וואס עסט מען שבת?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
וואס עסט מען שבת?
אין וועקער 16 (איך בין אביסל לעיט אין די געים מיטן ליינען די אלטע וועקערס, אבער ר' עקיבא האט זיך אויך געזעצט לערנען ביי די 40, איטס נעווער טא לעיט) איז דא אן הערליכן ארטיקל איבער די היסטאריע פון שבת מאכלים, און די שרייבער גייט דארט אריין צו מסביר זיין אז רוב פון די מאכלים וואס אונז עסן שבת איז בכלל נישט געווען בימי תנ"ך ובימי חז"ל, דהיינו אז אפי' אין די וואכן האבן זיי דאס נישט געגעסן. נאר אלע מאכלים זענען געווארן מיט די צייט לויט וואו מ'האט געוואוינט און ס'האט זיך געטוישט מיט די יארן. בקיצור ס'איז נישטא אזא זאך ווי טראצידיאנאלע עסן, וואס מ'האט געגעסן אלע דורות.
פערזענליך האב איך שוין געטוישט ביי מיר אינדערהיים אסאך פון די מאכלי שבת מפני כמה סיבות. למשל פיש עס איך אסאך מאל טונא פיש מיט וועדשטעבאל'ס, און איך מאך פאר מיינע קינדער טונא סענדוויטש'ס מיט קליינע בילקעלעך און זיי עסן עס אויף זייער שיין. איך דארף נישט זיין פארנומען זיי צו העלפן עסן, און אזוי אויך איז עס מער צוזאמגענומען און ס'מאכט נישט קיין גרויסע שמוץ. לפעמים עס איך אויך סאשי סאלאט און דאס איז ממש אן עונג שבת. בכלל האט מיין ווייב נישט צו סאך ליב פיש, און ס'נישט מער ווי רעכט אז זי זאל אויך האבן עפעס א געשמאקע עסן ביים סעודה, ממילא לאז איך איהר מאכן וועלכע פיש זי איז יא אין די מאד פון. און אסאך מאל לאז איך אויס בכלל די פיש חלק פונעם סעודה. זומער עס איך כמעט קיינמאל נישט זופ, כ'מיין ס'איז דאך הייס, און סתם זיך פארשוויצן מיט א הייסע זופ קומט נישט אריין. און ווינטער איז יעדע וואך דא אן אנדערע סארט זופ, פארשטייט זיך אסאך מאל איז עס טשיקען זופ...
און די זעלבע איז מיט אלע מאכלים, באופן כללי טוישט מען ארום לפי המצב והזמן, זומער ווינטער וכדומה. ווען איך האב געסט פרוביר איך יא ס'זאל זיין מער טראדיציאנאל, אבער ווען נישט איז עס בבחינת אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.
עס איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן וואס דער עולם דא טוט, וויפיל מענטשן האבן געטוישט? און וואס מ'עסט יא. מ'מוז נישט טוישן, אז איינער ענדזשויט זיין קאטשעניו, אין די געפילטע פיש מיטן מייער, איז דאך דאס זיין עונג שבת. אבער מן הסתם איז דא מענטשן אדער עכ"פ זייער ווייבער וואס ענדזשויען עס נישט, איז וואס טוען זיי? האבן זיי געטוישט און עסן זאכן וואס זיי האבן ליב? און אז נישט, פארוואס טאקע נישט? ס'איז דאך נישט קיין עונג שבת פאר זיי און דאס איז דאך וואס מ'וויל ס'זאל זיין.
אזוי אויך איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז געוויסע זאכן זענען שוין יא אריינגעגלידערט אינעם סעודת שבת ווי למשל סעלעט'ס. סיי ביי מאן טאטע און סיי ביי מיין שווער איז דא יעדע וואך פרישע סעלעט'ס ביים טיש, וואס דאס איז נישט פון די טראדיצינאל עסן. (מ'דארף נאך זוכען וויאזוי עס קען זיין ביגמטריא 7 אזויווי אלע מאכלי שבת). זעהט מען שוין ווי זאכן טוישן זיך מיט די צייט, און ביז א הונדערט יאר וועט שוין מעגליך זיין האט דאג'ס פון די הייליגע שבת עסן, און ס'וועט בכלל נישט אויסקוקען ווי אונזערע סעודות וואס אונז זענען צוגעוואוינט צו.

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס דערמאנט פון @דער גאלדענער אדלער׳ס אשכול.
איך פערזענליך פרוביר צו עסן אביסל טשולענט שבת (ביינאכט אויך) אפילו אין די זומער אלס חמין כדאיתא ברמ״א באו״ח סימן רנז סעיף ח (הגם מ׳קען לכאורה טאקע מקיל זיין אין די זומער מכח המ״א שם ס״ק כ אז עס איז דאך דאן מזיק און עס איז אים נישט קיין עונג, וע״ש בפרמ״ג ולהלן בסימן רפח במשבצות זהב אז טאמער איז עס אים א צער דאן איז ״כמעט אסור לו לאכול״ ע״ש).

- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
איך עס ווי א וואך.
די גאנצע "מצווה" לאכול חמין בשבת, ערשיינט צום ערשט אינעם בעל המאור "ויש אומרים כי תקנת רבותינו היא לענג את השבת בחמין". און אפילו דער רמ"א וואס איז מחליט עס צו ברענגן להלכה, שרייבט: "כי זהו מכבוד ועונג שבת". וואס איז לכאורה נישט קיין ספעציפישע תקנה נאר איז נכלל אינעם אלגעמיינעם חיוב עונג, נאר די רמ"א האלט אז עסן חמין איז אן עונג. נו, טייל וואכן בין איך מסכים מיט אים..
און דאס איז לכאורה דער ביאור אינעם מג"א "שמי שמזיק לו מותר לאכול צונן" אז אויב ס'איז אים נישט קיין תענוג איז ער בכלל נישט מחוייב.
(כאטש מ'קען ווען אפשר לערנען אז ס'איז יא א תקנה "לאכול חמין" [כפשטות דברי הי"א המובא ברז"ה] נאר ער קען פשוט נישט עובר זיין אויף עונג שבת לקיים תקנה זו, ולכן דווקא "מי שמזיק לו" ולא "מי שאינו תענוג בשבילו" ודו"ק.)
דרך אגב, איז די רמ"א א פלא וואס ער שרייבט "וכל מי שאינו מאמין בדברי החכמים ואוסר אכילת חמין בשבת חיישינן שמא אפיקורס הוא". אז ער אסר'ט, איז ער דאך דער אפיקורס! ומקור דבריו איז דאך פונעם באקאנטן מליצה פונעם בעל המאור:

וכל מי שאינו אוכל חמין, צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין, ולענג את השבת ולהשמין, הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איך עס יא א טראדיציאנאלע סעודה, טראדיציאנאלע עסן האט א חן.
חוץ די זופ וואס איז סתם אזוי א אפגעפרעגטע מאכל/משקה ביי מיר, (זייט ווען טרינקט מען מיט א לעפל און א טעלער, אז איך גיי עסן גרעיפ דזשוס מיט א לעפעל אין א טעלער וועט מען מיך פארשיקן קיין מאנסי פארק).
מיין זיידע טענה'ט אז סעלמאן פיש איז א וואכענדיגע מאכל, "אלע יארן האט מען געגעסען ווייט פיש שבת" טענה'ט ער, די זעלבע זאך מיט פאטעטע קיגעל, "שבת האט מען געגעסען לאקשן קיגעל", קיקטס אויף א מין ירידות הדורות דאס, באלד וועט מען נאך אנהייבן צי עסן סעלעדס מיט דיפס ביים סעודה.......וואס????מען טיט עס שוין?????
מיין אויפגעקלערטע אייניקל גייט שרייבן אויף "הטטפת//:וווווו.קאוועשטיבעל.מעטעווערס" אזוי, "דער אמת איז אז טאמעיטא דיפ שבת האט נישט קיין מקור ס'איז אזוי ווי תפילת מעריב וואס קיבלו עלייהו חובא" און פארשטייט זיך מען גייט דארפן סיינען פאר די מוסד אז מען טינקט אין טאמעיטא דיפ יעדע וואך, די אויפגעקלערטע גייען טענה'ן אז ס'מיז נישט נישט זיין דוקא טאמעיטא דיפ נאר אפילו מאשרום דיפ איז אויך גיט די עיקר איז אז מען טינקט, להוציא מלבם פון די ליטווישע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן אין שבת, כעין די טשולנט להוציא מלבם של צדוקים.
ס'גייט זיך טיען א טאמעיטא דיפ געכאפעכטץ ביים רבין'ס טיש, די עולם וועט זיך דווייקענען פארן רבין מיט אנגע'חזיר'טע בערד.
ביים טאמעיטא טיש וועט מען זינגען הללוהו במינים ועוגב (עגבניות), כעין גבנונים פאר די שבועות טשיזקעיק פארטי.
אויך וועט די טאמעיטא דיפ זיין א סגולה פאר שידוכים ווייל בלשון יודיש ווערט עס אנגעריפן א ליבעס-עפפל (ניין טאמעיטא איז נישט קיין יודיש ווארט, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס דא איז נישט חל די מיהאלאוויצער תקנה).

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ביידע, די בעל המאור און די רמ"א, שרייבן בלשון שמא, צריך בדיקה און חיישינן. פשוט ווייל פון קיין נישט עסען טשולענט אליינס געשעהנט גארנישט. (קענסט פרובירן, עס נישט טשולענט שבת און פרוביר צו זיין א מאמין בחז"ל דינסטאג...). און אז די טשולענט ברענט זיך צו איז ער אן אפיקורס?תוהו ובוהו האט געשריבן:
דרך אגב, איז די רמ"א א פלא וואס ער שרייבט "וכל מי שאינו מאמין בדברי החכמים ואוסר אכילת חמין בשבת חיישינן שמא אפיקורס הוא". אז ער אסר'ט, איז ער דאך דער אפיקורס! ומקור דבריו איז דאך פונעם באקאנטן מליצה פונעם בעל המאור:וכל מי שאינו אוכל חמין, צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין, ולענג את השבת ולהשמין, הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין.
דאס וואס די רמ"א זאגט "ואוסר אכילת חמין" ברענגט קלארער ארויס די כוונה פון בעל המאור, אז נישט עסען טשולענט "בכוונה" כדי צו גיין אקעגען די מזמין, מבשל, און מטמין, וואס דעמאלט אסר'ט ער זיך פון הנאה האבן עונג שבת ולהשמין, אזוי ווי מ'זאגט, מיט אן אגענדע.
קען זיין העלט נאטס זענען אפיקורסים...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מען מוז נישט עסן טשולענט, מען קען טרונקען א הייסע טיי און ביסט אויס אפיקורס.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
וואלווי די לשון פון דער רמ"א איז ואוסר אכילת חמין טייטש: ווער עס אסר'ט לאמיר זאגן א דיין א מורה הוראה וואס גיבט ארויס א אכשר דרא'עדיגע פסק " אז עס איז אסור צו עסן חמין ".........וואלווי האט געשריבן:ביידע, די בעל המאור און די רמ"א, שרייבן בלשון שמא, צריך בדיקה און חיישינן. פשוט ווייל פון קיין נישט עסען טשולענט אליינס געשעהנט גארנישט. (קענסט פרובירן, עס נישט טשולענט שבת און פרוביר צו זיין א מאמין בחז"ל דינסטאג...). און אז די טשולענט ברענט זיך צו איז ער אן אפיקורס?תוהו ובוהו האט געשריבן:
דרך אגב, איז די רמ"א א פלא וואס ער שרייבט "וכל מי שאינו מאמין בדברי החכמים ואוסר אכילת חמין בשבת חיישינן שמא אפיקורס הוא". אז ער אסר'ט, איז ער דאך דער אפיקורס! ומקור דבריו איז דאך פונעם באקאנטן מליצה פונעם בעל המאור:וכל מי שאינו אוכל חמין, צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין, ולענג את השבת ולהשמין, הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין.
דאס וואס די רמ"א זאגט "ואוסר אכילת חמין" ברענגט קלארער ארויס די כוונה פון בעל המאור, אז נישט עסען טשולענט "בכוונה" כדי צו גיין אקעגען די מזמין, מבשל, און מטמין, וואס דעמאלט אסר'ט ער זיך פון הנאה האבן עונג שבת ולהשמין, אזוי ווי מ'זאגט, מיט אן אגענדע.
קען זיין העלט נאטס זענען אפיקורסים...?
עס שטייט נישט קיין ווארט וועגן טשאלנט
אז דו טרינקסט א ווארימע קאווע במשך שבת איז דאס אויך חמין און וועגן פיש בכלל איז נאר אויב עס איז א עונג צו עסן אויב מען עקלט זיך צו עסן איז מען נישט מקיים קיין מצוות עונג שבת נאר פארקערט און אזוי אויך מיט סיי וועלעכע עסן טרינקען וכו וכ'ו וכ'ו....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
פאסירן פאסירט קיינמאל גארנישט.. און דער בעל המאור מיינט טאקע גארנישט. ער דארף עס פשוט האבן פאר זיין שיר, ער מאכט א מליצה "אז דו זעהסט איינעם קיינמאל עסן חמין. גיי ווייס, אפשר טוהט ער עס גאר בקפידא ווייל ער האלט ווי די צדוקים פשט אין לא תבערו אש".וואלווי האט געשריבן: ביידע, די בעל המאור און די רמ"א, שרייבן בלשון שמא, צריך בדיקה און חיישינן. פשוט ווייל פון קיין נישט עסען טשולענט אליינס געשעהנט גארנישט. (קענסט פרובירן, עס נישט טשולענט שבת און פרוביר צו זיין א מאמין בחז"ל דינסטאג...). און אז די טשולענט ברענט זיך צו איז ער אן אפיקורס?
דער רמ"א איז מחליט מצטט צו זיין א שורה פון א פיוט אין שו"ע, נו שוין. אבער ער פארדרייט עס אינגאנצן מיטן זאגן "אז איינער שרייט אז ער איז א צדוקי [אינו מאמין בדברי חכמים ואוסר אכילת חמין], חיישינן אז אפשר איז ער א צדוקי"..
דער מין פון וואס מ'רעדט דא איז צדוקים שאוסרים לאכול חמין בשבת און האט גארנישט צוטוהן מיט עונג שבת.וואלווי האט געשריבן: דאס וואס די רמ"א זאגט "ואוסר אכילת חמין" ברענגט קלארער ארויס די כוונה פון בעל המאור, אז נישט עסען טשולענט "בכוונה" כדי צו גיין אקעגען די מזמין, מבשל, און מטמין, וואס דעמאלט אסר'ט ער זיך פון הנאה האבן עונג שבת ולהשמין, אזוי ווי מ'זאגט, מיט אן אגענדע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
קהל'ס נער זייער א שיינע תגובה בכלל.... און אלס א איינער וואס איז נישט קיין פיש ליבהאבער בכלל אריינגערעכנט סעמאן אפילו געבאקענע אפילו אינדערוואכן אין איך ארבעט אין א פלאץ וואס מענטשן קויפן דווקא געבאקענע סעמאן וואס איך וואלט אפילו פאר אומזינסט נישט געגעסןקהל'ס נער האט געשריבן:איך עס יא א טראדיציאנאלע סעודה, טראדיציאנאלע עסן האט א חן.
חוץ די זופ וואס איז סתם אזוי א אפגעפרעגטע מאכל/משקה ביי מיר, (זייט ווען טרינקט מען מיט א לעפל און א טעלער, אז איך גיי עסן גרעיפ דזשוס מיט א לעפעל אין א טעלער וועט מען מיך פארשיקן קיין מאנסי פארק).
מיין זיידע טענה'ט אז סעלמאן פיש איז א וואכענדיגע מאכל, "אלע יארן האט מען געגעסען ווייט פיש שבת" טענה'ט ער, די זעלבע זאך מיט פאטעטע קיגעל, "שבת האט מען געגעסען לאקשן קיגעל", קיקטס אויף א מין ירידות הדורות דאס, באלד וועט מען נאך אנהייבן צי עסן סעלעדס מיט דיפס ביים סעודה.......וואס????מען
מיין אויפגעקלערטע אייניקל גייט שרייבן אויף "הטטפת//:וווווו.קאוועשטיבעל.מעטעווערס" אזוי, "דער אמת איז אז טאמעיטא דיפ שבת האט נישט קיין מקור ס'איז אזוי ווי תפילת מעריב וואס קיבלו עלייהו חובא" און פארשטייט זיך מען גייט דארפן סיינען פאר די מוסד אז מען טינקט אין טאמעיטא דיפ יעדע וואך, די אויפגעקלערטע גייען טענה'ן אז ס'מיז נישט נישט זיין דוקא טאמעיטא דיפ נאר אפילו מאשרום דיפ איז אויך גיט די עיקר איז אז מען טינקט, להוציא מלבם פון די ליטווישע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן אין שבת, כעין די טשולנט להוציא מלבם של צדוקים.
ס'גייט זיך טיען א טאמעיטא דיפ געכאפעכטץ ביים רבין'ס טיש, די עולם וועט זיך דווייקענען פארן רבין מיט אנגע'חזיר'טע בערד.
ביים טאמעיטא טיש וועט מען זינגען הללוהו במינים ועוגב (עגבניות), כעין גבנונים פאר די שבועות טשיזקעיק פארטי.
אויך וועט די טאמעיטא דיפ זיין א סגולה פאר שידוכים ווייל בלשון יודיש ווערט עס אנגעריפן א ליבעס-עפפל (ניין טאמעיטא איז נישט קיין יודיש ווארט, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס דא איז נישט חל די מיהאלאוויצער תקנה).
אבער עס אינטרעסאנט צו זעען אז מאנכע מענטשן וואס האקן אויף די סיסטעם מאכן חוזק פון געפילטע פיש וואס איז דרך אגב גאנץ געשמאק עס נישט פיש עס א עסן וואס האט אויך אביסל פיש
א אינגערמאן וואס ארבעט אין א קיטשן און א מאדערענע געגענט האט דערציילט אז יעדע וואך גייט אויס מאסן געקאכטע געפילטע פיש וואס די ווייבליך מיט די הויזן קויפן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
איז דאס א אייגענע חידוש אדער די האסט עני עלטערער מקור אז טאמעיטא הייסט ליבעס עפל?דוד שריפטליך האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:איך עס יא א טראדיציאנאלע סעודה, טראדיציאנאלע עסן האט א חן.
חוץ די זופ וואס איז סתם אזוי א אפגעפרעגטע מאכל/משקה ביי מיר, (זייט ווען טרינקט מען מיט א לעפל און א טעלער, אז איך גיי עסן גרעיפ דזשוס מיט א לעפעל אין א טעלער וועט מען מיך פארשיקן קיין מאנסי פארק).
מיין זיידע טענה'ט אז סעלמאן פיש איז א וואכענדיגע מאכל, "אלע יארן האט מען געגעסען ווייט פיש שבת" טענה'ט ער, די זעלבע זאך מיט פאטעטע קיגעל, "שבת האט מען געגעסען לאקשן קיגעל", קיקטס אויף א מין ירידות הדורות דאס, באלד וועט מען נאך אנהייבן צי עסן סעלעדס מיט דיפס ביים סעודה.......וואס????מען
מיין אויפגעקלערטע אייניקל גייט שרייבן אויף "הטטפת//:וווווו.קאוועשטיבעל.מעטעווערס" אזוי, "דער אמת איז אז טאמעיטא דיפ שבת האט נישט קיין מקור ס'איז אזוי ווי תפילת מעריב וואס קיבלו עלייהו חובא" און פארשטייט זיך מען גייט דארפן סיינען פאר די מוסד אז מען טינקט אין טאמעיטא דיפ יעדע וואך, די אויפגעקלערטע גייען טענה'ן
אויך וועט די טאמעיטא דיפ זיין א סגולה פאר שידוכים ווייל בלשון יודיש ווערט עס אנגעריפן א ליבעס-עפפל (ניין טאמעיטא איז נישט קיין יודיש ווארט, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס דא איז נישט חל די מיהאלאוויצער תקנה).
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
את המילה עגבנייה חידש ככל הנראה יחיאל מיכל פינס, מראשוני ועד הלשון העברית. הוא בחר בשורש עג"ב המציין אהבה ותשוקה מינית. ההשראה לכינוי זה לירק בעל הלחיים האדומות באה משמה של העגבנייה בכמה מלשונות אירופה, כמו בגרמנית Liebesapfel שתרגומו "תפוח אהבה".דוד שריפטליך האט געשריבן: איז דאס א אייגענע חידוש אדער די האסט עני עלטערער מקור אז טאמעיטא הייסט ליבעס עפל?
link
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
זיי קויפן עס נאר ווייל דאס איז זייער איינציגסטע זאך מיט וואס זיי היטן שבת. די טעם פון נאסטאלגיע איז עפעס גאר אנדערש.דוד שריפטליך האט געשריבן:א אינגערמאן וואס ארבעט אין א קיטשן אין א מאדערענע געגענט האט דערציילט אז יעדע וואך גייט אויס מאסן געקאכטע געפילטע פיש וואס די ווייבליך מיט די הויזן קויפן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אין א געוויסע זין האט זיך אנטוויקלט אן החזרת עטרה ליושנה אין די נושא פון מאכלי שבת.
ס'איז וואר אז א היינטיגע שבת טיש פארמאגט מאכלים כעולת שבת בשבתו וואס איז נישט געווען א חלק פון די מעניו יארן צוריק. אין פאקט, די pace פון טויש און adoption ווערט נאר פארשנעלערט פונקט ווי advances אין די מייקראטשיפ טעכנעלאגיע. כד הוינא טליא - אין די שפעטע אכציגער און אנהייב ניינציגער יארן - איז אנגעקומען פון מאה שערים קיין ברוקלין די טאמאטא דיפ. ס'האט גענימען יארן ביז עפעטייזינג קאמפעניס און די שמחה קעטערינגס האבן דאס פארוואנדעלט אין א מסורה מסיני, אזש היינט וואלט מען זיך נישט משדך געווען מיט איימיצער וואס איז נישט טובל בידו ויחזור ויאכל שום מיטן פרוסת המוציא בשעת מאמי גרייט אן און סערווירט די פיש. ערגעץ צווישן 2005 און 2010 איז ערשינדן די jalapeño דיפ. אבער דאן האט עס גענומען בלויז א האלב יאר פאר די מנהג צו כובש זיין לאורכה ולרחבה און באקומען בנות ישראל החמירו על עצמן סטאטוס מיטן וערן א צווילינג מיטן טאמאטא דיפ ווי זכור און שמור, וישראל אם אין נביאים הן בני נביאים הן. פון דארט איז די דיפ פארטי געוואקסן און געיוירען ווי וואסער חלה אויף הייוון. א משפחה וואס סערווירט נישט כאטש פינף סאלאטים אויף ליל שישי און צען אויף פרייטאג צונאכטס, אדאפטירט פון יעדן קאנטינענט און קולטור אויפן ערד קוגל, וועט לכאורה נישט פארעכענט ווערן גענוג אידישליך ביי די נורעמבערג געזעצן 2.0 אינעם קומענדיגן האלאקאוסט.
פון די אנדערע זייט, אבער, ווען מ'קוקט נישט אויף די quantity אדער קאטעגאריע פון מאכלים, און מ'אנאליזירט די גייסט פון מאכלי שבת, זעהט זיך אן א הערליכע שינוי לטובה און צוריקברענגן דעם "אז תתענג."
די זעלבע דור וואס אייסערט זיך אז יעדע נייע מאכל איז א טריט נענטער צו טויפונג פון כלל ישראל פלעגט אויך פירן מערכות אין שטוב איבער די גזירות הכתוב נאטור פון די מאכלים. מ'מוז עסן דאס מאכל אויף יוצא צו זיין און צו ערפילן א גימטריא און א נוטריקון און אן אסמכתא. פערזענליכע אפעטיט און עונג איז לגמרי נישט געווען א פאקטאר. אדרבא, מיר זענען נישט קיין פרעסערס. שבת איז דאך ניטאמאל חציו לכם. ס'איז געווען א חק בלי טעם, פיל מאל תרתי משמע, אז מ'מוז עסן א בונדל, א ציבעלע, א לעק פיש, ווייל אנדערש איז עס חילול שבת. די אריגינעלע און פשוט'ע מנהג אז שבת איז א טאג פון תענוג -- ווען מ'עסט די בעסערע מאכלים, מ'טרינקט די חשוב'ע משקה וואס חז"ל האבן סעלעברעטעט מיט ספעציעלע ברכות (הגפן און הטוב והמטיב) מ'רוהט זיך אפ און מ'שלאפט זיך אויס, מ'באקליידט זיך מיט שענערע בגדים, און מ'פארברענגט אין א ריינע הויז מיט משפחה און גוטע פריינט -- איז פארנאכלעסיגט געווארן. די דאזיגע נשמה פון שבת איז פארוואנדעלט געווארן אין א שעבוד הגוף. מ'מוז עסן פונקט דאס, אפגעזעהן אויב מ'גלייכט דאס אדער נישט.
אבער רוב שטובער היינטצוטאגס, אפשטאמיגע פון די זעלבע פאסט-האלאקאוסט דור, טוען זיך איבערשטייגן איינער דעם אנדערן מיט אפקאכן און זיך איינהאנדלען די בעסטע מאכלים, יעדער מיט זייער אייגענארטיגע רעצעפטן. קאמפעניס און דעליס טוען אהערשטעלן מאכלים מיט א דגוש אויפן היימישן טעם. תבלין אחד יש לנו ושבת שמו שאנו מטילין לתוכו וריחו נודף. די אריגענעל שבת פון להתענג בתענוגים ברבורים ושליו ודגים איז די תבלין וואס די היינטיגע דור האט צוריקגעברענגט. מיר האבן מהפך געווען נגע צו ענג.
אלזא זאל יעדער צולייגן און אראפנעמען מאכלים און געטראנקען צו שבת טיש, און מ'זאל אפי' איינפירן מנהגים איבער וועלכע טשאקלאד און טשיפס מ'איז זיך נוהג צו נאשן בשעת די משפחה זיצט ארום און שפילט board games אדער לערנט אבות, כל זמן ס'איז צום גוף'ס סאטיספאקציע, כידוע וואס דער תולדות שרייבט מיטן משל פון א בן מלך ארומגענומען מיט פויערן.

וואס טאקע עסט מען שבת?
לכאורה עסט מען וואס מען גלייכט.
איינער גלייכט, זיסע קאלטע פיש, און אלע קינדער און אייניקלעך מיינען, אז זיי דארפן ליב האבן וואס די באבע האט ליב צו קאכן.
געווען אמאל ביי איינעם צו גאסט, זיי עסן וואס "זיי" גלייכן.
קודם די חלה איז געווען עפעס א מין איידיע, וואס וואלט מיך נישט אליינס איינגעפאלן.
איך קען אדער באקן, אדער קויפן. מיין חבר'טע, האט געמאכט א שילוב פון ביידע. זי האט געקויפט רוילס וואס זענען רעדי טו בעיק. און זיי צאמגעשטעלט פאר א חלה. סהאט אויסגעקוקט ווי א בלום.
די פארשפייז, אנשטאט פיש מיט דיפס, איז געווען - רייז, און אויף דעם מיני מיטבאלס און סוס.
אנשטאט טשיקען סופ, ( נעם ארויס באנדלעך לאקשן קניידלעך, איינער מאכט עס נאך היינט צוטאגס?) איז געווען = א בארלי מאשרום זופ.
פאר די מעין דיש, האט זי שוין יא געגעבן, וואס דער עולם איז צוגעוואוינט. סאיז געווען =
בהמה פלייש.
סעסעמי טשיקען.
פענסי גרין בינס.
בעיקט פטעיטעס.
רייז מיט וועדשטעבולס.
פטעיטע קוגל.
און פאר דיזירט, איז געווען = 3 סארטן קעיק, מיט 2 סארטן אייזקריעם.
סאיז געווען א פיינע סעודה.
אט דאס הייסט מכבד געווען דעם שבת!

- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
When you have guests at home general speaking you will serve them what they like what they prefer if you will serve them what you like they will not very much appreciate that so the seven day in the week is like a guest coming to our house you have to serve him what he likes or she likes if you do that at that point you could sayלכבוד שבת קודש.
ויש חולקים וכו' רק להעיר באתי לגני אחותי...

יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
נויפס!yesiknow האט געשריבן:When you have guests at home general speaking you will serve them what they like
האבן געסט, איז דא אפאר מינע וועגן.
איר רעדט, ווען איינער איז אנגעוויזען אין די סעודה. צו סאיז בחורים, סעם מיידלעך, צו סתם מענטשן, וואס זענען אנגעוויזן אין אייער הייסע טעלער זופ.
נאך דעם איז דא א מין זאך, סהייסט עקספיריענסן, יענעםס סעודה.
ווען איך האב געסט, קאך איך לויט, וואס דו פארלאנג איז. דאס הייסט: אויב איז עס מענטשן וואס מיין מאן פיקט אויף פון שוהל, אדער משפחה געסט, צו וואטעווער, קאך איך לויט, וואס איך ווייס אז די געסט גייען ליידיג מאכן טעלערס. און אויך רעדט מען ביים טיש זאכן, וואס גייט 'זיי' אינטערעסירן.
נאכדעם, איז דא א פאן סעודה. אדער לאדענט מען פרענדס, אדער גייט מען צו זיי. דאס הייסט: זיי ווילן עסן און אויסטרייען, 'מיינע' עסן, זיי ווילן עקספיריענסן א שבת מיעל ביי מיך, וואס 'איך' האב ליב. און ווען מיינע פרענדס לאדענען מיין משפחה'לע, צו זייער שבת מיעל, ווילן 'אונז' עסן וואס 'זיי' האבן ליב. און שמועסן נושאים וואס זיי אינטערעסירט.ווייל אונז גייען נישט ווייל אין מיין הויז פעלט עסן. איך גיי ווייל איך וויל ענדשויען א אנדערע מין סארט סעודה. און שמועסן זאכן, וואס זיי האבן ליעב. סאיז מער דשעינדש אף סינערי.
האבן געסט קען האבן אפאר טייטשן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
אלס אשת חיל מי ימצא ווייסטוך זיכער אז שבת איז נישט קיין טעיסטינג עווענט, נאר דא הוא סעודתא דחקל תפוחין קדישין, עס איז גאר א אנדערע בחינה, מהו שבת שמא דקודשא בריך היא, עס איז מעין עולם הבא יום שבת מנוחה. שוין, מען קען נישט האלטען קיין דרשות דא, זאל מקויים ווערען די פסוק בטח בה לב בעלה ושלל לא יחסר... אם הבעל מקבל מה שצריך הכל יסתדר וגם יקיום הסוף ואת עלית כולנה ודי בזה.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אינטערסאנט. איך פלעג גראדע נישט אנקוקן @yesiknow אלס א טראלל. אבער זייט זיין שובבי"ם צאמברוך, שטעלט ער זיך עקסקלוסיוולי אהער אלס אן ערשט קלאסיגע טראלל מיט אלע פירושים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
רבותיי!
איך מיין אז איך וועל מיך ארויסציען פון שטיבעל. צופיל קאפי געטרינקען דעי וואך דא.
@yesiknow, איז קלאר נישט קיין טראלל. איך האב מיך אויסגעשמועסט מיט אים אין פריוואטע קאפי צימער, און סאיז ארויסגעקומען, אז פרויען נעמען פלעין זאכן, נישט אין פראפארציע. ער איז א פיינע ניק. רייסט אים ביטע נישט אראפ.
איך נעם די שולד אויף מיך, ווייל איך זעה, אז שוין די צווייטע מאל, וואס מען באשולדיגט א ניק, איז עס נאך, וואס איך האב געשריבן עפעס, מיט צופיל געפילן. ( פרויען באלאנגען טאקע נישט דא )
לחיים, לאמיר טרינקען קאווע צוזאמען. און נישט פארגעסן, אז אונטער יעדע ניק, קלאפט א עכטע הארץ, וואס שרייבט די ווערטער.