שמעקעדיג האט געשריבן:חוץ מזה וואס איך גלייב נישט אז מען גייט עס גענצליך אסר'ן, מסיבות שונות (און בכלל איז שווער צו אסר'ן א זאך וואס האט שוין יארן לאנג א "היתר"), וועט עס נישט העלפן אויך נישט. ווייל לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין א תיקון השלם, מען האט דאך געלייגט א טעראר אויף אלע היימישע אידן דורך די רבנים, עסקנים און מוסדות, טא וואלט דאך געדארפט זיין ממש א הערליכע וועלט, בל יראה ובל ימצא ביי אונז סיי וועלכע דעווייס וואס איז נישט 100% אפראווד ביי די וועד משמרת לוויזויהייסטעס, און בכלל האט מען דאך גע'אסר'ט וואטסעפפ און טעלעגראם, און פרויען איז דאך מאן דכר שמי', וועלכע פרוי עס האט נאר 4 אינטשעס אונטער די קני טאר דאך נישט פארמאגן א סמארטפאון ח"ו רח"ל, און דערווייל? די היימישע טשענעלס האבן טויזענטער סובסקרייבער און ליינער, און ווי דער שרייבער אליין איז מעיד אז אין די ישיבות איז דער מצב געפערליך, בבחי' עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, ד.ה. אז די גאנצע מערכה האט גאנץ קנאפ געהאלפן - גענוי ווי עקספעקטעט ווען מ'גייט מיט טעראר - די אראבישע פרילינג איז אין פולן שוואונג, פאר יעדן כשר'ער טעלעפאן וואס איינער האנדלט זיך איין קומט אויף 10 נייע סמארטפאונ'ס, ממש כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, און אנשטאט די רבנים ועסקנים זאלן איינזעהן אז די מערכה איז פארלוירן, גייט מען ווייטער אין קאפ אריין, און מען גייט פרובירן "אינגאנצן" אסר'ן.....
נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.
@שמעקעדיג אינז ווארט מיר פאר א אפדעיט....
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein