וואס האלט א רוסקי צוריק פון דעזערטירן אין אוקריינע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

וואס האלט א רוסקי צוריק פון דעזערטירן אין אוקריינע

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אייוועלט האט זייער גוטע coverage פון די מלחמה אין אוקריינע, דארט לייען איך וועגן די מלחמה. אויב געפין איך אויס אז ס'איז נישט דא קיין מלחמה וועל איך נישט זיין shocked. נאך א אייוועלט ליגענט מיט אלע מפרשים, לול. די ווערטל אין א זייט, איז עס זייער אינפארמאטיוו, געשמאק און אלץ אפדעיטעט. ס'האלט שוין כמעט ביי טויזענט בלעטער.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=51245

היינט וואונדער איך מיך פארוואס מ'זעט נישט מער רוסישע סאלדאטן דערזערטירען. ס'איז דא א רוסישע אייוועלט וואס brainwashed זיי אלע אדער ס'איז מחמת פחד? ווי קען זיין א פחד ווען -ווי ס'קוקט מיר אויס- האלטן די רוסן נישט קיין שום חשבון אויף זייער סאלדאטן. זיי פאלן ווי פליגלען כצבאות וכחיות השדה. א סאלדאט קען זיך אוועק גליטשן ווי גארנישט. זיי דרייען זיך אין אוקריינא און אוקריינא איז גרייט פאר די רוסישע דערזערטירער מיט אפענע ארעמס. וואס האלט אים אפ פון פארשוואונדן ווערן לעולמי עד פון די רוסישע גן עדן, זיך טוישען די נאמען און בייביי!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קודם, די הנחה אז רוסישע סאלדאטן פאלן ווי פליגן, מוז נישט זיין אמת, פראפעגאנדע ווערט געניצט אויף ביידע זייטן פונעם שלאכטפעלד, צווייטענס 'רוסלאנד' און 'אוקריינע' האבן זיך נישט אזוי ליב, מילד גערעדט, איז אפילו ער פארלירט גייט ער נישט אריבערגיין אזוי שנעל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אט דאס פרעג איך טאקע. וואסארע פארשאלטענע שנאה קען א בריאה האבן צו גיין זיך מוסר נפש זיין פאר א ליגענט, פאר א דיקטאטער, פאר פוטין, פאר א מאנסטערישע מלחמה. די שטיפות המוחות איז למעלה מהשגתינו. ס'גיט ממש א ציטער ווי שטארקע מ'דארף זיך אליין באטראכטען אויב מ'האט חס ושלום א שמץ שטיפות המוחות איז עס א פחד פחדים פון א slippery slope ווי מ'קען אלץ אָנקומען.


אויך די נקודה איז נישט צו ס'פאלט פון ביידע זייטען צו נישט. דאס איז זיכער אז אוקריינע קניידעלט אראפ גאנצע גרופעס פון זיי. דאס איז דא ווידיאוס פון מילא איז נישט דא וואס זיך צו טענה'ן.. מילא קען א סאלדאט זיך אלץ "פארלירן" "פארבלאנדזשענען" און פארשווינדן ווערן. קיינער גייט נישט זיכע זיין גוף.. וואס האלט זיי צוריק פון דערזערטירען?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

ס'איז א גוטע קשיא, אבער מען קען דאס פרעגן אויף מיליאנען מענטשן וואס זענען אין קולטס, געמיינדעס וכו'. איך רעד פון מענטשן וואס ווייסן / האלטן אז וואו זיי געפינען זיך איז נישט גוט פאר זיי, און דאך פארבלייבן זיי, כאטש וואס פיזיש קענען זיי ארויסשפאצירן.

דאס איז שוין אויב מען וויל זאגן אז די רוסישע סאלדאטן האלטן וואס אונז/(איך) האלטן.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

לויט ווי איך פארשטיי איז שוין פוטין געשטארבן פון קענסער און אוקריינא האט שוין לאנג געזיגט. דערפאר פארשטיי איך נישט אייער גאנצע נישט פארשטיין.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז כמעט אלע אינפארמאציע וואסַ מיר האבן וועגן דער מלחמה איז פון די זעלבע וואס האבן אונז געגעבן אלע דעטאלן ביי קאוויד, אפגאניסטאן, איראק וכו'.

רוב פון די אמעריקאנער מלחמות האבן זיך ארויסגעשטעלט צו האבן געווען פונקט אזוי שטיפות המוח ווי איידער עפעס א העכערע ווירד.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראגע, וואו פונקטליך זאל דער רוסישע סולדאט זיך ארויסגליטשן צו? ער האט נישט קיין געלט, קליידונג, אדער עסן. ער קען זיך נישט אויס אין דעם פרעמדן לאנד ווי אפאר קאמענדירן האבן אים אריינגעשיקט, ער האט א משפחה אין רוסלאנד וואס ווארט ער זאל צוריק קומען ווי נאר די מוטערלאנד גייט 'באזיגן' די נאציס אין אוקריינע. וואו פונקטליך זאל ער יעצט לויפן?
די מאכסט עס סאונדן כאילו ער קען זיך אזוי ארויסגליטשן פון די שלאכטפעלט, כאפן א אובער און זיך טרעפן ביז עטליכע מינוטן אין א רואיגע ווילא אין מיאמי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קורקלענד האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז שוין פוטין געשטארבן פון קענסער און אוקריינא האט שוין לאנג געזיגט. דערפאר פארשטיי איך נישט אייער גאנצע נישט פארשטיין.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז כמעט אלע אינפארמאציע וואסַ מיר האבן וועגן דער מלחמה איז פון די זעלבע וואס האבן אונז געגעבן אלע דעטאלן ביי קאוויד, אפגאניסטאן, איראק וכו'.

רוב פון די אמעריקאנער מלחמות האבן זיך ארויסגעשטעלט צו האבן געווען פונקט אזוי שטיפות המוח ווי איידער עפעס א העכערע ווירד.
ס'איז היפש אינטערסאנט צו באטראכטן ווי מענטשן וואס שפעטן אפ פון די וואס גלייבן איין גרופע פראפאגאנידסטן, זאגן דאן נאך ווערטער פון אן אנדערע גרופע פראפאגאנדיסטן... :lol:

כלפי מה דברים אמורים.
די וואס שטעלן צוזאם די איראק און אפגאניסטאן מלחמות זענען -לענ"ד- פונקט אזוי אנגעפיקעוועט מיט פראפאגאנדע, נאר גראדע אנטי-מלחמה פראפאגאנדע.

די אפגאניסטאנער טאליבאנער האבן געהאלטן און באשיצט א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהארגעט "טויזנטער" אמעריקאנע בירגער.

קענסט זאגן מען האט געדארפט ארויסגיין פריער, מען האט געקענט בעסער וכו וכו.. אבער אוועקמאכן די אפגאניסטאנער מלחמה אינגאנצן שמעקט זייער פון זיין פארקויפט פאר געוויסע פראפאגאנדע (וואס אגב זעהט מען אויך יעצט ביי די אוקריינע מלחמה, וואו געוויסע ווערן פלוצלונג די גרעסטע פארטיידיגער פון פוטין און זיינע פארברעכנס).
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שמן למאור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראגע, וואו פונקטליך זאל דער רוסישע סולדאט זיך ארויסגליטשן צו? ער האט נישט קיין געלט, קליידונג, אדער עסן. ער קען זיך נישט אויס אין דעם פרעמדן לאנד ווי אפאר קאמענדירן האבן אים אריינגעשיקט, ער האט א משפחה אין רוסלאנד וואס ווארט ער זאל צוריק קומען ווי נאר די מוטערלאנד גייט 'באזיגן' די נאציס אין אוקריינע. וואו פונקטליך זאל ער יעצט לויפן?
די מאכסט עס סאונדן כאילו ער קען זיך אזוי ארויסגליטשן פון די שלאכטפעלט, כאפן א אובער און זיך טרעפן ביז עטליכע מינוטן אין א רואיגע ווילא אין מיאמי.
וואסארע שאלה איז דאס? מ'קניידעלט זיי אראפ און די מאסן. ער דארף זיך א דריי געבן ימין ושמאל און ער surrendered צו די אוקריינישע און זיין לעבן איז געראטעוועט ַ מ'שיקט זיי גלייך אין לייבן גרוב. זיי ווייסען דאס. זיי ליינען דען נישט טעלעגראם טשענעלס?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

לכאורה ליגט די אלטע רוסישע פחד ביי יעדעם אין די ביינער, יעדער ציטערט אז די חבר איז יא געטריי און וועט אים פאר'מסרן אדער שיסן.
חוץ מזה, ווי ביי יעדע שטיפת המוח גייט עס ביידע וועגן דהיינו מ'זאגט טאקע צו די גאלדענע גליקן פאר די וואס זענען זיך מוסר נפש אבער מצד שני ווארנט מען מיטן לעבן פאר די וואס טראכטן נאר פון דעזערטירן...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליב צו וויסן האט געשריבן:די אפגאניסטאנער טאליבאנער האבן געהאלטן און באשיצט א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהארגעט "טויזנטער" אמעריקאנע בירגער.

קענסט זאגן מען האט געדארפט ארויסגיין פריער, מען האט געקענט בעסער וכו וכו..
מ'האט נישט געדארפט ארויסגיין פריער, מ'האט בכלל נישט געדארפט אריינגיין. די גאנצע פראבלעם מיט די "טעראריסטן" האט זיך נאר אנגעפאנגען ווען אמעריקע האט אריינגעשטעקט זייער לאנגע נאז און אנגעפאנגען מישן א קאשע אין אפגאנע פאליטיק און ווען ס'האט בעקפייערד האט מען שוין געדארפט פיזיש אריינגיין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראגע, וואו פונקטליך זאל דער רוסישע סולדאט זיך ארויסגליטשן צו? ער האט נישט קיין געלט, קליידונג, אדער עסן. ער קען זיך נישט אויס אין דעם פרעמדן לאנד ווי אפאר קאמענדירן האבן אים אריינגעשיקט, ער האט א משפחה אין רוסלאנד וואס ווארט ער זאל צוריק קומען ווי נאר די מוטערלאנד גייט 'באזיגן' די נאציס אין אוקריינע. וואו פונקטליך זאל ער יעצט לויפן?
די מאכסט עס סאונדן כאילו ער קען זיך אזוי ארויסגליטשן פון די שלאכטפעלט, כאפן א אובער און זיך טרעפן ביז עטליכע מינוטן אין א רואיגע ווילא אין מיאמי.
וואסארע שאלה איז דאס? מ'קניידעלט זיי אראפ און די מאסן. ער דארף זיך א דריי געבן ימין ושמאל און ער surrendered צו די אוקריינישע און זיין לעבן איז געראטעוועט ַ מ'שיקט זיי גלייך אין לייבן גרוב. זיי ווייסען דאס. זיי ליינען דען נישט טעלעגראם טשענעלס?
וואו זאל ער גיין? ווייסט ער דען צו מען וועט אים אויפנעמען שיין? די רוסן און אוקריינער האבן זיך סתם אזוי פיינט שנאת מוות לאו דוקא צוליב די מלחמה, נאר סתם אזוי. ער זאל זיך אריינזעצן אין אן אוקריינער דערפל און לעבן א חיים טובים? עס פליען דאך באמבעס פון אלע זייטן, וואו פונקטליך איז ער פארזיכערט?
אויב גיבן זיי זיך אינטער ווערן זיי וויירשיינליך מלחמה געפאנגענע, און וועלן שמאכטן אין טורמע ביזן סוף פון די מלחמה וואס קען נאך דויערן ווייסעך ווי לאנג. דערנאך ביים סוף פונעם קריג וועלן זיי זיך צוריקערן קיין רוסלאנד נאך די געפאנגענע אויסטוישן, און דאן וועלן זיי כאפן אין די מוטערלאנד פארן דיזערטירן...
ס'גארנישט אזוי פשוט..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ס'איז א גוטע קשיא, אבער מען קען דאס פרעגן אויף מיליאנען מענטשן וואס זענען אין קולטס געמיינדעס וכו'. איך רעדט פון מענטשן וואס ווייסן \האלטן אז וואו זיי געפינען זיך איז נישט גוט פאר זיי, און דאך פארבלייבן זיי, כאטש וואס פיזיש קענען זיי ארויסשפאצירן.

דאס איז שוין אויב מען וויל זאגן אז די רוסישע סאלדאטן האלטן וואס אונז\(איך) האלטן.
אין אנפאנג האט איך פארשטאנען אז דאס וויל טאקע דער אשכול עפענער ארויסברענגען, אבער פון זיינע שפעטערדיגע תגובות זעהט יא עפעס אויס ווי ער מיינט עס גאר ערנסט, דאס פאלט שוין אריין אין די קאטעגאריע פון Poe's law :lol:

אבער אויב מ'טרייבט שוין יא לצנות האב איך אן אנדערע קשיא, וואס האט צוריקגעהאלטן אן אמעריקאנער פון דעזערטירן אין וויעטנאם? נכנסו חכמי ישראל אצל דוד המלך אמרו לו אדונינו המלך עמך ישראל צריכין פרנסה אמר להם לכו והתפלפלו זה בזה...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

געווענליך מענטשען אין קולטס זענען פארכאפט. @רביה"ק און אנדערע זענען מרמז אויף די חרדי קולטס אין ניו יארק והגלילות אז אסאך חסידים זענען זיך פארכאפט דערין און גייען נישט אוועק. אבער זייער לעבן איז נישט תלויה ב'בולעטס מאוויר און יעדער דא ווייסט די גוטע חלקים פון די קומיוניטי קען מען נישט ציילען אויף די פינגער. מ'גיט אונז אסאך קענדיס אויך. און ועל כולם מיט פארצווייגטע משפחה דעליקאטע פראבלעמען.

אסאך פון די רוסקי'ס האבן און זייער לעבן נישט געהאט קיין גוטע טאג. אינגע בחורים אסאך פון זיי. דא שלעפט מען זיי ארום אין א ציל לאזע מלחמה פאר פוטין משוגעת אין בלאטעס מיט מיסילס איבער די קעפ און זייער חברים פאלן ווי פליגלען.

זיי קענען נישט שיקן א טעלעגראם מעסעדזש און זיך ארגאניזירן א אונטערגעבונג מיט תנאים? להניח ביסט גערעכט, און לכאורה איז עס נישט אזוי. אבער טויט איז בעסער ווי תפיסה?

אויך איז נישט קיין יושר צו פרעגן קשיות וועגן וויעטנאַם וואס די אמעריקאנער אינג קען נישט זייער שפראך, קולטור אדער פאר די צייט פון אינטערנעט וואס יעדער ווייסט און זעהט אלצדינג און האט א דזשי-פי-עס אין טאש.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גרויסע חלק פון די סיבה פארוואס די סאלדאטן קעמפן אזוי שטארק קומט לענ"ד פון א געוויסע געטריישאפט פאר רוסלאנד אליינס, ד.ה. אז זיי קעמפן נישט אזוי שטארק פאר פוטין'ס גאווערמענט לכשלעצמו, נאר פאר די רוסישע nationally בכלל, אזוי ווי א חייל און די צה"ל דינט נישט ביבי אדער לפיד, נאר ער דינט די לאומיות פון מדינת ישראל.

די איידיע פון שטארבן פאר מאמע רוסלאנד, גייט נאך אן עד היום הזה אין רוסלאנד, און די רוסן זענען זייער שטאלץ דערמיט
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

עס איז מיך אויסגעקומען עטליכע מאל זינט די אָנהייב פונעם קריג צו פרעגן פון רוסישע וואס זייער מיינונג איז, און 'אלע' האבן געענטפערט אז זיי שטיצן די אינוואזיע. זיי האבן מיר אלע אויסגעלאכט אז איך בין מח-געוואשן (אפשר טאקע).
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:די אפגאניסטאנער טאליבאנער האבן געהאלטן און באשיצט א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהארגעט "טויזנטער" אמעריקאנע בירגער.

קענסט זאגן מען האט געדארפט ארויסגיין פריער, מען האט געקענט בעסער וכו וכו..
מ'האט נישט געדארפט ארויסגיין פריער, מ'האט בכלל נישט געדארפט אריינגיין. די גאנצע פראבלעם מיט די "טעראריסטן" האט זיך נאר אנגעפאנגען ווען אמעריקע האט אריינגעשטעקט זייער לאנגע נאז און אנגעפאנגען מישן א קאשע אין אפגאנע פאליטיק און ווען ס'האט בעקפייערד האט מען שוין געדארפט פיזיש אריינגיין...
כ'וואלט געקענט באשטיין צו פארשטיין דיין לאגיק.
וועלכע זאכן האט אמעריקע געטוהן וואס האט בארעכטיגט א מאסן רציחה אויף חפים מפשע?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

האסט געפרעגט וואס אמעריקע האט געדארפט צו טוהן האב איך דיר געענטפערט. יעצט איז דיר נולד געווארן א נייע חקירה צו די טאליבאנע סטראטעגיע איז געווען ״בארעכטיגט״, דאס איז א פראגע פאר מי אני..
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז factually incorrect אז אמעריקע האט "זיך אריינגעמישט אין די (טאליבאנע…) פאליטיק אין אפגאניסטאן" פאר 9/11. ווי מ'קען זעהן דא זענען בין לאדען'ס מאטיוון פאר 9/11 געווען וועגן אמעריקע'ס שטיצע פאר מדינת ישראל, רוסלאנד קעגן טשעטשניע, האָמאָסעקשועלס וכדומה. וואס וואלט אמעריקע געדארפט טוהן אנדערש? דאס נישט שטיצן?

מיינענדיג, אז ער וכת דיליה (מיט זייער אידעאלאגיע פון "לתקן עולם במלכות אַללאַ") איז געווען קעגן וואס אמעריקע איז און שטייט פאר, דער ראש וראשון פונעם ליבעראלן מערב וועלט, ווי איידער קעגן ספּעציפישע "מעשים" זי וואלט געדארפט טוהן (אדער שטיצן) אנדערש. (ולכן האט ער, לדוגמא, נישט אטאקירט רוסלאנד אזוי וואס האבן ממש דורכגעפיהרט די שלאכטן קעגן די טשעטשניער בפועל.)

דאס איז נאך פאר׳ן צוקומען צו א מאראלישער טענה.

***

ומענין לענין באותו ענין (וג"כ של "מאסאכיזם"), דער פראנצויזישער אינטעלעקטשועל און פילאזאף פּאסקאל בּרוקנער האט געשריבן א בוך וואו ער ברענגט ארויס אז די (ליבעראלע) מערב וועלט האט א שולד געפיהל אויף זיך מחמת אירע אביוסעס אינעם עבר, און דעריבער ווילן זיי נישט קריטיקירן אנדערע אביוסעס (לדוגמא פון איסלאמיסטן) און באטראכטן אטאקעס קעגן זיך ווי ״עס קומט זיך״.

דאָגלעס מוּרעי האט געגעבן א רעצענזיע אויפ׳ן בוך:
7A28BCF2-2D4D-4CB5-A983-2FB5EBCBBBF9.jpeg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:די אפגאניסטאנער טאליבאנער האבן געהאלטן און באשיצט א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהארגעט "טויזנטער" אמעריקאנע בירגער.

קענסט זאגן מען האט געדארפט ארויסגיין פריער, מען האט געקענט בעסער וכו וכו..
מ'האט נישט געדארפט ארויסגיין פריער, מ'האט בכלל נישט געדארפט אריינגיין. די גאנצע פראבלעם מיט די "טעראריסטן" האט זיך נאר אנגעפאנגען ווען אמעריקע האט אריינגעשטעקט זייער לאנגע נאז און אנגעפאנגען מישן א קאשע אין אפגאנע פאליטיק און ווען ס'האט בעקפייערד האט מען שוין געדארפט פיזיש אריינגיין...
טיפיקעל, באשולדיגען די וויקיטים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב קיינעם באשולדיגט, כ'האב נאר געזאגט וואס אמעריקע האט "געדארפט צו טוהן". משל למה הדבר דומה, דו כאפסט זיך אריין מיט דיינע קינדער אין א רעדנעק'ס בעקיארד, דו גיבסט א טויך אריין אין די פרישע קאלטע וואסער פון זיין שווים באד בשעת דיינע קינדער שפרינגען אויפ'ן טרעמפאלינא, מיטאמאל הערסטו א הונט ביללן און דער רעדנעק בכבודו ובעצמו באווייזט זיך מיט זיין רעוואלווער און מיט א פלאמפפייערדיגע לשם ייחוד מקיים צו זיין די פופצנטע אמענדמענט גיבט ער א לאז ארויס א רונדע קוילן, דו גיבסט שנעל א כאפ דיין בעיבי, שפרינגסט איבער דעם צוים, גיבסט א קוק צוריק און דו זעהסט אלע דיינע שבעה בנים ליגן אויסגעשטרעקט אין א טייך בלוט.

איז דער רעדנעק גערעכט? ניין. ביזטו גערעכט? אפשר יא, ווענדט זיך וועם דו פרעגסט. אבער אויב די שאלה איז "וואס דען האט אמעריקע געדארפט צו טוהן?" אויף דעם האב איך געענטפערט.

אין אמת'ן אריין איז די משל נישט ממש דומה לנמשל, אין די משל רעדט מען פון דיינע אייגענע קינדער, ווידער אין די נמשל איז דא א שטענדיגע סופליי פון סאלדאטן וועם מ'קען שיקן על קידוש השם, און ווילאנג די אויבערשטע פון שטייסל פילן זיך אן די קעשענעס קען מען שיקן פאנדלעך וויפיל ס'לאזט זיך.

צוריק צו אוקראינע...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

א אייוועלט שרייבער ענטפערט מיר אויף אייוועלט אויף מיין שאלה..


e: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
תגובהפרייטאג פאברואר 03, 2023 12:27 am

סי ען ען האט אפגעהאלטן דראמאטישע אינטערװיו מיט סאלדאטן אין באחמוט אויף די פראנט ליניע

איין פירער פון א גרופע פון 20 סאלדאטן דערציילט, װי פאר צען שעה אין אַ צי, האבן 200 װאגנעריסטן געקעמפט קעגן זיין קליינע גרופע פון בלויז 20,

פון די גאנצע 200 זענען ארום 40 געהרגעט געװארן און אכציג זענען פארװאונדערט געװארן, װאס הערשט דערנאך האבן די רוסן זיך צוריקגעצויגן פון זיין פאזיציע, ער זאגט זיין געװער זענען געװארן אזוי הייס פון אזוי לאנג שיסן אומאויפהערליך אז מהאט דאס מער נישט געקענט רירן פון היץ.

ער שאצט אז די רוסן טרינקען אָן די װאגנעריסטן מיט דראָגס געװירצן בעפאר די שלאכטן. ער האט דאס באמערקט, װען בשעת ער האט זיי עלימינירט זענען זיי נישט געפאלן, עס האט געדויערט אפאר מינוט װילאנג זיי זענען געפאלן צו ערד פון אויסבליטונג, ער זאגט אז די אויפפירונג זענען געװירצן אפעקט
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארשפארט