שאוער מחשבות
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
שאוער מחשבות
פאַרוואָס שעצט מען אזוי אייזיק נוטען פאַרן אויפקומען מיטן גראַוועטי טעאָריע נאָכדעם וואָס ער האָט באַטראַכטן ווי אַן עפל פאַלט צום ערד, ביז דאַן האָט מען געמיינט אַז עפלעך פליען אַרויף צום הימל?
פאַרוואָס הייסט עס אַ פלייש טעלער, מען נוצט עס למעשה פאַר אַ פאָרציע פיש און דיפס. ווידער אינעם "פיש טעלער" וואַרפט מען בלויז אַריין אַ מאָגערן שטיקל פלייש צו יוצה זיין דעם לכבוד שבת קודש.
פאַרוואָס בויט מען נישט ברייטערע שאָסייען, מען בויט פיצי שמאָלע גאַסן, און דערנאך ברויזט מען אויף די אָנגעלייגטע טרעפיק. דאָס איז אָריגינעלע קראַקאָדייל טרערן.
מלמד: "אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד שטייט מען אויף ווי אַ איד און אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ הונט שטייט מען אויף ווי אַ הונט".
וואָס איך פאַרשטיי נישט איז, אַלעס ווענד זיך בלויז און דאָס ערשטע דרימל נאָכן בר מצוה, און פון דאָרט און ווייטער איז עס איין לאַנגע קייט. געגאנגען שלאָפן ווי אַ הונט, אויפגעשטאנען ווי אַ הינט, איז ער דאך נאָכדעם איינגעשלאָפן ווי אַ הונט, וועקט ער זיך שוין ווייטער אויף ווי אַ הונט. דאָס מיינט "דאָמד פור לייף"
פאַרוואָס זאָגן מענטשן "ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פאַרשטיין"? עס שטעלט זיך אַרויס פונקט פאַרקערט. איך בין עלטער געוואָרן, און נישט איך,און נישט זיי, פאַרשטייען.
פאַרוואָס ברויך מען סיי "טעלק ענד טעקסט" און סיי דאַטע? זאָל אַלעס לויפן אויף די אינטערנעט און פטור אַן עיסק.
פאַרוואָס הייסט צינג-פלייש פון די בעסטע עסן, אויב וואָלט אַ טשיקן געלייגט אַן איי בלויז איין מאָל אַ יאָר וואָלט עס געווען פאַררעכנט פון די בעסטע עסן?
פאַרוואָס זענען אַלע קאַר מעכאַניקער גנבים? אויב האָט מען דעם פאַך אין די האַנט וויאזוי צו פאַרעכטן אַ קאַר קומט פלוצלום צו לויפן אַ גרויסע יצר הרע פון גניבה? בכלל בין איך נייגעריג אויב זיי באַ'גנב'ענען בלויז פריוואַטע קליענטן, אָדער זיי קענען צומאָל אין די פאַרטאָגס שטונדן זיך אַריינכאַפן אין בעקעריי און נישט מיר נישט דיר אַזוי ליידיג מאַכן דאָס קאַסע.
פאַרוואָס זאָגן אונז חז"ל אַז דער גאַרטל מאַכט אַ הפסיק צווישן די ערווה און דאָס האַרץ. דער קשר צווישן דאָס ערווה און דאָס האַרץ לויפט אומזעהבאַר העכער די הויט?
וואָס געשעהט מיט אַ טויטע גוף אויב מען צעטיילט יעדעס איבר אויף האַלב. מען באַגראָבט איין זעקל מיט האַלבע איברים אין בראַזיל און דאָס צווייטע אין אַמעריקע. אַרום וועלכע קבר הויערט די נשמה?
סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!
ווען דער לייגט א נאַקעטע -טענק יו ה'- אויף זיין סטאַטוס, אָדער אַ בלויזן פינטל. וואָס זענען די מאָטיווען, אויב בכלל?
אויבן אין גיהנום באַקומט מען לכאורה אַ נייעם גוף (צו אויסגעפראַקט ווערן), דער אַלטע גוף ליגט דאָך באַגראָבן דאָ אין אונזער וועלט. איז דער נייע גוף אַ רעפליקע פון דאָס אַלטע, אָדער למשל אַ דאַרטשיגער אידל קען זיך טרעפן אין אַ געבויטע שוואַרצע גוף?
זענען נאָך די פייניגונגס כלים אין גיהנום צוריקגעשטאַנענע שטעכערס, קוילן, געגליטע שווערדן וכו'. דאָס הייסט בערך די זעלבע סאָרט צוואַנגס מיטלען וואָס מען האָט זיך באַנוצט אין די צייטן פון חז"ל. אָדער מען האָט זיך מאָדערנעזירט מיט די יאָרן, אַ שטייגער ווי, "וואָטער באָרדינג", עלעקטריק שאַקס א.ד.ג.? בכלל, מען פלעגט דאַרפן האָבן א משונה'דיגע קוואַנטום פון ברענשטאָף, האָלץ און שוועבל צו אָנהייצן אַזאַ גיגאַנטישע מאַסן גיהנום טעגליך, אפשר איז דאָס היינטיגע צייטן נישט מער ווי איין גרויסע "מייקראָוועיוו".
דער שלאַנג שלענגלט זיך: דער שלאַנג הייסט שלאַנג וויבאַלד ער שלענגלט זיך, אָדער יעדעס זאַך וואָס שלענגעלט זיך רופט מען דאָס -עס שלענגעלט זיך- וויבאַלד עס איז ענליך צו אַ שלאַנג?
צום שלוס!: דער הינדל איז געווען בעפאָר דאָס איי! אויב דאָס איי וואָלט געווען בעפאָר דאָס הינדל, ווער וואָלט געזעסן אויף דאָס איי?
וויפיל פראָצענט פון בעלי חיים נויטיגן זיך אין ברילן?
אויב וואָלט יעדער געקענט זעהן וואָס דער צווייטער טראַכט, וואָלט מען געטראַכט אַנדערש? אָדער מען וואָלט זיך פשוט צוגעוואוינט דערצו און געמאַכט שלום מיט די מצב?
די ווערים האָבן זיך בלויז אין די לעצטערע יאָרן באַקוועם געמאַכט אויף פרוכט און גרינצייג?
לויט די מן דאמר אַז אין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין מביל, וואָלטן ווען סייענטיסטן געברויכט באַמערקן אַז די שטיינער אין ארץ ישראל זענען קוים עטליכע טויזנט יאָר אַלט (אין איין וועגס וואָלט מען שוין אויך געוויסט די פונקטליכע גרעניצן). אלא מאי, איינס איז נישט געבונדן מיט די צווייטע, תיובתא דרב מזרחי תיובתא.
באשעפענישן וועלכע האָבן אויגן אויף ביידע זייטן פונעם קאָפ באַקומען אַ 360 אויסקוק אין מוח, דאָס הייסט אַז עס ווערט איין גרויס בילד, אָדער עס איז צוויי באַזונדערע בילדער נישט צוזאַמגעשטעלט?
פאָלגנד איז אַ סטעיט אָף עמערדזשענסי וואָס זאָל דערקלערט ווערן אַמשנעלסטנס: אַלע פובליק בית הכבוד'ס ברויכן פאַראָכטן ווערן זאָפאָרט - די טיילונג ווענט מוזן אַראָפקומען ביז די ערד. אויב ביז דרייסיג טעג איז דאָס נישט פאַראָכטן שפאַרט מען אָפ דאָס גאַנצע בנין.
האָט איר שוין אַמאָל געזעהן אַ צוואָנציג יעריגן מיידל זאָל שטיין ביי די שאָסיי קאָנסטראָקציע און קאָנטראָלירן די טרעפיק אינעם אָראָנדזש-געלען וועסטל? ווידער די עלטערע פרויען וואָס נעמען יאָ אָן דעם פאָסטן, וואָס איז פשט פון אַזאַ חרון אף?
וואָס איז פשט אַז מען האָט רחמנות אויף גרויסע בעלי חיים מער ווי אויף קליינע אינזעקטן. איר וואָלט איבערגעפאָרן אַ הערש אויב ער שטייט אייך אַביסל אין וועג (לאָמיר זאָגן דיין קאַר וועט בלייבן גאַנץ), איך גלייב אַז נישט, ווען אַ פליג מאַכט אַ קליינע גערידער נעבן דיין אויער וועסטו אים צוקוועטשן אָן קיין רחמנות, "וואָט דע העלל?".
אַרויסשלעפן פיס ביי פיס פון אַ שפין בלויז צוליב וואָס ס'איז אַ לאַנגווייליגע שבת נאָכמיטאָג אין קאָנטרי, דאָס איז אקעי, ערוואַקסענע מענטשן וועלן אפשר האָבן מילדע סימפאָטיע און קוקן אויף דאָס אינגל מיט אַ נעגאַטיווע מינע. שטעלט אייך פאָר איך נעם אַ לעבעדיגן אָקס און איך הייב אָן צו שניידן זיינע פיס מיט אַ קיך מעסער…
איך קען נישט געדענקען וואָס איז די סאַמע ערשטע זאַך וואָס איך געדענק פון מיין לעבן.
אויב איר קענט באַקומען אַ דריטע אויג אויף אייער גוף, וואו וואָלט איר דאָס געלייגט?
איך וואָלט דאָס נישט געלייגט אויף די אינטערשטע חלק פונעם קאָפ, ניין. איך וואָלט דאָס געלייגט אויף מיין שפיץ פינגער. (העי, וואָס וועט זיין מיט "החכם עיניו בראשו?" אוטש!)
שוואַרצערס זעהן אויס ווי מאָנקיס? אהַ, און אונז? אונז זעהמיר אפשר אויס מער ענליך צו קעמלען ווי צו מאָנקיס? "געט ריעל בעיבי"

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
"סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!"
כדי די פרויען זאלן קענען קאלירן די נעגל מיט א שיינעם פעדיקיור.
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
כדי די פרויען זאלן קענען קאלירן די נעגל מיט א שיינעם פעדיקיור.
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך גלייב שווער אז סייענטיסטן מוטשען זיך מיט פארוואס א מענטש האט נעגל אויף די פיס ווען ער דארף נאר לכאורה פאר די הענט.
פארוואס גלייב איך עס שווער? ווייל סייענטיסטן וואונדערן זיך עס נישט אויף animals that walk on 4 legs און סייענטיסטן האלטען דאך מענטשען פלעגן קריכען אויף אלע פיר פונקט ווי בעלי חיים.
פארוואס גלייב איך עס שווער? ווייל סייענטיסטן וואונדערן זיך עס נישט אויף animals that walk on 4 legs און סייענטיסטן האלטען דאך מענטשען פלעגן קריכען אויף אלע פיר פונקט ווי בעלי חיים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: שאוער מחשבות
וועגן דעם איז פינגערס ערפינדן געווארן בדור המבול...חדשים האט געשריבן:אויב טוישט ער זיך צו א פרוי, זאל ער/זי עס האבן גרייט...דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re:
ּ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
גערעכט, אבער פינגער נוצט מען נאכאלץ פארן באלאנס. פונעם נעגל איז שוין העכסט צייט פטור צו ווערן.יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך גלייב שווער אז סייענטיסטן מוטשען זיך מיט פארוואס א מענטש האט נעגל אויף די פיס ווען ער דארף נאר לכאורה פאר די הענט.
פארוואס גלייב איך עס שווער? ווייל סייענטיסטן וואונדערן זיך עס נישט אויף animals that walk on 4 legs און סייענטיסטן האלטען דאך מענטשען פלעגן קריכען אויף אלע פיר פונקט ווי בעלי חיים.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
זייער פיין! ייש״כ!
אפאר קליינע הערות:
עס איז אבער דא א שטודיע אז עיפּס באקומען שוואכערע ראייה אויף די עלטער, און וואלטן ווען בעצם געדארפט ברילן.
און וואס די מלמד מיינט איז אז מ׳זאל טאקע צוברעכן דעם סייקל פון זיך לייגן ווי א הונט און אויפשטיין ווי א הונט.
אפאר קליינע הערות:
חוץ מזה אז עס איז לכאורה אַן apocryphal מעשה, איז די געדאנק וואס ער איז צוגעקומען איבער זיין טעאריע פון גראוויטי - אז יעדעס מאסע ציהט יעדעס מאסע (ווענדענדיג זיך אין נאנטקייט). אין אנדערע ווערטער, עס איז פונקט פארקערט: ער איז טעקניקעלי אויפגעקומען אז זאכן פאַלן/ציהען ארויף פונקט אזוי. ביז דאן האט מען געמיינט אזוי ווי אריסטו אז זאכן ציהען/פאַלן לשורשם. משא״כ ניוּטאן איז אויפגעקומען אז עס איז פשוט מכח מאסע. און דער עפל ציהט פונקט אזוי צו צו זיך דער ערד, נאר דער ערד ״געווינט״ פשוט ווייל זי האט פי כמה וכמה מער מאסע. און דאס איז די זעלבע מעכאניזם וואס מאכט די וועלט ארומגיין די זון.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:פאַרוואָס שעצט מען אזוי אייזיק נוטען פאַרן אויפקומען מיטן גראַוועטי טעאָריע נאָכדעם וואָס ער האָט באַטראַכטן ווי אַן עפל פאַלט צום ערד, ביז דאַן האָט מען געמיינט אַז עפלעך פליען אַרויף צום הימל?
אנדערש ווי ביי באשעפענישן (ווי מענטשן) וואס האבן בּיינאקולער וויזשאן, ווי ביידע אויגן וואס זענען אין פארענט פאקוסירן אויף דאס זעלבע זאך, וואו די וויזשאן פון ביידע אויגן ווערט צאמגעשטעלט, זענען די סארט באשעפענישן מיט מאנאקולער וויזשאן (לכאורה) נישט אזוי און זיי קוקן אויף צוויי זאכן אויף אמאל. (און דאס קען שוין אָנרירן אויף דר. טאמאס נעגל׳ס געדאנק איבער דאס נישט קענען משיג זיין די קאַנשעסנאס און עקספּיריענסעס פון א פלעדערמויז.) צוזאמגעדרייט האט געשריבן:באשעפענישן וועלכע האָבן אויגן אויף ביידע זייטן פונעם קאָפ באַקומען אַ 360 אויסקוק אין מוח, דאָס הייסט אַז עס ווערט איין גרויס בילד, אָדער עס איז צוויי באַזונדערע בילדער נישט צוזאַמגעשטעלט?
עס איז טאקע אַן עוולה. עס רירט אָן אויף וואס איך האב דא צוגעברענגט:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואָס איז פשט אַז מען האָט רחמנות אויף גרויסע בעלי חיים מער ווי אויף קליינע אינזעקטן. איר וואָלט איבערגעפאָרן אַ הערש אויב ער שטייט אייך אַביסל אין וועג (לאָמיר זאָגן דיין קאַר וועט בלייבן גאַנץ), איך גלייב אַז נישט, ווען אַ פליג מאַכט אַ קליינע גערידער נעבן דיין אויער וועסטו אים צוקוועטשן אָן קיין רחמנות, "וואָט דע העלל?".
אַרויסשלעפן פיס ביי פיס פון אַ שפין בלויז צוליב וואָס ס'איז אַ לאַנגווייליגע שבת נאָכמיטאָג אין קאָנטרי, דאָס איז אקעי, ערוואַקסענע מענטשן וועלן אפשר האָבן מילדע סימפאָטיע און קוקן אויף דאָס אינגל מיט אַ נעגאַטיווע מינע. שטעלט אייך פאָר איך נעם אַ לעבעדיגן אָקס און איך הייב אָן צו שניידן זיינע פיס מיט אַ קיך מעסער…
מי אני האט געשריבן:לגבי סוג א' מהרעות בטבע איז א חלק פון די פראבלעם פון שלעכטס בנוגע די צער וואס בע"ח גייען דורך און ווי אזוי עס איז אריינגעלייגט אין די טבע ממש: טורף/נטרף וכו' וכו'. (הרב דר. נתן סליפקין האט עס אביסל אנגערירט דא.) דר. מיכאל מוּרעי וויל דאס אביסל פארענטפערן מיט'ן מחלק צווישן דריי סארטן געפילן פון פּיין/צער, איינע מער ווי דאס אנדערע:
1). נישט מער ווי א ניורעל סטעיט וואס געבט אינפארמאציע פון א נאַקׂשאס סטימיוליי וואס איז דאדורך גורם אן עווערסיוו בּיהעיוויאר.
2). אן ערשטע-אָרדער סאָבּדזשעקטיוו געפיל פון צער - באותו רגע.
3). א צווייטע-אָרדער געפיל וואו מ'פארשטייט און אנערקענט אז מען "איז בצער" און מ'עקספּיריענסט דאס.
שרצים זענען לכאורה נישט מער ווי אויפ'ן ערשטן לעוועל אבער קיין שום בע"ח, אחוץ דעם מענטש, איז נישט העכער דעם צווייטן לעוועל. (דאס רירט אָן אויף דר. מיטשיאו קאַקוּ'ס הגדרה פון לעוועלס אין קאנשעסנאס בין מאשינען, בע"ח, ואדם.)
דאס רירט אָן אויפ׳ן באקאנטע גמרא בסנהדרין צא ע״א-ע״ב:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אויבן אין גיהנום באַקומט מען לכאורה אַ נייעם גוף (צו אויסגעפראַקט ווערן), דער אַלטע גוף ליגט דאָך באַגראָבן דאָ אין אונזער וועלט. איז דער נייע גוף אַ רעפליקע פון דאָס אַלטע, אָדער למשל אַ דאַרטשיגער אידל קען זיך טרעפן אין אַ געבויטע שוואַרצע גוף?
דער רס״ג נעמט דאס אָן באמונות ידיעות (מאמר ו פ״ה ופ״ז) און עפי״ז טייטשט ער טאקע ענין הגיהנום אויף לעתיד לבא לאחר התחייה (מאמר ט פ״ה) ע״ש - העונש מוז זיין צוזאמען פאר די נפש און די גוף וואס האבן געזינדיגט ביחד.אמר ליה אנטונינוס לרבי גוף ונשמה יכולין לפטור עצמן מן הדין. כיצד? גוף אומר נשמה חטאת שמיום שפירשה ממני הריני מוטל כאבן דומם בקבר, ונשמה אומרת גוף חטא שמיום שפירשתי ממנו הריני פורחת באויר כצפור. אמר ליה אמשול לך משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שהיה לו פרדס נאה והיה בו בכורות נאות והושיב בו שני שומרים אחד חיגר ואחד סומא. אמר לו חיגר לסומא, בכורות נאות אני רואה בפרדס בא והרכיבני ונביאם לאכלם. רכב חיגר על גבי סומא והביאום ואכלום. לימים בא בעל פרדס אמר להן בכורות נאות היכן הן? אמר לו חיגר כלום יש לי רגלים להלך בהן? אמר לו סומא כלום יש לי עינים לראות? מה עשה הרכיב חיגר על גבי סומא ודן אותם כאחד. אף הקב"ה מביא נשמה וזורקה בגוף ודן אותם כאחד שנאמר (תהלים נ ד) יקרא אל השמים מעל ואל הארץ לדין עמו, יקרא אל השמים מעל זו נשמה ואל הארץ לדין עמו זה הגוף.
לכאורה זייער ווייניג. וויבאלד די בע״ח וואס זענען בשדה און באקומען שוואכע וויזשאן, וועלן בדרך כלל דערוועגן נישט לעבן לאנג. וממילא זענען די סארט ארויס סעלעקטעד געווארן פון די דזשיִן פּוּל איבערלאזענדיג די וואס האבן בעסערע דזשיִנס פאר וויזשאן.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וויפיל פראָצענט פון בעלי חיים נויטיגן זיך אין ברילן?
עס איז אבער דא א שטודיע אז עיפּס באקומען שוואכערע ראייה אויף די עלטער, און וואלטן ווען בעצם געדארפט ברילן.
און וואס די מלמד מיינט איז אז מ׳זאל טאקע צוברעכן דעם סייקל פון זיך לייגן ווי א הונט און אויפשטיין ווי א הונט.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שאוער מחשבות
שכוח @מי אני
זייער אינפארמאטיוו.
אסאך פראגעס וואס איך האב אהערגעשטעלט זענען טאַקע ערנסטע שאלות וואס נייגערט מיר באמת. עס זענען דא שאלות וואס איך האב געפרעגט מער פון א צינישע פערספעקטיוו וויסנדיג דער תירוץ (למשל אייזיק נוטען און בנוגע די נעגל אויף די פיס). אבער נישט יעדער ווייסט דעם תירוץ.

איך פארשטיי(?) אז עס איז אן עוולה. אבער פארוואס טאקע שפירט (אין אלגעמיין) א מענטש רחמנות מער צו גרעסערע בעלי חיים.מי אני האט געשריבן: עס איז טאקע אַן עוולה.
לכאורה צוליב דמיון imagination ניין?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
און פארוואס שפירט א מענטש מער רחמנות צו א געבוירן קינד, ווי צו א אנבארן בעיבי?
לכאורה, ארבעט עס מיט געפילן. א חיה האט געפילן, ס'פילט ווי איינער פייניגט עס. א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע. מילא, פילט מען נישט ווי מען טשעפעט, א עכטע זאך.
@ מי אני, ביטע פארעכט מיך, ווי איך בין ראנג.

אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שאוער מחשבות
א פליג האט גראדע יא א הארץמי ימצא האט געשריבן:א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכאורה ווייל מען אינטוּאיט די חילוק וואס דר. מורעי מאכט. איך גלייב אז דאס איז וואס @מי ימצא וויל ארויסברענגען (דאס איז לכאורה וואס זי מיינט מיט "הערצעלע").צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך פארשטיי(?) אז עס איז אן עוולה. אבער פארוואס טאקע שפירט (אין אלגעמיין) א מענטש רחמנות מער צו גרעסערע בעלי חיים. לכאורה צוליב דמיון imagination, ניין?מי אני האט געשריבן: עס איז טאקע אַן עוולה.
ולכאורה איז דאס די סיבה פארוואס מען פיהלט נישט פאר אַן עובר דאס זעלבע ווי פאר א מענטש; מ'אינטוּאיט לכאורה נישט פאר דעם מער ווי פאר א בע"ח, ועפ"י דר. מוּרעי. וואס ווערט יא שווער איז פארוואס דאס טוישט זיך גראד נאכ'ן געבורט. ואיה"נ אז דר. פּיטער סינגער זאגט טאקע אז אינפענטיסייד איז נישט בעצם אנדערש ווי אבּארשען בזה. או אולי וויבאלד דאס איז שוין למעשה ממש געבוירן, איז שוין גרינגער צו זאגן דערויף אז עס איז שוין א מענטש וואס וועט צוקומען צו ווערן א פּערזאן ממש.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
טאקע וועגן דעם האב איך געשריבן הערצעלע, מלשון, פילינגס.צוזאמגעדרייט האט געשריבן: א פליג האט גראדע יא א הארץ
אוודאי האט יעדע לעבעדיגע אינסעקט, א הארץ, ווען נישט ווי לעבן זיי?
אבער ווי קענסטו פארגלייכן א אינסעקט צו א מאנקי, דאגי, וואס מען קען געהעריג שמועסן, און קאנטאקטן מיט זיי. און זיי ווייזן ארויס געהעריג פילינגס?
נישט לאנג צוריק, בין איך געווען מיט מיינע קינדער רייסן בלומען, פאר א ארטס נ קרעפטס. פאר זיי האבן אפגעשניטן די לעבנס פון די שיינע געלע בלומעלעך, האב איך גערעדט צו זיי, און זיי מסביר געווען, אז יעדע זאך האט חיות. און דעי בלומעלעך האבן א גאנצע לעבן. בקיצור, איך גיי נישט געבן דא קיין קינדערגארטן שמועסן, אבער איר כאפט די פאוינט?
יא די גאר איידעלע מענטשן זאגט מען, אז אפילו א פליג פון וואנט טשעפענען זיי נישט.
ביי מיך איז א אינסעקט, נענטער צו בלום, ווי צו א כלב.
---
@ מי אני ענטפערט עפעס לאמיר זעהן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שאוער מחשבות
קיינמאל נישט געהערט אז בהמות זאלן האבן מער געפילן ווי אינזעקטן. א הונט איז שוין אפשר א צווייטע מעשה.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
און מיט דעם פארשטיי איך שוין אויך דאס וואס מען פלעגט פארציילן אויף געוויסע פארצייטישע חסידים, אז זיי פלעגן דאווענען שמו"ע שנעל כדי אז די חיצונים זאלן זיך נישט קענען ארויפכאפן אויפן וואגן...קהל'ס נער האט געשריבן:יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס חסידים האלטן זיך צוריק פון שאווער, מען קען נאך ציקימען צי טראכטן ח"ו, מילא בעסער פרעיג נישט קיין קשיות לאז די שטאטוס-קווא לויפן אהבתי-את-אדוני-לא-אצא-חפשי סטייל......
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שאוער מחשבות
איר קענט דעם עפיזאד?מי אני האט געשריבן: און וואס די מלמד מיינט איז אז מ׳זאל טאקע צוברעכן דעם סייקל פון זיך לייגן ווי א הונט און אויפשטיין ווי א הונט.
פעלדמאן: איך וויל דיך פרעגן א חידא, וואס וואלסטו געטון ווען דו כאפסט א שפאציר אין וואלד און א לייב קומט דיר אנקעגען?
לאנגזאם: איך וואלט געלאפן.
פעלדמאן: און אויב דער לייב לויפט שנעלער?
לאנגזאם: וואלט איך געלאפן נאך שנעלער.
פעלדמאן: און אויב דער לייב לויפט נאך שנעלער?
לאנגזאם: איך וואלט ארויפגעקראכן אויף א בוים.
פעלדמאן: און אויב דער לייב קריכט אויך ארויף אויפן בוים?
לאנגזאם: איין רגע איין רגע, אויף וועמענס זייט ביסטו, אויף מיין זייט, אדער אויף די לייבס זייט?
@מי אני אויף וועמענס זייט ביסטו, אויף מיין זייט, אדער אויפן מלמד'ס זייט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מ'מעג מהרהר זיין א פסוק אין מרחץ?קהל'ס נער האט געשריבן:יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס חסידים האלטן זיך צוריק פון שאווער, מען קען נאך ציקימען צי טראכטן ח"ו, מילא בעסער פרעיג נישט קיין קשיות לאז די שטאטוס-קווא לויפן אהבתי-את-אדוני-לא-אצא-חפשי סטייל......
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
א געבוירן קינד זעהט מען, די געפילן פון א קינד וואס מ'זעהט בחוש איז מער מעורר רחמנות.מי ימצא האט געשריבן: פארוואס שפירט א מענטש מער רחמנות צו א געבוירן קינד, ווי צו א אנבארן בעיבי?
לכאורה ארבעט עס מיט געפילן. א חיה האט געפילן, ס'פילט ווי איינער פייניגט עס. א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע. מילא, פילט מען נישט ווי מען טשעפעט, א עכטע זאך
דאס זעלבע ביי בעלי חיים וואס זענען מערקבאר.
קען זיין פאר די מאמע אליינס איז טאקע דא מער קאנעקשאן אפילו ביי א נישט געבוירן קינד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שאוער מחשבות
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=10708
איך שפיר ווי דעם היימישן איד וואס חול המועד האט ער געטראפן עפעס א פארשטיפטע פארק, ווען ער איז אנגעקומען האט ער זיך פארשטייצעך אנגערופן "זעהט אויס איך בין נישט דער איינציגער וואס טראכט אזוי".