יאצפת האט געשריבן:עפעס געדענק איך, אז ר' דניאל אלתר איז דא געווען, און ווען ער איז אהיימגעפארן האט א משגיח אין גור גערעדט פאר די בחורים, אז ר' דניאל האט געזאלט זיין אין אמעריקע אסאך לענגער, אבער ער איז אנטלאפן פון דארט באצייטנס, נאך וואס מען האט אים כמעט ארעסטירט צוליב מעשים תעתועים, וכו'... חא חא חא....
אגב, אז מען רעדט שוין... וואס גייט פאר אין גור? - עפעס שמועסט מען אז דער רבי וויל טוישן צוואה, ער וויל שוין נישט דעם יונגסטן זוהן ר' דוד אלס ממלא מקום. ר' נחמיה האט זיך באקוועם געמאכט, ארויסגעווארפן די עקסטרעמיסטן פון די וועדה, אוועקגעשיקט דעם וואס האט געפירט דעם טעראריסטישן קו טלפון, און אויפגענומען מער מעסיגע מענטשן. לעצטנס הערט מען טאקע ווייניגער טעראר פון גור, און ר' נחמיה נעמט אן אנדערן שטעלונג פון ביז אהער. ער אנערקענט אז מען איז נישט גוט געפארן מיט טעראר.
זאג נאר הרב פויגעל מילך, ס'ליגט עפעס אין דעם?
גור האט זיך אפגעשאקלט פון הרב שאול אלתר, און מ'איז עהם מער נישט גורס. ס'אויך געווען א נארישקייט אז מ'האט זיך אפי' צוטון געמאכט פון עהם. און די געוועזענע רייזע יעצט איז געווען א דורכפאל, ווייל געלט האבן זיי נישט געמאכט גענוג און אין לאנד האבן זיי נישט קיין עתיד.
גור האט עטליכע חלקים, און די חלק פון טעראר האט נישט מיט די חסידות גופא - די הויף - נאר מיט אנדערע מאטיוון.
גער איז אזוי אנדערש ווי מ'מיינט אויפ'ן גאס, זיי זענען נישט אזעלכע וואס טוישן פון היינט ביז מארגען מהלך. ס'דא היינט א 'אומאפציעלע' גרופע הויפען, וואס ארבעטן האנט ביי האנט, און ס'איז א כח וואס פירט היינט דעם כלל.
כאטש מ'קען עס בייסן לפי שעה, אבער לאורך הזמן איז עס זייער שטארק.