פלאי פלאים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

פלאי פלאים

שליחה דורך הבל וריק »

פלאי פלאים




מאנכע ביי די אומות העולם רופן דאס "שויער געדאנקען", אבער אונז אידן נקיי הדעת דייקא, וואס שטעלן זיך נישט אפט אונטער פרישע וואסער, קענען דאס ליבערשט אנרופן 'שמונה עשרה געדאנקען'.



געשאקט צען מאל

יעדער קען אזא געשיכטע ווי הצלה האט א אידן באשיינפערליך מחיה מתים געווען.

"מ'האט אים געשאקט צען מאל" פארציילן די אלצווייסער.
"זיי זאגן אז איין מינוט שפעטער איז ער אווער" שילדערט א אוהב דראמא ורודף דראמא, אינעם לאקאלן שול, פאר א קאלירפולע צוגעבויגענע קבוצה פון אלע סארט אידן; מגידי שיעור, מאלעסטארס, און מעקלער, וואס לעכצן נאך א שפור'ל אינפארמאציע, זאל זיין בלויז איבערזאגן הידוע כבר מיט מער זאפט - א שטייגער ווי "געבלאקט די בריזש" "גערופן מנין" אד"ג.

אלנפאלס, ברוך השם, חסדי השם, די גאס אטעמט אפ אז א צרה איז פארמיטן געווארן. מ'קען ווייטער פארגעסן פון לעבן'ס טרויער, פרעסן טאַקאו'ס מיט א רואיגן געמוט אין רעזערוו קאָט, און פליען צו די עקזאטישע וואקאציעס וואו אימער אויף אן אינזל מיט בלויע וואסער און זאמד.

דער ניצול ווידעראום, שפירט ווי מ'האט אים ממש א נייעם לעבן געשאנקען. די דאקטוירים זאגן אז דער אָדער וואס פירט צום הארץ איז געווען 91 פראצענט פארשלאסן, ווי א מת ממש. נו, איז דאך נישט צום משער זיין וואספארא העראישן אקט די הצלה לייט האבן דא אפגעטוהן.

אבער מ'קען דאס אינגאנצן אנדערש אנקוקן. ס'קען זיין אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן בכלל.

ערשטנס, גאט האט דאך נאטור באויפטראגט מיטן געבארן און פארטיליגן. נאטורליך גערעדט איז דער איד געווען א טויטער ממש, און לויט א טייל דארף אפילו דאס אויסגעניצט פרוי זיינעם ווידעראמאל מקדש זיין.
נו, שטעלט זיך די קריטישע קשיא, ווער האט די הצלה לייט מכבד געווען זיך צו שלאגן מיט נאטור און אים מחיה מתים זיין? וועלן די לויזע טראכטער געוויס אריינפרעגן "און ווען איינער וויל זיך נעמען דאס ל..?!" "און אויב איינער דארף א טרענספ..?!" אבער איך רעד דאך דא צו לומדים, וואס פארשטייען גענוי אז דער איד דער ניצול איז שוין א געוועזענער, פארביי, אויס, ווען נישט די פאר געשיקטע רעטער, וואס האבן אים כלשונם, צוריקגעברענגט.

אלזא איז דאס ווירקליך א פלא. הלמאי, ווער האט אייך מיט דעם ראלע באויפטראגט, צו צייגן רעכטס פון לינקס?

קוים האלטן זיך די קנאים אין די ראַמען. אויפגעברויזטע, זיי גרייטן שוין אהן שפּיזיגע זאצן אפצוענטפערן אזא מין מושחת'דיגן געדאנק. רעכטס און לינקס?! סארא מין גערעדאכטס איז דאס. ראטעווען א לעבן אידעך רעכטס. "זכין לאדם" שרייט א נייפּעסטער נחת קינד אויף א אנגעלייגטן אמן באס.

ווייטער רעד איך נישט צו דיזע. כ'רעד טאקע נאר צו די וואס פארשטייען אז ס'איז נישט קלאר פונקטליך וואס איז רעכטס און וואס איז לינקס. ווער האט די צלה לייט אזא הארבע פראגע אפגעפסקנ'ט?

מילא בעטן די צלה לייט א מיינונג אין רפואה, נעמליך, אויב מ'זאל יא אדער נישט אריינגיין אין שפיטאל, דאס יא. מאנכע וועלן אפילו גיין אזוי ווייט ווי בעטן דעם EMT א דייעגנוזיס, אדער צו פונאדערשיידן צווישן קאוויד און פלו, אבער מער פון דעם, מאן דכר שמם.

אדרבה, טוב לא לאדם שלא נברא - קען איך צוריקהאמערן מיט אביי ורבא. אי עביד מהני, שב ואל תעשה. און נניח אז מ'זאגט יא זכין, מהיכי תיתי אז ס'איז נישט חב לאחרים?

די נעבעכדיגע יוטה. איין און דרייסיג יאר איז שוין אדורך זינט דעם גורלדיג'ן טאג וואס זי איז מיט דעם פארשלאַפטן כעסן אריינפאלן.
נישט ממש אריינגעפאלן. דאס וואלט נישט געווען א ריכטיגע באהויפטונג, ווארים יוטה'ס טאטע, קלמן, האט ניטאמאל בודק געווען די סחורה וואס ער האט פאר איר גענומען. אים האט געשמעקט אז מ'טראגט אים בכלל אן שמשון מאנדל'ס בחור, אפגעזען וואס ער איז, סיידן א מוכת שחין, אדער אפילו דאס אויך.

שיין איז ער טאקע געווען דער חתן, אבער פון אינעווייניג, פינסטער. נישט סתם אינעווייניג ביי זיך - באהאלטן, נאר טיף ממש, פארהוילן פון אים זעלבסט.

אלעס האט געמוזט גיין זיין וועג, וואס ער האט מיט חוצפה א נאמען געגעבן "מסורה".

באזירט אויף מסורה האט ער די קינדער אזאנס געפּלינדערט אז זיי פארכטן נאך היינט, מיט די גרויע בערד און ציין, פון אים. און יוטה, אוי איז ער דעי יוטה'ן די יארן דערגאנגען, מיט שווערע לויזונגען, און אומקאנטראלירבארע אויסברוכן, אזש די שכנים האבן פון זיך זעלבסט די שירעמעס פון קארידאר אריינגענומען, אויס מורא מיט אים זיך צו פארפלאנטערן.

יוטה איז א שווייגער (שווייגערין?), זי איז געוואוינט צו פארנעמען. קוים ווייסט זי אז דאס איז א פראבלעם. אבער די קינדער דענקן גוט ערות אביהם.

דעם איינעם שבת נשא ווען ער האט דעם גאנצן שבת'דיגן טישטוך מיט די ברענענדיגע ליכט אין א צארן אראפגעשלעפט, צוברעכענדיג די געשיר, און אלץ דערויף. פארוואס, ווייל די חלה איז נישט געווען אויפן טיש ווען ער האט אין שטוב אריינגעטראטן, מיט א הונגער שווערער ווי אוראניום.

צו די אנדערע מאל ווען ער האט ישעי'ן, דער עלטסטער אין שטוב, ביי די זעקס יאר, אין גאס ארויסגעשטעלט, אויף א פראסטיגן ווינטער נאכט, ווייל ער האט אויף די פראגע "וועלכע פרשה גייט דעי וואך" טיילווייז ארומגעקעקצט און געזאגט מפשטים אנשטאט משפטים. "אן עם ארץ באלאנגט נישט אין מיין שטוב" האט ער אן אויפגעברויזטער דעם ישעי'ן צום טיר געטראגן.

ער איז נישט אזוי ווייט דערצערנט געווארן פון דעם ישעי'ןס קעקעצעריי. א צארן האט זיך שוין אנגעהויבן זידן ווען ער האט געווארט אויף יוטה'ס טעלער זופּ ביים אנגעברעקלטן טיש. דאס איז נאר געווען די אויסברוך.
באמת קען מען ס'רוב פון זיינע אויסברוכן אין הונגער תולה זיין, אבער נישט ממש.

אונטערשטע שורה האט ער דורכאויס זיינע זיבעציג יאר דעם יוטה'ן נישט ווייניג צרות אויסגעטיילט.

און אט ענדליך קלאפט זיך יוטה די האנט צוזאם, ווען מ'רופט איר מעלדן די ביטערע נייעס, נעמליך, דער מלאך המוות האט אפגעשטאטעט א באזוך.
וויי געוואלד, כאפט זיך יוטה ביים טורבּאן "ער.. ער'טך נאך ממש א האלבע שעה צוריק..." און זי וויל נישט אויספירן.
א האלבע שעה צוריק האט ער איר גוט באשייגצט פארן פארציילן פאר א שוועסטער אז אן אייניקל שטייט אין א שידוך,
"וואס דאַסטע רעדן?!!" האט ער דעם טעלער אייער, ווילד אויפן טיש א ריק געטוהן.

און דא איז ער נישט בין החיים. יוטה קען נישט צו זיך קומען.

אבער די צלה לייט געבן נישט אויף. נאך א שאק און נאך א שאק, און נאך א שאק, ביז זיי האבן דעם בחור ערוועקט.


ביי מיר אויף שמחות

מזל טוב, א פאפולערע טאטע מיט גראבע אותיות אין דבר יום. מי הוא זה ואי זה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן - ארויסצושטארן צווישן די רעגלמעסיגע בעלי שמחה?

א רייכע טאטע? מעגליך א שיינע טאטע, א טאטע מיט א שיינע קאר, אדער פילייכט א משפיע אויף לינקעדין גאר. שווער צו וויסן.

פאמיליע און פריינט האט ער שוין פערזענליך געלאדענט, בפה מלא; נישט ריזיקירענדיג קיין פארפעלונג צוליב א טעקסט אדער וואס.

ובא השטאטוס וזרח השטאטוס. "טאָמאראו נייט" "סעיוו די דעיט!" "היום!"
"איך וויל אייך זעהן" - א פארארדענונג, נישט "איך האף אייך צו באגריסן" מיטן דינער נוסח.

ווען "האפט" מען און ווען "וויל" מען? קען מען זאגן, אז לכאורה ווען דער הזמנה שיקער איז איבערצייגט אז דער אווענט איז אבזעשקטיוו א גוטע - א שטייגער ווי א שבע ברכות אויף א שיף, דאן שפירט ער זיך באקוועם צו פארארדענען, משא"כ ווען ס'איז מער בבחינת בקשה, און יענעם'ס אנוועזנהייט איז ענדערש א טובה, דאן 'האפט' ער בסך הכל.

ולהנ"ל קומט אויס אז יענקעלע דינן, דער בעל שמחה, וואס פארארדענט יא, שפירט ווארשיינליך אז יעדער פרייט זיך געוויס מיט זיין רויע קינד און וויל אוודאי און אוודאי מיטהאלטן דעם פייערונג. די אפציע פון גענצליך פּארפאסן איז אינגאנצן אויסגעשלאסן, אין יענקעלע'ס קאפּ.
אויף די מינוט קען ער קוים מסיח דעת אדער טראכטן Beyond דעם פייערונג בכלל.

אפילו אויפן געלעגער שוין, לאזט אים די שמחה נישט צורוה, און שפילט אויף פאטענציאלע סצענעס פונעם "מעגא" קידוש, וואו ער באגריסט די פלייץ פון הונגעריגע באזוכער מיט א גלעזל גלינליוועט, א קורץ, שווער געבלימטע בעקיטשע און א 'קרעזי' שטריימל.

אלנפאלס, באגניגט ער זיך אבער נישט מיט די פערזענליכע הזמנות, קוקט אויס. א באזונדערע גליסטונג האט ער אז ס'גאנצע גאס זאל שטייענדיג נאקעט, ערב שבת, מיט די לענגערע בערד, געוואויר ווערן אז יענקעלע פאָכער האט א מיידעלע געבאָרן.
דא עקא, קען מען אבער צווישן די צענדליגע פארשידענע פייערונגען, און מכשולות אלערטן, זיין נאמען נישט באמערקן.

איי "פאָכער"? א מאדנעם נאמען, דערצו איז ער נאך אן איידעם ביי בּרך פוקס, דער איד וואס האט נעבעך פארלוירן די פיס אויף א פליגער.

אזוי גייט נעבעך די מעשה. אויף א פּען עם 747, פאר פערציג יאר צוריק, נישט מער געדאכט, האט מען פאר דעם ברך'ס פאלשן פיס קיין פלאץ איבערן קאפ (פון פליגער) נישט געפינען. די פליגער מאמעס מיט די קורצע ארבעל און פאלשע שמייכלען, האבן מיט שווייס זיך געמיעט דאס צו פלאצירן; אבער אן ערפאלג. האט מען דאס אריינגעשטעקט פון הונטן ביים בויך (פון פליגער) און ער האט דאס מער קיינמאל נישט צוריקגעזעהן.
שטייצעך אז אלע עסקנים האבן שווער געארבעט דאס צוריקצוזעהן, און די פארשידענע פאליטיקאנטן האבן שארף
ארויסגעטרעטן קעגן דעם לופטליניע, אבער אהן ערפאלג. פארשטייט זיך אז דער גאווענער האט אויסגעדריקט זיינע טיפע מיטגעפילן, און די קאנסילייט האבן ברך'ן מיט זיין פאמיליע אין זייערע תפילות אינזין געהאט, אבער אהן ערפאלג.

אלנפאלס, טראץ די אויבנדערמאנטע, אייגנארטיגע סימנים, האט יענקעלע ווארשיינליך קיין שאנס נישט גענומען, פארבּלענדעט צו ווערן צווישן די שמחה קאנקורענטן.
האט ער זיך דעם נאמען זיינעם מיט די גרעסערע בוכשטאבן אריינגעלייגט, און ווי אויך איינגערינגלט זיין וועלט'ס נאמען (יענקי).

אבער ער איז נישט דער איינציגסטער זעה איך. אין אימפעריאל באווארפט די וואך א צווייטער פאפולערע איד. א שווערע וואך פאר די קליקע פאפולערע אידן ווארשיינליך, וואס לויפן שוין אויף קליימער צו יענקי'ן.

דעם אימפעריאל איד קען איך גראדע, א וואוילער איד, "שטענדיג גרייט צו העלפן א צווייטן". נישקשה, געוויס שפירט ער אז כלל ישראל וויל אים אפגעבן אן הכרת הטוב. האט ער זיך אויך די נאמען אריינגעלייגט מיט גרעבערע בוכשטאבן.

וואונדערט מיר אבער ממש א בליץ פון א קשיא. הלמאי, דער מחותן זיינער, דער שטילע וויענער מתפלל, איז דאך איבערהויפט נישט אזא איינער וואס איז שטענדיג גרייט צו העלפן א צווייטן, קוים ווייסט מען אים צו העלפן. איי וואס איז די שידוך דען פרעגסטו, א פיינע פראגע. די ענטפער איז אז דער מחותן (וואס איז שטענדיג גרייט צו העלפן א צווייטן)'ס טשאטשקעלע איז אין די 'מיר' קליע געגאנגען, און דעם באשיידענעם וויענער, וואס איז טאקע א גארנישט ווי מ'זאגט, איז פונקט א יפת תואר'ל אריינגעפאלן. אשר כל כן והיו לבשר אחד.

גראדע האט די ציזנער זיידע מצד דעם וויענע'ם יא פראטעסטירט אויף דעם געדאנק, מיט טענות אויף אן עלטער זיידע פונעם מחותן אז ער איז אין זיינע יארן געווען כלשונו "א שיכור" און "פון די איינצעלנע טרינקער" אין סאטמאר, בימים ההם, ווען טאָקאי האט דאמינירט די מארקעט, און די בראונסטאון'ס אויף היוז זענען געגאנגען פאר צוואנציג אלפים.

האט ער זיך אבער בארוהיגט ווען מ'האט אים ערקלערט אז ס'מיידל - די כלה מויד, האט עקזאמע - אזא טרוקענעם אויסשלאג וואס איז טיילווייז אומהיילבאר, און ווי אויך אז דעם איידעם'ס (דער וויענער איד) יונגערע שוועסטער האט דעם אשכנזישן מחלה, קראונס ל"ע.

אלנפאלס, צוריק צום פליאה עצומה, איז דאך ברור כפריקן שמש אז דער שטילער מחותן קומט נישט די אותיות גדולות, אלזא איז א פלא, פארוואס מאכט מען נישט אז נאר דער פאפולערער מחותן זאל ארויסשטארן? און סעט דעם פאפולערן מחותן גאר בעסער זיין, ווארים ס'וועט זיין א ריכטיגן היכר ווער ס'איז ווירקליך דער מענטש פונעם נאכט.

קען מען קלערן אז טאקע פילייכט כדאי שלא לבייש מי שאין לו, וויבאלד צומאל זענען ביידע מפורסם און צומאל נאר איינער, לא פלוג.

פארט בלייבט שווער, ווייל מצד דעם וויענער קען מען דאך מאכן א לא פלוג אויף פארקערט, און זאגן אז ענדערש קיינער - אויך כדאי שלא לבייש, מי שיש לו. אבער דער אמת איז - וואלט א ליידיגע רבי מיט א ריזן הוט א פעטע פינגער אזא צייט געבויגן; פארענטפערענדיג אן אויבערפלעכליכן פלפול - קען מען אפשר זאגן, אז דער פּאפולערע איד פארלאזט זיך אז מ'וועט שוין וויסן ווער ס'איז דאראונטער די גראבע בוכשטאבן, ווייל נישט די בוכשטאבן מאכט פאפולער, נאר דער פאפולערער מאכט די בוכשטאבן.
ודו"ק ומיושב בקל.

-----

מיין חבר זאגט מיר שטענדיג, ער גלייכט זייער דעם שטאט, עכ"פ ס'שטערט אים אינגאנצן נישט, איי וויאזוי? שטעלן זיך שוין אלע מפרשים אויפן פלאץ.

"ווייל ער לעבט ווי כאילו אין א מיוזיאום".
"פאר א מיוזיאום איז דאס גאנץ אינטערסאנט" זאגט ער.

פארגעס פון לא נתקבל, פארגעס פון שיינע שידוכים, פארגעס פון קליידונג אבסעסיע, די סיסטעם האט אנדערע, מאדנע קוריאזן, וואס פלאגט אינערליך דעם המון.
בעצם איז דא א וועלט צו רעדן פון. אבער פטור בלא כלום אפילו ס'ווען יא אפשר, וואטס די פּוינט. העמיר אנכאפן
איין נקודה, טאקע די נקודה אליינס.

נאקעט א לײַב/לאַו

שפרייזענדיג ארום מיין שטוב אין א לויזן בּעטראוֹבּ איין נאכט, איז מיר בּאפאלן אזא הרגשה אז ס'איז עפעס נישט אויסגעהאלטן. נישט כדי. מיינע אברים זענען עפעס צו פריי, פריי מדי. און עפעס נישט איידל, ווי גאט זאל ווען פון אונטן אריינקוקן.

"אבער ווי פאלש איז דאס" איז מיין מח נישט נתפעל געווארן. אונזערע טרייע אבות זענען דאך אזוי געגאנגען, אפען פון אויבן ביז אראפ.
און ווער רעדט נאך פון די כהנים. אויפן מזבח זעלבסט אזוי פּראסט געשטאנען.

און איך קלער טאקע איבער דעם שטייגער בימיהם.
אין פרימיטיווע געצעלטן, אין מיטל מזרח ערגעצוואו, האבן זיי מיט רינדער און געצייג, באדינער און ארמיי, ווי ריכטיגע מענער געהאנדלט, מלחמות געפירט, שונאים באזיגט, און גרויסע סעודות אפגעראכטן, חמאה וחלב, טאקע מיט אט די בלויזע קערפער און מילדע צודעק.

דען מיט וואס זענען זיי יא אבות געווען? וועט דער פרעגער פרעגן.
שוטה שבעולם, וואס קען מען דען מיטן פיזישן לײַב זיין, מיטן מח קען מען עטוואס עפעס מאכן פון זיך.

וואס זענען די קערפּער דען, א גראבע שטיקל חלה. פאר חלה איז א חלה דעקל גענוג. די זייטן מעג דען נישט אפען זיין? די אבר זעלבסט קען מען זאגאר אויפדעקן אויב שמעקט פונקט אהן אויף די חלה א קוק צו טאהן.

איידלקייט מאן דכר שמיה? איידלקייט איז אין הארץ - אן אונטערטעניגונג.

אבער מיר חסידים, ראביי'ס - ווי די צייטונגען רופן אונז, די א.ג פאנטרעגער פון יהדות בגולה, זענען אומבאקוועם.

כיס בתוך כיס, זענען אונזערע גופים גענצליך פונעם פרייען וועלט, דריי און צוואנציג שעה אין טאג אפגעשלאסן, ווי אין סופּער מעקס. קוים קוים דערזעהט מען זיך אמאל ארויס, נאקעט, פארשעמט, פארדארבן, און הייס ווי קויל.



רוקד ואינו יכול לנגוע

קדושה כיצד? וויאזוי איז מען דערהויבן?
יעדער ערליכער איד וויל זיין דערהויבן. אבער א גרויס צומישעניש הערשט ביי די מבקשי השם צווישן שפירן און פאקטיש זיין דערהויבן.
א טלית איבער די אויגן, ספאנטאנישע קלאטשעס ביים דאווענען, ווייסע אויגן, צאמגעצויגענע אויגן, א צאמגעצויגן גארטל, א גארטל ביים בריסטקאסטן, אייגענע שווייס גערוך, יעדער האט זיך זיין העכער פלאץ, וואס גיבט אים דעם דערהויבענעם געפיל.

א דערהויבענעם אינגערמאן האב איך טאקע אין בית מדרש געזעהן היינט, מיט שטייף אומבארירטע, נאסע מקווה פאות, שאקלען איבער א סידור מיט קענטיגע התלהבות.

צו אים רעדט פונקט דורכגעווייקטע פיאות. טריקן די פיאות אויס כאחד האדם און ער איז ווי שמשון דער סטראנגמען, יענעם גורלדיגן אינדערפרי.

גראדע א פלא טאקע, ווייל מן ההיפך אל ההיפך, אויב זאלן די פאות גענוג פארטריקנט און צושטרויבלט ווערן, אז ס'זאל ווייטער נישט זיין פשוט צוזאמגענומען, וועט א דערהויבנקייט זיך אומקערן, ווארשיינליך.
וואס פשט דערין? ווייל הצד השווה שבהן, און פון די אלע העכערע געפילן בכלל, איז אז דער ערליכער איד גלייכט צו "שפירן" אויסגעטוהן/מופשט ד.ה העכער פון מענטשליכקייט (Mortality) הגם ער איז נישט פאקטיש. אזוי ווי א קליין קינד וואס שאקלט זיך מיט א סידור'ל און א מיידעלע וואס צינד שבת ליכט. וואס ווילן זיי? זיי ווילן זיין גרויס.

טאקע זיס צוצוקוקן, ביי ביידע.
וואס מיינסטו, דער הונגעריגער ארבעטארער זעצט זיך מיט א בעקיטשע ביי די מנורה מיט העכערע כוונות און גאט שמייכלט נישט.

וואס בלייבט אבער יא א פלא, איז פון וואנעט די מבקשים נעמען בכלל די מושגים ווי אזוי דערהויבן קוקט אויס בכלל, אפילו טאקע נאר אויף נאכצומאכן.

תא שמע, דער נזיר מן התורה, שפירט זיך זיכער דערהויבן מיטן טשופ און לאנגע האר, ווייל ס'דאך תשמושי קדושה, און דאס איז א שוין א שטיקל סתירה מיטן דעם פרומען איד'ס בליק בכלל, וואס האסט האָר עד כדי שמד, אזש מ'קען זיכער זאגן - וואלט די תורה ווען מתיר געווען דעם גאָל מעסער וואלטן רובא דרובא קעפ אין שטאט געגלאנצט, און אויס מיט די צוקוועטשע שאמפו באטלעך נעבן בור.
(פילייכט, לויט די מיינונג אז דרשינן טעמא דקרא, איז דאס טאקע די סיבת האיסור, צוליב אט דעם פרומען נסיון)

אלנפאלס, איז דאך פון דעם געדרינגען אז דער המון האט אינגאנצן נישט ארויס ווי אזוי דערהויבנקייט קוקט אויס בכלל, און דאס רוף איך א צומישעניש.

(מ'קען גראדע מצדד זיין אז פון נזיר איז קיין ראיה נישט, וויבאלד די האר איז אין יענצפאל דירעקט א חפצא של מצוה, מילא קען מען דאס ליבערשט מדמה זיין צו מלחמת מצוה צום ביישפיל, וואס טראץ וואס הייבן הענט אין
אלגעמיין איז ווארשיינליך א סתירה צום אידישן געשטַאלט, רופט אט די מצוה בשעתה יא פאר בלוט. ואע"כ, זעה מיר דאך פון דעם אז ס'פארהאן פרטית'דיגע מצוות וואס זענען אין קעגנזאץ צום כללית'דיגער איד, און דאס טוישט נאכנישט דאס אלגעמיינעם צורה פון א איד, והותרה בזה שאלת נזיר.

אבער דאס איז פאלש געטראכט, ווייל טאקע משם ראיה, פון מלחמת מצוה זעלבסט, אז דער פרטית'דיגע מצוה רעדט יא אריין אינעם סאמען אידישע צורה.

וסברא היא, ווארים דרכו של מלחמה איז אז מען ברויך ספעציעלע איבונגען, פארשידענע כלי זיין, און ספעציעלע שוץ קליידונג, (ואין סומכין אניסא) וואס וואלט באלד דעם היימישן איד אריינגעפירט אין פארצווייגטע שאלות, פון חוקת הגוי, ביז לימודי חול - אין די קריטישע מינוטן פון קריג.

קומט אויס אז דער היימישער השקפה איז יא קלאר אין קענגזאץ טאקע צו מלחמת מצוה זעלבסט. אדרבה צא וחשוב שילדערט אייך דעם Fragile מנין אייערע אין א באטאליאן, מיט העלמעט און ביקס.

איי פרעגן די בני ישיבה אן אבעיא. פון די אנדערע זייט, וואס איז מיט די טענה אז הייבן הענט איז אויבנאויף נישט אידישליך - מטעם לא תכה?

אבער דאס איז אויך א טעות.
די גאנצע פראבלעם פון הייבן הענט איז נאר אויב קען מען טאקע שלאגן - דאן איז פארהאן אט דער לאו דאס אפצוהאלטן אין א פאל ווי מ'מעג נישט, אבער אזא איינער וואס איז ניטאמאל ביכולת, נעמליך, א שוטה בידיו, קען
מען אפשר זאגן אז ער גייט ניטאמאל אריין בגדר האיסור. תכה איז דען א פראסק? תכה איז א שלאג, און ווער קען דען שלאגן.
הא, פארגעס פון די עשה'ס, ניטאמאל די לאווין שטימען. מ'איז צו פרום עובר צו זיין. ויהי לפלא.)

נמצינו למדים, אז טראץ וואס דער המון קען געוויס די מצות השם, וויל מען אבער פארט זיין מער איד ווי גאט'ס פארלאנגען, איידעלער פון גאט כביכול. ס'איידלקייט איז א גאט פאר זיך, קען מען זאגן.

אט דער ערשיינונג קען אפשר פארענטפערן דעם רמב"ם'ס ניינטן אני מאמין "ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא ית"ש"
אידעך בעצם שווער פשט פון דעם גלויבונג.
אז גאט וויל יא געבן א נייע תורה, קען ער זיך דען נישט באווייזן און געבן א צווייטע תורה? איז ווי אזוי קען מען גלייבן אויף זיכער אז ס'וועט נישט זיין א צווייטע?
נאר לפי הנ"ל איז זייער שיין פארענטפערט, אז ניין, דער אינגערמאן מיט די נאסע פיאות, וועט דאס ניט פארשניידן, אפגעזעהן וואס.



העמיר מסיים זיין מיט א שטיקל דבר חיזוק, ווי די בעלי דרשנים זאגן שוין.
טאקע א פלא דאס, וואס עפעס מסיים זיין? ווארשיינליך וויל מען ענדיגן מיט א גוטע זאך וואס רעדט צום עולם, נו פארוואס זאל מען נישט מאכן פונעם גאנצן דרשה א שטיק סיום.

נאך א געוואוינהייט פון די בעלי דרשנים, אז מ'רעדט שוין, איז דאס איינמעלדן דעם עולם ביים אנהייב אז מ'איז נישט צוגעגרייט. און דאס איז אזא ממה נפשך, געלונגט עס די דרשה, איז ער א העלד, און אז נישט איז ער פטור.
איז ערשטנס איז דאס נישט וואָר. אז די דרשה געלונגט טאקע נישט איז עס פאקטיש יא אן אנזעץ, טראץ דעם פּיסטן באווארענונג, ועובדה הוא.
צווייטנס, איז דאס א חוצפה, וואס איז דאס זיך אויפשטעלן עקספערימענטירן אויפן עולם'ס חשבון. אומאנגעגרייט ארבעט נישט אין ערגעץ, טא ווער האט באשלאסן א דרשה איז אן אויסנאם. יגעת ומצאת תאמין.
דריטנס והעיקר, ס'איז א ליגנט.
אוודאי אז מ'רעדט, איז מען צוגעגרייט.

הכלל צוריק צו די דברי חיזוק. איז א מענטש קען צומאל שפירן גארנישט ביי זיך. א שטיק פעלער, א 'גוד פאר נאטטינג', אומווערדיג, און דאס קען האבן א געוואלדיגע איינפלוס אויפן טאג טעגליכן לעבן.
ס'טייטש, אראפגעקומען איז מען א שטיק דעפיציט, צוגעטשעפעט צום בריסט, און מיט בלוט און שווייס ערצויגן, מאכן מאכט מען מיט כל דבר אסור, און קיין רעזולטאט. נישטא קיין אויספיר.
אידעך עס טאקע דברים של טעם אויבנאויף און פילייכט איז טאקע בעסער קיין עקזיסטענץ ווי יא.

גראדע איז נישט מעגליך פאר מענטש זיך צו באצייכענען ווערדלאז ממש.
פונקט האב איך לעצטנס געזען אן עלטערע איד אין שול, א בן ששים, וואס איז אזא אנגעלייגטער. אנגעלייגט ביי די קינדער, אנגעלייגט אויפן ציבור, און אפילו ביי זיך אנגעלייגט. אזא איינער וואס נעמט מער ווי ער געבט.
אויבנאויף איז מיר טאקע שווער געווען, פארוואס באלאנגט טאקע אזא איד דא אויף דעם כדור? אבי נאך א מענטש.
ממש ווי ר' שמעון נאכן מערה האט עס מיר געדריקט, פארשטייט זיך פאר אנדערע אורזאכן און ווייט פון א הייליג פלאץ, אבער פארט געדריקט די זעלבע פראגע. וואס טוט ער דא.

נאכער האב איך זיך געכאפט.
אסאך מאל זעהט מען טאקע אזא זיידע ביי א שמחה, אזא נישטיגע זיידע, און ס׳פאלט ביי אזא מחשבה׳לע ״ווער דארף דיך דא״. אבער ס׳איז נישט ריכטיג. אזא נישטיגע זיידע קען אמאל אפירברענגן א דור פון יופי, מיט בלויז א גענעטישן ניואנס.

קען ער צומאל פארמאגן דעם בּלאָנד אדער הויכען באשטאנדטייל, צו אפילו א נאז ווי ס'פּאסט פאר א בן אדם, און נישט ווי ס'רוב נעזער אין גאס דארט, וואס איז נישט אויף אנצוקוקן, און הגם ער זעלבסט מאכט דערפון נישט קיין ניצן, קען ער אבער פרוכטבארן אן אייניקל צו וואס, וואס קען יא מאכן דערפון א דבר השלם. אלזא איז אט אזא משהו אינהאלט זעלבסט, גענוג פאר א פערזאן זיך צו געבן עפעס ווערד.

ווער רעדט נאך פון ווערד ממש.
פארהאן אזאנע וואס האבן זיך לאנגע יארן לא יוצלח'דיג געדרייט צווישן די זעלבע פינף גאסן, נישט האבענדיג ס'איבעריגע פּאָר פרוטות אדער ערלויבעניש צו זעהן א צווייטן משהו פונעם ערדקוגל. און מיטאמאל שפּראצט א ראציג אייניקל אפיר, וואקסט אויס די ציפּעס און גלעטעריי פון זיידע באבע, טוט אביסל מסחר, און אט איז ער דער וואס טיילט די גלעטעס.
מיט א פריוואטן פליגער פליהט ער דעם זיידן מיטן הוט באקס און די באבע מיט די אויסגעריבענע קרבן מנחה סידור, איבער די גארער וועלט.

נו קען דען א מענטש באמת שאצן זיין ערך.

אבער באמת איז די גאנצע שמועס א טעות. געוויס האט יעדער מענטש, עכ"פ רוב צובראכענע לייט, אן ערך ממש.
א פערזאן ווער אימער, קען אויף זיך מאכן א פּאַליסי ווי ס'ברויך צו זיין, כ'רעד אין די מיליאנען, און ער האט שוין איינמאל א ווערד, אויף איינצוקעשן ממש.

ר' חנניא בן עקשיא אומר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך טמיר »

טאקע פלאי פלאים, אייזן. אבער הלמאי דאס צי טון אינמיטן א גרינעם דינסטאג א טאג נאך חגא? ווייסט וויפיל קוסטומערס איך האב פארלוירן צולים דעם?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך הבל וריק »

טמיר האט געשריבן:טאקע פלאי פלאים, אייזן. אבער הלמאי דאס צי טון אינמיטן א גרינעם דינסטאג א טאג נאך חגא? ווייסט וויפיל קוסטומערס איך האב פארלוירן צולים דעם?
א דאנק. גראדע נישט אזוי גרין דער דינסטאג. ס'מזל האט זיך היינט געטוישט צו דגים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אייזן! אייזן! אייזן! פלאי פלאים!

אפאר קליינע הערות:

1). לגבי די שאלה פון ״מאן יימר אז מ׳מעג גיין קעגן ג-ט׳ס ווילן צו ראטעווען א מענטש? עס איז דאך לכאורה פונקט אזוי ווי די איסור פון מאבד עצמו לדעת?״ האב איך דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן:צום סוף פון די לעקציע צונעמט דר. קאגאן די טעאלאגישע טענות קעגן זעלבסטמארד. אויב מ׳נעמט אָן אז דאס לעבן איז אזוי שלעכט אז עס איז ראציאנאל פאר׳ן מענטש צו וועלן אַן ענדע דערצו, דעם על כרחך אתה חי, דאן איז א טעאלאגישע טענה קעגן דעם אז מ׳גייט קעגן ג-ט׳ס ווילן מיט׳ן ברענגן אַן ענדע צום לעבן. אבער אויף דעם האט דוד הום געפרעגט אז מאן יימר? מ׳קען דאס גענויע זעלבע זאגן אויף איינער וואס ראטעוועט איינעם׳ס לעבן, ״אז וואס גייסטו קעגן ג-ט׳ס ווילן?״ וכעין שאלתו של טורנוסרופוס הרשע. וממילא גייט מען דאך ענטפערן אז כל זה אכניס און אט דאס איז די רצון ה׳ צו ראטעווען דעם מענטש בידי אדם. איז קען מען דאך אבער ווייטער זאגן גענוי דאס זעלבע אויף די זעלבסטמארד און דאס אריינלייגן אלס רצון ה׳ (דאס דערמאנט אביסל פונעם באקאנטן מי השילוח, און אנדערע, לגבי בחירה וחטא). צו דעם דארף מען ענטפערן אז אונז ווייסן אז דוקא דאס איז קעגן ג-ט׳ס ווילן אלס דאס וואס שטייט אין הלכה וכדומה. איז אבער אין די זאכן פּיקד מען און מען טשוּסד, ובפרט ווען עס איז נישט אין איינקלאנג מיט מאראל כנ״ל.
2). די קשיא איז שווערער אין די פאל וואו ער איז אַן עבּיוּסיוו רשע. ואולי איז דאס דא עפ״י קאנט׳ס דעאנטאלאגיע: מיינענדיג, אויב איז מען שוין געקומען לההכרה אז ראטעווען א לעבן איז די מאראלישע זאך צו טוהן (״ג-ט׳ס ווילן״), דאן קען מען נישט פונאנדערשיידן. (ולכן ארבעטן פּאראמעדיקס אויף צו ראטעווען פארוואונדעטע טעראריסטן אויך.) סיידן אויב מען האט זיי דן געווען למיתה אונטער דוּ פּראַסעס (וואס קעפּיטעל עונש איז שוין סתם אזוי א מאראלישע מבוכה פאר זיך כמובן, דארף מען זיי דערנאך האלטן אין די ראמען.

3). לגבי מלחמת מצוה רירסטו טאקע אָן אויפ׳ן קשיא פונעם מנחת חינוך (מצוה ״תכה״) וואס פרעגט אויפ׳ן חינוך וואס פסק׳נט במצוה להרוג ז׳ עממין אז (טעארעטיש) אף בזה״ז איז מען מחוייב בזה עם בא לידו והוא מבלי שיסתכן בדבר ע״ש. און דער מנחת חינוך פרעג דערויף אז וויבאלד עס איז בגדר מלחמה איז נישטא דערויף קיין פטור פון פיקוח נפש וכך הוא דרכה של מלחמה ע״ש.

וידוע מש״כ הרמב״ם בהאיגרת שלו לחכמי מארשילייא אודות השטות של איצטגנינות:
וזו היא שאבדה מלכותנו והחריבה בית מקדשנו והאריכה גלותינו והגיעתנו עד הלום. שאבותינו חטאו ואינם, לפי שמצאו ספרים רבים באלה הדברים של דברי החוזים בכוכבים, שדברים אלו הם עיקר עבודה זרה, כמו שביארנו בהלכות עבודה זרה, טעו ונהו אחריהן, ודימו שהם חכמות מפוארות ויש בהן תועלת גדולה, ולא נתעסקו בלמידת מלחמה ולא בכיבוש ארצות, אלא דמו שאותן הדברים יועילו להם.
ער שרייבט ״למידת מלחמה״ און נישט לימוד תורה או תפילה וכדומה.


ייש״כ! זאלסט טאקע גיסן אויף זיך ט׳ קבין אפט (צו באקומען… עםם… נאסע פיאות…) כדי צו האבן מער פון די סארט רעיונות און געדאנקען!…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך טמיר »

הבל וריק האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:טאקע פלאי פלאים, אייזן. אבער הלמאי דאס צי טון אינמיטן א גרינעם דינסטאג א טאג נאך חגא? ווייסט וויפיל קוסטומערס איך האב פארלוירן צולים דעם?
א דאנק. גראדע נישט אזוי גרין דער דינסטאג. ס'מזל האט זיך היינט געטוישט צו דגים.
Wow, בכלל נישט געכאפט. אזוי ווייט שוין פון די ישיבה יארן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך קל וחומר »

כ'האב דערווייל בלויז געליינט א שמינית שבשמינית און די לענזעס מיינע זענען ביידע געגאנגן קאפוט פון דאס ווילד געלעכטער...
איך גיי דיר נאך מאנען דערויף אין בי"ד.

אין אנדערע נייעס הייב איך אן קלערן אז מי אני איז עפעס א גאר פארגעשריטענע AI סאפטווער וואס איינער האט אריינגע'באט'עוועט אין דעם פארום און ס'שפריצט ארויס ווילדע גאונות'ן שלא שמעתן אוזן ולא ראתן עין.

ייש"כ הבל וריק פארן מהנה זיין דורשטיקע אידן מיט דיינע געבענטשטע טאלאנטן, לך עם כחך זה וגאל את ישראל.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך הבל וריק »

א דאנק קל! נאר אויף שמחות... און יא איך בין איינשטימוג מיט דעם אז @מי אני׳ן דארף מען ווען האבן אלס אן עפפ.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

הבל וריק האט געשריבן:פלאי פלאים.
איך האב נארוואס געענדיגט חלק א׳ און דארף עס נאך פארדייען פאר איך קען ליינען ווייטער (פּראסעסן בלע״ז)
אבער לויט @חתם סופר׳ס פסק מוז איך עס געבן א לייק. אז נישט וועל איך זיין אין די מחנה פון כפוי טובה…
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

Wow wow wow
כ׳האב זיך אוודאי נישט געקענט אפהאלטן פון ליינען דעם צווייטן קאפיטל. די לעצטע שירות :!: (ס׳פעהלט דא אויס נויטיג די פייער עמוידזי - איך האף מ׳קען דאס מתקן זיין. ווייל אז מ׳ערווארט פונ׳ם עולם צו רעאגירן, דארף מען דאך האבן די ריכטיגע טולס
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך פאליטיקאנט »

הבל אונז האמיר אלס געוויסט אז דו קענסט שרייבן, אבער אז דו קענסט נוסח @ונבנתה העיר דאס איז שוין א חידוש.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

זעהט אויס גלאבאלע ווארמינג איז יא עפעס א מציאות! ווי באקאנט דא אינעם שטיבל, שרייבט @הבל וריק זיינע ארטיקלן נאר אין די זומער וואכן, דאן קומט ער אריין מיט די גאנצע זומער שיינקייט מיט ארטיקלעך זיך צום באלעקן. זעהט אויס אז נישט נאר דער שטן איז געווארן צומישט פון די ווארעמע זומער וועטערס נאר הבל אויך.
ייש"כ א הערליכע ארטיקל אייזן!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: פלאי פלאים

שליחה דורך הבל וריק »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:זעהט אויס גלאבאלע ווארמינג איז יא עפעס א מציאות! ווי באקאנט דא אינעם שטיבל, שרייבט @הבל וריק זיינע ארטיקלן נאר אין די זומער וואכן, דאן קומט ער אריין מיט די גאנצע זומער שיינקייט מיט ארטיקלעך זיך צום באלעקן. זעהט אויס אז נישט נאר דער שטן איז געווארן צומישט פון די ווארעמע זומער וועטערס נאר הבל אויך.
ייש"כ א הערליכע ארטיקל אייזן!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך ווייס נישט וועגן גלאבאל, אבער פון דיינע ווערטער ווער איך זיכער דערווארעמט.. א דאנק.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אנריעל.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

פלאי פלאים!!!!!! צו נעמען די איבריגע דיקע שיכט טינט ארויפגעקלעבט אויפן שיינעם איד'ס נאמען אינעם דבר יום, און ווידמען אויף דעם אזויפיל שורות גאר ס'זאל זיך ליינען ווי פון זיך אליינס איז ערשט פלאי פלאים!!!

איך פארשטיי @הבל וריק אז א (פילייכט גרויסן) חלק פון די דערהויבענע שאויער מחשבות זענען צו הויך להעלות על הכתב, דאך... אפשר דאך... לאז זיך אביסעלע מער הערן...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

:like
נארוואס אדורכגעליינט ס'גאנצע, הפלא ופלא! דער האט אזוי ארויס דעם היימישן קולטור אז מ'קען משוגה ווערן. נאכדערצו אראפגעלייגט מיט א זעלטענעם לשון און געשמאקע הומאר!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט