מיר באקומען אסאך אימעילס פון אידן וואס האבן געעפענט א אקאונט שוין א שטיק צייט צוריק און זיי ווילן עס יעצט עקסעסן, אבער קענען נישט. אויב האט איר פארגעסן אייער פעסווארד, קענט איר דרוקן "איך האב פארגעסן מיין פעסווארד" און דאס וועט אי"ה העלפן געבן עקסעס. אויב דאס ארבעט אויך נישט, איז אזוי:
אויב האט איר שוין געשריבן אמווייניגסטנס 25 תגובות מיט אייער אלטן ניק, לאזט אונז וויסן וועגן דעם פראבלעם אויף kaveshtiebel@gmail.com, און מיר וועלן פראבירן אייך צו העלפן צוריק עפענען דעם ניק.
אויב האט איר געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות מיט אייער ניק, דאן מאכט א נייעם ניק.
הצלחה.
פאר די וואס קענען זיך נישט אריינשרייבן אין זייער אקאונט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1297
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10952 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2398 מאל
איך וויל מעורר זיין א נקודה, ס'איז לכאורה נישט נוגע דערווייל פאר קיינעם ווייל אויב מ'קען עס לייענען מיינט אז מ'האט צוטריט צו די סייט, איך האב אמאל געהאט א אישו אריינצולאגן איך האב רעקוועסט עטליכע מאל א פרישע פעסווארד, אבער ס'האט נישט געהאלפן ביז איך האב באטראכט די אימעיל וואס מ'באקומט ווען מ'טוישט פעסווארד האב איך באמערקט אז ס'שטייט דארט אז מ'דארף דרוקן דעם לינק וואס קומט מיט צו אקטיוויזירן די פרישע פעסווארד און וויבאלד איך האב קיינמאל נישט גענומען די מיה צו דורכלייענען דעם אימעיל האב איך דאס נישט געכאפט.
א שטיק צייט שפעטער האב איך דאס געזאגט פאר א וועטעראן ניק וואס האט געהאט שוועריקייטן אריינצוסיינען און ביי אים איז געווען די זעלבע פראבלעם, האב איך געזעהן אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט נישט געלייענט דעם אימעיל, איז זאג איך דא אז ווען איינער האט א פראבלעם אריינצוסיינען קען דאס זיין די סולושען, פשוט אפצולייענען די אינסטרוקציעס...