תחיית המתים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

תחיית המתים

שליחה דורך כוואליעס »

אזוי ווי תחיית המתים איז שוין נישט קיין ווייטע רעאליטעט, האב איך באשלאסן צו מאכן א שטיק'ל הכנה דערצו כדי ווען עס קומט למעשה זאל מען זיין אביס'ל צוגעגרייט דערצו.

איך קום אריין אין סאטמאר מקוה 11:30 אינדערפרי, איך זע ס'טוט זיך, די עולם איז שטורעמיש, עפעס פריש קאכט זיך. אין מיין קאפ הייבן אן שנעל צו ארויפצושווימען די לעצטיגע שערוריות, פרובירנדיג צו דערגיין איבער וואס די קאכעריי איז, פלוצלינג הער איך ווי דער ברייטער (איך האב נישט געזען אז ער איז א ברייטער, איך האב געהערט אויף זיין קול) ביים ווינקל גרידשעט ארויס פון צווישן די ציין: די משיחי'סטן האבן באקומען פרישע כוחות, זיי פראווען דא מופתים, תחיית המתים, שומו שמים, מ'דארף דאס אפשטעלן באצייטנס!!!

אבער וואס קען מען טון צו דעם? הער איך א קליינטשיגע אינגערמאן, וואס יעדע ביין אויף זיין רוקן זעט אויס ווי א הענטל פון א לעדל, פרעגן אנגעצויגענערהייט.
מ'דארף אריינלייגן די אלע תחיית המתים אידן אין חרם, נישט האבן קיין שייכות מיט זיי, איינער וואס נעמט אריין צו זיך אינדערהיים א תחיית המתים איד, ווארפט מען זיינע קינדער פון מוסדות!
איך האב געזען בילדער, הער איך מער אן אויפגעקלערטער אינגערמאן זאגן, ווי די חברה מצילי אש ד'מאנסי באגלייטן עפעס א איד פון זיין קבר, און עס שטייט אויפ'ן בילד אז דאס איז צדוק הכהן, דו ווילסט נישט וויסן ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט, לאנגע האר פונקט ווי קארליבאך, פורפעל שיך, בקיצור,

יעצט פארשטייט מען שוין דאס באדייט פון זיך דראפענען אויף גראדע ווענט, הער איך דעם ברייטן צוריקשרייען, אידן לאמיר זיך האלטן שטארק, נישט ווערן מיטגעשלעפט מיט מופתים פונעם שטן, אונז וועט ער נישט פארנארן...

מער האב איך שוין נישט געהערט, וויבאלד איך בין ארויסגעלאפן, ווענדענדיג מיינע טריט גלייך צו שיינער'ס מקוה, דארט וועל איך באקומען קלארערע אינפארמאציע. איך קום אן צו שיינער'ס, עס האט אויסגעקוקט ווי פורים אינדערפרי, די מוזיק האט געארבעט אויף די העכסטע, א חלק עולם איז געווען פארשטעלט, ארום געוויסע פארשטעלטע אידן גרופירן זיך אזעלעכע קופקעס. איך שאר מיר צו שטילערהייט צו איין קופקע, שטייט דארט א איד, פארשטעלט ווי א איד פונעם מיטל אלטער און שילדערט מיט אן אייפער ווי אזוי ער איז אויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע קינדער אין איינע פון די גרובער פונעם פריץ.. איך טראכט צו מיר, די אלע געבאקענע מעשיות הייבן אן ווערן כלי ראשון!

איך ווענד מיינע טריט צו די מקוה, קומט מיר אנטקעגן מיין חבר. כוואליעס, פרעגט ער מיר, קומסט מיט מיר צו אברהם אבינו? ער נעמט אויף קוויטלעך ביי מענדל שווימער אינדערהיים אין ק"י, איך פאר ביז 15 מינוט. איך טראכט נישט קיין צוויי, איך זאג אים לאמיר נאר כאפן א מקוה און איך קום.
איך קום ארויס פון מקוה, איך זע מיין חבר ווארט שוין אויף מיר. איך זעץ מיר אריין אין זיין קאר און מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג. בעת וואס ס'איז דא ריזיגע טרעפיק די גאנצע וועג, צינדט מיין חבר אן קול מבשר, פארשטייט זיך אז די ערשטע אדווערטייזינג וועט מען נישט רירן פון פלאץ, גלייך עס ענדיגט זיך דריקט מיין חבר 113, דא נעמט ר' זלמן איבער מיט א פרישע אנקעטע איבער מענטשן וואס שטארבן אין כינע פון קורונה, אזוי מישט ער איין נייעס'ל נאכן אנדערן, ביז די ערווארטעטע איז אנגעקומען:
דאנערשטיג כי תצא צען אזייגער אינדערפרי, די חברה קדישא פון עטליכע בתי חיים געבן איבער אז א חלק מציבות זענען צובראכן געווארן און נפטרים זענען ארויסגעקומען פון זייערע לעכער, עסקנים מאכן זיכער צו פארזיכערן כבוד המת... ע"כ.

דא גיט ער א האק אראפ די טעלעפאן אויפגערעגטערהייט, עד מתי וועט קול מבשר זיך האלטן 'נייטראל'???
ער גיט גלייך א מיש אויף צו cnn נייעס אגענטור, גלייך קומט ארויף לייף דעקונג פון עטליכע בתי חיים איבער די וועלט, מען זעט ווי א מצבה גיט זיך א צוברעך און א מענטש קומט ארויס, עסקנים גייען גלייך צו צו אים און פרעגן אים זיין נאמען, און טראגן אים צו צו ספציעלע פליטים צענטערן, כ'מיין תחיית המתים צענטערן, פונעם ווייסן הויז ווערט געמאלדן אז די אלע תחיית המתים אידן וועלן באקומען בירגערשאפט...

ענדליך נאך א לאנגע פארמאטענדע וועג קומט מען אן צו קרית יואל, פארקן ברויכט מען אינדרויסן, צוליב די גרויסע טרעפיק. ס'איז דא צוגעשטעלט באסעס אריין אין שטעטל.
מ'פארט דורך די גרויסע סאטמערע שול, זע איך פונקט ווי ל"ג בעומר איז אויסגעשטעלט א גרויסע סטעדזש און דער גאנצע עולם איז פארזאמלט און הערט זיך צו צום פלאמעדיגע תורה פון ק"ק מהר"א שליט"א וואס מעלדט מיט א טרערן געשטיקטע שטימע אז דאס איז אלעס תחבולות היצר און מעשי שטן הצליח, צווישן אנדערע הער איך "לאמיר זיך האלטן צו מסורת אבות און נישט ווערן פארפירט פון די אלע...."
איך פרעג מיין חבר, אונז האמיר דאך דא די אבות אליינס, אברהם אבינו, וואס איז די פראבלעם? מיין חבר זענדיג ווי נאאיוו איך בין, הייבט ער מיר אן מסביר צו זיין אז פאריגע וואך האט ר' זלמן לייב אויפגענומען משיח ביי זיך אין שטוב ממילא דארף ר' אהרן זיין קעגן די גאנצע מעשה.

אנקומענדיג צו ר' מענדל'ס הויז אנטדעקט זיך מיר גאר א דראמאטישע בילד, פון איין זייט שטייען א גרופע צוהיצטע אידן מיט אן אלטן האנט מייק און שרייען: "אברהם אבינו טו תשובה", "הער אויף נעמען געלט פון די רעגירונג",
פון די אנדערע זייט שטייען א גרעסערע גרופע פון מער אהערגעשטעלטע סאטמערע אינגעלייט און בחורים מיט שיינע געבויגענע שטאפן הוטן מיט אן ערענסטע ווייטאגליכע מינע אויסגעשפרייט אויף זייערע פענימ'ער, פון זיי הערט מען אזעלכע לאזונגען ווי :"אידן, ווערט נישט פארכאפט אינעם נעץ פונעם שטן", "רבינו סר מן הדרך", וכו',
פון די אנדערע זייט זע איך אפאר מאדערענע חברה מיט גרויסע רמקולים ווי עס זעצט מוזיק "לכל מי שיש לו סמארטפון וכו" (איך געדענק שוין נישט די המשך, שוין לאנג נישט געווען ביי ככר השבת) און אפאר קינדער שטייען אין די זייט מיט היימיש געמאכטע סיינס מיט פיקטשערס פון די שומרים קארטלעך אין גרויס,
כדי צו הייבן די מצב (אויב איז עס נאכנישט גענוג דערהויבן) האט זיך אהינגעשטעלט די סיפור לספר טראק טיילן פאקסיס פאר אלע קינדער וואס האלטן א סיין.

אינמיטן זע איך ווי מ'מאכט פלאץ צווישן די אלע פראטסטירער, און א גרויסע עקספלאדישן קומט צו פארן. די עסקנים עפענען די געיט'ס און ער פארט צו ביז צום טיר פונעם הויז, איך טרעט ארויף אויף א שטיין צו זיין העכער און קענען זען ווער גייט ארויסקומען פון די עקספלאדישן, א גבאי קומט ארויס פון די הונטערשטע טיר און עפענט די פאדערשטע טיר און איך זע ווי עפעס א מאדערענע איד מיט א געשניצטע בערד'ל קומט ארויס. מיין חבר זאגט מיר גלייך "דאס איז דער רמב"ם". ער גייט אריין אינעווייניג.
ענדליך איז מיר געלונגען זיך אריינצושטופן אינעם הויז, זע איך איבעראל אויפגעשטעלט סקרינס וועלעכע געבן איבער לייוו באריכטן איבער משיח, משה רבינו, דוד המלך, די שבטים, די אבות, מרדכי ואסתר, די בעש"ט, און אפילו @רביה"ק האט מען געטראפן אינעם ווייטן פלארידע (שפעקולאציע).

אויף קאווע שטיב'ל וועט זיך אנהייבן ווירבלען, בעת וואס אלטע ניק'ס וועלן זיך אויפוועקן וועט ק"ש פארפלייצט ווערן מיט א פלייץ פון נייע ניק'ס, אנגעהויבן פון מתושלח ביז יוסף מוקיר שבת, געוויסע וועלן שרייען אז מ'האט זיי צוג'גנב'עט זייער נאמען, אזש מ'וועט מוזן מאכן נייע רעגולאציעס, סייווי וועט שוין זיין משיח'ס צייטן וועט יעדער קענען ניצן זיין געהעריגע נאמען, עס וועט שטיין אזוי: חיים בן שפרה ושמחה הנקרא שמעקעדיג, (הרב שמעקעדיג כ'בעט דיר איבער אויב דו הייסט טאקע חיים).

ווי זינגט נאר אברהם פריעד:
עס וועלן מקויים ווערן אלע ברכות
און עס וועט זיין א שפע לרוב
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן
א פרייליכע תשעה באב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו ביסט צוקער זיס... :lol:
עס איז אינטרעסאנט ווי אנדערש מענטשן פאנטאזירן דעם שטאפל.
כוואליעס האט געשריבן:(הרב שמעקעדיג כ'בעט דיר איבער אויב דו הייסט טאקע חיים).
איך בין דיר מוחל אפילו אויב איך הייס חיים, ווייל מיינע עלטערן זענען נישט שמחה ושפרה, וא"כ כמה חיים'ס איכא בשוקא...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אז די האסט שוין יא געזעהן משיח, לאז אונז וויסן טאמער האט ער טאקע געוויזן מיטן פינגער.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: תחיית המתים

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך האף אז דער כוואליעס זאל זיין long-term
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צו הערן די קאמענטארן פונעם הייליגן רמב"ם אויפן די עקספ(ל)אדישען...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:אז די האסט שוין יא געזעהן משיח, לאז אונז וויסן טאמער האט ער טאקע געוויזן מיטן פינגער.
און אויב יא, לאז אונז וויסן וועלעכע פינגער..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אז די האסט שוין יא געזעהן משיח, לאז אונז וויסן טאמער האט ער טאקע געוויזן מיטן פינגער.
און אויב יא, לאז אונז וויסן וועלעכע פינגער..
איך האב א פילינג אז ווען משיח וועט אויסגעפינען וואס ער דארף אלץ ווייזען מיטן פינגער, וועט ער פלעין אפהאקן זיין פינגער און פטור אנ'עסק.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אז די האסט שוין יא געזעהן משיח, לאז אונז וויסן טאמער האט ער טאקע געוויזן מיטן פינגער.
און אויב יא, לאז אונז וויסן וועלעכע פינגער..
איך זעה אז דו ביסט יוצא ידי שניהם...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איינע פון די נפטרות, א פרוי, האט געטראגן א ווייסע נאכטהעמד וואס איז געווען העכער די קני, איבערווייזענדיג קלאר אז אמאליגע פרויען זענען ווייניגער פארכנאקעט געווען..
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

טאמבל סאס האט געשריבן:איינע פון די נפטרות, א פרוי, האט געטראגן א ווייסע נאכטהעמד וואס איז געווען העכער די קני, איבערווייזענדיג קלאר אז אמאליגע פרויען זענען ווייניגער פארכנאקעט געווען..
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...............................

דאס הייסט א ראיה?! פאר דעם איז זי דאך געשטארבן, פארן עבירה פון גייען אזא נאכט העמד. אדרבא...............
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

צווישן די עולים האב איך באגעגנט עמיצער א צעפראסקעטער רעבעזעכיתויגןעלינו איד, זאגט ער מיר ער פלעגט גיין צוואנציג מאל א טאג אויף די חיבוט הקבר און כף הקלע - די צונאמען וואס די עליונים האבן געגעבן פאר זייער ווערסיעס פון די ראולערקאוסטער ריידס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שמעתי אומרים אז נאך דער בעשה''ק האט זיך פון קבר אויפגעשטעלט און געזען וואס מ'האט פון זיין "חסידות" געמאכט, האט ער זיך באלד צוריקגעלייגט אין קבר.

נישט באשטעטיגט.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נישט אין די אוהל אבער..
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער סקוירא'ער, ר' יצחק'ל, איז געלאפן אויף אלע פיהר פאר פרייד, אזוי האב איך געהערט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוואליעס: ניין. איך לאז עס נישט צו. איך בין מוחה. ס'זענען דא נאך 2 בערל בעל עגלה'ס. איך בין דאך דער ריכטיגער. דער אריגינאלער. וועלכער האט זיך געווייקט ביי מהר"א קר"י שליט"א (זצ"ל) נאך 'דערהיים אין ארשיווע. ס'הייסט אין קרית מלאכי. אנטשולדיגט. אין קרית יואל. איך בין שוין פון די עלטערע אידן (געווען בעולם השפל) דער זיכרון דינט שוין נישט אזוי גוט.

כ'געדענק נאך ווען כ"ק מרן הגה"ק (זצוק"ל) שליט"א איז געפארן אויף א שבת אין די עיר הקדשה וויליאמ-פעסט. זענען געקומען אלע ציונים (די וועלכע לערנען דעם דף היונה אין די שטיינזאלץ גמרות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא) מוחה זיין. זיי האבן געשריגן אלערליי לאזונגען מיט בזיונות אויפ'ן רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. אבער דער רעבע איז גארנישט נתפעל געווארן פון זיי. ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש.
המשך יבוא, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תחיית המתים

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער חוזה האט געבעטן מ'זאל אים זאפארט ברענגען א שבעת ריגעל..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט