א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס
איך האב לעצטנעס אינסטולירט א לינוקס-מינט דיסטראו (אפערעיטינס סיסטעם) עֶלנאָגסייד מיין ווינדאוס (דואל בוט). איז מיר איינגעפאלן אז מען קען דער טאקטיק נוצן צו סוירקומווענטן די נארישע אינטערנעט פילטערס וואס מען שטופט מענטשן ארויפצולייגן אויף די קאמפיוטער.
די מעטאד איז גאנץ פשוט. מען פארטישענט די דרייוו אין צוויי אדער מער לאדזשיקעל דרייווס (לינוקס למשל גלייכט דריי > פאר די OS סיסטעם פיילס, פאר די סוואַפּ און א דריטע פאר די רעסט. ד.ה. פאר דיינע פיילס וכדומה) אדער לייגט מען צו נאך א פיזיקעל דרייוו צו די קאמפיוטער. מען אינסטולירט אן אנדערע אפערעיטינג סיסטעם פון א USB אדער CD אויף די פארטישענ/ס (ס'מוז נישט זיין דוקא זיין א אנדערע - ס'קען אויך זיין 'נאך' א ווינדאוס. נאר סתם איז בעסער אויפצוהערן אזויפיהל טראסטן ווינדאוס. זייערע דאטא קאלעקשאן איז פּערוועיסיוו) און מען טוישט די boot ארדער אין די בייאָוס צו זיין קודם פון די אנדערע OS.
אויב דו ווילסט עס באהאלטן, קענסטו לאזן די boot ארדער ווי עס איז - צו די ארגינעלע OS, דארט ווי די פילטער איז אינסטולירט. אויב דו ווילסט עס גענצליך באהאלטן, (אפ' פון די בוט לאודער/פראגרעם/מענעדזשער) קען מען פוינטן ווינדאוס boot מענעדזשער פאַטה צו לאודן די ארגינעלע OS boot פראגרעם. דוכט זיך מיר מען ברויך עס אפ' נישט צוריקטוישן יעדעס מאל איידער איר ווילט נוצן די אנדערע OSׂׂ. מען קען פשוט סעטן די בוט ארדער קודם שטענדיג פון די USB אדער CD און יעדעס מאל דו ווילסט נוצן די אנדערע OS קענסטו עס נוצן אין לייוו מאוד, נאכן איינשטעקן אדער אריינלייגן די סידי אדער USB; אזוי לאנג ווי ס'איז אריינגעשטעקט פארשטייט זיך.
איך בין נייגעריג צו ענליכעס איז אטשיוועבל אויף א סמארטפאון? אויך וואונדער איך מיר צו עמיצער האט שוין טאקע גענוצט די מעטאד פאר דער צוועק - צו קאונטערעקטן היימישע סענסורשיפ?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

ער רעדט טאקע דווקא פון די silly און רשעות'דיגע פילטערס פון די מוסדות און קהילות וואס זיי צווינגען ארויף. נישט די נארמאלע פילטערס וואס יעדע ערליכע איד דעסיידט אליינס צו לייגן לויט וואס ער האלט אז ס'איז אויסגעהאלטעןשמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך האב געלייענט זיין טראכטן שנעל און שטאט ביכל. איך געדענק נישט אים עס זאגן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
דניאל כהנמאן איז נישט קיין סאך מער "היינטיג" ווי מילטאן פרידמאן, אפשר צוואנציג יאר אינגער, that's beside the point.קורקלענד האט געשריבן:היינטיגע סייענטיסטן (ווי דניאל כהנעמאן) האלטן אז די מענטש האט נישט די כח המעצר, און וואלט געדארפט האבן א פילטער וכדומה. נאר די פארצייטישע 'קאנסעוואטיווע' רעכטע געשטימטע סייענטיסטן (מילטאן פרידמאן) פרעדיגן די כח המעצר.
די מהלך פון רוב גרויסע קהילות כיום: פראבירן צו קאנטראלן דעם עולם דורכ'ן באצווינגען תקנות, און טוען גארנישט צו עדוקעיטן דעם עולם איבער וויאזוי זיך צו באנוצן מיט טעכנאלאגיע. יעדע סייענטיסט און נישט סייענטיסט וועט דיר זאגן אז די מהלך העלפט נישט קיינעם.
ווען איינער זעט ער האט א פראבלעם מיט די אינטערנעט, קען א פילטער זיין איין פון די טולס זיך צו העלפן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון פילטערס, און אוודאי נישט פון די ביג-טעק סטייל קאנטראל פון קהילות אהערגעשטעלט דורך דעם תפסר פון בי ענד עיטש.
איך האב נאר אריין גערעדט און וויפיל ראציאנאליזם און קאנטראל די מענטש האט איבער זיך. אמאל איז קאנצענסוס געווען אז דער מענטש איז בכח, און שפעטער איז איבערגעוויזן געווארן פארקערט. און עווענטועל האט זיך קאנצענסוס געטוישט. מילטאן פרידמאן איז געווען פון די פאן טרעגער פון די ערשטע קאנצענסוס, און דניאל כהנעמאן פון די נייע קאנצענסוס. אין סדר הדורות קען מען זיי אפשר רעכענען פון די זעלבע דור. אבער די עצם היסטאריע אין די סוביעקט האט זיך אנטוויקלט אין די סדר.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.
ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.

- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
אויב די רעדט פון די הויכע שטאפל פילטערס צו בלאקן נשים אויף עמעזאן פיקטשערס וכדו' אדרבה, ווילאנג ער האלט די פילטער צו זיך און דרייעט מיר נישט קאפ יעדע מאל זיין פילטער לאזט אים נישט אדורך, הייליג און וואויל פאר אים.שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
משא"כ אויב מרעדט פון די צווייטע חלק ישראל וואס לעבט אין יארע תש23 איז אזוי....
דער וואס וויל קוקן שמוץ העט טרעפן א לעכל נישט קיין חילוק וועלכע פילטער מלייגט ארויף, ממילא איז א שאד די 30$ א חודש פאר די פילטער קאמפאני ...
דער וואס ציעט אים נישט קיין שמוץ און לעבט א נארמאלע לעבן, און האט א העלטי רילעישאנשיפ, און איז פארנומען מיטן טאג, (און זיצט נישט האלב נאכט אויפן קאמפיוטער אויף אייוועלט.. וד"ל) לענ"ד איז אים איבערגענוג א שעירד לעפטאפ אדער פעסווארד מיט אשת חילו
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
לאמיר נישט פארגעסן אז היימישע אויטאריטעריאנזים ארבעט גאר ענדליך ווי אלגעמיינע. מען וועט אייביג אויפקומען מיט א בלשות'דיגע תירוץ צי פארדעקן די אמת'ע ציל. ביי אונז למשל, פארקויפט מען טאקע אז די פילטערס זענען דא אונז צי באהיטן פין "שמיץ" אבער דאס איז נאר לשבר את האוזן שפילט אייך ארים מיט עני היימישע פילטער, אין וואס איר וועט שנעל באמערקן אז דא רעדט מען פין קלאסישע קאנטראל אויף אינפארמאציע.
אין אטאריטערישע רעזשימען, ניצט מען פארשידענע מיטלען צי האלטן די מאסן אין שפאן קאנטראל אויף אינפארמאציע, איז אייביג געווען איינע פין די וויכטיגסטע סטראטעגיעס. דאס ערלויבט רעזשימען צי זיין אין קאנטראל איבער אלץ וואס מענטשן ליינען, שרייַבן, הערן, אין מיטטיילן. אלץ א ריזאלט, איז די פרייע אינטערנעט אייביג געזעהן געווארן דורך זיי אלץ א געפאר, אין אינטערנעט קאנטראל איינע פין די שטערקסטע כלים. וואס ווערט טאקע גענוצט אינעם איין אין צוואנציגסטן יאר הונדערט אין אלע דיקטאטורישאפטן.
אין צפון קארעע, האט די רעגירונג א פולשטענדיגע קאנטראל אויף אלע סעלפאונס אינעם לאנד, אין אפגערעדט איבער די אינטערנעט. אירע בירגער האבן נישט קיין צוטריט צי קיין סעלפאון וואס דאס ברענגט אז זיי קענען נישט ארויסריפן פין לאנד. פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט קיין קיין אינטערנעט צוטריט. דאס איז אבער נאר פאר די המון עם, די עליטע האבן יא אינטערנעט צוטריט, אבער אויך נישט צי די וועלט'ס וועב, נאר צי די רעגירונג'ס אייגענע אינטערנעט.
אין כינע ארבעט עס אביסל אנדערש, בשעת זיי פארמאגן טאקע כמעט א ביליאן אינטערנעט באניצער, איז די אינטערנעט שטארק צענזורט."די גרויסע פייערוואנט פין כינע" ווי די נאמען וואס מען האט געגעבן פאר די פאליסי, מאַכט זיכער אינגאנצן צי פארמאכן אזאלעכע זייטלעך ווי וויקיפעדיע, יוטוב, אין גוגל. וואס דאס העלפט די קאמוניסטישע פארטיי אין כינע צי האבן א פולשטענדיגע קאנטראל איבער וועלכע נייַעס זאל פאבליצירט ווערן, אין וואס ס'זאל פארלוירן גיין, וועלכע גאווערמענט פאליסי אירע בירגער,זאלן יא אדער נישט וויסן, אין וועלכע וועבזייטלעך כינעזער בירגער קענען באזוכן. די מערב וועלט סאושעל מידיע איז דארט בכלל נישט צוטריטלעך, אין אפילו זייער אייגענע כינעזישע פלאטפארמעס איז שטארק דורכגעזיפט.
פונג שוועי, א כינעזישע טעניס שפילערן אין סעלעברעטי, וואס איז באקרוינט געווארן אין 2014 אלץ די נומבער איינס טעניס שפילער, האט אויף נאוועבער 2, 2021 געפאוסט אויף "וועיבאו" א לאנגער באשילדיגונג אנטקעגן א הויכראנגיגע רעגירונג'ס באאמטער, אז ער האט איר געצווינגען צי האבן געשלעכט מיט אים. די פאוסט אין גלייך פארמעקט געווארן דורך די גאווערמענט, אין פונג שוועי איז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן פאר א וויילע.
אין צפון קארעע איז עס אסאך ערגער. צוויי קינדער, אין די עלטער פין 16 אין 17 יאר, זענען געהרגט געווארן די אקטאבער דורך א פייערונג סקוואד פאר'ן חטא פין וואטשן אין פארקויפן דרום קארעע מאוויס.
אין דעמאקראטישע מדינות איז אינגאנצן פארקערט. אין דעצעמבער, 2003 האט די יונייטעד נעישאנס (WSIS) דערקלערט צוטריט צים אינטערנעט פאר א יומען רייט, אין ס'איז זייט דעמאלטס דערקלערט געווארן אלץ איינע פין די מענטשן רעכטן דורך א צאל פרייע לענדער.
ווען א געמיינדע ניצט אירע אינסטעטוציעס, ווי ישיבות, צי ארויפצווינגן "פילטערס" וואס קאנטראלירן וואס מענטשן קענען ליינען, שרייבן, זעהן אין הערן. אין שוין אפגערעדט אז עס נעמט אוועק יעדע ברעקל פון אינטערנעט פריוואטקייט. שטעלט זיך די געמיינדע אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי אנדערע אטאריטערישע רעזשימען.

Free country, authoritarian town
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אז מ'רעדט שוין האב איך געזען יעצט די צוויי בעסטע לינוקס דיסטרעביושענס פאר פריוועסי און אנאנימיטעט זענען Tails און Kodachi.
Tails רעקאמענדירט ביי סנאודען און זעלבסט האבענדיג באנוצט געווארן דורך סנאודן און אנדערע בשעת די פריזם סומאטוכע. Tails, אלס א טול פאר זיך אליינס, ווערט דערמאנט אין די NSA'S טרויעריג בארימטע XKeyscore's סוירס קאוד אלס א 'מעידזשאר טרעט' צו איר מיסיע (פון שפיאנירן) און "אויב גענוצט צוזאמען מיט אנדערע ענליכע טולס פאר די זעלבע צוועק - קאטאסטראפיש".
בייידע נוצן די טור נעטווארק ביי דיפאולט, ארבעטן פון א לייוו מאוד (בוט פון א רעמאוועבל) און לאזן נישט איבער קיין זכר אויף די קאמפיוטער נאכ'ן אויסשאלטערן (ארבעטן נאר אין RAM און ווייפן עס קלין יעדע מאל). נוצן נישט די האוסט'ס סטראעדזש (SSD אדער HDDׁׁׂ), ענקריפטן אלצדינג ביי דיפאולט, איזאלירן אפפליקעישנס און נוצן אייגענע אריינגעבויטע אפפליקעישנס ווי פאר מעסידזשינג, דאקומענט פראסעסינג און מעטאדאטא רעמאווערס פון פיילס, אפטימייזד פאר פריוועסי. KODACHI לאזט אפ' נישט נוצן די זעלבע דרייוו פון די אינסטולער אויך פאר פערסיסטענט סטארעדזש. ווי אויך פארמאגט זי א טול צו דעסטרויען אלע אירע קאנטענט אין א נויטפאל.
Tails רעקאמענדירט ביי סנאודען און זעלבסט האבענדיג באנוצט געווארן דורך סנאודן און אנדערע בשעת די פריזם סומאטוכע. Tails, אלס א טול פאר זיך אליינס, ווערט דערמאנט אין די NSA'S טרויעריג בארימטע XKeyscore's סוירס קאוד אלס א 'מעידזשאר טרעט' צו איר מיסיע (פון שפיאנירן) און "אויב גענוצט צוזאמען מיט אנדערע ענליכע טולס פאר די זעלבע צוועק - קאטאסטראפיש".
בייידע נוצן די טור נעטווארק ביי דיפאולט, ארבעטן פון א לייוו מאוד (בוט פון א רעמאוועבל) און לאזן נישט איבער קיין זכר אויף די קאמפיוטער נאכ'ן אויסשאלטערן (ארבעטן נאר אין RAM און ווייפן עס קלין יעדע מאל). נוצן נישט די האוסט'ס סטראעדזש (SSD אדער HDDׁׁׂ), ענקריפטן אלצדינג ביי דיפאולט, איזאלירן אפפליקעישנס און נוצן אייגענע אריינגעבויטע אפפליקעישנס ווי פאר מעסידזשינג, דאקומענט פראסעסינג און מעטאדאטא רעמאווערס פון פיילס, אפטימייזד פאר פריוועסי. KODACHI לאזט אפ' נישט נוצן די זעלבע דרייוו פון די אינסטולער אויך פאר פערסיסטענט סטארעדזש. ווי אויך פארמאגט זי א טול צו דעסטרויען אלע אירע קאנטענט אין א נויטפאל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ועוד: אין א יעדנ'ס אייגענע אינטרעסע איז נישט אויפצומאכן אן אומבאקאנטע וועבסייט אדער אי-מעיל. ווייל דארט באהאלטן זיך די גזלנים און רויבער. די מינוט דו מאכסט אויף דעם ניוז אייטעם (אדער סיי וואס ביסטו געכאפט. זיי לאקן דיין קאמפיוטער. זיי מאכן זיך אויך ווי די גטע. זיי ווילן דיר העלפן אויפמאכן דיין קאמפיוטער. זיי געבן א פאון נאמנער. פארשטייצעך זיי פארלאנגען א ..."ביליגן"... פרייז דיר צו העלפן.טאמבל סאס האט געשריבן:די שטערקסטע פילטער איז די כח המעצר..שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
Silly מיין איך ווען דער מענטש אליינס וויל נישט. וואס איז די פוינט דעמאלס?
איך רעד (ליידער) פון עקספיריענס. איך האב אמאל אויפגעמאכט אן אומבאקאנטע איזראעלישע וועבסייט. מיינענדיג אז איך וועל ליינען א גוט שטיקל נייעס. די רגע איך האב עס אויפגעמאכט האט עס געלאקט מיין קאמפיוטער. נאר (ב"ה) מיט די הילף פון מיין זון וועלכער איז אן איי. טי. טעק. ביניך זיי בייגעקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נעקסט לעוול: א "העיליגער איד" האט בכלל נישט וואס צו זוכן אויף א קאמפיוטער און אינטערנעט. זאל זיין די העיליגע, קנאות'דיגע איי וועלט...!נעקסט לעוועל האט געשריבן:אויב די רעדט פון די הויכע שטאפל פילטערס צו בלאקן נשים אויף עמעזאן פיקטשערס וכדו' אדרבה, ווילאנג ער האלט די פילטער צו זיך און דרייעט מיר נישט קאפ יעדע מאל זיין פילטער לאזט אים נישט אדורך, הייליג און וואויל פאר אים.שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
משא"כ אויב מרעדט פון די צווייטע חלק ישראל וואס לעבט אין יארע תש23 איז אזוי....
דער וואס וויל קוקן שמוץ העט טרעפן א לעכל נישט קיין חילוק וועלכע פילטער מלייגט ארויף, ממילא איז א שאד די 30$ א חודש פאר די פילטער קאמפאני ...
דער וואס ציעט אים נישט קיין שמוץ און לעבט א נארמאלע לעבן, און האט א העלטי רילעישאנשיפ, און איז פארנומען מיטן טאג, (און זיצט נישט האלב נאכט אויפן קאמפיוטער אויף אייוועלט.. וד"ל) לענ"ד איז אים איבערגענוג א שעירד לעפטאפ אדער פעסווארד מיט אשת חילו
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס
ייש"כ טאמבי פאר די אשכול, ס'איז אינטערעסאנט צו מיטצוהאלטן דיין 'פעשאן' פאר טעכנאלאגיע, מיין אינגע זעלבסט טוט שטארק ענדלען.
- יא עס איז א רעלאטיוו גרינגע וועג אויסצושפילן די פילטער, און אפאר טוען עס טאקע שוין.
אין 'טעג' האט מען דאס שוין דורכגעטוען, און אפי' פארגעשלאגן צו בלאקירן די 'בייאס' אינגאנצן!
אבער למעשה האט מען עס נישט איינגעשטעלט ווייל עס טוט אפשפארן צופיל אויב דארף מען עפעס פאררעכטן, און ווי אונז אלע ווייסן טוט רוב ציבור עניוועי נישט אין די ענינים איז די פראבלעם זיי נישט אזוי נוגע.
- אלס בחור אין א"י פלעג איך טאקע לויפן א לייוו ווינדאוס פון א USB אין קיאסקס, פשוט נישט צו דארפן באצאלן און צו קענען זען ווידעאוס.
חברים מיינע פלעגן צו האבן א דעסקטאפ אין די קלאוד ($14 א חודש), און אריינגעלאגט דורך רעמאוט דעסקטאפ צו וואטשן ווידעאוס (פאר אודיא איז געווען א גאנצע מהלך...).
- ווי קורקלענד האט דערמאנט קען מען מיט א פאון אויך ארום שפילן דורכן אויפלאקן די בוטלאודער (סעמסאנג איז גאר גאר שווער, שיאמי, גוגל פיקסעל, און וואן פלאס דעווייסעס זייער גרינג, און אסאך דעוועלאפמענט איז אוועילעבל) אבער מען דארף אסאך נאלעדש, נערווען און צייט דערפאר (און אפי' אויף דעם האבן געוויסע פילטערס געבויעט "רוט" פערמישען צו נעמען קאָנטראָל דערפון אויך - א שטייגער ווי נעטספארק - און עס צוברעכט טאקע אסאך מאל די פאון).
- טעילס, פאר חובבי טעכנאלאגיע איז אינטערעסאנט ארומצושפילן דערמיט, אבער זייער אומבאקוועם פאר פראקטישע באנוץ (בכלל איז 'טור' אויסערגעווענליך שטייט), דא דארט בעפארן באגיין עפעס אומלעגאל איז עס אפשר נוצבאר.
פאר די פשוטי המון עם איז לינוקס מינט און Ubuntu (פאר מער ווידעאוס ענדלנדע - Zorin) נאכאלס די מערסטע פראקטיש, ווייל עס איז גרינג, אפדעיטעד און גוט דאקומענטירט.

- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
דאכט זיך מיר אז מיט נעטפרי קען מען דאס נישט טועןקורקלענד האט געשריבן:די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.
ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.
בכל אופן ליינט קיינער נישט קאוועשטיבעל מיט נעטפרי
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס
מען דארף אינסטאלירן א סערטיפיקאט, ווייל נעטספארק איז אינסטאלד אויף די ראוטער אויכעט.נפה האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז מיט נעטפרי קען מען דאס נישט טועןקורקלענד האט געשריבן:די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.
ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.
בכל אופן ליינט קיינער נישט קאוועשטיבעל מיט נעטפרי
וועלכע פילטער? וואס הייסט עס האט נישט געבאאט, האסט אנגעקומען צו די בוט מעניו?moody האט געשריבן:איך האב פראבירט Ubuntu מיט א USB אויף א דיווייס וואס האט א פילטער און עס זיך נישט גע'באאט אבער אויף מיין קאווע שטיבעל דעווייס ארבעט עס פיין, נו, איז דאך מה הועילו חכמים?
האט עס ציטוהן מיט די פילטער?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
tecloq. איך בין אנגעקימען צו א מעניו און אויסגעוועלט try ubuntu געדרוקט enter און אין די סקרין איז שווארץ געבליבן. ווידער אין די דעווייס אן א פילטער האט עס גלייך גע'לאוט די OS (פון די זעלבע USB שטייצעך)פאליטיקאנט האט געשריבן:וועלכע פילטער? וואס הייסט עס האט נישט געבאאט, האסט אנגעקומען צו די בוט מעניו?moody האט געשריבן:איך האב פראבירט Ubuntu מיט א USB אויף א דיווייס וואס האט א פילטער און עס זיך נישט גע'באאט אבער אויף מיין קאווע שטיבעל דעווייס ארבעט עס פיין, נו, איז דאך מה הועילו חכמים?
האט עס ציטוהן מיט די פילטער?