מסלף דברי ראשונים!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

מסלף דברי ראשונים!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ליידער זענען געשריבן געווארען שרעקליכער דברי חירוף אין היימישע צייטונגען ואין פוצה פה ומצפצף?!?!

די וואך איז דא אן ארטיקל אין איינע פון די היימישע אידישע צייטונגען, וואס א שרייבער שרייבט נעגאטיוו אויף פירושים געבויעט ע"פ פשוטו של מקרא.

צווישען אנדערע ברענגט דער שרייבער אראפּ דעם באקאנטע רשב"ם אין פרשת וישב, אבער ער זאגט פאר די ליינער נאר די רישא פון רשב"ם אבער נישט דער סיפא!?

ער ברענגט די חלק וואו דער רשב"ם שרייבט פארוואס מ'האט אמאל עוסק געווען מער מיט דרש ווי פשט, אבער דער שרייבער ברענגט נישט פאר די ליינער דאס וואס די רשב"ם פירט אויס אז זיין זיידע רש"י און אויך ער, האלטען אז מען דארף מאכען פירושים אויך אויף פשוטו של מקרא, כלשונו הזהב; וגם רבנו שלמה אבי אמי מאיר עיני גולה שפירש תורה נביאים וכתובים נתן לב לפרש פשוטו של מקרא, ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו והודה לי שאילו היה לו פנאי היה צריך לעשות פרושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום!!!

דער שרייבער זאגט אז דאס טוען נאר משכילים פון די לעצטערע דורות....

בו בעת וואס די רשב"ם זאגט גלייך נאכדעם אז ער גייט יעצט מאכען א פירוש ע"פ פשוטו של מקרא, גייט די צייטונג שרייבער און שרייבט אנשטאטס דעם אז דאס טוען די משכילים.. רחמנא ליצלן!!

דא איז די לשון הרשב"ם
רשב"ם וישב; אלה תולדות יעקב. ישכילו ויבינו אוהבי שכל מה שלימדונו רבותינו כי אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אף כי עיקרה של תורה באת ללמדנו ולהודיענו ברמיזת הפשט ההגדות וההלכות והדינין על ידי אריכות הלשון ועל ידי שלשים ושתים מידות של ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי ועל ידי שלש עשרה מידות של ר' ישמעאל.

והראשונים מתוך חסידותם נתעסקו לנטות אחרי הדרשות שהן עיקר, ומתוך כך לא הורגלו בעומק פשוטו של מקרא ולפי שאמרו חכמים אל תרבו בניכם בהגיון, וגם אמרו העוסק במקרא מדה ואינה מדה העוסק בתלמוד אין לך מדה גדולה מזו, ומתוך כך לא הורגלו כל כך בפשוטן של מקראות וכדאמ' במסכת שבת הוינא בר תמני סרי שנין וגרסינ' כולה תלמודא ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.

וגם רבנו שלמה אבי אמי מאיר עיני גולה שפירש תורה נביאים וכתובים נתן לב לפרש פשוטו של מקרא, ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו והודה לי שאילו היה לו פנאי היה צריך לעשות פרושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום.

דאס איז פונעם צייטונג שרייבער
IMG-20230209-WA0148.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@נשר הזהב, גדולים וטובים האבן שוין געווייטאג אויף די ענין.

דבר בעתו מה טוב
אין די וואכעדיגע סדרא פרשת יתרו, די פרשה וואס מיר לערנען פון קבלת התורה, איז דאך אוודאי יעצט דער צייט אויפסניי מקבל זיין די תורה הקדושה.

מיר לעבן איצטערט אין א שווערע דור, א תקופה וואס אזויגערופענע חסידישע שרייבער און פּרעדיגער זענען מפרסמים מאמרים אין צייטונגען. ליידער איז עס אזוי געווארן, נישט מער נישט ווייניגער, ס'קענען קומען געלונגענע צייטונג שרייבער און איבערגעגעבן פאר תמימות'דיגע אידען זייערע אייגענע אויפגעבויטע תורה'דיגע מיינונגען.

במשך הדורות זענען אויפגעקומען פארשידענע כיתות אין כלל ישראל ממינים מינים שונים וואס האבן מדעת עצמם אריינגעדרינגן מיט זייער אייגענע פארשטאנד וואס עס איז דער דעת תורה, ס'זעהט אויס אז דאס איז אויך די היינטיגע נסיון הדור, נעמליך צייטונג שרייבער גייען אונז זאגען וואס מיר דארפען אננעמען אלס א דעת תורה לויט זייער פארשטאנד.

מיר מוזן שטיין פעלזן פעסט און זיך מחזק זיין, אידן וועלן ווידעראמאל מקבל זיין די תורה און זיך מכניע זיין צו די אמת'ע דעת תורה הברורה המקובלת לנו מדור דור, תורה שבכתב ובע"פ ראשונים אחרונים. מיר וועלן זיך דערווייטערן, אונז מיט אונזער קינדער פון אלע אזויגערופענע השקפה'דיגע ארטיקלען פון אלע צייטונגען.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

כאילו ווען די רשב"ם זאגט אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט וואלט ער געווען די רשב"ם און אונז דארף מיר ברענגען א ראיה אז מ'לערענט פשוט פשט. אויב ווייזט ער מיר טאקע אויף אז די רשב"ם האלט אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט האט ער מיר אויפגעוויזן אז מ'טאר נישט לערנען רשב"ם. נישט אז מ'טאר נישט לערנען די הייליגע תורה. געוואלד!

אזויווי די רשב"ם איז געווען פאר די צייט פון די משכילים טא פארוואס זאל ער זאגן אזוינע שטותים אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט.. פארשטייט יעדער בר שכל אז די צייטונג שרייבער איז א מסלף.

סתם אזוי מנעו בניכם מן ההגיון איז א מליצה אז ס'מיינט לערנען תורה פשוט פשט. אוודאי גייט עס ארויף אויף חכמה יוונית וכו'. נאר וואס דען אז מ'לערנט נישט פשוט פשט ווייסט מען נישט..


נ.ב. רב כהנא האט געקענט ששה סדרי משנה ביי די אכצן. נישט ש"ס וואס אונז רוף מיר ש"ס (וואס האט נאכנישט עקזיסטירט). און אן די רע"ב. א שיינע פאר בחורים היינט קענען עס און פארשטייט זיך אז די גאנצע כוונה איז אז דאס איז נאר געווען אלץ בחור'ל וואס ער האט אזוי געטראכט און ווען ער איז אריין אין ישיבה האט ער עס נישט געזאגט ווייל מ'וואלט אים ווען ארויסגעווארפן פון ישיבה אז ער זאגט אזוינס און וויאזוי די גמרא פירט טאקע אויס. וואס קען מען זיך לערנען פון רב כהנא? דליגמר איניש והדר לסבור. און רב כהנא שעמט זיך דארט מיט די פאקט אז ער ווייסט נישט פשוט פשט. און טאקע דאס שרייבט די רשב"ם פארוואס ער גייט מאכן א פירוש על פשט דא ווי די ידידינו @דער גאלדענע אדלער פירט אונז אריין צו די גאנצע קאנטעקסט.

בקיצור איך בין רויט אין פנים אז איך וואוין צווישן אזוינע פאלנע שקרנישע עמי הארצים אן קיין טראפ שכל וואס שטעלן די טאן פאר די הייליגע תורה. מ'קען ממש צופלאצט ווערן פון די קינדערישע פארשעמונג פון חכמה און תורה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: מסלף דברי ראשונים!

שליחה דורך פרנס החודש »

דער שרייבער איז א מענטש וואס ברויך נעבעך שרייבן גראבע ליגנס אין די צייטונגען פאר זיין פרנסה, ווען מען פרעגט אים איבער וואס ער׳ט געשריבן ענטפערט ער נישט ווייל ער איז זייער פארנומען (צו שרייבן נייע פאלשהייטן).

די תלונה איז איבער די ציייטונגען וואס פארלאנגען אזוינס פון זייערע שרייבער, און די קהילות וואס זענען אפיליאירט מיט די צייטונגען.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: מסלף דברי ראשונים!

שליחה דורך כרם זית »

די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

כרם זית האט געשריבן:די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...
ס'איז טאקע אמת אז דער מנחת אלעזר טייטשט דאס אויס אויף סודות, אבער די שטיקל רשב"ם האט אויך א פשטות, ואין רשב"ם יוצא מידי פשוטו, עס איז ביידע אמת, עס ליגט אין דעם טיפער'ס אבער עס האט א פשוט'ע פשט אויך, און דער מנחת אלעזר קריגט זיך נישט דערמיט.

פשוטו של מקרא על פי תורת הבעל שם טוב מיינט ווען מען וועט זיך מפשיט זיין פון גשמיות וועט מען משיג זיין די אמת'ע טיפע ריכטיגע פשט, דער בעש"ט האט זיך אויך נישט געקריגט אויף די פשוט'ע טייטש פון די ווערטער נאר ער האט געהאלטן אז אליבא דאמת מיינט דאס סאך טיפער און נאך טיפער.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

כרם זית האט געשריבן:די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...
מראה מקום בבקשה
פארשפארט