ריכטיג האט געשריבן:קרן זוית, "צופרידן" מיינט נישט דווקא צופרידן מיט די פאר. איך רעד פון אלגעמיין, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען נאטורליך צופרידענע מענטשן, מיט זייער דזשאב סטאטוס וכו' וכו', די סארט מענטשן לעבן מיט די הנחה אז אפילו ווען עפעס קלאפט נישט הונדערט פראצענט מאכט מען עס ארבעטן כמות שהוא און מען רעדט זיך נישט איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער. רוב מענטשן זענען אזוי און דערפאר וועלן זיך רוב מענטשן ביי אונז נישט גט'ן.
שמן למאור, איך פארשטיי פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער טאקע דערויף דינג איך זיך. איך האלט נאכאלץ אז עס איז ענדערש כדאי אוועקצוווארפן די ראמאנטישע ליבע דמיונות און אויסוואקסן שנעל, לטובת לעבן א געהעריגע פאמיליע סטרוקטורירע לעבן. לדעתי איז נישט ווערט די פאר זאטע ליבע יארן אויפן חשבון פון א צופראסקעטע פאמיליע לעבן אין די לאנג ראן. צוויי צופרידענע מענטשן וואס זענען דיטערמענד ביי זיך צו מאכן די מערידזש ארבעטן פאר יעדן פרייז זענען א סך מער מקושר צווישן זיך ווי א ראמאנטישע ליבע וואס קומט און גייט.
די אלגעמיינע וועלט האט געמאכט דעם טעות און מקריב געווען די געזונטע פאמיליע סטרוקטור לטובת ראמאנטיציזם. איך פארשטיי אז דו ביסט טאקע שטארק אנטציקט דערפון, אבער לדעתי איז דאס נישט קיין עכטע טובה פאר די מענטשהייט, נאר להיפוך.
איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
יוסל רעדט לגופו של ענין , אשר ברא חתן וכלה גילה רינה דיצה אהבה ואחווה ושלום ורעות על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי ישקני מנשיקות פיהו כי טובים דודיך ...
לשיטתך @ריכטיג איז דאס נאר א דמיון א בייזע חלום הוילע דמיונות גארנישט מיט די מציאות , כדי דיך צופארענטפערען האט יוסל דיך דן געוועהן לכף זכות אז די ווייסט פשוט נישט ממילא רעדסטו אזוי.
דיין כנגדו האט דיך שוין אמאל געטקסט ראמאנטישע ענינים אין מיטען ארבייט, דיין עזר מאכט דיך פילען דעט יו אר ספעשעל אין ווערי האט...
אין אתה יודע מה אתה מפסיד , אשר ברא קען זיין אז גאט האט דאס באשאפען נאר פאר גוים זיכער נישט פאר חסידים גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
כ'מיין דו וועסט אויך מודה זיין אז אידישקייט קען נישט זיין געבויט אויף א טעם אין א נשמת. בס"ה האב איך גע'טענה'ט אז א שידוך קען נישט זיין געבויט אויף ליבע. נאר ביי א שידוך אויף ליבע איז ערגער ווי אידישקייט אויף נשמת, ווייל מען ווערט פארבלענדט פון דאס וויכטיגסטע.
די וועלט זאגט, אז ווען די מח איז אויף שלאפט די פיפיק, וכן להיפוך. הגם די ווארט איז אויף תאוה, איז אבער ה"ה אהבה.
אהבה זה ממש ההיפך זה מעורר המוחין זה מביא לגדלות המוחין אוהבה כגופו זה לא ענין שכתוב בספרי חסידות , אז מען רעדט שוין קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז אהבת השם איז דאס א אנדערע מין אהבה פון וואס מיר פילען כאילו אזא רוחנית דיג אהבה ?
איז בכלל דא עטליכע סארט אהבות?
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
ובכלל, עיין מכאן ולהלן. וג״כ מכאן ולהלן. וג״כ מכאן ולהלן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קידוש האט געשריבן:צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?
וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
קידוש האט געשריבן:צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?
וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?
איך מיין אז מען מישט דא אויס ליבשאפט מיט ראמענס. די מאדערענע וועלט לערנט אפ ליבשאפט "לאוו עט פורסט סייט", אבער דאס איז קאנדישאנאל לאוו וואס איז געבויעט אויף ראמענס פורסט. אנקאנדישענעל לאוו איז א זאך וואס קומט מיט ארבייטן און אויף בויען אן עכטע ליבשאפט מיט א טיעפקייט וואס א"א לתאר ולשאר אויף פאפיר די קוואלעטי פון די לאוו ענד ראמענס ווען מען קומט אן צו די לעוועל. די ראמאנס און הנאה וואס קומט ווען מען האט אויף געבויעט אן עכטע ליבשאפט דאס האט מען דיר נישט צו גענומען, עס איז אין דיין הענט עס אויפצובויען. אוודאי דארף די פארפאלק שטימן און זיין אן די סעם פעישז, אבער אויב איז מען אויף די סעים פעיזש דעמאלסט קען מען ריעטשען גאר הויעכע הייטס פון ריעל לאוו, ראמענס, אינטעמעסי, און הנאה האבן אפילו ע"פ דרך התורה.