yesiknow האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מאסן רוצח
ויפל מישראל שלושים אלף איש ווער איז די מאסען מערדער דא אין ווער איז די מציל ? נאר וואס דען ...
על פי תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק ב', הלכה ח' (דפוס וילנא: דף י"ד, עמוד א'): "בית דינו של גדעון ושל יפתח ושל שמשון שקולין כנגד משה ואהרן ושמואל" גם יחד.
כאמור איז ער א טשערי פיקער אזוי ווי אלע וואס זענען עוסק אין די ענינים.
איך לייג אריין אין א זוך דיין אייגן פאבריצירטע פסוק פון 'ויפל מישראל שלושים אלף איש' און עס קומט מיר גארנישט ארויף. אפשר ברענגסטו מיר וואו עס שטייט, אז איך זאל עס געהעריג קענען אנאליזירן? אדער אפשר האסטו מורא אז דו וועסט נאך ארויסגיין חוזק?
איך האב אין מיין ארטיקל בעיסיקלי איבערגעטייטש פסוק ביי פסוק פון וואס עס שטייט און נ"ך, איך האב אריינגעווארפן אפאר שטיקלעך פון אונזער באקאנטע תלמוד בבלי אויף דעם ענין. עס איז דיר נישט געפאלן ביסטו געגאנגען אפירקראצן עטליכע תלמיד ירושלמי'ס, און איך בין נאך דער טשערי פיקער...
בלויז נאכקוקנדיג איינע פון דיינע מאמרי חז"ל וואס דו ברענגט דא, שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט א געפערליכע באנדיט, און דו פראבירסט צו פארדרייען א ירושלמי אז עס זאל דיר פיטן דיין נאראטיוו. איז לאמיר צייגן פאר יעדעם וואס פארא מסלף דו ביסט.
דו ברענגסט א געשניטענע לשון פון די ירושלמי אין ראש השנה, ווי עס שטייט אז "בית דינו של גדעון ושל יפתח ושל שמשון שקולים כנגד משה ואהרן ושמואל גם יחד" דאס דארף מ'כלומר'שט צו צייגן אז שמשון איז געווען אויף די זעלבע הייליגע מדריגה ווי משה און אהרן. ממש א אפענע ראיה אז שמשון איז יא געווען א צדיק! אבער ס'נאר דא איין קליינע פראבלעם. אז מען קוקט אריין אין די ירושלמי זעט מען אז עס שטייט ממש פונקט פארקערט!! לאמיך אראפברענגען די גאנצע לשון:
כתיב, "ה' אשר עשה את משה ואת אהרן ואשר העלה וגו' וישלח ה' את ירבעל ואת בדן ואת יפתח ואת שמואל". ירבעל גדעון, בדן שמשון, יפתח זה יפתח הגלעדי. הקיש שלשה 'קלי עולם' לשלשה אבירי עולם ללמדך שבית דינו של גדעון ושל יפתח ושל שמשון שקולין כנגד משה ואהרן ושמואל.
לאמיר אראפברענגען די גמרא אין בבלי, וואס ברענגט ענדליך צו די ירושלמי, נאר ער שמועסט זיך מער אויס. (כ'ווייס אז דו ביסט דוקא געגאנגען טשערי פיקן די ירושלמי, ווייל אזוי קענסטו עס גרינגער ארומשניידן און ארויסנעמען די ווערטער פון קאנטנקסט)
ראש השנה כה:
משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו", שקל הכתוב 'שלשה קלי עולם' כשלשה חמורי עולם לומר לך ירובעל בדורו, כמשה בדורו, בדן בדורו, כאהרן בדורו, יפתח בדורו כשמואל בדורו, ללמדך שאפילו 'קל שבקלין' ונתמנה פרנס על הצבור הרי הוא כאביר שבאבירים.
זעסטו וואס דא שטייט! דא שטייט קלאר אז שמשון איז געווען א קל! נישט סתם א קל, נאר פון די שלשה קלי העולם! בכלל נישט קיין משה רבינו! סך הכל שטעלט מען צו זייער מאכט וואס זיי האבן צו משפט'ן די אידן, אז זייער פסק האט א תוקף אזוי ווי משה רבינו און מען מוז עס אננעמען. אדרבה! עס שטייט קלאר אז אפילו זיי זענען דוקא יא 'יענע צרה לייט' דאך זענען זיי שופטים און זייער פסק איז א פסק. דאס זאגט אבער גארנישט אויף זייער צדקות! פארקערט! די בבלי מיטן ירושלמי זאגן ביידע פה אחד אז שמשון איז געווען א
קל!!!
איך בין דיר דן לכף זכות אז היות ביסט געווען צו ביזי טשערי פיקינג, האסטו פשוט פארזען די פשוט פשט. איך גלייב נישט אז דו האסט עס געטון בכוונה.
אבער ס'איז מיר שוין פארגאנגען די אפעטיט צו שטיין אין ווארט מיט דיר. אם סארי.