איך האב שוין געלאזט הערן מיין מיינונג אפאר מאל אין די קאמערלעך פונעם שטיבל אז לדעתי איז די בעסטע מאווי פונעם יאר הונדרעט דעם וועלט בארימטן מאווי 'טיטאניק'.
קיין הסברים האב איך נישט געהאט אנגעגעבן, און געוויסע האבן מיט אנגעפרעגט פשט פארוואס איך האב אזוי שטארק ליב דעם ספעציפישן מאווי. אוודאי איז די יצירה מורא'דיג פיין, די גאנצע אראפלייגן ווי די טיטאניק שיף זינגט, מיט די בהלה וואס האט זיך דארטן אפגעטון, גיבט א שטארקע בליק אויף וואס עס האט זיך אפגעטון אין יענע מינוטן. אבער כמובן איז די בעסטע און עיקר חלק פון די מאווי די (פיקטיווע) רומאנטישע און ליבע חלק פון די מעשה.
אויפגעוואקסן בין איך אין איינע פון די גרויסע היימישע שטעט אין די טרי-סטעיט ראיאן. אזוי ווי אלע מיינע חברים און שכנים האב איך געלעבט מיין טאג אין די חרדישן באבל, טאקע אין אמעריקע אבער פאקטיש אויף גאר אן אנדערע פלאנעט. מיר האבן טאקע געטרויטן אויף אמעריקאנע ערד, אבער אונזערע קעפעלעך זענען געווען ווייט ווייט אוועק פון די אמעריקאנע גאס און קולטור.
זאכן וואס זענען שוין צענדליגע יארן דברים פשוטים פאר יעדע נאר אין מארק, זענען נאך געווען גאר פרעמד אין אונזערע ראיאנען. טייל מאל זענען מיר געווען מיט אזא פיפציג זעכציג יאר אונטערשטעליג פון זיי. אין די גרויסע וועלט האלטן שוין געוויסע ביים מעטעוואורס, און ביי אונז האט מען זיך קוים ערלויבט א פעקס מאשינקע.
איינע פון די זאכן וואס איז ביי אונז געווען א מאדנע אומדערהערטע זאך, איז געווען דאס געדאנק פון ליבע, און ווען איך רעד דא פון ליבע מיין איך בעיקר אהבה שבין איש לאשתו. עפעס פלעגן מיר צומאל הערן ווי דער מברך פון ברכה אחריתא זאגט עפעס זייער מאדנע ווערטער. עפעס אזא מושג פון אהבה ואחוה שלום ורעות, כאילו א חתן וכלה - מאן און ווייב דארפן זיך 'ליב האבן'. מיר האבן עס אייביג אנגעקוקט ווי עפעס אזא אלטע מושג, נאך פון די צייטן ווען עס פלעגן זיך באווייזן נגעים אויף די ווענט פון הייזער. עפעס היינטיגע צייטן איז שוין נישטא די אלע אמאליגע מאדנע ערשיינונגען.
ווען האבן מיר געזען ווי טאטי און מאמי האבן זיך ליב? האבן זיי זיך אמאל ארומגעהאלזט פארנט פון אונז? האבן אונז אמאל געזען ווי טאטי גיבט א קוש פאר מאמי? האבן מיר אפילו איין מאל בטעות געהערט ווי מאמי זאגט פאר טאטי, 'איך האב דיר ליב'? ליבע האט אטאמאטיש געמיינט תאווה, שלעכטיגקייט, השחתה. די זאכן האבן נישט קיין פלאץ אין קיין אידישע שטוב.
איינע פון די סודות פון די בריאה, איז דער ענין פון אהבה. קיינער פארשטייט נישט פון וואו עס קומט אדער פארוואס עס איז. דאך איז עס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עס דרייווט די גאנצע יקום. אלעס טוט מען פאר די קינדער וואס מען האט בטבע אן אריינגעבאקענע אהבה צו זיי, חיות היטן בטבע אויף זייערע קינדער און אזוי ציען זיי ווייטער זייערע דורות, און נאר מיט די טבע פון אהבה לעבן מענטשן אינאיינעם און בויען שיינע משפחות. די גאנצע המשך היקום איז אנגעוואנדן אויף די מושג פון אהבה.
אומצאליגע בחורים און אינגעלייט דרייען זיך ארום מיט טיפע סודות אין הארצן, ליבא לפומא לא גליא וואס עס רוישט זיי אין הארץ. צו זאל עס זיין א שכן, א קוזין, און צומאל א חבר אין ישיבה וואס מען האט -וואס מען רופט שוין היינט- א 'קראש' אויף יענעם. אמאל איז עס אויף עטליכע מענטשן, און אמאל איז עס ספיציפיש נאר אויף איינעם. מען הערט ממש נישט אויף צו טראכטן פון יענעם אגאנצן טאג, מען קען פארדרייען די גאנצע סדר היום נאר צו קענען שטיין אויף א פלאץ ווי יענער וועט 'מעגליך' אדורכגיין. ווען עס איז צווישן צוויי בחורים אין ישיבה וועט ער פראבירן ווען ער קען נאר צו רעדן -אויף עפעס אן אויפן, מיט יענעם. און געווענליך פאמפט די הארץ גאר שטארק ווען מען רעדט מיטן אהוב. (און אונזער סעסייעטי, אויב איז די אהבה אויף א מיידל, איז די נענטסע זאך וואס ער קען טון איז דאך נאר קוקן, כאפן א שמועס איז דאך מאן דכר שמיה)
און די זעלבע גייט פאר אין די עזרת נשים, צומאל קראשן זיי מיידלעך און צומאל מענער.
ווען די רבמ"ם האט געוואלט ארויסברענגען ווי שטארק מען דארף ליב האבן די אייבישטער מקיים צו זיין די מצוה פון ואהבת את ה' אלוקיך וגו', האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע משל ווי דאס צוגלייכן צו אהבת אישה, וכלשונו:
דאס איז עפעס וואס עס איז פון די יסודות הבריאה, נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, און פאקטיש האט עס כמעט יעדער ביי געוויסע תקופות אין לעבן. ביי טייל וועפט עס אויס, און ביי טייל בלייבט עס שטארק פאר לאנגע יארן. קיין הסבר פארוואס 'דער' איז מושך דוקה צו 'יענעם', האט נישט אייביג קיין הסבר, נישט אלעמאל האט עס צוטון דוקה מיט שיינקייט, אויב עפעס האט עס אסאך מער צוטון מיט די קירוב הלבבות און די קירוב הדעת וואס עס איז דא אין זיין אינערליכע נפש וואס דאס ציהט אים צי צו יענעם.וכיצד היא האהבה הראויה, הוא שיאהב את ה' אהבה גדולה יתירה עזה מאוד, עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה' ונמצא שוגה בה תמיד, כאלו חולה חולי האהבה שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה והוא שוגה בה תמיד בין בשבתו בין בקומו בין בשעה שהוא אוכל ושותה, יתר מזה תהיה אהבת ה' בלב אוהביו שוגים בה תמיד, כמו שצונו בכל לבבך ובכל נפשך והוא ששלמה אמר דרך משל כי חולת אהבה אני, וכל שיר השירים משל הוא לענין זה.
טייל מאל ווערט דערפון א געראטענע פריינטשאפט, געוויסע מאל האט די חבר צוריק אן אהבה אויף אים, עס קראשט זיך פון ביידע זייטן, עס ווערט א מורא'דיגע גוטע חברותא'שאפט וואס קען אנהאלטן פאר לאנגע יארן. עס איז ממש איבריג אויסצושמועסן די תועלת פון אזא פריינטשאפט ווי מען האט זיך באמת ליב, און מען האט אייביג א גוטע חבר צו דער זייט.
אבער גאר אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט ליב איינעם, אבער יענער איז נישט אינטערסירט אין דיר, אדער אמאל שעמט מען זיך צו נעמען די געפילן צום נעקסטן שטאפל און עס עפענען צו א געהעריגע קירוב הלבבות, מען האט נישט די דרייסטקייט זיך אויפצושטעלן פאר די געפילן, מען וועט ענדערש פראבירן צו דערשטיקן די געפילן און פטור ווערן דערפון. דאס קען גורם זיין צו אן עפענונג פון א גענצליך נייע פארבארגענע אפטיילונג אין די הארץ, א נייע שטיבל פון אהבה הנסתרת וואס וועט אים מעגליך באגלייטן און נאכלויפן זיין גאנצע לעבן. אפגערעדט ווען מען רעדט פון אהבת נשים, וואס איז ביי אונז סאנאנים מיט תאווה און שלעכטס, איז אויב כאפט זיך אריין אזא אהבה, קען עס בלייבן קלעבן אסאך יארן נאך די חתונה, און עס איז נישט פון די גרינגסטע זאכן פטור צו ווערן דערפון.
איך האב אלס בחור כסדר געהאט כלערליי קראשעס מכל מינים שונים, איך האב פארשטייט זיך נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן און איך האב עס אנגעקוקט אלס פשוטע שמיציגע תאוות, מען דארף פשוט ארבעטן אויף זיך און וויינען שובבים אויף תשובה ותיקון המעשים. עס איז אלעס א נסיון וואס מען דארף זיך שטארקן און עס ארובערגיין.
ווען איך האב געקוקט די באקאנטע 'שטיסל סעריע'
צום ערשטן מאל, האט מיר די גאדאנק אויפגעבליצט אין קאפ. די גאנצע סעריע איז דאך בעיקר געבויט אויף דעם ווי דער בחור 'עקיבא' זיכט זיין ליבע, און ער גייט נאך דעם אן קיין אפהאלט. ער נעמט אראפ אלע פארמאלע געזעלשאפטליכע נארמעס, און היות ער איז אביסל אינטערסאנט, שעמט ער זיך נישט צו טון דאס אומדערהערטע, און ער גייט זוכן 'א מיידל וואס ער האט ליב'!!! אמאל איז עס אן עלטערע גרושה, אמאל איז עס א פרוי מיט גייסטישע פראבלעמען און אמאל איז עס זיין אייגענע קוזינע. זיין אייגענע טאטע פארשטייט נישט וואס גייט פאר מיט אים, אסאך מאל פארשטייט מען נישט ווי קומט דעם קאץ איבערן וואסער, פארוואס האט ער זיך פונקט פארליבט אין אזא סארט מיידל? די שדכן האט דאך מציע געווען אסאך 'בעסערע' אפציעס..? אבער ווי מאדנע די גאנצע וועלט וועט עס אנקוקן, לאזט ער זיך נישט פון די קולטור, ער טוט זיך אויס די מאסקע, און גייט נאך דעם אהבה וואס ציעט אים. יעצט איך ווייס אז טיווי שויס זענען פרי דמיונם פון גוטע שרייבערס, און די מעשה האט נישט קיין אחיזה אין די מציאות, אבער דאך איז די עצם סיפור גאר ריכטיג, עס ברענגט ארויס די באהאלטענע עקיבא'לע וואס ליגט אונז אלע טיף אין הארצן.
ווען מיר האלטן ביי פרק 'האיש מקדש', ברענגט די שדכן א 'גוטע' שידוך וואס 'קלאפט' פון אלע זייטן, די מחותנים זאלן ביידע זיין די זעלבע סארט, די נעמען זאלן שטימען וכדומה וכדומה, אבער די וויכטיגסע זאך קענען זיי ניטאמאל געהעריג מסדר זיין, זיי האבן נישט קיין שום וועג צוזאמצושטעלט א בחור און א מיידל וואס גייען זיך ליב האבן. ס'איז פשוט נישט מעגליך פאר קיין מענטש אויפן וועלט צו זאגן מבינות אויף א צווייטנס ליבע. און טאקע ביי אונז איז עס נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, ווייל ווער האט דען אמאל געזאגט אז א מאן אין ווייב דארפן זיך ליבן? סך הכל לעבט מען צוזאמען 60 יאר, מען מאכט די בעסטע דערפון, און דער עיקר איז אז מען געבוירט ווי מער בעיביס און מען פארגרעסערט כלל ישראל.
וואס זאל אבער טון דער בחור אדער אינגערמאן וואס זיינע נאטורליכע חושים האבן אריינגעבויטע נאטירליכע אהבה אין זיך? און צומאל האט ער גאר פריערדיגע אריינגעבויעטע אהבות צו געוויסע פארהוילענע פערזוינען? ער מוז זיך ארומטראגן מיט זיין סוד אגאנצן לעבן, ער וועט שוין אריינגיין אין קבר מיטן סוד פון די בריאה, קיינער אויפן כדור העולם וועט קיינמאל נישט וויסן וואס עס האט געפייניגט פאר אומצאליגע טעג אדער יארן דער הארץ אין מוח פון דעם אומשילדיגן נפש'ל, א סוד וואס וועט שוין אראפגיין אין די טיפענישן פון די אפגרינדן אינאיינעם מיט די אומצאליגע מיליאנען געשיכטעס וואס זענען שוין לאנג פארגעסן געווארן אדער האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה דערציילט צו ווערן.
די מאווי 'טיטאניק' שפילט זיך אפ אונעם ווייטן אמאל, מען באגלייט א מיידל ראוז וואס איז אויפגעוואוקסן ביי א רייכע פאמיליע, זי מוז זיך אויפירן מיט כלערליי נימוסים וואס מאכן שווער די לעבן, אלעס כדי צו קענען האבן די 'זכיה' צו זיין פון די עליטע. אין די צייט וואס קינדער און איר עלטער האקן א לעבן אן קיין פרעשור, מוז זי זיך אנטון פארמאל און לעבן צו די אלע 'העכערע' קאודס וואס איר געזעלשאפט פארלאנגט פון איר. מען איז איר 'משדך' קעגן איר רצון צו א צווייטע עושר... אלעס זעט אפשר אויס גלאנציג פון אינדרויסן, אבער דאס אומגליקליכע מיידל איז גאר צובראכן, עד כדי כך אז זי וויל זיך פשוט נעמען דאס לעבן. ביז דשזעק קומט אריין אונעם בילד און זיי פאלן אריין און עכטע ליבע, עס גייט זיי אונגאנצן נישט אן די סטייל פון לעבנס פון וואו זיי ביידע קומען איז כרחוק מזרח ממערב, מען קוקט נישט אויף ארומיגע נערישקייטן ווען עס קומט צו עכטע אהבה. זי איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין אים צו ראטעווען, און שפרינג ארויס פונען רעטונג שיפל, אבי צו זיין מיט איר לאווער. ענדערש שטארבן מיט אים, ווי
איידער לעבן אן אים.
איך האב זייער שטארק רילעיטעט צו ראוז. אין די צייט וואס די גויאשע וועלט האט זיך היבש געריקט אויף פאראויס, און אפילו רייכע קינדער קענען שוין היינט טון וואס זיי ווילן, זענען מיר אבער געבליבן סטאק דארטן ווי זיי האבן געהאלטן פאר 100 יאר צוריק. אין די אלגעמיינע וועלט האלט מען זיך נישט היינט צוריק פון ארויסצוגעבן די געפילן, אז מען האט איינעם ליב לאזט מען יענעם וויסן. אז מען וויל לעבן א געוויסע וועג פרעגט מען נישט קיין רשות פון קיינעם, מען טוט וואס מען האט צו טון, און אז עס געפעלט נישט פאר די ארומיגע איז עס זייער פראבלעם; גאר אנדערש איז עס אבער ביי אונזער געזעלשאפט, מען מוז זיך ארומדרייען מיט סודות אנגעפילט אינעם בויך, אויב וועסטו זאגן וואס דו טראכסט וועט עס מעגליך האבן שווערע געזעלשאפטליכע קאנסוקווענסן. דעריבער וועלן רוב מענשטן אויס צו מאכן א שווייג, מען בויט זיך אויף א קאמערל און עס ווערט פולער און פולער ביז עס ווערט פארגעסן לנצח.
טייל האבן נישט ליב די סוף פונעם מאווי ווי דזשעק גייט למעשה אויס פאר קעלט, זיי האלטן אז עס וואלט געדארפט האבן א פרייליכע ענדע ווי זיי לעבן זיך פרייליך זייער גאנצע לעבן. אבער איך האלט אז דוקה דאס איז וואס מאכט די מעשה אזוי גוט. געדענקט, די גאנצע סיפור ווערט דאך דערציילט דורך א ניינציג יעריגע באבע וואס פארטרויעט די עולם מיט איר באהאלטענע איבערלעבעניש וואס ליגט איר שוין אין די קישקעס פאר איבער א יובל יארן. זי האט שוין געטראפן א פרישע מאן, אויפגעשטעלט דורות, און כמעט וואס זי גייט שוין אריין אין קבר מיט איר אייביגע פארבארגענע סוד, ווען נישט עס מאכט זיך פינקט די מעשה אז מען אנדעקט איר מאלעריי, וואלט די מעשה ווארשיינליך אראפ אין די טיפע אפגרינדן צוזאמען מיט די טיטאניק שיף, און וואלט געטראפן איר פלאץ נעבן די אומצאליגע געשיכטעס וואס זענען קיינמאל פארציילט געווארן.
די מעשה ברענגט ארויס די ווארהייט. נישט אלעמאל קומט מען אן צו זיין צוזאמען מיטן באליבטער, צומאל מחמת איזה סיבה שלא תהיה מוז מען בלייבן מיט די סודות אין הארצן, און בלויז ביינאכט ווען קיינער זעט נישט, קען מען חלומען און דמיונ'ן פון די מחשבות וואס פייניגען און באפרידיגן דיר אונאיינעם אויף איינמאל.
די מאווי קוק איך אן אזוי ווי א געדענקמאל פאר די אלע פארגעסענע משחבות, מענטשן, הערצער, נפשות, און אהבות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה ארויסצוקומען לאור עולם. עס דינט ווי א גרויסע קבר אחים, א ריזיגע מאניומענט וואס פארציילט די שטילע באהאלטענע סיפור פון אונזערע ברודערלעך, מענטשן, אחינו בני ישראל, וואס זייערע סודות זענען זיי געבליבן שטעקן אין בויך ביז זייער לעצטע אטעם, און די פילם איז ווי די שיך ביי די ברעג פונעם דונא טייך, וואס ווייסט צו אנדייטן אז עפעס גאר טיף, מיסטריעז, און ווייטאגליך ליגט דא באהאלטן ווייט פארהוילן פון די מענטשליכן אויג.