די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.שמן למאור האט געשריבן:אז די מעשה שטערט דיר אזוי שטארק, זע איך נישט פארוואס דו קענסט נישט זאגן אויף דעם אויך אז ס'נישט ממש געשען, ס'נאר א גוזמא, וכדומה. פארוואס קען מען עס נאר זאגן אויף די גמרא? די רמב"ם זאגט טאקע אויפן מעשה אין 'חומש' ווי בלעם'ס אייזל האט גערעדט, אז דאס איז נאר א משל. אויף ספר יונה איז אויך דא וואס זאגן אז ס'איז א משל אדער א חלום. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט לערנען אז עס איז אלעס משלים ארויסצוברענגען א געוויסע מוסר השכל. שערי תירוצים לא ננעלו...סמבטיון האט געשריבן:הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.
"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"
בנוגע דיינע קריטיק וועל איך דיר זאגן אזוי. איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
דיין געשרייבאכץ וואלט גארנישט שוואכער געווען ווען די לאזט אויס די שטיקלעך