(במאמר המוסגר, איך האב שוין געהאט אפגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל, און עס האט זיך בטעות אלעס פארמעקט. דאס וואס איר ליינט דא איז שוין איבערגעשריבן צום צווייטן מאל. זאלט עטץ וויסן אז אזא ארטיקל קומט נישט צופיס...)
מיט לאנגע יארן צוריק אין די צייטן פון די שופטים, איז געגאנגען א איד פון שטאט הר אפרים - זיין נאמען איז אונז אומבאקאנט, ער ווערט בלויז אנגערופן אין די פסוקים מיטן נאמען 'איש לוי', און ער האט זיך גענומען א פילגש פון שטאט בית לחם.
(א פילגש איז א פרוי וואס מען האט חתונה מיט איר אן קיין קידושין אדער כתובה; סנהדרין כא.)
למעשה איז די פילגש נישט געווען געטריי צו איר מאן, זי האט מזנה געווען תחתיו, זי איז ארויס מיט א צווייטע מאן. די קאפל האט זיך צעטיילט, און זי איז צוריקגעגאנגען וואוינען צו איר טאטעס שטוב אין בית לחם. עס איז אריבער פיר חדשים צייט, און דער 'איש לוי' האט זיך אנגעהויבן בענקען, ער האט מחליט געווען אז ער וויל צוריקנעמען זיין פילגש און ווייטער וואוינען מיט איר, האט ער איינגעשפאנט זיינע אייזלען, צאמגענומען זיינע יוקלעך און זיך ארויסגעזאלט אויפן וועג צו בית לחם.
זיין שווער האט זיך זייער געפרייט אים צו זען, און ער האט אים גאר שיין אויפגענומען. ער האט אים געגעבן צו עסן, טרינקען און שלאפן, און אים געמאכט פילן ווי ביי זיך אינדערהיים. דער איש לוי האט זיך טאקע איבערגעבעטן מיט זיין פילגש, און מען האט געטאנצן ריגעלע ריגעלע רוגז אזש ס'איז געגאנגען א רויעך. ער האט זיך אזוי אויפגעהאלטן ביים שווער דריי טעג. די פערטע טאג צופרי האט ער זיך געגרייט ארויסצולאזן אויפן וועג מיט זיין פילגש צוריק צו זיין שטאט, האט זיין שווער זיך איינגעבעטן אז ער זאל קודם עסן א גוטן פרישטאג, און ערשט דערנאך גיין. די וואוילע איידעם האט זיך געלאזט איינבעטן און זיי האבן זיך געזעצט צו א סעודה. ווי נאר מען האט געענדיגט עסן האט ער איש לוי זיך געוואלט ארויסלאזן אויפן וועג, האט אים זיין שווער זיך איינגעבעטן אז ער זאל איבערשלאפן נאך איין נאכט מיט אים. די איידעם האט עכט נישט געהאט קיין נערוון, ער האט שוין געוואלט פארן, אבער אז דער שווער בעט, ווי קען מען אפזאגן? איז ער געבליבן נעכטיגן נאך א נאכט.
די נעקסטע טאג אינדערפרי האט זיך דער איש לוי ווייטער געוואלט ארויסלאזן אין וועג, האט אים זיין שווער נאכאמאל געבעטן אז קודם זאל ער זיך זעצן צו א סעודה, דער איידעם האט צופיל ברירות נישט געהאט, און זיך געזעצט עסן. דער שווער האט ארומגעשלעפט און פארברענגט מיט די צייט. נאכן עסן ווען דער איידעם האט שוין געוואלט פארן, ריפט זיך אן דער שווער, "ווייסטע וואס! עס פאלט מיר איין א מורא'דיגע געדאנק! אפשר בלייבסטו נעכטיגן דא פאר נאך א נאכט..?! דער איידעם האט געזען אז ער מוז דא אראפשטעלן א פיס, אז נישט וועט ער שוין בלייבן סטאק דארטן לעולם ועד ביים קאנטראלירנדע שווער, האט ער זיך געגעבן א טוה אן די קאפאטע, געגעבן א כאפ זיין פילגש, געוויזן ביי ביי פארן שווער, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
אזוי גייענדיג האט די נאכט אנגעהויבן צוצופאלן, האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם מאפע און געזוכט דעם נענסטן דערפל וואו זיי קענען נעכטיגן. זיין שמק יונגל האט טאקע געטראפן נישט צו ווייט פון דארטן א יבוסי שטעטל וואס איז געווען פאסיג איבערצונעכטיגן, אבער דער איש לוי האט געהאלטן אז ס'נישט גענוג פארזיכערט צו נעכטיגן אין
א גויאישע דערפל, האט ער מחליט געווען צו גיין אביסל ווייטער און נעכטיגן אין דעם דערנעבנדיגע שטאט גבעה, וואס איז געווען א אידישע שטאט, א חלק פון נחלת בנימין.
(וועלן מיר באלד געוואר ווערן וויפיל מער פארזיכערט די אידישע שטאט איז געווען...)
זיי האבן גענייגט צום שטעטל גבעה און ארויף אויף די הויפט גאס צו זען ווער עס וועט זיי איינלאדענען איבערצושלאפן די נאכט. למעשה האט זיך קיינער נישט וויסנדיג געמאכט פון זיי, און זיי זענען געבליבן שטיין אינמיטן א פרעמדע שטאט אינגאנצן פארלוירן נישט וויסנדיג וואו צו גיין. זיי הערן פלוצלונג ווי שווערע טריט קומט צו גיין און זייער ריכטונג, זיי דרייען זיך אויס און זעען ווי פונדערווייטנס קומט צו גיין אן עלטערע איד, נאך א גאנצע טאג פון שווערע ארבייט אין פעלד. דער אלטער זעט א גרופע פון פרעמדע געסט שטייען אזוי פארלוירן אינמיטן שטאט, האט ער זיי איינגעלאדנט צו זיך אהיים איבערצונעכטיגן די נאכט. ער האט זיי שיין אויפגענומען, געגעבן צו עסן און אנגעוויזן וואו צו שלאפן.
זיי האבן זיך נאך געהאלטן אינמיטן אויספאקן פון די לאנגע וועג, ווען מיטאמאל הערט מען הויכע קולות פונדרויסן פונעם הויז. דעכ בעל הבית איז געגאנגען קוקן וואס עס טוט זיך, ער עפנט שטייטלעך אויף די טיר, און זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ער גלייבט ממש נישט וואס זייענע אויגן זעען. ער זעט ווי די מעשה פון פרשת וירא מיט די מלאכים אין סדום שפילט זיך אפ לעבעדיג פארנט פון זיינע אויגן! ער האט זיך קודם געציפט צו זען צו ער חלומ'ט נישט וואך, אפשר חלומ'ט ער בלויז איבער דאס וואס ער האט געלערנט אין די פרשת השבוע? אבער ניין! ס'איז עכט! ס'שטייען א גאנצע גרופע פון אידישע באנדיטן און שרייען, גיב אונז שוין ארויס דיין גאסט וואס איז נארוואס אנגעקומען און שטאט, מיר ווילן שוין מאכן מיט אים משכב זכר..!
דער אלטער איד קוקט זיי אזוי אן, "האלאו?! זענט עטץ פון קאפ געפאלן? ענק האבן נישט בעסער וואס צו טון ווי אריינקלאפן ביי מיר אינדערהיים און פארלאנגען משכב זכר פון א פרעמדע גאסט וואס איז נארוואס אנגעקומען אהער אין שטאט?! ענק מיינען אז דא איז סדום צו וואס? גייטס קנאקטס ענק אליין אויס איינע דאס אנדערע און לאז אונז דא אלע צורוה"!
די חברה האבן אים אבער קלאר געמאכט אז זיי מיינען נישט קיין מאנקי ביזנעס, זיי מיינען עס זייער ערנסט. דער זקן האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער אנגעפאנגען צו פארהאנדלען מיט זיי. "קוק אהער", האט ער זיך געבעטן, "איך האב דא ביי מיר אינדערהיים א גאר שיינע געראטן טאכטער וואס קיין מאן האט נאכנישט געוואוינט מיט איר, חוץ מזה איז אויך דא איצטער ביי מיר אין שטוב א שיינע פילגש. איך וועל זיי צוויי ארויסברענגען, און ענק וועלן קענען טון מיט זיי וואס ענקער הארץ באגערט נאר. אבער ביטע, טוטס נישט חלילה קיין מעשה נבלה מיט מיין גאסט".
(גאר א געטרייע טאטע, ער לערנט אויס פאר זיין טאכטער צו טון וואס איז ריכטיג, איך מיין אז די לעסן וועט איר באגלייטן פאר איר גאנץ לעבן...)
די חברה האבן נישט מסכים געווען, זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט. זיי האבן געשריגן "גיב אונז שוין ארויס דעם גאסט" אז נישט וועסטו שוין ביטערליך חרטה האבן. (זעט אויס אז זיי זענען געווען געי, און עס האט זיי נישט אינטערסירט די מיידלעך)
דער איש לוי האט געזען כי כלתה אליו הרעה, די מצב איז ביטער ווי זית, האט ער געגעבן א כאפ זיין פילגש און איר געגעבן א ווארף ארויס צו די חברה און שנעל פארשלאסן די טיר. די באנדיטן האבן איר גענומען און גערעיפט און עביוזט אגאנצע נאכט (זעט אויס אז זיי זענען למעשה געווען בייסעקשועל). ווען עס האט אנגעהויבן צו טאגן האבן זיי איר ענדליך אפגעלאזן. זי האט גאר שווערליך געמאכט אירע טריט צוריק צום הויז און ווי נאר זי האט דערגרייכט די קלאמקע פונעם טיר איז זי ליידער אראפגעפאלן אויפן ערד א טויטער מרוב עביוז רח"ל.
דער איש לוי איז אויפגעשטאנען אינדערפריה (זעט אויס אז ער האט זיך געלייגט שלאפן ווי קיינמאל גארנישט... ) און געוואלט ווייטער פארן אין וועג. ער איז ארויס פון הויז און געזען ווי זיין פילגש ליגט דארטן אויפן ערד. ער האט נישט געוויסט אז זי איז שוין נישט בין החיים, האט ער זיך אנגערופן צו איר, "פילגש טייערע, איך ווייס אז איך האב דיר נעכטן געווארפן ווי א הינט צו געפערליכע באנדיטן וואס האבן דיר גערעיפט א גאנצע נאכט, און דאס אלעס האב איך געטון זיך אליין צו ראטעווען פון די חברה. איך האב דיר ווירקליך גענוצט פאר א מענטשליכע פאנצער, און דו האסט גראדע געטון גאנץ א פיינע דזשאב. אבער יעצט איז צייט ווייטער צו גיין אין וועג און צוזאמען בויען א פרייליכע גליקליכע לעבן אינאיינעם"...
ווען ער האט געזען ווי זי רעאגירט נישט, האט ער געגעבן א נענטערע בליק און געזען אז זי איז שוין ליידער נישט צווישן די לעבעדיגע. ער האט געגעבן א שליידער ארויף איר גוף אויפן חמור און זיך געלאזט אין וועג אריין. אנקומענדיג אהיים האט ער איר ארויפגעלייגט אויפן טיש, ער האט ארויסגענומען א גרויסן מעסער און צעשניטן איר גוף אויף צוועלעף שטיקלעך. (ניתוחי מתים, בזיון המת אלערט) אוי... ס'איז גערינען בלוט פון אלע זייטן...; ער האט גענומען די שטיקלעך און זיי געשיקט צו אלע שבטים איבער גאנץ ארץ ישראל. ווי נאר די מעשה איז באוויסט געווארן איז גאנץ כלל ישראל אויפגעשוידערט געווארן, יעדער האט געקאכט ווי א קעסל. (שופטים פרק י"ט)
(פארשטייט זיך אז מען האט קודם גוט אויסגעפארשט די מעשה און נישט געשפרינגען צו קיין שנעלע קאנקלוזיעס. אונז האבן דאך א קיימא לן פון 'איניסענט אנטיל פראוון גילטי'. מען האט געדארפט פעסטשטעלן אז די מעשה איז טאקע אמת, און ס'נישט פשט אז עפעס א יחיד וואס האט חשבונות מיט שבט בנימין איז געגאנגען און צעשניטן זיין ווייב און אויסגעטראכט א שיינע מעשה'לע זיי צו באשולדיגן...)
עס איז דרינגנד פאררופן געווארן א זיצונג אונעם הויפטקווארטיר פון התאחדות הרבנים דארצות השבטים ועבר הירדן, און מען האט דן געווען וואס עס איז די חובת השעה צו טון. ס'ערשטע, האט מען ארויסגעגעבן א שבועה אז קיינער טאר מער נישט געבן זייער טעכטער חתונה צו האבן מיט מענער פון שבט בנימין.
(איך בין נישט קלאר וואס 'גאנץ' שבט בנימין איז דא שולדיג, אבער זעט זיך אויס אז כך הוא דרכו של התאחדות הרבנים)
דערנאך האט מען צאמגענומען א מיליטער פון 400,000 סאלדאטן (נחל חרדי..) און מען האט זיך א לאז געטון צו שבט בנימין.
די אידן האבן פארלאנגט פון די ראשי קהילה פון שבט בנימין, אז זיי זאלן שוין איבערגעבן די רעיפיסטן אין זייערע הענט אז זיי זאלן קענען געהעריג קער נעמען פון די באנדיטן וויאזוי עס באדארף צו זיין, אבער די חברה האבן נישט געהאלטן דערביי.
(ס'איז נישט קלאר אויב זיי האבן פשוט געלייקנט די גאנצע מעשה און גע'טענה'ט אז אידן זענען א הייליג פאלק און ס'נישטא ביי אונז קיין מאלעסטירער בכלל, ס'נישטא ביי אונז די מעשיות. אדער אפשר האבן זיי יא מודה געווען אז די מעשה איז אמת, אבער זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך זארגן פאר די כבוד פון די רעיפיסטן, מען קען נישט פארשעמען זייערע משפחות...)
די אידן האבן זיך געגרייט פאר מלחמה, זיי האבן אנגעפרעגט דעם באשעפער אויב זיי זאלן ארויסגיין אין קריג און די אנטווארט איז געווען, יא! שבט יהודה זאל גיין ערשט! די בינימיניסטן פון זייער זייט זענען נישט געבליבן זיצן מיט פארלייגטע הענט. זיי האבן אויך צאמגענומען א מיליטער פון 26,700 סאלדאטן. זיי האבן אויך פארמאגט 700 געשולטע קאמאנדאס וואס זענען געווען אויפגעריסטעט מיט די פארגעשריטנסטע טעכנעלאגיע און געווער, א שטייגער ווי די נייע סליגשאט ציל שיסערס.
די מלחמה איז אריין אין פולן שוואונג און זאכן האבן באלד אנגעהויבן צו גיין מיט די לינקע פיס פאר די אידן. די בנימיניסטן האבן אנגעהויבן צו האקן קעפ פון די אידישע סאלדאטן און די שלאכטפעלד איז גאר שנעל פארוואנדלט געווארן אין א ריזיגן בלוטבאד. אינעם ערשטע טאג האבן זיי גע'הרג'עט 22,000 אידן! (עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין טויטע פון שבט בנימין. קען זיין אז צוליב די פראפעגאנדע איז עס נישט געהעריג באריכטעט געווארן)
די אידן זענען צוריקגעגאנגען צו זייער באזעס נאך א טאג פון שווערע שלאכטן און זענען געווען גאר מאכטלאז און אנידערגעשלאגן. זיי האבן געוויינט צום באשעפער, און אנגעפרעגט אויב מען זאל ווייטער גיין אין קריג נאך אזא שרעקליכע נידערלאגע, די אנטווארט איז געווען, "אוודאי זאל מען ווייטער גיין!"
(ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט די באשעפער מחליט געווען אז יעצט בשעת די אידן גייען אין מלחמה מיט שבט בנימין צוליב אפאר נידריגע רעיפיסטן, איז גאר א פאסיגע צייט צו שטראפן די אידן פארן נישט געהעריג מוחה זיין אויפן פסל מיכה, און וועגן דעם האבן זיי די ערשטע צוויי טעג געליטן שווערע פארלוסטן).
די אידן האבן זיך געגרייט צו נאך א טאג פון שלאכטן מיט א גאר נידריגע מאראל, ווידערום די בנימיניסטן זענען געווען גאר אויפגעהייטערט און מיט א הויכע קאנפידענס. די צווייטע טאג האבן די בנימיניסטן ווידער ערמארדעט 18,000 אידישע סאלדאטן. עס זענען געלעגן אויפן ערד אויסגעשפרייט איבערן שלאכטפעלד צענדליגע טויזנטע טויטע אידישע גופים, און בלוט האט זיך דארטן ליידער געגאסן ווי וואסער.
די אידן זענען צוריק צו די הויפטקווארטירן נאך א צווייטע טאג פון ביטערע פארלוסטן. זיי האבן געוויינט, געפאסט, מקריב געווען עולות און שלמים פארן באשעפער, און געשיקט פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן (יא, דאס איז דער זעלבער פון פרשת פנחס. ער האט געלעבט גאר לאנג, ער איז דאן געווען מער ווי 300 יאר אלט), אז ער זאל אנפרעגן פון גאט אויב מען זאל ווייטער גיין אין מלחמה. די באשעפער האט געענטפערט, "יא! און מארגן וועל איך זיי געבן אין ענקערע הענט!
(אבער די ערשטע צוויי טעג האט דער אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)
די אידן האבן גענומען איבער 10,000 סאלדאטן אין זיי שטילערהייט אויסבאהאלטן ארום גבעה. די טאג איז צוגעפאלן און די מלחמה האט זיך באנייט צו א דריטן טאג. די בנימיניסטן זענען ארויסגעקומען מיט זייער מאראל אין די הייעך און ווידער זיך געגרייט צו א טאג פון זיגן אזוי ווי ביז דאן. זיי האבן זיך טאקע גענומען צו הרג'ענען פון די אידן אזא דרייסיג אידן און די אידישע סאלדאטן האבן געמאכט א ריקצוג און אזוי אוועקגעשלעפט די מיליטער פון שבט בנימין אוועק פון די שטאט גבעה. ווען זיי זענען שוין געווען גענוג ווייט, זענען די 10,000 סאלדאטן וואס זענען געווען אויסבאהאלטן ארום גבעה ארויסגעשפרינגען פון זייערע באהעלטענישן און אריינגעלאפן אין די שטאט. זיי האבן אויסגע'שחט'ן די גאנצע שטאט, מענער, פרויען, און קליינע קינדער מיט שווערדן אן קיין רחמנות, און אונטערגעצינדן אלע הייזער פון די גאנצע שטאט. עס איז ארויף א ריזיגע וואלקן פון רויעך צו די הימלען וואס מען האט עס געקענט זען פון מיילן ווייט.
די בנימיניסטן האבן געגעבן א קוק אויף צוריק און געזען ווי גאנץ גבעה איז איינגעהילט אין פלאמען, זיי זענען אריינגעפאלן אין א שרעקליכע פאניק און אנגעהויבן צו לויפן אויף צוריק. דאן זענען די אידן ארויס אויף אפענסיווע און אנגעהויבן צו הרג'ענען פון שבט בנימין וויפיל עס האט זיך נאר געלאזט. די איבערגעבליבענע סאלדאטן האבן פראבירט צו אנטלויפן מיט די נשמה אין די הענט, אבער די אידן האבן זיי נאכגעלאפן און זיי אלע אויסגע'הרג'עט. יעצט איז געקומען די צייט פאר די אידן זיך נוקם צו זיין אין שבט בנימין, און די אידן האבן געמארדעט פון זייערע סאלדאטן אן קיין שטער. נאר 600 סאלדאטן האבן זיך ארויסגעראטעוועט און זענען אנטלאפן גאר ווייט און זיך אויסבאהאלטן ביי די שטיין וואס האט געהייסן רימון, זיי האבן זיך דארטן אויסבאהאלטן פאר פיר חדשים צייט. די אידן האבן אפגעווישט כמעט די גאנצע מיליטער פון שבט בנימין. זיי האבן ערמארדעט 25,100 סאלדאטן יענע טאג, די איבריגע סאלדאטן האבן זיי אויסגע'שחט'ן די קומענדיגע טאג (רש"י על פסוק מ"ח).
דאן זענען די אידן אריין אין נחלת בנימין, זיי זענען עקסטער אריין אין יעדע שטאט און דערפל, צאמגענומען אלע אידן פון די שטאט און ערמארדעט יעדעם איינעם, מענער, פרויען, און קליינע קינדער. זיי האבן געהאקט קעפ מיט שווערדן ווי עס וואלט געווען ווייץ. אפילו די בהמות האבן זיי נישט אפגעשוינט. דאן זענען זיי געגאנגען און אונטערגעצינדן אלע שטעט פון שבט בנימין פון אויבן ביז אראפ. גאנץ נחלת בנימין האט געפלאקערט אין איין ריזיגע פייער באל, און (כמעט) גאנץ שבט בנימין איז ליידער גענצליך פארטיליגט געווארן (שופטים פרק כ')
(לאמיר נישט פארגעסן אז דאס אלעס איז געשען צוליב אפאר נידריגע עלעמענטן וואס האבן גערעיפט און גע'הרג'עט א פרוי, און דערנאך האבן די באהערדע פון שבט בנימין נישט געוואלט ארויסגעבן די באנדיטן פאר די אידן צו שטיין פאר א משפט)
די אידן זענען זיך אלע צאמגעקומען נאך די בלוטיגע שווערע קריג אין שטאט בית קל. זיי זענען געווען גאר שטארק אויסגעמוטשעט און אפגעשוואכט פון די ביטערע מלחמה. זיי האבן אנגעהויבן צו כאפן אז זיי האבן -נישט מער און נישט ווייניגער, אפגעווישט א גאנצע שבט מישראל פון די מאפע! זיי האבן אלע ביטערליך געוויינט אז אזא זאך האט געקענט פאסירן. למעשה האט נישט געדויערט לאנג און ס'איז געקומען די פריידיגע בשורה אז עס האבן למעשה איבערגעלעבט 600 מענער פון שבט בנימין, און ב"ה די שבט איז נישט אינגאנצן פארטיליגט געווארן. אבער דא האט זיך געמאכט א שווערע פראבלעם.
די אידן האבן זיך דערמאנט פון זייער שבועה וואס זיי האבן אלע געמאכט פאר די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, אז קיינער וועט נישט געבן זייער טעכטער פאר די מענער פון שבט בנימין. קומט דאך אויס אויב אזוי, אז די 600 מענער וועלן נישט קענען חתונה האבן מיט קיינעם. עס איז דאך נישט איבערגעבליבן קיין איין פרוי אדער מיידל פון שבט בנימין, זיי זענען דאך אלע ערמארדעט געווארן אין די ביטערע בירגער קריג. די 600 בנימיניסטן וועלן מוזן בלייבן עלנד אליין, זיי וועלן קיינמאל נישט קענען חתונה האבן, און ס'וועט גארנישט איבערבלייבן קיין קינדער פון שבט בנימין! די שבט וועט פאקטיש ווערן אויסגעמעקט! גאר א שווערע דילעמע, וואס טוט מען דא?!
האט זיך התאחדות הרבנים געזעצט צו א פרישע מיטונג און מען האט אנגעהויבן דן צו זיין וואס מען קען דא טון. איז געקומען צו גיין עפעס אן עקסטרעמיסט, און אויפגעקומען מיט א וואזשנעם געדאנק. מען זאל אויפזיכן א שטאט וואס די מענטשן פון די שטאט זענען נישט געקומען ארויסהעלפן די אידן אין די מלחמה אנטקעגן שבט בנימין, מען זאל אויס'הרג'ענען די גאנצע שטאט, און נאר איבערלאזן די מיידלעך אז זיי זאלן קענען ווערן כלות צו די 600 מענער. אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון די שבועה, ווייל זיי וועלן זיין יתומות! נישט זייער טאטע וועט זיי געבן צו שבט בנימין, נאר די התאחדות הרבנים וועט עס זיי געבן. אויף דעם האט דאך די שבועה נישט חל געווען! די שבועה איז נאר געווען אז מען זאל נישט געבן די 'אייגענע טעכטער' צו שבט בנימין. אויף אזא אופן קען מען זיך גרינגערהייט ארויסדרייען פון די שבועה! ממש א גאונות!
די פלאן איז גאר גוט געפאלן פאר יעדעם איינעם, און מען האט זיך גענומען צו די עבודה. זיי האבן אפירגעזיכט א שטאט וואס האט נישט געשיקט קיין מיליטערלייט צו די מלחמה, און זיך געגרייט מעניש צו זיין די שטאט כאילו ס'וואלט געווען אן עיר הנידחת. זיי האבן איבער געקוקט די מאפע און געטראפן אז פון שטאט 'יביש גלעד' איז קיינער נישט געקומען זיך שלאגן אין די בלוטיגע בירגער קריג. (א קריג וואס זיי האבן יעצט גאר שטארק חרטה דערויף, ווייל עס האט כמעט אפגעווישט גאנץ שבט בנימין...)
די אידישע מיליטער האט זיך אראפגעלאזט צום שטאט יביש גלעד, און זיך גענומען צו האקן קעפ אן קיין רחמנות. זיי האבן גע'שחט'ן מענער פרויען און קינדער אן טראכטן קיין צוויי, און האבן נאר איבערגעלאזט ביים לעבן די עלטערע מיידלעך וואס האבן נאך קיינמאל נישט געוואוינט מיט קיין מאן אין זייער לעבן.
(וויאזוי האט מען דאס בודק געווען פרעגסטו? זייער פשוט. מען האט ארויפגעזעצט אלע פרויען פון די שטאט איינס ביי איינס אויף אן אפענע פאס וויין -אן קיין אינטערהויזן שטייצעך, און איינער איז געשטאנען און געשמעקט זייער מויל בשעת'ן זיצן. אויב איז ארויסגעקומען א וויין ריח פון די מיידל'ס מויל, דאן איז עס געווען א סימן אז זי איז א בעולה. ווייל היות זי איז אפן, גייט די שמעק גראד אריין פון אינטן און קומט גלייך ארויס פון איר מויל, און אויף אזא פאל האט מען איר גלייך ערמארדעט אויף טויט. אויב אבער איז נישט ארויסגעקומען קיין שמעק וויין פון איר מויל, דאן האט מען געוויסט אז זי איז נאך א בתולה און מען האט איר געלאזט לעבן. יבמות דף ס:
'דיסקלעימער': do not try this at home... היינטיגע צייטן ארבייט עס שוין נישט, די טריק האט עקספייערט.. נשתנו הטבעים...)
למעשה איז אלעס געגאנגען ווי געפלאנט, מען האט דערווישט פרישע גליקליכע מיידלעך קיילעכיגע יתומות, וואס זענען אלע געווען מער ווי גרייט חתונה צו האבן מיט די 600 מענער פון שבט בנימין. מען האט טאקע געלאזט רופן די שארית הפליטה בנימיניסטן, מען האט געשטעלט א געזעמל פון שדכנים, און עס איז געווארן 400 שידוכים איבערנאכט. פארוואס נאר 400? איי איי איי פרעג בעסער נישט... אזא אנזעץ, ס'איז געשען א שרעקליכע מיסקאלקולאציע. מען האט זיך ערשט שפעטער געכאפט ביים קאפ אז מען האט א ריזיגע פראבלעם דא. ס'איז נאר איבערגעבליבן פון די גע'רצח'טע שטאט 'יביש גלעד' א סך הכל פון פיר הונדערט מיידלעך! דעטס איט! צוויי הונדערט חברה זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט אן קיין שידוך..! וויאזוי האט מען דאס נישט געזען פון פריער?! וואס טוט מען דא?!
סאכדעס האט דרינגענד פאררופן נאך אן עמערדזשענסי אסיפה...
איז געקומען צוגיין א פרישע חכם מיט א בליציגן איינפאל! ער האט געדרייט מיטן גראבן פינגער און פארגעשלאגן אזוי. די שבועה איז דאך נאר געווען אז מען טאר נישט 'געבן' פאר זיי קיין מיידלעך, אבער אויב וועלן זיי 'כאפן' מיידלעך. דאן וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם! נו, עס קומט דאך שוין אט אט אן יו"ט, און די מיידלעך האבן זייער מנהג קבוע צו טאנצן אין שילו. וועלן זיך די איבריגע 200 מענער ארויסבאהאלטן דארטן אין די וויינגערטנער ארום די פלאץ ווי די טענץ קומען פאר, און אינמיטן וועלן זיי ארויסטאנצן און קידנעפן מיידלעך, חתונה האבן מיט זיי. ושלום על ישראל!
דער עולם איז ממש אינטערגעשפרינגען פון די געוואלדיגע גאונות וואס דער חכם האט צאמגעווארפן, און מען האט זיך טאקע געגרייט דאס אויסצופירן.
וכך הוה, עס איז געקומען די מאמענט פון די ספעציעלע מיידלעך טענץ, אלע פרויען זענען געשטאנען און צוגעקוקט די ספעציעלע שיינע מעמד ווי הונדערטע מיידלעך טאנצן אזוי שיין לכבוד יו"ט. פלוצלינג זענען ארויסגעשפרינגען 200 מענער, און זיך גענומען כאפן מיידלעך... עס האט זיך געטון א ריזיגע בהלה, א געפערליכע צאמלויפעניש... די מיידלעך האבן נישט געוויסט וואס מען וויל פון זייער לעבן האבן.
די טאטעס און ברידערס פון די מיידלעך זענען געקומען צו לויפן און פראבירט צו באפרייען די מיידלעך פון זייערע פארכאפערס. די טאטעס האבן געשריגן "צו דען האבן ענק זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז פארכאפן א מיידל און איר רעיפן איז דאס לעצטע זאך וואס ענק זאלן טון"?!
אבער די רבנים האבן קלארגעשטעלט פאר די טאטעס אז זיי מוזן רחמנות האבן אויף די 200 מענער, זיי זאלן זיך חלילה נישט אנטקעגן שטעלן, ווייל נאר אזוי וועלן די בנימיניסטן אמאל קענען חתונה האבן און ווייטער ציען די גאלדענע קייט פון שבט בנימין... (שופטים פרק כ"א)
און אזוי, איז דורך די געוואלדיגע עצה פון פארכאפן און רעיפן 200 מיידלעך, געלייזט געווארן די פראבלעם וואס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון די פארכאפונג און רעיפונג פון איין מיידל...
מיט א בלוטיגע בירגער קריג אינצווישן...