אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?
עטס האט'ס שוין זיכער אמאל געהערט די אויסדרוק: א נער זאגט אויך אמאל א גוטס
איך מיין אז מ'קען זאגן די זעלבע זאך אויך אויף פארקערט א קלוגע מענטש באנארישט זיך אויך אמאל, יעדער מאכט אמאל א טעות
על פי חשבון וואלטן אלע קלוגע מענטשן געדארפט זיין רייך, מסודר מיט א גוטע פאסטן, גוטע שלום בית, זיך קענען א עצה געבן מיטן שווער און שוויגער, א.א.וו. בפועל זעט מען אבער נישט אזוי "לאו הא בהא תליא"
אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט, טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס
ווי זינגט נאר די וועלט בארימטער זינגער הרב הצדיק ר' מיילך קאהן אויף זיין מייסטער סידי 'יעדער איינער'
"דארף זיין מיט זיך גאר עכט
נישט אויסזען גוט און זיין גערעכט
די אמת דארף מען אלס זיכן מיט לעכט
האב נישט מורא אויסצוזען שלעכט
אפילו ס'טוט ווי און ס'שטעכט" ב"פ
וואס מיינט 'קלוגשאפט'
זייער גוט ארויסגעברענג
דאס איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה למשניות.
דאס איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה למשניות.
והטעם שהצריכם לכתוב דעת איש אחד ואחר כן חוזר מן הדעת ההיא, כגון שאמרו ב"ש אומרים כך וב"ה כך וכך וחזרו ב"ה להורות כדברי בית שמאי, כדי להודיעך אהבתם האמת והגברת הצדק והאמונה, שהרי אלו אנשים הנכבדים החסידים, הנדיבים, "המופלגים בחכמה" כשראו דברי החולק עליהם טובים מדבריהם ועיונו נכון הודו לו "וחזרו לדעתו" כל שכן שאר האנשים בראותו האמת נוטה עם בעל דינו יהיה כמו כן נוטה לאמת ולא יקשה עורף
וזהו דברי הכתוב "צדק צדק תרדוף"(דברים יד, טז), ועל זה אמרו חכמים (אבות פ"ה) הוי מודה על האמת, רצו לומר אף על פי שתוכל להציל נפשך בטענות תוכחיות, כשתדע שהם אמת דברי חבירך, אשר טענתך עליו גלויה מפני חולשתו או מפני יכולתך להטעות האמת, חזור לדבריו והריב נטוש.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
כוואליעס האט געשריבן:אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?
עטס האט'ס שוין זיכער אמאל געהערט די אויסדרוק: א נער זאגט אויך אמאל א גוטס
איך מיין אז מ'קען זאגן די זעלבע זאך אויך אויף פארקערט א קלוגע מענטש באנארישט זיך אויך אמאל, יעדער מאכט אמאל א טעות
על פי חשבון וואלטן אלע קלוגע מענטשן געדארפט זיין רייך, מסודר מיט א גוטע פאסטן, גוטע שלום בית, זיך קענען א עצה געבן מיטן שווער און שוויגער, א.א.וו. בפועל זעט מען אבער נישט אזוי "לאו הא בהא תליא"
אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,
אז איך בין נישטא ווער טראכט דעמאלסט ? די מח איז די מענטש גיי פארשטיי וואס די מיינסט, יתכן אז די ביסט אויך נישט געוועהן דאהי בשעתן שרייבען די טיפזיניגע מאמרים ודל
טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס
ווי זינגט נאר די וועלט בארימטער זינגער הרב הצדיק ר' מיילך קאהן אויף זיין מייסטער סידי 'יעדער איינער'
"דארף זיין מיט זיך גאר עכט
נישט אויסזען גוט און זיין גערעכט
די אמת דארף מען אלס זיכן מיט לעכט
האב נישט מורא אויסצוזען שלעכט
אפילו ס'טוט ווי און ס'שטעכט" ב"פ
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
כוואליעס ברענגט עס ארויס זייער קלאר. טראכט אן קיין נגיעות.yesiknow האט געשריבן: נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,
אז איך בין נישטא ווער טראכט דעמאלסט ? די מח איז די מענטש גיי פארשטיי וואס די מיינסט, יתכן אז די ביסט אויך נישט געוועהן דאהי בשעתן שרייבען די טיפזיניגע מאמרים ודל
רוב החלטות וואס מיר מענטשעלעך מאכן אין לעבן, איז פיל מיט קאראפשען. אדער ווייל מען האט אונז מח געשווענקט, אדער ווייל דו טראכסט נישט גענוג די טובה פונעם קינד, צו דיך אליין. דו ווילסט יעצט זייער שטארק, למשל א געוויסע עסן, צו גיין ערגעץ, נישט קיין חילוק וואו, איין מינוט, נעם דיך ארויס פון די פיקטשער. איז דעי עסן גוט פאר מיך? איז יענע פלאץ ווי מיינע טריט ווענדן זיך, א ריכטיגע דיסישען?
@כוואליעס ברענגט עס ארויס זייער שארף און קלאר. " ווער איז קלוג? " ווער טאקע? דער מיליאנער? דער וואס קען זיך נישט קריגן מיט מענטשען?
דער וואס קען טראכטן מיט א אמת'ע קלארקייט, זיינע געפיהלן נעמען אים נישט איבער, ער טראכט וואס איז ריכטיג, נישט וואס ער וויל.
אוודאי האבן מיר נישט וואס צו זוכן דארטן. שיין וועלן מיר אויסקוקן ווען די מח שליט אל הלב וועט מער נישט עקזיסטירן.
( איך האף איך מאך נישט סתם א באלאגאן מיט מיינע ווערטער. אפשר @ מי אני וועט קענען ארויסברענגען קלארער וואס דער פותח האשכול, האט געמיינט.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
גערעכט פארשטענדליך.
אדם קרוב אצל עצמו, מען קען ארויסנעמען אלע זייטיגע חשבונות משפחה חסידות,עלטערען וכדומה, אבער וויאזוי נעמט "זיך" א מענטש אליינס ארויס פון די חשבון? איז עס מעגליך?
אזוי ווי די זאגסט קלויב דיר אויס דיין באשערטע -חתן כלה בפ גפ- אנע זייטיגע חשבונות, נעהם זיך אויך ארויס פונעם חשבון , דעמאלסט געבעיסט אויף וואס זאל איך מאכען א דיסיזען יתכן שיש כאן קוצר המשיג ווייל איך בין נישט צו קלוג...
אדם קרוב אצל עצמו, מען קען ארויסנעמען אלע זייטיגע חשבונות משפחה חסידות,עלטערען וכדומה, אבער וויאזוי נעמט "זיך" א מענטש אליינס ארויס פון די חשבון? איז עס מעגליך?
אזוי ווי די זאגסט קלויב דיר אויס דיין באשערטע -חתן כלה בפ גפ- אנע זייטיגע חשבונות, נעהם זיך אויך ארויס פונעם חשבון , דעמאלסט געבעיסט אויף וואס זאל איך מאכען א דיסיזען יתכן שיש כאן קוצר המשיג ווייל איך בין נישט צו קלוג...
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אולי זענען זיי אלע קלוג. אין די אלגעמיינע גאס רעדט מען פון פארשידענע סארטן אינטעליגענציעס (א.ק.א. קלוגשאפטן). איז בעפאר דו דעפינירסט קלוגשאפט, איז דא א שאלת הקדמה: למאי נפקא מינא?כוואליעס האט געשריבן:אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
די נקודה פונעם אשכול איז מער די תירוץ און מסקנא, ווי צו ארויסברענגן די קשיא - די שלילי.
די נקודה פון "אל יתהלל חכם בחכמתו" ווייל טאמער די קענסט עס נישט ניצן אומ-אפהעניג פון חיצונית'דיגע השפעה דאן איז עס נישט ווערט מער ווי די ביסל אנערקענונג מ'באקומט אויף דעם...אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
הרב כוואליעס, דו זאגט'ס די נקודה אליין!!כוואליעס האט געשריבן:נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט, טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס
כ'האב עס געהערט אין אזא לשון: אז די אפטייטש פון גרויסע IQ איז זיין אפען (פריי) צו נייע מחשבות וואס זענען גאר פרעמד פאר דיין שכל (לויט דיינע פריעדיגע הנחות)
[בעצם וואס מיינט א מענטש איז א בעל שכל? ער האט די יכולת פון קונה זיין שכל
די גרעסטע ארימאן וואס האט אפי' נישט א העמעד, האט נאכאלס די יכולת צו קונה זיין זאכען. ער איז א בעל קנין]