It's all about the babies, baby

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

It's all about the babies, baby

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ס'איז מיר אויסגעקומען היינט צו הערן ווי איינע פון דעם סקולענער רבי'נס ז"ל טעכטער, פרעדיגט אויף א פרויען האטליין.

שטארק האט זי זיך געקאכט, די רעבעצין. זיך געבייזערט אפי'.

"איך האב אלעין געהערט פון מיין העיליגען טאטן (בערל?)".

"א smartפאון איז ערגער ווי א טעלעוויזשאן".

בקיצור, די יוזשועל סאספעקטס, די שייטלען מיט די כ'ווייס וואס.

האביך זיך דערמאנט אין א מורא'דיגן סיפור וואס האט פאסירט ביי איר הייליגען טאטן, זי"ע.

געווען איז אן אמעריקאנער איד (אדער 'אידל', כגירסת ההיימישע אויסגאבעס. כלומר, מיט אן אומערוואקסענעם אידישקייט. א 'בעיבי-איד' אזא.) וועמענ'ס פיצל קינד איז געווען זייער נישט געזונט ל"ע.

קומט דער איד אריין צום סקולענער רבי ז"ל, און בעט א ברכה. ער פארלאנגט א ישועה פאר'ן קינד.

לייק דע פראפעשינאל הי איז, גייט דער רבי באלד צו דער ארבעט, דערטאפן וואו עס קען זיין דער מעגליכער ליעק.

- טעלעוויזשאן, חלילה? פרעגט דער רבי.

- עפעס מיט די האר, אפשר?

דער איד ווייסט נישט וואס דער רבי וויל פון אים. ברוב תמימותו גיבט ער א זאג:

Can the Rebbe focus on the baby, please?

-------------

הו, האט זי זיך געבייזערט. מיט אן אש קודש.

טאקע אן אש קודש, אבער אן אש זרה אשר לא צוה אותם.

ווי זאגן די פולישע, ס'האט נאר געפעלט דעם אשר לא צוה אותם. אלעס איז געווען, אלע כוונות יחודים און סגולות, ס'איז אבער געווען אשר לא צוה אותם.

און דאס האט געמאכט דעם חילוק פון לעבן ביז טויט.

-----------

כ'האב קיין ווארט געהערט וואס 'יא', וואס איז דאס 'אידישקייט'. סך הכל א לאנגע, לאנגע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף גאט.

לכאורה האט די גאנצע איסורים-ליסטע קיין שייכות איינע מיט די אנדערע. יאשקע האט נישט ליב האר, ער לאזט נישט רעדן לשה"ר. ער גלייכט נישט דאס, און עס איבלט אים יענס.

קיין ווארט פון אהבת ה' ויראתו, א געטליכע וועלט וואס איז נשתלשל געווארן פון 'אים' אליין. א דירה בתחתונים. גארניט. נאטינג. סתם איין לאנגע בעששינג. עפעס א גילט-פעסטיוואל.

-----------

פרעגט בעסער נישט. געקומען איז דער בעש"ט און זיך אנגעהויבן קאכן אין בכל דרכיך דעהו. נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט, דער אלטימעט פגע'ריי.

טאטש נישט דאס, קוק נישט יענץ. מורמעל אהין, און בוק זיך אהער. מ'קען דאך פון זינען אראפ חלילה.

----------

האט דער אייבערשטער מיך מזכה געווען דעם שבת צו ליינען א בריוו פון ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל. גאר א נייעם דערהער אין בכל דרכיך דעהו.

"לדעתי," זאגט דער רבי, "איז דער וויכטיגסטער נושא אין אידישקייט, א גרוטליכער פארשטאנד 'וואס' איז דאס אידישקייט.

"דער אידישער רעליגיע איז נישט סתם א רעליגיע ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אדער א פילאזאפיע. עס איז צום אלעם ערשטן א 'לעבנ'ס וועג'. עס איז א רעליגיע וועלכע נעמט ארום און ווייזט דעם וועג יעדע רגע פון א איד'ס טעגליכען לעבן.

"און ווי חז"ל, אין זייער שטייגער ארויסצוברענגען די טיפסטע געדאנקען אין געציילטע ווערטער, האבן דאס ארויסגעברענגט אין א פירוש אויף די ווערטער בכל דרכיך דעהו, זוהי פרשה קטנה שכל גופי תורה תלויין בה (ברכות ס"ג.)."

איר פארשטייט וואס דער רבי זאגט? בכל דרכיך דעהו איז נישט אן הוספה אין די 'כמות' פונעם פגע'ריי. עס ברענגט ארויס גאר א נייע הגדרה אין די 'איכות' פון יהדות.

עס זאגט אז אידישקייט איז נישט א לאנגע ליסטע פון גלויבונגען און א נאך-לענגערער סעריע פון העיטס.

יהדות איז איין גרויסע ענקאמפעסינג 'לעבנ'ס וועג'. איין גרויסע היכי תמצא פאר גאט און פאר אונז אראפצורייסן זיין פארשטעלעכטס. עס איז נישט נאר "אן ענין פון גלויבונג, אדער אן אמצעי זיך אויסצוגעבען די הרגשים", ווי דער רבי שרייבט ווייטער אין בריוו.

---------------

זאלט איר זוכה זיין צו זיצן מיט די אידן וועלכע נוצען סמארטפאונס אויף צו נעמען סעלפיס מיט די ד' מינים, און נישט מיט די וועלכע נוצען עס אויף א טריגער צו איינע פון די העיט-סעיפים אין זייער לאנגע מגילת איבה.

פאוקוסט אויף די בעיבי, רבותי. געדענקט צו טראכטן אמאל פון גאט אויך (עי. קעי. עי. רבונו של עולם).

בכל דרכיך דעהו, מאכט ליכטיג, כאפט אייך נישט אויף פון זונטאג צו זונטאג מיט א שייטל אין די הענט, ווי א קריסט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: It's all about the babies, baby

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב קיין ווארט געהערט וואס 'יא', וואס איז דאס 'אידישקייט'. סך הכל א לאנגע, לאנגע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף גאט.
צו מיינע אויגן זעהט טעקע אויס אז דאס איז אידישקייט\תורה
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג!

בדרך צחות (אדער נישט…) קען מען זאגן אז זיי האבן מיסעפּלייט דעם רמב״ם וואס זאגט אז לגבי ג-ט קען מען נאר רעדן מיט נעגעישאנס. זיי האבן דאס עפּלייט צו לעבן און רעליגיע בכלל: עס איז נאר וואס ״נישט״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

@ונבנתה העיר אהער מיט די בריוו



די מעשה איז א זיסע מעשה...
לעצם העניין - קען זיין לייק דע פראפעשינאל הי איז האט ער געוויסט אלס סגולה מבטל צו זיין דינים איז זו הדרך
א איד זאל אוועק געבן פין זיך עפעס צו וואס ער איז שטארק צוגעבינדען אלס פאר גאט (עי. קעי. עי. רבונו של עולם), איז נאך עני-טיים אזא סגילה וואו צינדען 84 לעכט

ווען מען פאקעסט אויף די בעבי איז נישט די זמן פאר דשענעטיק "אידישקייט".
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

הקטן האט געשריבן:@ונבנתה העיר אהער מיט די בריוו
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: It's all about the babies, baby

שליחה דורך אונטער חכם »

אינטערסאנט, ווען איך זעה דעם בריוו, זעה איך דערין פונקט דאס פארקערטע, בכל דרכיך דעהו מיינט טאקע בפועל ובמעשה, אין די חיי היום יומיים, פון צובינדן די לינקע שיך, ביז לאחריו טפח ולפניו טפחיים, און די חילוקי דעות צווישן ליובאוויטש און סקולען איבער טעלעוויזיע איז נאר א הלכה'דיגער מחלוקה, אבער כו''ע מודי אז אויב איז עס אסור עפ''י שו''ע איז דאס דער בכל דרכיך דעהו.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

במחכ"ת, קוק אריין אין די תורה און דו וועסט טרעפן די זעלבע שפראך.

ארבעט נישט שווער.. גיי בלויז דורך די עשרת הדברות, און טרעף מיר צו ס'הערט זיך נישט ענליך.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

די חילוק צווישען ביידע מהלכים איז:
צו פאנגט זיך דאס אן מיט אנכי ה אלוקיך?

אדער איז דאס פשוט א ליסט פין Do's and Don'ts
מיט א שטעקן און א מייער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער................................................

איך זעי נישט די גרויסע חילוק צווישן די פקחות פון סקולען וועגן די טעלעוויזשען\ווייב'ס האר און דאס נאכאנאנד הייסן באקוקן די מזוזות כמו החכם מכל אדם מיעקעטארינאסלאוו. ביידער האבן פונקט אזויפיל צו טון מיט דירות אין תחתוניםס. ביידער זענן קליינקעפיג בליקן אויף אידישקייט, באזירט אויף די פעולה צו יענעם.

זאלן זיי ביידע רוהן אין גן עדן מיט זייער אלע זכותים, און מיר זאלן זוכן זייער מעלות, נישט זייער חסרונות.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עס געפעלט מיר נישט ווען יעדעס מאל איינער שרייבט אפ א שיינע ארטיקל מיט אמת'ע ריכטיגע נקידות, קומען אפיר עטליכע ניקים און פארדרייען דעם שמועס צו די דעטאלן און משלים וואס זענען נאר געניצט געווארן ארויסצוברענגען די פוינט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט