מען דארף ערלעדיגן א קנעפל אויף קול מבשר פאר א וועכנטליכן שמועס צווישן ר' קהל'ס נער און ר' רביה"ק זי"ע שליטא.קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין אויך אריבער די תקיפה פון חקר'נען, איך בין אריין אין א טיפע משבר, ווייל איך בין געוועין זיכער אז אלע הוכחות וועלן מיך ציען גלייך אז אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, למעשה טאר מען נישט שרייבן וכו' והיבין מבין....., בקיצור איך בין געוועין ציפליקט צווישן 2 וועלטן, א באהאלטענע אט"ד, למעשה האב איך מחליט געוועין מיר איז באקוועים צי זיין א יוד, און איך וועל נישט גיין אין גיהנם אפילו אויב די תורה איז נישט אמת, זייט דעמאלטס גלייב איך מיט אמונה פשוטה (ווייל אויב גלייבט מען נישט בכלל קען מען נישט דאווענען, מען רעדט צים וואנט, פאר וועים פאסט מען, פארוועים מאכט מען קידוש) און דאס לעיבן גייט מיך גיט, מען נעמט אן יעדע קולא וואס מען טרעפט נאר, גלייב מיר חסידים קענען כמעט פינקט אזוי האקן א לעיבן ווי גויים.עצי שטים האט געשריבן:איז נאך איינער איטערסירט דא צו חקר'ענען, אדער זאל איך מיך אפלאזן און פערטיג?
צים פוינט, די זיכסט א מסקנה וואס די גייסט נישט טרעפן, אדער הער יעצט אויף חקר'נן און גלייב מיט אמונה פשוטה, אדער די אנדערע אפציע טאר מען נישט שרייבן דא, וואס גראדע איך רעקעמענדיר עס נישט ווייל ס'סאך שווערער מיט א סאך קלענערע סוקסעס רעיט.
קוקט מיר אויס אז דו מישט אויס צווישן עקסטרעמע טרייבעליזם און א פשוטע נויט פאר פאמיליע און געמיינדע. על פי רוב, איז נישט דא קיין שטארקע אידעאלאגישע פרינציפן צווישן דעם המון עם אפילו פון די מערסטע עקסטרעמיסטישע הויפן. דער בחור טוט און גלייבט וואס זיין טאטע האט געטון ווייל סאסייעטי פארלאנגט דאס פון אים צו קענען זיין א מיטגליד. קען זיין אז ער האט זיך איינגעוואוינט צו גלייכן רוב (אדער האט ער באוויזן זיך איינצורעדן אז ער גלייכט אלע) פון די געמיינדעס מנהגים, אדער קען זיין אז עסן לאטקעס, שאקלן לולב און עסן טשיעזקעיק קרענקט אים עד דכדוכה של נפש, אבער ער וויל נישט אנווערן זיין פאמיליע און געמיינדע.עגלה ערופה האט געשריבן:איך בין צוגעקומען צו די החלטה אז מ'קען מסביר זיין אלע רעליגיעס מיט איין ווארט: "tribalism".
טרייבעליזם איז אזוי טיף איינגעווארצלט אין אונזער דנ"א אז מיר האבן זייער א שטארקע געפיל פון באלאנגען צו א גרופע און האבן שטארקע אידיאלגיעס און זיין זייער איבערגעגעבן צו זיי. די אידיאלגיעס קענענן זיין אזוי שטארק ביז "ייהרג ואל יעבור" אדער גאר "יהרוג ואל יעבור". פאר רוב פון היסטאריע האט עס געהאט א שטארקע בענעפיט פאר סורווייוועל, וויבאלד מענטשן פלעגן אמאל לעבן אין גרופעס פוןו שבטים און שבטים פלעגן אפט קאמפיטן מיט אנדערע שבטים איבער עסן און טערעטאריע. שבטים וואו די מענטשן וואס זענענן געווען געטריי צו זייער שבט און האבן געפאלגט אלעס וואס די פירער פון דער שבט האבן מחליט געווען און געווען גרייט צו שטארבן אויף דעם זענענן געווען בעסער אויסגעשטעלט צו סורווייווען ווי אנדערע שבטים וואס די מענטשן זענענן נישט געווען אזוי געטריי. אבער היינטיגע צייטן מיין איך מאכט עס מער שאדן ווי גוטס.
מענטשן האבן אזא שטארקע דארנג צו האבן שטארקע אידיאלאגיעס אז זיי קענען איבערוועגן אלע אנדערע געפילן פון א מענטש. זיי זענענן גרייט אלעס צו טוהן פאר זייער אידיאלאגיעס. פראבירן מסביר זיין מיט לאגיק האט נישט קיין שום פשט. ס'איז פשוט איינגעווארצלט אין דער מענטש'ס דנ"א. ס'איז אזויווי די ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד, אדער פחד, אדער אלע אנדערע געפילן. געפילן האט גארנישט מיט לאגיק. מענטשן וואס האבן אידיאלאגיעס גייט זיי ווייניג אן צו ס'שטימט מיט'ן מציאות אדער נישט. זיך טענה'ן מיט איינער איבער רעליגיע צו ס'שטימט לאגיש אדער נישט איז א שאד די צייט. דער איינציגסטע סיבה פארוואס ס'איז דא מענטשן וואס פראבירן מסביר זיין רעליגיע מיט "לאגיק", איז ווייל געווענלעך עפעס וואס שטימט נישט מיט לאגיק קוקן אן מענטשן שלעכט, און דו האסט אטאקירט זייער רעליגיע און עס געמאכט אויסזעהן שלעכט און זיי דארפן עס דיפענדן. זיי וועלן אויפקומען מיט אלע באבע תירוצים פארוואס זייער רעליגיע שטימט יא מיט לאגיק. אויב וואלט זאכן וואס שטימן נישט מיט לאגיק נישט אויסגעזעהן שלעכט, וואלטן זיי בכלל נישט געווען פארנומען צו עס פארענטפערן מיט לאגיק.
רעליגיע איז נישט דיא איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען שטילן דער דארשט פון טרייבעליזם. ס'איז דא נאך זאכן, ווי למשל פאליטיקס און ספארטס. איך האב גראדע נישט אזא שטארקע געפיל פון טרייבעליזם אין מיך, וועגן דעם האט קיין איינער פון די זאכן מיך קיינמאל נישט געצויגן.
אגב, איך זאג נישט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ציען מענטשן צו רעליגיע. קען זיין ס'איז דא נאך זאכן, אבער איך מיין אז רוב פון עס איז טרייבעליזם, בעיקר די וואס שרייען נאך מענטשן אויפ'ן גאס שבת אדער מענטשן וואס שרייען כפירה איז זיכער טרייבעליזם.
דאס האט נישט מיט טרייבעליזם.