמאנען עס, און ווען יא, איז עס נישט 'ביידען'ס שולד, נאר זיינע געהילפן זענען שולדיג, אדער אפשר גאר די רעפובליקאנער זענען שולדיג, נישט 'ביידען', צירוק צו 'האנטער', ער האט געוואוינט דארט, דאס איז קאנפירמ'ד, לויט עטליכע רעפארט'ס האט ער גאר געדינגען די אפארטמענט פון 'דזשאו' פאר.....זעץ דיך אראפ, $49,000 א חודש! די טייערסטע הויז פאר רענט, אין די עריע היינט צוטאגס איז $4500, איז די סכום נאר א קאווער-אפ צו קענען באצאלן פאר 'די ביג גיי' זיין פארדינטע חלק?
ווארט נישט אויף קיין ענטפער'ס, ווייל די גייסט עס נישט באקומען, זיכער נישט פון די היינטיגע דזשורנאליסט'ן.
קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
שוין יארן וואס איך בין נייגעריג וואספארא געהיימע סודות אמעריקע האט אין איר באזיץ, אנגעהויבן מיט די טויט פון JFK און גענדיגט מיט די באהאלטענע נוקלעארע וואפן פון סאדאם כוסעין.
אזוי ווי די הויכגעשצטע נאציאנאלע זיכערהייַט אגענטורן האבן ממילא געכאפט טראמפ און ביידען, צוויי 80 יעריגע זקנים, מיט ארויסגעבן די "געהיימסטע סודות", זאלען זיי ארויסגעגעבן אלע באהאלטענע דאקומענטן פאר די אמעריקאנער פאלק.
אין איינוועגס וועט מען שוין נישט דארפן כסדר קלאסיפיצירן דאקומענטן און דערנאך מאכען declassification און סתם מאכן קאפוויי פאר די FBI און אוועקנעמען טייערע צייט פון די CIA...

- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איין חילוק וואס איך באמערק צווישן טראמפ און ביידען, ווען מען האט געכאפט טראמפ האט ער געזאגט אז עס איז זיינס און ער האט עס דיקלאסיפיצירט אלס פרעזידענט און ער מעג, לעומתו ביידען האט געזאגט חטאתי עוויתי פשעתי ער ווייסט נישט ווי אזוי עס איז אנגעקומען עפעס א טעות האט געמוזט געשעהן.
עפעס א בחינה ווי "ראו מה בין בני לבן חמי"
עפעס א בחינה ווי "ראו מה בין בני לבן חמי"
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אלע צוזאמען האט געברענגט זיבן אנדערע חילוקים, ברענגסטו אן אכטע און די זאגסט ראו מה בין בני וכו'.
יא יא. ראו. קוק טאקע, אבער אויפ'ן גאנצן פיקטשער.
נ. ב. זייטיגע הערה, די סכנה פון קלאסיפיצירטע דאקומענטן אויף הפקר איז בדרך כלל נישט וואס יענער העט זאגן 'נאכדעם'...
יא יא. ראו. קוק טאקע, אבער אויפ'ן גאנצן פיקטשער.
נ. ב. זייטיגע הערה, די סכנה פון קלאסיפיצירטע דאקומענטן אויף הפקר איז בדרך כלל נישט וואס יענער העט זאגן 'נאכדעם'...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
פאריגע וואך פרייטאג, האט די FBI דורכגעפירט א 13 שעה'גע זיכעריי און 'ביידען'ס דעלעווער הויז, דארט ווי מ'האט שוין געטראפן קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן אין יעדע ווינקל, און ווי CNN רעפארט, איז די סורטש געגאנגען דורך די דיסטריקט אטורני וועם 'גארלענד' האט געשטעלט שטילערהייט שוין עטליכע חדשים צירוק, נישט דורך ספעציעלע קאנסול 'ראבערט אוהר' , פארוואס, ווייל ער האט נאך ניטאמאל אנגעהויבן ארבייטן, CNN לייגט צו, אז די אקציע איז א באווייז אז 'די ביידען טיעם' קאאפערירט מיט די אויספארשונג, זיי זענען נאר נישט מסביר וויאזוי ס'באווייזט דעס.
אנהייב האבן די 'ביידען' חברה געשריגן אז זיי געבן אלעס גלייך איבער, און אויב האסטו געצווייפלט אין זייערע ווערטער, דאן ביסטו אריין אין די קאטעגאריע פון האלעקאוסט און עלעקשאן לייקענער'ס, און דאמעסטיק טעראריסטן, אבער יעצט ווערט די שאנדע אנדעקט לעיני כל, אז ניין, זיי ארבעטן נישט מיט, און קען זאגאר זיין אז זיי שטעלן אונטער פיסלעך, פאר דעם אויספארשונג, די FBI האט געמאלדן אז זיי האבן גענומען זעקס מער ''אייטעמס'' מיט קלעסיפייד מארקינג'ס, באמערק אז זיי זאגן נישט 'דאקומענטס' נאר 'אייטעמ'ס, וואס קען רואיג מיינען א באקס פול מיט פעפיר'ס, וואס איז איך מעג נישט שפעקולירן, נאר 'עדעם שיף' מעג פאר דריי יאר חלומ'ן אז ער האט קלארע באווייזן פון רוסיע קאלודזשן?

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
'טראמפ' שרייט איך האב עס, און איך האב עס די'קלאפעצירט, און 'ביידען' שרייט חטאתי עוויתי פשעתי אויף די דאקומענט'ן וואס די האסט געטראפן, די אנדערע, זאג איך דיר אפילו נישט אז איך פארמאג עס.מרדכי מרדכי האט געשריבן:איין חילוק וואס איך באמערק צווישן טראמפ און ביידען, ווען מען האט געכאפט טראמפ האט ער געזאגט אז עס איז זיינס און ער האט עס דיקלאסיפיצירט אלס פרעזידענט און ער מעג, לעומתו ביידען האט געזאגט חטאתי עוויתי פשעתי ער ווייסט נישט ווי אזוי עס איז אנגעקומען עפעס א טעות האט געמוזט געשעהן.
עפעס א בחינה ווי "ראו מה בין בני לבן חמי"
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump