בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
שטייענדיג אין פרשת יתרו די פרשה פון קבלת התורה, אין וועלכע די אידישע קינדער קומען אָן צום בארג סיני און זענען זוכה צו ווערן דער 'עַם הנבחר' דער אויסדערוועלטער פאלק, וואו השי"ת זאגט זיי וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ, אז איר אידן וועלן זיין א קעניגרייך פון כהנים און א הייליג פאלק, און הקב"ה דערנענטערט טאקע כלל ישראל צו זיך, און גיבט זיי די גרעסטע מתנה וואס די מלאכים ושרפים האבן אלע משתוקק געווען צו באקומען, די שני לוחות הברית און די הייליגע תורה.
ווי מיר געפונען אין פסוק שטייט ווען די אידן זענען אנגעקומען אין מדבר סיני, וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר – די אידן האבן גערוהט קעגן דעם בארג, און ס'שטייט 'ויחן' א לשון יחיד נישט ויחנו בלשון רבים, וואס פון דעם דַרש'ענען חז"ל "כאיש אחד בלב אחד" אז דא האבן די אידן זוכה געווען צו א געוואלדיגע אחדות און ליבשאפט איינער צום אנדערן אז זיי זענען געווען ממש אזויווי איין מענטש מיט איין הארץ, ס'איז נישט געווען קיין שום פירוד לבבות אדער זאכן וואס זאלן אפטיילן איין איד פונעם צווייטן.
וואס אגב, פאר די וואס האבן געלערנט חומש רש"י אין פרשת בשלח איז געוויס באקאנט אז דארט געפונען מיר גאר אַן ענדליכע לשון צו דעם. די תורה הקדושה דערציילט אונז וואס האט זיך אפגעשפילט ווען די אידן זענען אנגעקומען צום ים סוף, וַיִּשְׂאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת עֵינֵיהֶם וְהִנֵּה מִצְרַיִם נֹסֵעַ אַחֲרֵיהֶם די אידן האבן אויפגעהויבן זייערע אויגן און זיי האבן געזען אז די מצריים פאָרן זיי נאך און קומען צו גיין, וַיִּירְאוּ מְאֹד וַיִּצְעֲקוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל ה' – די אידן האבן זייער מורא געהאט און אנגעהויבן צו שרייען צום אייבישטער, וואס דא שטייט אויך א לשון יחיד לגבי די מצריים, 'נֹסֵעַ' אַחֲרֵיהֶם, און עס שטייט נישט נֹסְעִים אַחֲרֵיהֶם, ברענגט רש"י בשם דער מדרש "נסע אחריהם - בלב אחד כאיש אחד" אז דא האבן זיך די מצריים פאראייניגט, ווען ס'איז געקומען נאכצולויפן און פייניגן די אידן זענען זיי פלוצלינג געווארן גרויסע בעלי אחדות און זיי זענען געקומען צו גיין מיט איין הארץ און אזויווי איין מענטש.
אבער אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן עפעס גאר אינטערסאנט, ביי כלל ישראל שטייט דער לשון "כאיש אחד בלב אחד" און להבדיל ביי די מצריים שטייט דאס מיט א פארקערטע סדר, "בלב אחד כאיש אחד" וואס באדייט די חילוק פון די צוויי לשונות?.
און נאך א זאך לאמיר זיך אפשטעלן און פארטיפן דערין, ווען דער אייבישטער זאגט טאקע פאר כלל ישראל וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ, וויאזוי קען זיין אזא זאך, א קעניגרייך וואס איז פיל מיט כהנים? מיר ווייסן דאָך אז די גאנצע באדייט פון כהונה איז אז די כהנים זענען חשוב'ער און העכער פונעם גאנצן פאלק, זיי זענען די שלוחים צווישן די אידן און דער אייבישטער, זיי זענען דערהויבן און געהייליגט געווארן פאר זייער תפקיד צו שטיין און טוהן די עבודה אין בית המקדש און מכפר זיין אויף אידישע קינדער, לויט דעם וויאזוי פּאַסט זיך צו זאגן "מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים" אז כלל ישראל וועט זיין א גאנצע קעניגרייך פון כהנים וואו יעדער איינער וועט זיין א כהן, דאס איז דאָך ממש פארקערט פון די גאנצע מוּשָׂג פון כהונה וואס דארף בלייבן אויסשליסליך נאר פאר א געוויסע ספעציעלע שבט וואס טראגט די אויפגאבע אויף זיך. און די זעלבע זאך קען מען אויך פרעגן אויף די ווערטער "וְגוֹי קָדוֹשׁ" וואס מיינט אז די אידן וועלן זיין א הייליגע פאלק און יעדער איינער וועט זיין מקודש, וואס איז לכאורה אויך א שטיקל סתירה, ווייל דער ענין פון הייליגקייט ווייזט בדרך כלל ווען איינער איז מער 'געהייליגט' און דערהויבן פון אנדערע, אזויווי הֶקְדֵשׁ וואס ווערט געהייליגט און אפגעזונדערט פון חוּלין, אדער למשל ווי מיר טרעפן ביי 'קידושין' צווישן א מאן און זיין ווייב, וועלכע איז טייטש אז נאר די איינע פרוי זי ווערט מקודשת צו איר מאן, מה שאין כן אלע אנדערע פרויען זענען נישט מקודשת, אבער וויאזוי קען מען זאגן אויף א גאנצע פאלק אז יעדער איינער פון זיי אָן קיין שם יוצא מן הכלל איז א גוֹי קָדוֹשׁ?.
איז כדי צוצוקומען צו אונזער נושא וועלן מיר אנהייבן מיט א זיסע נקודה'לע וואס עס האט מיטגעטיילט מיט אונז דער בעל המעשה וועלכער איז היינט א חשוב'ער יונגערמאן און א בן תורה, אז עס ליגט איהם נאך אין די ביינער 'יענע מינוט' ווען ער האט געשפירט אלס קינד אז ער טראגט א אומגעהויערע חשיבות און ער פארמאגט אין זיך א ווערד וואס קיינער האט נישט, און ער דערציילט ווי פאלגענד:
געווען בין איך א קינד, א גאר פשוט'ע יונגל, מן הסתם ווייניגער ווי א דורכשניטליכע 'בינוני' אין חדר; איך האב נישט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע מעלות, מיינע כשרונות זענען געווען גאנץ שוואך, איך האב נישט געהאט קיין באזונדערע הצלחה אין מיינע לימודים אדער מיט די חברים, בקיצור, א צוקלאַפטע יונגל וואס האט זיך ארומגעדרייט אָן קיין קלארע ציל און וועג צו הצלחה. ויהי היום, איך געדענק עס נאך ווי היינט, ס'איז געווען איין פרייטאג נאכמיטאג, און איך וואַנדער אריין אין אונזער בית המדרש סתם אזוי אָן קיין שום וויכטיגע צוועק, און צו מיין וואונדער זעה איך א געזעמל ארום די בימה, ס'זענען געשטאנען דארט דער רב מיט'ן גבאי און דער שמש, און זיי זענען אלע פארטיפט אינעם ספר תורה. איך בין געווען זייער ערשטוינט וויסענדיג אז פרייטאג בדרך כלל ליינט מען נישט די תורה, און קיין סאך אנדערע מענטשן זענען נישט אנוועזנד אין שול, אויב אזוי וואס דארף מיינען די יעצטיגע מעמד. און פלוצלינג הייבט דער רב אויף זיינע אויגן און באמערקט מיר, ער גיבט מיך א רוף צו, קום נאר אהער מיין טייער קינד, מיר האבן א שאלה אין די ספר תורה, און דו וועסט זיין דער דַיין! דו וועסט פּסק'ענען וואס די זעסט... און ער פירט מיך צו צום ספר תורה און ער ווייזט מיר די ווארט "ויקרא" אל משה וואס שטייט אין אנהייב פון ספר ויקרא, און ער פרעגט מיר אויב איך באמערק אז איין אות איז אנדערש ווי די אנדערע, און וועלכע אות דאס איז, און איך האב באלד געענטפערט אז איך זעה די אלף איז קלענער ווי די אנדערע אותיות...
דער רב'ס פנים האט אויפגעשטראלט און ער רופט אויס "ס'איז כשר", און דערביי ווענדט ער זיך צו מיר מיט א חביבות און ער זאגט, זעהסט יונגעלע, מיר אלע גייען ליינען שבת אין די ספר תורה ווייל דו האסט עס געמאכט כשר! דו האסט גע'פַּסקֶ'ענט אז די אלף איז קלענער ווי די אנדערע אותיות אזויווי ס'דארף טאקע זיין, און ממילא נאר א דאנק דיר גייט די גאנצע בית המדרש האבן א כשר'ע ספר תורה צום ליינען די וואך.
"עס ליגט מיר נאך אין זכרון די זיסע הרגשה וואס איך האב דעמאלטס געשפירט" פירט אויס דער יונגל פון אמאל, איך געדענק ווי עס האט מיר ארומגענומען אזא געפיל אז איך בין יא עפעס ווערד, געב א קוק, דער רב מיט'ן שמש מיט'ן גבאי האבן זיך נישט געקענט קיין עצה געבן אויב די אות איז יא גוט געשריבן אדער נישט, און מ'האט געדארפט צוקומען צו מיין מיינונג און מיין החלטה אויב ס'איז כשר, "איך בין געווען דער דַיין אויף די שווערע שאלה".
ווען איך בין עלטער געווארן האב איך שוין גאנץ גוט פארשטאנען אז ס'האט לאו דווקא געהאט צו טוהן מיט מיר, נאר מ'דארף פשוט פרעגן א קטן אזויווי די הלכה פארלאנגט אין געוויסע מצבים ווען מ'קען נישט מַכריע זיין אויף א אות אויב ס'איז גוט געשריבן; אבער אין יענע מינוטן האט עס אריינגעבלאזן אין מיר אזא שטארקע חיזוק און א שמחה אז איך האב זוכה געווען צו פַּסק'ענען די שאלה פארן רב, און דאס האט מיר געגעבן א זעלטענע שטופ צו גיין ווייטער און שטייגן העכער.
אבער דער אמת איז אז חכמינו ז"ל זאגן אונז שוין אין די משנה אין מסכת אבות (פרק ד' משנה ג') אַל תְּהִי בָז לְכָל אָדָם וְאַל תְּהִי מַפְלִיג לְכָל דָּבָר, שֶׁאֵין לְךָ אָדָם שֶׁאֵין לוֹ שָׁעָה וְאֵין לְךָ דָבָר שֶׁאֵין לוֹ מָקוֹם, דו זאלסט קיינמאל נישט גרינגשעצן קיין שום מענטש און דו זאלסט קיינמאל נישט דערווייטערן קיין שום זאך, דאס הייסט מ'טאר נישט מזלזל זיין אין קיין שום נברא אויף די וועלט, ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסן ווען ס'וועט קומען יענעמ'ס מינוט צו שיינען! דער אייבישטער האט באשאפן יעדער מענטש פאר א געוויסע תכלית און א געוויסע סיבה, און אפילו ווען מ'זעהט נישט מיט די אויגן וואס זיין מעלה און זיין חשיבות איז און וואס ער טוט אויף אויפן וועלט, דארף מען אבער געדענקן און גלייבן אז יעדער מענטש האט זיין מעלה און זיין גוטע נקודה, און ס'איז דא פארשידענע ענינים און פארשידענע מצבים וואו נאר ער וועט קענען אויפטוהן דאס וואס דארף געטוהן ווערן, ווייל אנדערש וואלט ער נישט באשאפן געווארן.
עס איז באקאנט וואס די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא (דף פ"ד.) אז אמאל ווען רבי יוחנן איז זיך געגאנגען ארומוואשן אינעם ירדן, האט ער געזען ווי ריש לקיש -וואס איז נאך דעמאלטס געווען א רויבער- גיבט א שפרינג איבער דעם ירדן מיט איין שפרינג, האט איהם רבי יוחנן געזאגט "חֵילָךְ לְאוֹרֵייתָא" און ווי רש"י טייטשט "כמה כוחך יפה לסבול עול תורה" דו האסט דאָך אין זיך אזעלכע געוואלדיגע כוחות, ווי פאסיג איז דאס אז דו זאלסט נוצן דיין כוח צו טראגן אויף דיר דעם עול תורה, און רבי יוחנן האט איהם דאן צוגעזאגט אז אויב וועט ער תשובה טוהן און זיך זעצן לערנען וועט ער איהם געבן זיין שוועסטער פאר א ווייב, און כך הוה, ריש לקיש איז געקומען לערנען תורה פון רבי יוחנן ביז ער איז טאקע געשטיגן דער גרויסער און הייליגער אמורא ריש לקיש. וואס מיר באמערקן דא איינע פון די נקודות פון די מעשה, ווען רבי יוחנן האט געזען די שטארקייט און פלייסיגקייט פון א רויבער, האט ער באלד אנערקענט אז דא ליגן באהאלטן מורא'דיגע כוחות, און נישט סתם ווילדע שטארקייט, נאר עס איז א דערהויבענע כוח וואס קען באמת שלעפן אויף זיך דעם עול תורה...
דאס הייסט אז צומאל האט א מענטש געוויסע שטארקייטן, מעלות, אדער טאלאנטן, וואס אין אונזערע אויגן קען עס גאר דינען אלס א חסרון, און בפרט אויב עס ווערט אויסגענוצט אויף די נישט ריכטיגע אופנים. ווען איינער פון אונז וואלט געזען די קונצן וואס א רויבער באווייזט, וואלטן מיר נישט געזען אין דעם קיין שום גוטע זאך, אדרבה, עס וואלט געווען א חלק פון זיין פראבלעם! אבער דער הייליגער אמורא רבי יוחנן האט אנערקענט די מעלה, ער האט געזען די נקודה טובה וואס ליגט באגראבן אין ריש לקיש, און ער האט מרגיש געווען אז מיט זיין גבורת הנפש קען ער ווערן א גיבור אין תורה וואס אנדערע מענטשן קענען נישט באווייזן, און ער איז געווען גרייט איהם צו געבן אפילו זיין אייגענע שוועסטער פאר א ווייב, דער עיקר ער זאל אויסנוצן זיין כוח און זיין מתנה פון הימל ווי עס דארף צו זיין.
אין ספר אמרי פנחס פון הרה"ק רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע שטייט (אות קי"ד) "כי בכל אחד מישראל יש קדושה ודבר יקר, מה שאין כן באחר זולתו" אין יעדע איד איז דא א קדושה און א טייערע נקודה וואס געפונט זיך נישט אין קיין שום אנדערע מענטש אויף די וועלט! און דער ענין איז מבואר אין אסאך ספרים הקדושים און פון פילע צדיקים, אז יעדע מענטש האט באמת א געוויסע מעלה און א חשיבות וואס איז מיוחד בלויז פאר איהם, קיינער אנדערש פארמאגט עס נישט, און נאר ווען מ'האלט זיך צוזאמען און באחדות קען יעדער איינער זוכה זיין מקבל צו זיין אויך די מעלה פון זיין חבר.
ווי מיר האבן שוין דערמאנט ביי א געלעגנהייט די ווערטער פון הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע וועלכער שרייבט (ספר צדקת הצדיק, אות קנ"ד) דברים נוראים: כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך, כך צריך אח"כ להאמין בעצמו! פונקט ווי עס איז דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין אייבישטער, איז אויך דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין זיך, ד.ה. צו וויסן און גלייבן אויף זיך אליין אז ער איז חשוב ביים אייבישטער און דער אייבישטער ווארט אויף זיין עבודה און שעפט א תענוג פון איהם. און ער איז דאס מרמז אינעם פסוק אין פרשת בשלח, "וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ", ווי באקאנט פון ספרים הקדושים איז 'משה' מרמז אויף גאנץ כלל ישראל (ווי עס שטייט אז משה רבינו האט געהאט א נשמה כללית פון אלע זעקס הונדערט טויזנט אידן צוזאמען), און די אידן האבן טאקע געגלייבט אין השי"ת און אויך אין כלל ישראל אז דער אייבישטער האט זיי ליב און האט א נחת רוח פון זייערע מעשים. און לענינינו ליגט דא אויך א רמז אויף אונזער נקודה, "כך צריך להאמין בעצמו" א איד דארף גלייבן אין זיך אליינס! מיר דארפן וויסן און אנערקענען אז מיר האבן כוחות, מיר האבן מעלות, און יעדער פון אונז האט א תפקיד, און ס'זענען פארהאן פארשידענע מינוטן און שעות אין לעבן וואס נאר מיר זענען דעמאלטס די שלוחים פון השי"ת אויפצוטוהן א געוויסע תכלית, און קיינער אנדערש אין די וועלט קען דאס נישט באווייזן.
און באמת ווען מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין די תרי"ג מצוות וועלן מיר זעהן אז פילע פון די מצוות זענען נישט נוגע פאר גרויסע חלקים פון כלל ישראל. עס זענען פארהאן מצוות התלויות בארץ וואס מ'קען נאר מקיים זיין אין ארץ ישראל, עס זענען דא מצוות נאר פאר מענער, נאר פאר כהנים, נאר בזמן שבית המקדש קיים, נאר אויב מ'האט בהמות, נאר אויב מ'האט א בכור, און אזוי ווייטער, גאר אסאך פרטים וואס זענען בכלל נישט נוהג ביי יעדעם איינעם. וואס בדרך רמז קומט דאס צו ווייזן אז יעדער איד און יעדער זמן האט אן אנדערע תפקיד, און ס'איז טאקע דא געוויסע מעלות און נקודות וואס זענען נוגע דווקא פאר איינעם, און ס'איז דא געוויסע זמנים און ענינים וואס זענען נוגע דווקא פאר א צווייטן, און עס איז נישט די זעלבע, נאר יעדער באקומט אנדערע אויפגאבעס און אנדערע חיובים, צו ווייזן אז יעדער איז א מציאות פאר זיך, יעדער האט זיך זיין מקום און זיין תכלית וואס איז געאייגענט ספעציעל פאר איהם.
[וואס טאקע צוליב דעם פעלט אויס די געוואלדיגע אחדות און ליבשאפט צווישן אידן וואס דאס איז איינס פון די הויפט תנאים צו קבלת התורה, ווי עס איז מבואר פון די קדמונים און פונעם אר"י הקדוש זי"ע, אז נאר דורכדעם וואס מ'האלט זיך צוזאמען און מ'איז מקיים ואהבת לרעך כמוך, קען מען זוכה זיין אין די אנדערע מצוות וואס מיר האבן נישט אליינס, און מיר דארפן דאס זוכה זיין דורך אנדערע מענטשן].
יעצט, ווי מיר האבן שוין אסאך מאריך געווען אין דעם ענין, איז פרעה געווען ממש די פארקערטע פון דעם! פרעה זוכט אויסצורייסן די חשיבות פון יעדן יחיד, פרעה אנערקענט נישט אין די 'אייגנארטיגקייט' און ספעציעלקייט פון יעדע נברא באזונדער, און ווי מיר האבן געשמועסט בס"ד אינעם שיעור פון פרשת שמות, אז פרעה איז "אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף - עשה עצמו כאלו לא ידע" ער מאכט זיך ווי ער ווייסט נישט פון קיין יוסף צו זאגן, דהיינו, ער קומט צום איד און ער זאגט איהם "דו האסט גארנישט אין דיר! דו האסט נישט קיין שייכות מיט קדושה, מיט געטליכקייט, עס איז נישט פארהאן קיין יוסף הצדיק אין דיר". און אזוי האט פרעה טאקע געפירט זיין מדינה אלס איין גרויסע באוועגונג וואו קיינער פארנעמט נישט קיין ספעציעלע ארט, נאר אלע זענען אייניג, אלע זענען בלויז נומערן אין זיין גרויסע קעניגרייך.
ווי באקאנט שטייט אין ספרי קבלה אז 'פרעה' איז די זעלבע אותיות ווי 'הָעֹרֶף' וואס דאס איז די גענאק פונעם מענטש, די אונטערשטע חלק פונעם האלז (די פארקערטע זייט פונעם 'פנים', א ענין וואס איז מרמז אויף היפוך פון קדושה, א געוויסע שטארקע קליפה און כוח הטומאה), וואס לויט ווי מיר רעדן איז עס אויך מרמז אויף דעם ענין, ווייל די עיקר אייגנארטיגקייט פון א מענטש איז דווקא אויף זיין פנים, א מענטש דערקענט מען לויט זיין צורה, ווי חז"ל זאגן "כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות" די פרצוף און דער פנים פונעם מענטש דאס איז מרמז אויף זיין ספעציעלקייט, זיין אייגענע מציאות און אויסזעהן, זיין כוח היחיד, אבער פרעה וויל נישט הערן דערפון, פרעה איז א בחינה פונעם 'גענאַק' דארט וואו יעדער איינער זעהט אויס אייניג און קיינער האט נישט גארנישט ספעציעל מער ווי א צווייטן.
ווי וואונדערליך איז לויט דעם וואס מיר געפונען אין פרשת בשלח, ווען פרעה לאזט זיך ארויס נאכלויפן די אידן ביים ים סוף, שטייט וַיֶּאְסֹר אֶת רִכְבּוֹ, פרעה אליינס לויפט און שפאנט איין זיין וואגן, וְאֶת עַמּוֹ לָקַח עִמּוֹ, און ווי רש"י ערקלערט דארט "משכם בדברים... בואו עמי ואני לא אתנהג עמכם כשאר מלכים, דרך שאר מלכים עבדיו קודמין לו במלחמה, ואני אקדים לפניכם... הקריב עצמו ומיהר לפני חיילותיו, דרך שאר מלכים ליטול ביזה בראש כמו שיבחר, אני אשוה עמכם בחלק"... פרעה רעדט איבער זיינע מענטשן צו קומען מיט איהם, און ער זאגט זיי צו אז ער וועט זיך נישט פירן ווי א מלך, געווענליך גייט דער קעניג פון אונטן ארומגענומען מיט זיינע היטער איהם צו באשיצן, און ער שיקט די סאלדאטן פאראויס מלחמה צו האלטן פאר איהם, אבער איך וועל גיין די ערשטע נאך פאר אלע סאלדאטן, און די זעלבע זאך האט ער זיי פארשפראכן אז ער וועט נישט נעמען פון די רויב פאר זיך אזויווי א קעניג, נאר ער וועט זיך צוטיילן גלייך מיט זיי אלע.
וואס אויף די ערשטע בליק זעהט דאס טאקע אויס כאילו א געוואלדיגע 'התלהבות' פון פרעה צו העלפן זיינע מענטשן, און ס'מאכט א רושם ווי א גוטע הנהגה וואס דער קעניג שטעלט צו פאַר זיין פאלק, אבער אז מ'קלערט גוט אריין זעהט מען אז דאס איז ווייט פון ריכטיג! יעדער איינער ווייסט דאָך אז די וויכטיגסטע זאך אין א מיליטער און אין א מלחמה איז די ספעציעלע סדר און סיסטעם וויאזוי זאכן גייען צו, יעדע זאך מוז קלאפן מיט די גרעסטע מאָס פונקטליכקייט און קיינער טאָר נישט פארלאזן זיין ארט, דער תפקיד פונעם גענעראל איז נישט די זעלבע ווי דער סאלדאט, און די אויפגאבע פונעם ציל שיסער איז נישט די זעלבע ווי דער וואס פירט דעם וואגן, און אוודאי האט דער מלך אויך זיין וויכטיגע חלק און זיין פלאץ וואס ער דארף טוהן... אבער ביי פרעה איז נישט דא קיין "מכיר את מקומו" נאר ביי איהם איז אלעס איינס, ער איז נישט מייחס קיין שום חשיבות און קיין אייגנארטיגקייט צו קיינעם, און אפילו נישט פאר זיך אליינס.
דערפאר טאקע שטייט ביי פרעה וְהִנֵּה מִצְרַיִם נֹסֵעַ אַחֲרֵיהֶם - בלב אחד כאיש אחד, ווייל ביי פרעה איז נישט באמת פארהאן קיין 'איש' עס עקזיסטירט נישט ביי איהם די חשיבות פון א איש, די מענטשן זענען נישט געווען חשוב אין זיינע אויגן, ער רעכנט זיך נישט מיט זיי און ער אנערקענט זיי נישט, און די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטוהן איז אז ער האט אנגעהייצט די געמיטער און אנגעווארימט די הערצער און זיי איבערגערעדט צו קומען מיט איהם, עס איז געווען בעיקר א "לב אחד" וואס האט אויך געשאפן דאס ביסל אחדות און זיי צוזאמגעברענגט ווי א איש אחד.
אבער להבדיל אלף אלפי הבדלות, ווען כלל ישראל קומט צו גיין צו מתן תורה, דארט איז "כאיש אחד בלב אחד", די ערשטע זאך איז דער "איש!" יעדער איינער איז א מענטש פאר זיך, א אדם חשוב, יעדער איינער האט זיין מקום און זיין מעלה וואס קיין צווייטער האט נישט, שֶׁאֵין לְךָ אָדָם שֶׁאֵין לוֹ שָׁעָה... און ווען די אלע פאראייניגן זיך צוזאמען ווערט עס "כאיש אחד בלב אחד" אז די אלע אויסגערופענע יחידים באקומען איין הארץ און איין מטרה פיל מיט אהבה ואחוה גרייט מקבל צו זיין די תורה.
און דאס איז טאקע וואס השי"ת זאגט אונז דארט, וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ, אז איר אידן וועלן זיין א קעניגרייך פון כהנים און א הייליג פאלק! יעדער איינער פון אייך איז א 'כהן' און א 'קדוש' אין זיין געוויסע בחינה, יעדער איינער פארמאגט א תפקיד און א שליחות, יעדער איינער האט זיך זיין חלק אין די תורה, און זיין אויפגאבע אויף די וועלט. ווי מיר האבן פריער געפרעגט אז ס'קען דאָך נישט זיין א פאלק בלויז פון כהנים אדער קדושים, אבער ווען יעדער איינער שיינט אין זיין אייגענע פְּרַט און אין זיין אייגענעם ווינקל, דאן איז עס יא מעגליך, ווייל יעדער איז באמת א כהן אין א אנדערע הינזיכט וואס נאר ער פארמאגט...
און ווי פאסיג איז דאס מיט וואס די תורה הקדושה דערציילט אונז אנהייב פון אונזער פרשה אז ווען יתרו איז געקומען צו גיין האט ער באמערקט ווי משה רבינו זיצט און משפט דעם פאלק איינער אליינס, און דער עולם שטייט איבער איהם פון צופרי ביז ביינאכט, און יתרו זאגט צו משה אז ס'קען נישט אזוי אנגיין, נָבֹל תִּבֹּל דו וועסט מיד ווערן און דו וועסט דאס נישט קענען באווייזן אליינס, ס'איז צו שווער אזוי צו פירן דאס פאלק, נאר מען דארף איינשטעלן א מהלך פון ערליכע און אמת'דיגע מענטשן יראי ה' וואס מ'זאל זיך קענען ווענדן צו זיי מיט די פארשידענע שאלות און ענינים, און עס זאל האבן א סדר, מען זאל אוועקשטעלן שָׂרִים פון טויזענטער, הונדערטער, פופציגער, און פון צענער, אזוי ארום אז יעדע איד אין כלל ישראל זאל האבן זיין דַיין און מורה הוראה. וואס בדרך רמז איז דאס מרמז אויף דעם ענין אז יעדער יחיד האט א חשיבות, דער קול פון יעדער איד דארף געהערט ווערן, און יעדער איינער דארף האבן וואו אהין זיך צו ווענדן! כלל ישראל איז גענוי די פארקערטע פון קליפת פרעה, ביי אונז איז מען מחשיב יעדן איינעם באזונדער, אַל תְּהִי בָז לְכָל אָדָם וְאַל תְּהִי מַפְלִיג לְכָל דָּבָר...
היוצא לנו, מיר דארפן אפלערנען פון דעם א געוואלדיגע חיזוק פאר אונז, אז יעדער מענטש אין כלל ישראל פארמאגט א אייגענע חשיבות, ער האט אין זיך געוויסע כוחות וואס השי"ת האט איינגעפלאנצט אין איהם אז דאס זאל ער קענען צוגעבן צו די וועלט, צו כלל ישראל, צו די תורה, און מיר ווייסן קיינמאל נישט ווען איז אונזער צייט, ווען מיר זענען דער איין איינציגסטער שליח פון השי"ת אויפצטוהן און אוסצופירן א געוויסע זאך.
ווי אויך איז דאס מחייב א איד צו 'וועלן זיין זיך אליינס' און נישט זוכן צו קריכן צו מדריגות וואס באלאנגן נישט צו איהם, נישט זוכן 'נאָכצומאַכן' דעם און יענעם, נאר נוצן די כלים
און כשרונות וואס דער רבוש"ע האט דיר געשאנקן און זענען געאייגענט פאר דיינע תפקידים. ווי הרה"ק רבי מרדכי יוסף פון איזביצא זי"ע טייטשט אין ספר מי השילוח די פסוקים אינעם סוף פון אונזער פרשה, "לֹא תַעֲשׂוּן וגו' אֱלֹהֵי כֶסֶף" וֵאלֹהֵי זָהָב לֹא תַעֲשׂוּ" א איד זאל נישט זוכן צו כאפן גרויסע מדריגות פון אהבה ויראה וואס זענען נישט לויט זיינע השגות, דער רבוש"ע זוכט דאס נישט פון דיר, נאר "מִזְבַּח אֲדָמָה תַּעֲשֶׂה לִּי" דער רבוש"ע וויל פון דיר דאס ביסל פשטות, אזויווי ערד, דער אייבישטער וויל פון דיר וואס 'דו' קענסט און וואס עס ליגט ביי דיר אין הארצן באמת, אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט מקויים ווערן דעם "אָבוֹא אֵלֶיךָ וּבֵרַכְתִּיךָ"...
און ווי מיר געפונען דעם ענין אויך ביי די מצוה פון 'הגבלה' אין וועלכע השי"ת האט 'איינגעצוימט' די אידישע קינדער ביי מתן תורה, כלל ישראל האט באקומען א ספעציעלן אָרט, און א ציווי השי"ת אז יעדער זאל בלייבן שטיין אויף זיין פלאץ און נישט זוכן צו קריכן העכער. ווי די תורה זאגט אונז וְעָלִיתָ אַתָּה וְאַהֲרֹן עִמָּךְ וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם אַל יֶהֶרְסוּ לַעֲלֹת אֶל ה', און רש"י ברענגט פון חז"ל "אתה מחיצה לעצמך, ואהרן מחיצה לעצמו, והכהנים מחיצה לעצמם", ווייל יעדער האט א פלאץ און א תפקיד, און קיינער האט נישט געמעגט גיין אינדרויסן פון זיין באשטימטע גרעניץ, עס איז דא א ספעציעלע שליחות און תפקיד פאר משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל, ס'איז דא א מקום מיוחד פאר אהרן, פאר אלע כהנים, פאר די זקנים, און פאר יעדער איד באזונדער, און ס'איז נישט קיין שום סתירה, יעדער באלאנגט טאקע אויפצטוען אויף זיין מקום קבוע וואו השי"ת האט אים אוועקגעשטעלט, ווייל יעדער איינער האט זיך זיין שליחות און מיר דארפן נישט פראבירן צו נעמען יענעמ'ס עבודה, נאר זוכן אונזער אייגענע עבודה און די אייגענע תפקיד, און טוהן דאס בעסטע וואס נאר מעגליך אז ווען ס'וועט קומען די ספעציעלע 'שעה' און 'מקום' אויף וואס מיר זענען געשטעלט געווארן פון הימל, זאלן מיר דאס אויספירן ווי עס דארף צו זיין און זיין א געטרייע וואס פירט אויס ערליך זיין שליחות.
לסיכום געדענק:
• יעדער נברא אויף די וועלט האט געוויסע מינוטן און מצבים וואס נאר ער קען אויפטוהן און שיינען, אויב נישט וואלט ער נישט באשאפן געווארן!
• "כי בכל אחד מישראל יש קדושה ודבר יקר, מה שאין כן באחר זולתו" די נקודה געפונט זיך נישט אין קיין שום אנדערע מענטש אויף די וועלט, און מיר זענען מחוייב צו גלייבן דערין באמונה שלימה.
• מיר מוזן זוכן צו טוהן אונזער 'אייגענע' תפקיד און אונזער שליחות, און נישט טוהן וואס יענער טוט.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
יתרו - נאר דיר און נישט קיין צווייטן!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פשיהא!!! דער עולם שטייט צעביסלעך אויף לתחיה!יתרו האט געשריבן:הא? וואס? אביסעל דרך ארץ!
באלד הערט מען שוין די שופר של משיח...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!