דערווייל הערט מען נאכנישט ווי אזוי די רה"מ נתניהו גייט זיך אן עצה געבן מיט דער דרעי פראבלעם.
דאס זעהט אויס א דבר פשוט אז ער מוז אים אפזאגן פון צו ווייטער ממשיך זיין אלס א שַׂר, די שאלה איז נאר וואס ער קען טוהן, ער זאל נאך קענען זיצען על שלחן הממשלה ליד ימינו.
אין די זעלבע צייט באקומט ארי' דרעי חיזוק ועידוד, אסאך חשובע פערזענליכקייטן פון די רעכטע לאגער קומען אריבער פרעזענליך ביי אים אין שטוב, אנגעהויבן פונעם ראש הממשלה מיט די שרי הממשלה ביז סתם עסקנים וואס זענען שוין יאר'ן עוסק בצרכי ציבור, צו זיין מיט אים און ווייזען מיטגעפיל אין זיין יעצטיגע שווערע מצב.
אזוי אויך קומען ארויף צו אים תורה'דיגע פערזענלעכקייטן, גדולי הדור פון חכמי ספרד, רבנן ותלמידיהון, און אזוי אויך גדולים ומנהיגי בני אשכנז אריינגערעכנט דער ראש ישיבת פוניבז' הגרד"ב פוברסקי שליט"א.
אינטערעסאנט צו זעהן ווי אזוי אזא די דראמע גייט זוך שליסען..
וואו ס'הייסט איצט וועט מארגן זונטאג, ביים וועכנטליכע ממשלה זיצונג, דער רה"מ ביבי נתניהו אפזאגן ארי' דרעי פון זיינע צוויי פאזיציעס, שר בריאות און שר הפנים, אין איינקלאנג מיטען פסק פון די שופטי בג"ץ.
און אנדערע נייעס, וועלען די שרים פון "הציונות הדתית" און שפיץ פונעם פינאציעלע מיניסטער, בצלאל סמוטריץ, זוך נישט באטייליגן ביים מארגנ'דיגע וועכענטליכע ממשלה זיצונג, דערמיט פראטעסטירען היתכן די רעגירונג האט צוגעלאזט אז צה"ל זאל צעווארפן א נייע געגענט ערגעץ אין די שטחים, וואס מיט עטליכע שעה פריער האבן געוויסע אנגעהויבן אויפצושטעלן א פרישע שטעטעלע מיטען נאמען "אור חיים" לזכר נשמת ולזכרו פון הרב חיים דרוקמן זצ"ל.
ראש ממשלת ישראל, ביבי נתניהו האט היינט אפגעזאגט די יו''ר פון די ש''ס פארטיי און משנה לראש הממשלה ח''כ ארי' דרעי פון צי דינען אלץ שר הפנים והבריאות
פאלגענד די שטר פוטרות
אידיש 24 האט געשריבן:אן אומבאשטעטיגטע באריכט געט אן אז מדינת ישראל אטוירני דזשענערעל קלערט פון ארויס געבן א פארארדענונג פאר פרעמיער מיניסטער נתניהו : די באריכט, וועלכע איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך אויטענטישע נייעס קוועלער, געט אן אז מיארא וויל זיך באנוצן מיט די געדאנק פון 'אינטערעסע קאנפליקט' אים צו הייסן גיין אין א זייט. די קלער איז באזירט אויף דעם וואס נתניהו'ס רעגירונג ארבייט צו רעפארמירן די געריכט סיסטעם אין צייט וואס די רעפארמן קענען אפעקטירן די אנגייענדע קארופציטע טרייעל אקעגן אים. https://www.yiddish24.com/news/bulletin/77271
שַׂר הרב מאיר פרוש פון אגודה ישראל גייט מארגן אויסניצן די "חוק נורבגי" און זיך אפזאגן פון צו זיין א חבר כנסת, און מיט דעם מאכען היסטאריע, מיט'ן אריינברענגן צום ערשטן מאל א ח"כ מטעם חסידות צאנז, הרב משה שמעון רוט.
זייט כ'האב געזען די ווידיאו ווער איך פארעקלט פון די הפגנות אנטקעגן די סלולר געשעפטן.
ב''ה לא אלמן ישראל. די עסקנים פון אמעריקא נעמען זיך אן פאר'ן צובראכענעם ''בעל מסי''נ'' וואס ארבעט אזוי שווער צו ''שטיין על המשמר'' קעגן די טריפה'נע געשעפטן און די ''רשעים'' ווילן אים פאראורטיילן תפיסה פאר זיינע ''הייליגע'' פעולות פון אונטערצינדן א געשעפט בו בעת וואס גארנישט פארזיכערט נישט די איבעריגע חלק בנין ווי ס'געפינען זיך מענטשן...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
הקו החרדי האט געשריבן:
המבחן הבא של הקואליציה? גפני הניח היום על שולחן הכנסת את הצעת החוק האוסרת על הכנסת חמץ לבתי חולים. לפי גורמים בליכוד גפני ביקש מנתניהו לקדם את ההצעה. (מורן אזולאי)
הקו החרדי האט געשריבן:
המבחן הבא של הקואליציה? גפני הניח היום על שולחן הכנסת את הצעת החוק האוסרת על הכנסת חמץ לבתי חולים. לפי גורמים בליכוד גפני ביקש מנתניהו לקדם את ההצעה. (מורן אזולאי)
קריאה מעורר הזמן...
פרשת בא; בראשן בארבעה עשר יום לחדש בערב תאכלו מצת עד יום האחד ועשרים לחדש בערב׃ שבעת ימים שאר "לא ימצא בבתיכם" כי כל אכל מחמצת ונכרתה הנפש ההוא מעדת ישראל בגר ובאזרח הארץ׃
חרדי'שע דעפוטאטן אין כנסת גייען פאראויס מיט'ן מציע זיין א חוק וואס זאל מבטל זיין סעיף הנכד אין דער באקאנטע "חוק השבות". דאס איז געווען איינער פון זייערע תנאים זיך צו מצרף זיין מיט די נתניהו ממשלה.
די חוק וועט אוועקנעמען דער זכות השבה פון א אינו יהודי אפי' ער איז אן אייניקל פון א איד.
דא איז א געשריבנע הסבר פון די חרדישע חכי"ם.
במתכונתו הנוכחית מאפשר חוק השבות, גם לנכד של יהודי לקבל מעמד וזכויות של עולה, אף אם הוא עצמו, ולעיתים אף אם הוריו, כבר אינם יהודים. מצב זה גורם לכך שהחוק מנוצל על ידי רבים שניתקו כל קשר עם העם היהודי ומסורתו, ובפועל מרוקן את החוק מכוונתו המקורית שהיא לפתוח את שערי המדינה ליהודי התפוצות.
אמווייניגסטנס זיבן מענטשן זענען אומגעקומען און נאך עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט איינער קריטיש, אין א שיסעריי אטאקע אויף א בית הכנסת אין די נווה יעקב געגענט אין ירושלים פרייטאג צו נאכטס.